ברוך דיין האמת: רבי נתן יהודה לייב (לייבל) מינצברג זצ"ל
פריער אריין געקומען די נייעס אז רבי לייבל מינצבערג איז אוועק אין עלטער פון 75 יאר
איז ער נישט געווען געזינט אדער וואס? איך געדענק אים טאנצן אין מתמידים אז סע געגאנגן א רויך
איז ער נישט געווען געזינט אדער וואס? איך געדענק אים טאנצן אין מתמידים אז סע געגאנגן א רויך
א גרויסער פערזנליכקייט! א ריזיגער תלמיד חכם, א טשיקאווע מענטש, געלאכט פון רבי'ס, און אליינס געווארען א רבי, פורים איז ער געגאנגען מיט סטראקעס און ספאדיק א טיפיש ירושלימער פרייליכע איד, הונדרעטרע תלמידים ובני קהלה פיל פון זיי זאגען אז זיי זענען אידען אדאנק אים און זיין קהלה, די פרושים מיט די קנאים האבען געפירט א שארפע מערכה אקעגין אים, און ער האט זיך שטארק אויסגעלאכט פון זיי, פיל טינט וועט נאך פארגיין צו באקענען דער אדם הגדול, ער איז א פאסיגע קאנדיטאט פאר א קאווער פעידזש אין די וועקער הבא עלינו,
עפעס איז זיין אייניקעל ארויס מיט קלאגעס אז ער האט אים מאלעסטעט
גדליה: זיין אייניקל איז א טייל פון א שווינדל און גניבה קאנספיראציע וואס דער איידעם ( די אייניקל'ס טאטע) פון הרב מינצבערג האבן געמאכט גניבה און שווינדל אויף שווערע געלטער. און זיי האבן גענוצט דעם נאמען פון די מוסדות. אלס רעאקציע צו זייערע מעשים וואס די מנהלי המוסדות האבן אנגענומען אקעגן זיי. אזוי ווי גיין אין קאורט אדער צו די פאליציי, האבן זיי ארויסגעלאזט דעם בילבול אז ער האט מאלעסטעד דעם או. טי. די. בחור...אזוי ווי נחום וסייעתו. וואס לייגן אלעס אן אויף מאלעסטעישן. אלע זייערע קרימינאלע און שייגעץ שטיק דעקן זיי מיט דעם אז זיי זענען געווארן מאלעסטעד. כאילו דאס טוט שוין בארעכטיגן אלע זייערע מעשים תעתועים...!
האדם הגדול בענקים.
מצו"ב מקצת שבחו שלא בפניו ז"ל. (וראה זה פלא שזה נכתב ע"י מתנגדיו ומציקיו)
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/open?id=18KLAZHTGUfIoXOwUCEEb28vf8xcMQE7c">https://drive.google.com/open?id=18KLAZ ... vf8xcMQE7c</a>
Re: ברוך דיין האמת: רבי נתן יהודה לייב (לייבל) מינצברג זצ"ל
איך האב געליינט די קונטרס בשעתו, און יעצט אביסל איבערגעקוקט, און בעניי ווייס איך נישט וואס זיי ווילען. ער איז גארנישט אזא ת"ק און גארנישט אזא שייגעץ. סה"כ שמועסט ער אביסל לייכט. ער מעג נישט זאגען אז די אנגעצויגענע מהלך פון ר׳ חצקל איז נישט די מהלך פון גדולי ישראל? עס איז דען נישט אמת? נישט אזוי טראכט יעדער וואס טראכט? איינער איז מחנך קינדער צו זיין ווי ר׳ חצקל? און נאך אזעלכע זינלאזע טענות מיט קטנות.
דעמאלס בין איך געווען א בחור אין בריסק, און איך האב עס געליינט און איך האב אביסל געפרעגט די צאלמערס וואס דא טוט זיך, און זיי האבען געפלוידערט וועגען מאדערנע שטריימלעך (!) וכדו׳. די ווייבער גייען דארט נאך אראפ געבינדען, דער עולם איז פרייליך אביסל אבער פרום ווי יעדעם.
רבוש"ע, וואס וויל מען פון זיי?
זאל ער רוהען אין ג"ע, און די בזיונות זאל פאר אים זיין א כפרה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיוחד לעובדי ה' אינטלגנטיים
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/49660">http://www.hebrewbooks.org/49660</a>
וראה כאן
אגרת היהודי - עשרת היסודות בחיי היהודיימים ידברוער איז א פאסיגע קאנדיטאט פאר א קאווער פעידזש אין די וועקער הבא עלינו
דער קעפל קען זיין 'רבי לייב בעל היסורים'