שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12648
שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
איך האב געקויפט איין טיקעט מיט צוטיילן מיט'ן עולם דא.
אריינצוגיין און ווערן א שותף מוז מען דא שרייבן איין שבח, איין מעלה וואס פרעזידענט טראמפ יר''ה האט וואס איז נוגע אונזער לאנד אמעריקע. דאס טייטש א פאזיטיווע שטריך פון אונזער פרעזידענט פון וואס אמעריקע בענעפעטירט.
סתם תגובות גייט נישט ווערן א שותפות.
סארקאסטישע תגובות איז גארנישט ווערד, ס'מוז זיין ערנסט. מיין נאז וועט שוין דערשמעקן וועלכע ס'איז ליצנות און וועלכע ס'איז סינסיר בלע''ז.
📎 rps20181022_204342.jpg
ווען נישט טראמפ וואלט הילערי געווען פרעזידענט
א. טראמפ איז א מוראדיג אפטמיסטישער מענטש, ער גלייבט אז סוועט עים גיין גוט אפילו ווען די מצב ווייזט חושך מצרים
ב. טראמפ איז א מארקעטינג מייסטער, ער קען דיך פארקויפן א טראמפ בריק אין מיליאנען וועלען נאך פארען דערויף.
ג. טראמפ האט ארויסגעלאזט רובאשקין, און געוויזען אז ער לאזט נישט מענטשען שימלען אין טירמע פאר גארנישט און פאר נישט
אין די צייט וואס מיר האט גענומען עטליכע וואכן אויפצוקומען מיט מיין ניק, קומט ער טעגליך אויף מיט 6-7 פרישע ניק נעימס אויף יעדעם וואס שטייט אים אין וועג.
ערפאלגרייך געבראכן "אביסעל " די אייז אז מקען מצליח זיין און געווינען אפילו מען איז נישט פאליטיקלי קארעקט.
מיט זיין שטייער רעפארם האט ער איינגעשפארט איבער טויזנט דאלער א יאר פאר יעדע דורכשניטלעכע ארבייט'ס קלאס אינגערמאן.
פרעזידענט טראמפ האט באוויזן עפעס וואס אסאך אנדערע פאר אים האבן נישט געקענט, און ער האט אריבערגעפירט די אמעריקאנער אמבאסאדע קיין ירושלים, און אנערקענט ירושלים אלס די הויפט שטאט פון ישראל.
כ'ווייס נישט צו ס'איז א מעלה אדער נישט.. @
ליפא??
אויב ווילסטו דאס נישט רעכענען.. לאמיר פרובירן נאכאמאל, טראמפ האט באוויזן צו שניידן שטייערן פאר אסאך אסאך אמעריקאנע בירגער, טאקע נישט פאר מיך און דיך, אבער פאר אסאך גאר רייכע מענטשן, בײ זײ איז עס א מעלה..
אויך נישט?? לאמיר זען.. אה אה טראמפ האט באוויזן צוזאמען צו נעמען די דעמאקראטישע פארטיי ווי קיינמאל ביפאר..
אלע תגובות וואס באקומען א לייק פון מיר זענען שותפים
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
אנגעריסן די פאלעסטינער און גארנישט איז נישט געשען, פארמאכט אונרא און גארנישט איז נישט געשען, ארויסגעווארפן די פאלעסטינער פארשטייער און גארנישט איז נישט געשען, פייט ווי א לייב, לאזט זיך נישט פון גארנישט, וועט אייביג האבן אן ענטפער מיט אן אטאקע אויפן פלאץ, פירט מלחמה מיט די גאנצע וועלט און מען ווייסט זיך נישט וויאזוי זיך אן עצה צי געבן מיט עם... זאל איך גיין ווייטער?....
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
פרעזידענט טראמפ יר"ה האלט איין זיינע צוזאגען, נישט ווי זיינע פארגייער וואס האבן האבן צוגעזאגט און נישט געטוהן ווי למשל דער אמעריקענער עמבעסי אדער טעקס און נאך
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
טראמפ איז פון די איינציגע וואס האבן די ביצים זיך אנצוהייבן מיט די יוסטיץ דעפארטמענט.
יגעתי ולא מצאתי בעו"ה וועל איך מוזן מוותר זיין.
(עכט נישט ס'איז נאר פשוט קיל צו זיין א טראמפ קעגנער..)
טראמפ האט איינגעפירט א נייע מושג הנקרא "פעיק-ניוז". יעדער האט געוואוסט פונעם עלעפאנט אין צימער, אבער טראמפ האט עמטליך ערקלערט קריג קעגן דעם פענאמען, און היינט צוטאגס ווען א צייטונג דערציילט "פאקטן" ווייסט מען אז עס קען זיין פאלש און פארפירעריש.
ארי נוהםטראמפ האט איינגעפירט א נייע מושג הנקרא "פעיק-ניוז". יעדער האט געוואוסט פונעם עלעפאנט אין צימער, אבער טראמפ האט עמטליך ערקלערט קריג קעגן דעם פענאמען, און היינט צוטאגס ווען א צייטונג דערציילט "פאקטן" ווייסט מען אז עס קען זיין פאלש און פארפירעריש.
גוט. אבער צו זיין קארעקט קומט דער מושג 'פעיק ניוז' פון די מידיע זעלבסט קעגן די א.ג. מיסאינפארמאציע אויף סאציאלע מידיע ביי די וואלן. פרעזידענט טראמפ האט גענומען דעם פראזע און עס סוקסעספול צוריקגעשליידערט אין די לינקע פארטייאיש איינזייטיגע מידיע'ס פרצוף אריין!
