☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מעשה שהיה בסדום ועמורה

מעשה שהיה בסדום ועמורה

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12664

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 2:47 am

· #415270
מעשה שהיה בסדום ועמורה
אן ארעמע איד אין סדום, האט אינוועסטירט זיין גאנצע האב אין גוטס אין א זאק באנדלעך.דער איד האט זיך געשטעלט אויף איינע פון די פארנומענע געסלעך אין סדום, און אנגעפאנגען פארקויפן זיינע באנדלעך מיטן האפענונג אז ער וועט קענען אהיים ברענגן געלט פאר ברויט, וואסער, און הייצונג.

כדרכם פון די סדומ'ער, האט יעדער אדורכגייער גענומען איין באנדעל פחות משוה פרוטה אן באצאלען. עס איז נישט אדורך קיין צוויי שעה, און דער איד האט זיך געטראפען מיט א ליידיגע זאק, און אן א מטבע און טאש. דאס ווייב אין קינדער האבן געהונגערט די קומענדיגע צוויי חדשים און שיעור אויסגעגאנגען פאר פרעסט. מה עשה הקדוש ברוך דער איד האט געטראפען אן אוצר אין הויף און איז נתעשר געווארען.

ויהי אחרי הדברים האלה, האט איינע פון די סדומער געכאפט אן הרהר תשובה און אנגעשריבען א לאנגע בריוו צו דעם אמאליגען ארימאן, ווי ער בעט אים איבער אז עס טוט אים זייער לייד אז ידו היה במעל און אז ער האט געהאט א חלק אין גורם זיין זיינע מיטמאכענישן און צער.

לאחר מאה ועשרים שנה פון דעם בעל תשובה, איז ארויסגעקומען די איבערבעטונגס בריוו אין פובליק און געהאנגען אויף אלע גאסן פון סדום עמורה. גייט דורך אן אייניקעל, פון איינע וואס זענען געבליבן עומדים ברשעם עד פתחן של גיהנם, און לאכט זיך אונטער מיט א צינישע שמייכעל און זאגט פאר די ארומיגע : נישטא ווער זאל לאכן! מיינעדיג, ווער מיינט ער איז? וואס האט שוין זיין איין באנדעל אויסגעמאכט?

דער פראבלעם איז, אז פון אסאך איינצעלנע באנדלעך מאכט זיך א גרויסע טשאלענט.

קאך_לעפל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 8:56 am

· #415278
רשעות לויטן געזעץ.
טעות

נהורא נפישא » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 9:26 am

· #415281
קאך לעפל, ראשית דיין מעשה'ליך באלאנגט נישט דא אהער. הרב בנימין פארציילט א שיינעם משל באקליידעט אויף א מאורע אין די וואכעדיגע סדרה כדרך הדרשנים, קענטליך באציעענדיג זיך צו די מכלומרשטע כפיות ביים חתמ'נן קעגן בעלזער רבי'ן.
2) די מקור פון די מעשהליך זענען נישט די בייבל זעלבסט נאר אגדישע טראדיציעס.
3) ס'איז מפורש אין פסוק אז צוער האט גאט ניט איבערגעדרייט
4)די סיבה פארוואס מרביע זיין הייסט סאדדאמייזן איז צוליב וואס עס איז מפורש אין פסוק אז די סדום איינוואוינער האבן באפאלן לוט'ס געצעלט כדאי צו וואוינען מיט זיינע געסט.

קאך_לעפל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 9:35 am

· #415283
נהורא נפישא
קאך לעפל, ראשית דיין מעשה'ליך באלאנגט נישט דא אהער. הרב בנימין פארציילט א שיינעם משל באקליידעט אויף א מאורע אין די וואכעדיגע סדרה כדרך הדרשנים, קענטליך באציעענדיג זיך צו די מכלומרשטע כפיות ביים חתמ'נן קעגן בעלזער רבי'ן.
2) די מקור פון די מעשהליך זענען נישט די בייבל זעלבסט נאר אגדישע טראדיציעס.
3) ס'איז מפורש אין פסוק אז צוער האט גאט ניט איבערגעדרייט
4)די סיבה פארוואס מרביע זיין הייסט סאדדאמייזן איז צוליב וואס עס איז מפורש אין פסוק אז די סדום איינוואוינער האבן באפאלן לוט'ס געצעלט כדאי צו וואוינען מיט זיינע געסט.


אקעי.

שמערל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 8:17 pm

· #415345
אין המשך דומה לנמשל, אין סדום האט מען אפשר טאקע נאר געמאכט א טשולענט פון א פארעווע בונדל זיפ, דא אבער רעדט מען פון א טשולענט מיט גראבע שטיקער פלאנקען. דעריבער איז א געלעכטער אז נאר די בונדלעך טוהען תשובה.

גדליה » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 9:03 pm

· #415355
פלאנקען פון גרויסע גראבע בהמות, ווי גרויס און מעכטיג זיי זאלן זיין, מאכן זיי נאכנישט קיין טשאלענט. אבער צען באנדלעך, אפילו אן קיין איין טראפן פלייש, קענען מאכען א טשאלענט.
ודוק כי עמוק הוא.

הוגה » מוצ"ש אקטאבער 27, 2018 10:33 pm

· #415412
חמין במוצאי שבת אויף א פשוט'ע דאנערשטאג.