☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » סאודיס הרגנען און צעשניידן זשורנאליסט לנתחים - טערקיי קלעימס

סאודיס הרגנען און צעשניידן זשורנאליסט לנתחים - טערקיי קלעימס

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12618

טאמבל סאס » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 2:23 pm

· #414207
סאודיס הרגנען און צעשניידן זשורנאליסט לנתחים - טערקיי קלעימס
ס'טוטצעך אויף טישן און בענק. די שפורן פון, דזשאמאל קאשאגי, א סאודי אראבישע זשורנאליסט אין גלות, וואס האט פארלוירן חן ביי די רעליגעיזע עסטעבלישמענט פון זיין היים-לאנד פאר'ן פובליצירן ארטיקלען און פאעמעס, קריטיקעל אויף די עסטעבלישמענט און דער קרוין-פרינץ, איז פארלוירן געגאנגען.

אנגעבליך, איז ער, וואוינענדיג אין טערקיי און וועלענדיג חתונה האבן דארטן, אריינגעגאנגען צו די סאודישע קאנסולאט אין אינסטאנבול, אפצונעמען א געוויסע געזעצליכע דאקומענט, as one does, און ער איז קיינמאל מער נישט אהייםגעקומען. די טערקן טענה'ן ער האט קיינמאל נישט פארלאזט די קאנסולאט און די סאודיס טענה'ן אז ער איז אריין און תיכף ארויס.

די טערקן האבן לכתחילה געזאגט זיי האבן עווידענס וואס זיי וועלן שערן, אז מען האט אים דארטן געפייניגט און צעשניטן אויף שטיקלעך, געפילמט אלצדינג און ארויסגעשיקט די טעיפ צו סאודיע אראביע לזכרון עולם און די סאודיס טענה'ן להד"ם. די טערקן האבן למעשה גארנישט געוויזן, אחוץ דאס אז זייערע cctv אינדרויסן פון די קאנסולאט ווייזט נישט קיין רעקארד פון קאשאגי האבענדיג פארלאזט די קאנסולאט. די סאודיס, איז מען חושד, סטראשען מיט'ן פארמאכן די אויל-קראנען, אויב זאלן זיי, די לעצטע, זיך צערעדן צופיהל.

אמעריקע האט ארויסגעקרעכצעט אביסל אבער נאר אויף יוצא צו זיין כדי אבילות. וואס זאגט דער עולם? ברויך מען זיך צעקראצן אסאך צוליב א סאודי רעבעל? אדער אפשר זאלן די סאודיס מחליט זיין אליינס אויב זיי ווילן אזוי ווייטער משלים זיין? קען זיך עמיצער פארשטעלן אז זיין גאנצע חטא איז געווען שרייבן אביסל קריטיק? ווירקט עס טאקע אזוי גוט?

אבער כאטש ביזנעס טאר מען נישט טוהן מיט די סאודיס, נישט אזוי? נעמען פון זיי אויל אדער גיבן פאר זיי געלט זאל זיין כאטש אזוי הארב ווי נעמען געלט ביי די מדינה אדער צאלן מיסים?!

ליפא » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 2:27 pm

· #414208
ער האט אויך געשריבן פאר'ן וואשינגטאן פאוסט און דאכט זיך אויך איז ער אן אמעריקאנער סיטיזען

מאן דאמר » מוצ"ש אקטאבער 13, 2018 10:12 pm

· #414403
Debka האט אן ארטיקל מיט אן אנדער בליק וואו רוב פון די מידיא.
זיי פרעגן אפאר הארבע שאלות, ערשטענס, ווער ס׳האט אמאל געלעזן זיינע ארטיקלען אדער געזעהן זיינע אינטערוויוס, איז ער נישט געווען אזא גרויסע קריטיקירער בכלל, ער פלעיגט צו אויסרוהמען און און אויך קריטיקירן, אבער נישט די אוסגערופענער קריטיקירער וואו מען לייגט אים יעצט אראפ אין די מידיא, אז ס׳זאל זיין זעלבסט פארשטענדליך אז זיי ווילן אים זעהן טויט


<a class="postlink" href="https://www.debka.com/khashoggi-case-vile-murder-palace-intrigue-against-crown-prince-or-plot-to-torpedo-us-saudi-ties/">https://www.debka.com/khashoggi-case-vi ... audi-ties/</a>

טאמבל סאס » זונטאג אקטאבער 14, 2018 1:37 am

· #414417
אפשר זוכט סאודיע אראביע אוועקצולייגן אויך קליינע קריטיקירער.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 14, 2018 1:32 pm

· #414430
Re: סאודיס הרגנען און צעשניידן זשורנאליסט לנתחים - טערקיי קל
א. איך פארשטיי אז אמאל איז ער געווען א יועץ ביים רעגירונג דארט און א נאנטער. די בגידה פון ווערען א דיססידענט איז אפשר שווערער איינצושלינגען.

