☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #12635

אשכול אן א טיטל #12635

92 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12635
בלאט: 1 2

איסר האטלקי » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:40 am

· #414756
ווילסט אים פשוט קלענער מאכן דעם נסיון...

בן בג בג » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:48 am

· #414757
מיט א פארויטעלטן געזיכט סיין איך זיך אריין דא אין שטיבל , צו זאגן אז וויל אויך דא אנטייל נעמען אין דעם 😳
וואס טוט מען נישט פאר אפאר טאלער.... אפשר נאכ'ן האבן אפאר מעלאנעס וועט מען האבן אביסל צייט צו שרייבן

תנחום » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 1:00 am

· #414758
גא"מ בתודה מראש

בן עקיבא » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 1:03 am

· #414759
ר' ישעי' בן ר' משה, ר' לוי יצחק בן שרה סאשא, אלקא דמאיר עננו... וכו'

אויסגערוט » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 1:05 am

· #414760
גם אני מצטרף

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk

פערינא » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 1:13 am

· #414761
אז קאווע שטיבל וועט געווינען מיז איך זיין אין די קלאב. נאך דאס פעלט מיר אויס. בלייבען אן די חברה?

ביבער » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:27 am

· #414762
אריין בזכות רבינו שליטא

שמעון וואלף » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:39 am

· #414763
גיימיר צאמשטעלן א מעמד בקשת רחמים. ווער קומט קיין רימניץ?

ראוונע » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 3:21 am

· #414764
גם אני מצטרף
בזכות האדמו״ר מקרייניץ זי׳ע

תודה רבה להראש הקהל

שושן פורים » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 4:45 am

· #414765
אריין
פארוואס נישט?

קרעקער » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 6:36 am

· #414766
גא"מ

מרדכי ישראל » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 6:41 am

· #414767
איך שרייב מיך אויך איין

זעמיל מילכיגער » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 10:05 am

· #414768
בא"ה

קומזיץ » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 10:15 am

· #414769
גם אני מצטרף
ישר כח אנאנים

לית דין בר נש » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 11:10 am

· #414771
מיין בלוט איז אויך רויט!

קורקלענד » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 11:25 am

· #414772
קע''ה, מ'דארף עס שוין צוטיילן פאר איבער פופציג ניקס..... איך מיין אז מ'זאל צולייגן נאך אפאר טיקעט'ס אזוי אז ס'זאל זיין גענוג פאר יעדן......

היסטאריקער » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 11:39 am

· #414773
גם אני בחלומי

סמבטיון » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 11:46 am

· #414774
Im in

גראף » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 3:42 pm

· #414779
אריין אין דערינען. אי''ה נאך א געווינס העט מען טיילן וועקער'ס בחינם.

גראף » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 3:43 pm

· #414780
פארוואס וויל שמעקעדיג נישט מעלאנעס?

ונבנתה העיר » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 3:58 pm

· #414781
און ער קען דיר ניטאמאל ענטפערן...

כוכב » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 4:35 pm

· #414782
שויער געדאנקען ארום דעם אשכול:
1. זיך איינשרייבן אין דעם אשכול און אנטיילנעמען אין אנאנים'ס לאטא איז די זעלבע פערדישקייט ווי קויפן א לאטערי טיקעט זעלבסט -- מיליאנען מענטשן טוען עס.
2. שוין לאנג נישט געווען אן אשכול וואס זאל זשענערעיטן 41 לייקס און אלץ פאר א דמיון שבדמיון שבדמיון וואס האט נישט קיין שום אחיזה אין עולם הרעאליטעט -- אנאנים איז א חברה מאן געמאכט א גוט געשעפט פאר מינימאלע אינוועסטמענט פון ממש אפאר סינגלס.
3. אסאך ניקים שרייבן זיך איין מיט זייער צווייטע ניק וואס זיי נוצן אלס בעזעם ניק -- אפילו אלס מיליאנער האט מען נאך גילוי פאראנויע און וואס וועט זאגן די "סיסטעם".

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:05 pm

· #414783
סמבטיון
Im in

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:10 pm

· #414785
מי ראה זר זהב יוצא ממחבואו ואינו יוצא

יין שרף » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:23 pm

· #414786
זר זהב
סמבטיון
Im in

א גאנץ יאר איז ער א זר, ביז עס קומט צום זהב..

קל וחומר » מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 7:49 pm

· #414788
42 לייקס איז אויך א געווינס.

