☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאוועשטיבעל לאטטערי 2018 - איך גיי אריין

קאוועשטיבעל לאטטערי 2018 - איך גיי אריין

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12643

גדליה » זונטאג אקטאבער 21, 2018 11:17 pm

· #414905
קאוועשטיבעל לאטטערי 2018 - איך גיי אריין
יעדער איינער קען אריינקומען אויסשמיסען דא פארשידענע וויכטיגע זאכען ארום די לאטעריע
למשל:
וואס ברויכט איר דווקא האבען א ביליאן מיט א בית, פארוואס איז נישט גענוג א צען מיליאן?
צו האט איר מורא אז א ערדציטערניש וועט אייך פארטיליגן אפילו די שאנסען זענען גאנץ קליין?
דרעוילעם כאפט טאקע נישט ווי די רעגירונג רייט אויף אונזערע פאנטאזיעס?
אויב די סטעיט געט נישט אפ דאס געלט פאר'ן געווינער, קען איך צוריקבעטן מיין געלט?

איין תנאי איז דא:
אויב האט איר קאמענטירט, אדער געלייקט, אין דעם אשכול מיט'ן טיטל "קאוועשטיבעל לאטטערי 2018 - איך גיי נישט אריין" זאלט איר תיכף ומיד פארלאזען דאס מקום.
ווער סוויל נישט פאלגען קען זיך גיין פון דא, ס'איז מיין אשכול און איך קען פארטרייבען וועם איך וויל.
בתקוה להבנה.

מיימון » זונטאג אקטאבער 21, 2018 11:52 pm

· #414910
איך האף און בין מתפלל אז קיינער זאל נישט געווינען דעם לאטערי נאך אפאר מאל אזוי וועט זיך האפנטליך דא אביסל מער ווירבלען אשכולות ווי אין די גוטע צייטן. פארשטייט זיך אז ביים טריליאן דאלער לאטערי וועלן מיר געווינען (אנאנים וועט שוין האלטן ביי א טריליאן לייקס though ) . אקעי אקעי איך פארלאז שוין דעם אשכול..

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 22, 2018 5:44 am

· #414929
Re: קאוועשטיבעל לאטטערי 2018 - איך גיי אריין
דחק סומכוס ונכנס

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גדליה » מאנטאג אקטאבער 22, 2018 9:23 pm

· #414997
ליטוואק פון בודאפעסט
דחק סומכוס ונכנס

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

באנדיט יאג ארויס פון דאנען