ב. טראמפ האט עפעס יא געסטראשעט די סאודיס, אבער ער וואלט געדארפט זיין צופרידען. א דזורנאליסט איז דאך די ערגסטע טעראריסט אין די וועלט אין זיין טראכטסגאנג, ניין?

ג. עס קען גאר זיין א מעסעדזש צו אנדערע דענקערס און שרייבערס זיך צו היטען.

ד. א מענטש דארף חתונה האבען און ער ווערט פלוצלונג פארשוואונדען, דארף נישט זיין א גרויסע קשיא.....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » זונטאג אקטאבער 14, 2018 2:20 pm

· #414433
די אינטערעסאנטע חלק אויב אמת, אז די רציחה איז רעקארדירט געווארן דורך א עפעל זייגער, און זיי סטראשן דאס ארויסצוגעבן.

הגם עס איז מן הסתם נישטא, ווען יא געבן זיי עס ארויס.

טאמבל סאס » זונטאג אקטאבער 14, 2018 5:07 pm

· #414442
איך קען מיך פארשטעלן דאס צו האבן געווען איינע פון די נושאים וואס טראמפ און דער פרינץ האבן דיסקוסירט ווען טראמפ איז געפארן שאקלען שווערדן אין ריאד צוזאמען מיט די ווייסע נאכט-העמעדער.

ביז טראמפ איז סאודיע נאכנישט זיכער געווען ווער ס'וועט געווינען אמעריקע'ס אלייענס, איראן אדער זיי, אצינד אז טראמפ האט אויסגעוועלט סאודיע האט מען געקענט רעדן פון אפווישן קאשוגי.

איך קען מיך פארשטעלן דער פרינץ פרעגן טראמפ, איז עס אקעי אויב מיר נעמעןן קעיר פון אפאר טראבל מעיקערס?

טראמפ: ווער למשל?

פרינץ בין סאלמאן: דעי מעסיגע סארט, ווי למשל קאשוגי, די וואס טוען אונז נאך אפ די מערסטע שאדן..

טראמפ: יא, דער פון דער וואשינגטאן פאסט, נאו פראבלעם, גאו אהעד, די וואשינגטאן פאסט אר ווערי בעד פיפל. דעי קאוז האוואק אין מיי קאנטרי. דו ראם אים אפ, איך וועל מיך מאכן אביסל ברוגז און דו וועסט צוריקסטראשען און ביני לביני וועט מען זאגן אז די טערקן האבן זיך סתם פארלייגט.. מ'וועט שיקן צו דעבקא.

דער אמת איז, די טערקן זעלבסט זענען זיך ווערד זייער געלט און זענען גארנישט ווייניגער נחשד צו טוהן אזעלכיגע זאכן איז דערפאר א חוצפה אז זיי קומען יעצט שרייען; צו שנעל האבן זיי פארגעסן פון די פילע סאודיס וואס זיי האבן עקסעקיוטעד אין אינסטאנבול, ביי די אטאמאן-וואהאבי מלחמה.

בכל אופן, אמעריקע מיין איך האט געמאכט א טעות מיט'ן שלאגן א דיעל מיט סאודיע אראביע וואס יא, זענען רייך, אינדערוועלט און איינגעטונקען אין עולם הזה אבער מיט אן אמונה טפילה, פאנאטיש, פויל און אימפולסיוו, אנטקעגן די איראנע וואס זענען געלערנט, אינדוסטריעס און מיט א ציהל.

מאן דאמר » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 9:09 am

· #414467
דא זאגט א דייטשע נייעס אז ער איז נישט האַלבּ דער צדיק ותמים וואו מען לייגט אים אראפ, וואס ברעינגט ארויף נאך שאלות פאַרוואס מען זאל אים וועלן טויטן, צו פילייכט זענען דא נאך אנדערע וואס ווילן אים זעהן טויט וכו׳

<a class="postlink" href="https://pjmedia.com/spengler/german-press-reveals-saudi-spook-saga-behind-khashoggi-disappearance/">https://pjmedia.com/spengler/german-pre ... ppearance/</a>

אונטער חכם » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 11:20 am

· #414473
Re: סאודיס הרגנען און צעשניידן זשורנאליסט לנתחים - טערקיי קל
רחמנא ליצלן, די סאודיס האבן שוין אן אגענט אין קאווע שטיבל.[emoji38] [emoji38]

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 11:41 am

· #414474
מאן דאמר
דא זאגט א דייטשע נייעס אז ער איז נישט האַלבּ דער צדיק ותמים וואו מען לייגט אים אראפ, וואס ברעינגט ארויף נאך שאלות פאַרוואס מען זאל אים וועלן טויטן, צו פילייכט זענען דא נאך אנדערע וואס ווילן אים זעהן טויט וכו׳