יין שרף » מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 8:18 pm

· #414791
כוכב
שויער געדאנקען ארום דעם אשכול:
1. זיך איינשרייבן אין דעם אשכול און אנטיילנעמען אין אנאנים'ס לאטא איז די זעלבע פערדישקייט ווי קויפן א לאטערי טיקעט זעלבסט -- מיליאנען מענטשן טוען עס
.
נישט ממש, דא קאסט עס נישט קיין געלט
2. שוין לאנג נישט געווען אן אשכול וואס זאל זשענערעיטן 41 לייקס און אלץ פאר א דמיון שבדמיון שבדמיון וואס האט נישט קיין שום אחיזה אין עולם הרעאליטעט -- אנאנים איז א חברה מאן געמאכט א גוט געשעפט פאר מינימאלע אינוועסטמענט פון ממש אפאר סינגלס.
קודם כל די לייקס איז נישט פארן טיילן די געלט דא צווישן די עולם... פאר די איידיע שבו, און אזוי אויך די גוטהארציקייט דערפון.

און באמת מיט אביסל שכל איז דאס אויך מיר א גוטע אינוועסטמענט. מיט די איבריגע 6 דאללער אין טאש וואלט ער געהאט אסאך מער בגשמיות און פיזיש (גייסטיש נישט ודו"ק), און געקענט אויפטוהן מער ברוחניות.
3. אסאך ניקים שרייבן זיך איין מיט זייער צווייטע ניק וואס זיי נוצן אלס בעזעם ניק -- אפילו אלס מיליאנער האט מען נאך גילוי פאראנויע און וואס וועט זאגן די "סיסטעם"
מהיכי תיתי? עכ"פ וועלכע איז דיין צווייטע ניק..?

יין שרף » מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 8:19 pm

· #414792
[ציטאט אראפגענומען]

די אלטע טיקעטס גייען נישט נאכאמאל אריין אין גורל ביז עס איז דא א געווינער?

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 8:39 pm

· #414794
ב"ה אז איך בין קלוגער פון יעדעם, און איך האב נישט מצטרף געווען.

זאג הרב כוכב, ווען איינער גיבט דיר א טיקעט, וואלטסטו עס ארויס געווארפען ווייל עס איז א פערדישקייט? האסט גענוג דרייסטקייט פאר דעם?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

כוכב » מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 9:10 pm

· #414796
פרישע שויער געדאנקען לכבוד די שטייגונג צו 1.6 ביליאן דאלאר.
1. "איינער גייט דאך געווינען," -- די נארישסטע איינרעדעניש ווען עס קומט צו לאטעריס. רוב לאטעריס ענדיגן זיך אן קיין שום געווינערס, די יעצטיגע לאטערי יוכיח, טראץ די הונדערטער מיליאנען לאטעריס מ'האט פארקויפט האט מען דאך נישט פארקויפט אלע 302 מיליאן פראבעביליטיס.
2. איינס און 302 מיליאן שאנס, איז (כמעט) עקיוועלענט צו זערא שאנסן. -- ס'איז דא פונקט אזויפיל שאנסן אז איינער זאל דיר אפשיקן א טיקעט אויף די פאסט אפילו האסט נישט געקויפט אדער אז דער געווינער זאל דיך אוועקשענקען דאס געלט.
3. געווינען אזא גרויסע לאטערי פארלאנגט פון א מענטש צו טוישן יעדן איינציגן ריטועל פון זיין לעבן, עקאנאמיש ווי סאציאל. ביזט גרייט דערפאר? איך בין נישט זיכער.
4. קויפן א לאטערי איז ווי אריינדיילן זיבן רענדאם נומערן צו רופן דיין חבר וועמענס טעלעפאן נומער דו ווייסט נישט. -- וויפיל שאנסן דו האסט אנצוקומען צו דיין חבר אזויפיל שאנסן האסטו צו געווינען די לאטערי.
5. אפילו אויב 302 מיליאן מענטשן קויפן לאטעריס מוז נאך אלץ נישט זיין ס'איז דא א געווינער ווייל ס'איז אלעמאל דא דאבלס און טריפלס.
6. זר זהב איז אלעמאל אין די לוקאוט פאר א תירוץ צוריקצוקומען. -- מ'דארף עס פשוט צושטעלן.

מיימון » מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 9:13 pm

· #414797
א שויער מוצאי שבת מיט כוכב איז א בחינה פון חמין במוצאי שבת מלוגמא

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 9:28 pm

· #414798
כוכב, האסט זיך פיין אויסגעדרייט. איך וועל דיר פרעגען נאך אחינס. ווען דו דארפסט אפשרייבען א נומער און דו האסו נאר א לאטטערי טיקעט פאר 1.6בנ, שרייבסטו אויף דעם? אדער וועסטו פארט נישט ארויס ווארפען דיין טשאנס אויף אזא סכום?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קורקלענד » מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 10:29 pm