איין מעלה איז, אום אני חומה...
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
א דאנק טראמפ קען איך יעצט אריינגיין אינעם מעגא לאטאו בחינם.
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
ארויפגעשטעלט צוויי קאנסערוואטיוון אויפן סופרים קאורט.
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
טראמפ האט נישט מורא צו פייטן קעגן די לינקע בלאפערס ווען ער האלט אנדערש.
ער איז גוט צו מדינת ישראל.
ביבערער איז גוט צו מדינת ישראל.
ער האט אבער געפרעגט וואס ער האט גוט געטוהן פאר אמעריקע, נישט ישראל....... חוץ אויב ישראל איז א שטעטל פון אמעריקע.......
קורקלענדביבערער איז גוט צו מדינת ישראל.
ער האט אבער געפרעגט וואס ער האט גוט געטוהן פאר אמעריקע, נישט ישראל....... חוץ אויב ישראל איז א שטעטל פון אמעריקע.......
דאס וועט שוין דער בי"ד מחליט זיין...
פון די אנדערע זייט מטבע א מעלה וואס איז יא נוגע אמעריקע, ער איז שטרענג קעגן איסלאמישע עקסטרעמיזם.
ער האט א טישעל לעדיל מיט קענדיס..
טראמפ האט געוואלדיגע סעלף קאנפידענס אז ער קימערט זיך אינגאנצן נישט ווען ער רעדט שטותים
ער האט דעם ביליאן וואס איך דארף דא
ער שטעלט די ביזנעסער בעפאר די ענווייערמענטאליסטן.
איך פערזענליך האב גענאסן פון אים אז איך האב מער איבער וואס צו שמועסן.
זיין ווייב איז א כלילת יופי
ער איז די ערשטע פרעזידענט מיט ארענדזשע האר
ער האט ענערדזי פון דא ביז מצרים און ער געט אונדז נייעס יעדן טאג ברוך השם פאר דעם
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
Trump made America great again!
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
ער האט א גרויסע...
האנט
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
גדליהזיין ווייב איז א כלילת יופי
ער איז די ערשטע פרעזידענט מיט ארענדזשע האר
WOW!! כ'האב קיינמאל נישט געכאפט. ער איז געהעריג א מינאריטי.
מען דארף געהעריג דורכגיין די זאך, וויפיל אראנדזשע זענען דא אין קאנגרעס קעגן זייער פראצענט אין די באפעלקערונג? ווי קומט עס אז א באנדע טונקל האריגע זאלן מאכן אלע באשלוסן פאר די אראנדזשע?
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
כלבאשבועטראמפ האט געוואלדיגע סעלף קאנפידענס אז ער קימערט זיך אינגאנצן נישט ווען ער רעדט שטותים
אזויפיל אז ער דארף אזא אשכול אויף קאוועשטיבעל. ......
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
א טראמפ צייגט אז מ'געט נישט אויף ק'מען אנקומען ווי מ'וויל
טויזענטע יונגעלייט גייען נהנה זיין פון די זיין איבערזיכט אויף די שיפינג דיעל מיט טשיינע. AliExpress וועט טראסקענען. די אינטערעסאנטע חלק פון די נייעס איז געווען; ס'האט אים גענומען אונטער א סעקונדע צו טון צו די זאך, ווען ער האט געהערט פון די סקאנדאלישע חוצפה: אז צו שיקען ליפערינג פון טשיינע צו אמעריקע איז ביליגער ווי צו שיקען פון מאנרא צו מאנסי.
china/
<a class="postlink" href="https://nypost.com/2018/10/17/trump-wants-to-withdraw-from-postal-treaty-in-new-slap-at-china/">https://nypost.com/2018/10/17/trump-wan ... -at-china/</a>
“This is a big problem. President Trump, as soon as he was informed of this problem in a nanosecond he demanded action on it,” the official told White House reporters.
ער האט א אפענע קאמיוניקאציע מיט די מענטשען דורך זיין Twitter account
טראמפ האט גענומען פרעזידענטשאפט צו פאקטישע פירערשאפט. ער איז א פירער פארן פאלק.
אבאמא איז אויך געווען, אבער טראמפ איז נישט קיין אויבער חכם ווי אבאמא וואס האט געלאכט אונטער דיין רוקן.
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
ער איז נישט אחד בפה ואחד בלב.
ער זאגט וואס ער האלט, הגם מ'מוז נישט מסכים זיין מיט איהם, אבער כאטשיג ווייסט מען ווי משטייט מיט איהם.
אונטער חכםגדליהזיין ווייב איז א כלילת יופי
ער איז די ערשטע פרעזידענט מיט ארענדזשע האר
WOW!! כ'האב קיינמאל נישט געכאפט. ער איז געהעריג א מינאריטי.
מען דארף געהעריג דורכגיין די זאך, וויפיל אראנדזשע זענען דא אין קאנגרעס קעגן זייער פראצענט אין די באפעלקערונג? ווי קומט עס אז א באנדע טונקל האריגע זאלן מאכן אלע באשלוסן פאר די אראנדזשע?
פון די
Red-Headed Leagueאיז א מייסטער אין קאנעקטען צו פשוטע עמך מענטשען אין פארשטייט זייערע געברויכען