דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #12632
10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12632
איך גלייך אויך זייער זיינע ניגונים, קיינמאל געהערט זיין טרויעריגע היסטוריה.
עס שיינט ווי ער איז פון די סארטן נשמות וואס קענען נישט לעבן במנוחה נכונה, נישט אויך דער וועלט און נישט אויף די קומענדיגע וועלט.
עס שיינט ווי ער איז פון די סארטן נשמות וואס קענען נישט לעבן במנוחה נכונה, נישט אויך דער וועלט און נישט אויף די קומענדיגע וועלט.
אינעם יו טוב לינק שרייבט איינער אז ער האט זיך נישט געהאנגען, ער האט זיך דערשטיקט פון שליים צוליב די פילע פילן וואס די שוטרים האבן אים אריינגעלייגט אין מויל.
זבולוןאיך גלייך אויך זייער זיינע ניגונים, קיינמאל געהערט זיין טרויעריגע היסטוריה.
עס שיינט ווי ער איז פון די סארטן נשמות וואס קענען נישט לעבן במנוחה נכונה, נישט אויך דער וועלט און נישט אויף די קומענדיגע וועלט.
קרייניצ'ער רבי זצוק"ל וואלט זיך באלעקט מיט אים
געעענדיגט וואטשען א דאקומענטערי איבער זהר'ס ז"ל לעבן וואס איז ארויס לרגל 30 יאר פון זיין טויט ''זוהר ארגוב: סוף עצוב וידוע מראש''. די פילם פארט קונצליך צווישן ביידע קעגנזייטיגע אספעקטן ופון זוהר, פון איין זייט- דער מעגא-סטאר וואס האט סוקסעספול אויפגעבראכען די לאנגיעריגע מויערן וואס האבן באגרעניצט די תימנע און ספרד'ישע מיוזיק אין איזראעל און דער העלד פון הונדערטע טויזענטע ביזן היינטיגן טאג. פון דער אנדערע זייט- א קרימינעל, נאַרקאׁמַאן און נאכאנאדע רעיפער און באלעסטיגער וואס איז (ווארשיינליך) באגאנגען זעלבסמארד אין תפיסה זייענדיג אין א ביטערע נידעריגע סיטואציע. זוהר אליין האט אויך פארמאגט צוויי זייטן, אן איידעלע און גוטע נשמה אין נאטור וואס איז אריבער א ביטערע שווערע יוגנט פון וואס ער איז ארויס אומסטאביל און מיט קרימינאלע און נידעריגע נייגונגען.
אויך אינטערסאנט די פראגן וואס זיי ברענגען ארויף איבער זיין טויט און צו ער האט זיך טאקע גענומען דאס לעבן.
אויך אינטערסאנט די פראגן וואס זיי ברענגען ארויף איבער זיין טויט און צו ער האט זיך טאקע גענומען דאס לעבן.
[ציטאט אראפגענומען]
טרויעריג, נשמה׳דיג!! יישר כחכם פארן באשרייבען און פאר די לינק! קיינמאל נישט געהערט פון אים ביפאר.
ער האט א זוהן גילי וואס איז אויכעט געפלאגט מיט פראבלעמען ער איז געווען אויף די the voice פראגראם און איז ארויס אינדערמיט
האב איך טאקע געזעהן אז היינט איז זוהר'ס יארצייט
ווער עס וויל קען לערנען א פרק משניות אדער זאגן א קאפיטל תהילים וועט עס זיין אן עליה פאר זיין נשמה.
קרעדיט: איינער האט מיך גע'אישי'ט
ווער עס וויל קען לערנען א פרק משניות אדער זאגן א קאפיטל תהילים וועט עס זיין אן עליה פאר זיין נשמה.
קרעדיט: איינער האט מיך גע'אישי'ט
לעצטנס הער איך כסדר א הערליכע ניגון זיינס 'הפרח בגני', זוכנדיג צו איינער רעדט פון דעם בין איך אנגעקומען צו דעם אשכול, זייער טרויעריג
דא איז עס מורא'דיג אפגעשפילט דורך מקהלת רביבו (וואס איז אגב גאר א פיינעם מקהלה, זיי רופן זיך 'פרויקט של רביבו')
https://www.youtube.com/watch?v=PbnyBesrAs4
דא איז עס מורא'דיג אפגעשפילט דורך מקהלת רביבו (וואס איז אגב גאר א פיינעם מקהלה, זיי רופן זיך 'פרויקט של רביבו')
https://www.youtube.com/watch?v=PbnyBesrAs4
הפרויקט של רביבו איז זייער גוט! כ'הער זיי ווען כבין אין די מוט פון מזרח תיכוני מוזיק. זייערע ענערגישע קבלת שבת חאפלא'ס איז עפעס ספעציעל
https://youtu.be/xR68U4Bc-9c?si=_UB7uK7PnQ2tiLfL
https://youtu.be/xR68U4Bc-9c?si=_UB7uK7PnQ2tiLfL