· #414799
@כוכב'ל קען פעסימיסטיוון וויפיל ער וויל, אבער מ'דארף נישט זיין אזוי טרעק מיינדעד אז די איינציגסטע סיבה פאר'ן קויפן איז צו געווינען. ס'דא נאך אסאך סיבות פארוואס א מענטש זאל קויפן אזא טיקעט אויסער ווייל ער וויל האפן צו געווינען. קוק נאר אויף אונזער טייערע @אנאנים, ער האט פאר קארגע זעקס טאלער זיך איינגעהאנדעלט איבער פערציג לייקס! א זאך וואס קיינער דא געדענקט ניטאמאל ס'לעצטע מאל וואס ס'זאל האבן פאסירט דא. אויך האט ער פאר די זעלבע זעקס דאלער אויפגעשטעלט תחיות המתים אזויפיל טויטע ניקס! און גלייב מיר ווען ער זאל האבן שטארקע האפענונג אז יענע דריי טיקעטס זאלן געווינען וואלט ער אונז נישט גענומען אין זיין שותפות.....

יין שרף » זונטאג אקטאבער 21, 2018 1:20 pm

· #414829
How to read your losing Powerball ticket
805512193_257469.jpg

קורקלענד » זונטאג אקטאבער 21, 2018 1:28 pm

· #414830
ליטוואק פון בודאפעסט
ב"ה אז איך בין קלוגער פון יעדעם, און איך האב נישט מצטרף געווען.

זאג הרב כוכב, ווען איינער גיבט דיר א טיקעט, וואלטסטו עס ארויס געווארפען ווייל עס איז א פערדישקייט? האסט גענוג דרייסטקייט פאר דעם?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

זאג נאר ליטוואק, נאך וואס די אנאנים וועט ארויפלייגן די דריי נייע נומערן, און נאך וואס ס'וועט זיך טאקע ארויסשטעלן אז ס'האט יא געווינען, וועסטו פארלאנגען דיין חלק מיטן טענה אז מ'דארף זיך רעכענען מיט דיין אנטי הודעה? אדער וועסטו איבער לאזן דיין פינף מיליאן פאר די אנדערע דא? ווי שטארק איז אייער דרייסט קייט?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 21, 2018 2:23 pm

· #414835
איך וועל מוזען רעדען מיט מיין טוען.

נאר טאמער בין איך ראשעקל׳ס טוען, וואלט איך אים געראטען ער זאל עפענען א נייעם אשכול, און זיך איינקאסירען נייע לייקס און פטור ווערען פון מחלוקת.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קורקלענד » זונטאג אקטאבער 21, 2018 2:43 pm

· #414837
איך גלייב אז די אנאנים פארגינט אייך אייער חלק מיט די גאנצע הארץ זיינע, מיין שאלה איז אויב איר וועט זיך נאכאלטס אנטזאגן..... פון פרינציפ אויס גערעדט.......

טרויבן88 » זונטאג אקטאבער 21, 2018 3:00 pm

· #414838
גם אני מצטרף, כהאב נאר מורא אז צים סוף אויב מען געוויינט וועט מען ווארט נישט האלטן... און דער וואס האלט די לאטעריע וועט האלטן זיין ניק אין געהיים...

Chuchem » זונטאג אקטאבער 21, 2018 6:27 pm

· #414853
מילה בסלע.

אדער אביסל מער.

אשמח לקבל את חלקי בתוך שאר שותי קפה פעיה"ק קאוועוויל יצ"ו

קאצקע ציקער » זונטאג אקטאבער 21, 2018 7:12 pm

· #414855
קורקלענד
ליטוואק פון בודאפעסט
ב"ה אז איך בין קלוגער פון יעדעם, און איך האב נישט מצטרף געווען.

זאג הרב כוכב, ווען איינער גיבט דיר א טיקעט, וואלטסטו עס ארויס געווארפען ווייל עס איז א פערדישקייט? האסט גענוג דרייסטקייט פאר דעם?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

זאג נאר ליטוואק, נאך וואס די אנאנים וועט ארויפלייגן די דריי נייע נומערן, און נאך וואס ס'וועט זיך טאקע ארויסשטעלן אז ס'האט יא געווינען, וועסטו פארלאנגען דיין חלק מיטן טענה אז מ'דארף זיך רעכענען מיט דיין אנטי הודעה? אדער וועסטו איבער לאזן דיין פינף מיליאן פאר די אנדערע דא? ווי שטארק איז אייער דרייסט קייט?

אוודאי ווער דארף נישט קיין געלט?? דאס איז אנדערש פון איינזעהן פאר דעם אז די שאנסן איז גאר ווייניג

היסטאריקער » מאנטאג אקטאבער 22, 2018 2:58 pm

· #414965
היסטאריקער
גם אני בחלומי

כפתור » מאנטאג אקטאבער 22, 2018 8:24 pm

· #414989
אריין..
בלאט: 1 2