<a class="postlink" href="https://pjmedia.com/spengler/german-press-reveals-saudi-spook-saga-behind-khashoggi-disappearance/">https://pjmedia.com/spengler/german-pre ... ppearance/</a>

זיין פעטער, עדנאן חאשוגי (נישט קאשאגגי.) איז בשעתו (אין די זבעציג'ער און אכציג'ער יארן) געווען דער גרעסטער ווהילער-דילער אין די אראבישע וועלט. און ער האט געהאט א סאך בשותפות'דיגע דיעלס מיט אידן. אריינגערעכנט דעם דורכגעפאלענעם ריעל עסטעיט דעוועלאפמענט דיעל אין לאנדאנ'ס פישערמענ'ס ווהארף, וואס ער האט געבויעט בשותפות מיט די רייכמאנס פון טאראנטא...!

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 11:44 am

· #414475
אונטער חכם
רחמנא ליצלן, די סאודיס האבן שוין אן אגענט אין קאווע שטיבל.[emoji38] [emoji38]

אונטער חכם: אשר על כן דארף זיך אן ערליכער איד היטן נישט אריינצוגיין אין די עמבעססי פון סאודי אראביע. מפני מעשה שהיה...!

מאן דאמר » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 6:46 pm

· #414491
CNN און אנדערע, מעלדן אז מלכות בית סאעוד גייט באלד ארויסגעבן אן אפיציעלער הודאה, במקצת, אז מ׳האט אים געהארגעט בטעות במכה שאין בה כדי להמית, אינמיטן אן אויספארשונג

<a class="postlink" href="https://www-m.cnn.com/2018/10/15/middleeast/saudi-khashoggi-death-turkey/index.html?r=https%3A%2F%2Fwww.cnn.com%2F">https://www-m.cnn.com/2018/10/15/middle ... cnn.com%2F</a>

גדליה » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 7:49 pm

· #414495
יעצט איז די שאלה, ווי אזוי קען מען זען אז זשורנאליסטען זאלען מער נישט שטארבען אינמיטן אויספארשונגען אויף א פרעמדע באדן?

מאן דאמר » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 7:52 pm

· #414497
ווען קאשאגי זאל זיין בין החיים וואלט ער מן הסתם דיר געקענט ענטפרן

גדליה » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 7:53 pm

· #414498
מיינסט צו זאגען, ווען ער ווייסט דעם ענטפער איז ער נאך בין החיים

טאמבל סאס » דינסטאג אקטאבער 16, 2018 1:48 pm

· #414538
אז מען טראכט אריין, ס'איז דאך א געפערליכע תועבה. כ'מיין צעשניידן א מענטש אויף שטיקלעך איז א נבלה וואס מען קען זיך נאר פארשטעלן, די בארבארן פון צענדליגע טויזנטער יארן צוריק האבן געטוהן. כדי צו קענען טוהן אזא זאך דארף מען זיין עמאשענלי שטארק אינוואלווד, די געפילן פון נקמה און פארראט מוזן זיין גאר פערזענליך.

איז בכלל, אויב מענטשן זאלן טוהן אזא זאך היינטיגע טעג -- ווען די וועלט איז אזוי פארגעשריטן און ס'איז נישט שווער פאר מענטשן געוואויר צו ווערן אז אין די פאראייניגטע שטאטן ברויך מען אפשטופן אן עקסעקיושן וויבאלד דער ארעסטאנט האט זיך געעקשנט צו ווערן הינגעריכטעט דורכן עלעקטעריק טשעיר, ווייל די רעגירונג זאגט ניין, מיר מאכן מער נישט אזעלכע זאכן היינטיגע טעג -- רופט מען זיי אייסיס צו בוקו האראם און מען קניידלט זיי אראפ מיט די דראונס, ביז א שרוך נעל pinned מען זיי אראפ.

הערט מען אמאל א לוי אראן טוט אזאנס, זאגט מען ער איז א פערווערטירטע מאלעסטער.

אבער אז א לאנד זאל זיך אזוי אויפפירן אזוי, און זאל קענען איבערצייגן מענטשן פון די ענפארסמענט אגענטורן זאלן דאס אויספירן, אהן קיין משפט, אויף א פרעמדע באדן, עמיצער מיט פרעמדע סיטיזענשיפ, מוז דאך זיין אז דא קומט פאר א מעסיוו ברעינוושאונג, א אומפארשטעליכע פאנאטישקייט. אז די בעסיק כבוד האדם זאל אזוי נישטיג זיין, מען זאל קיין הארץ קלאפענישן נישט האבן ווען מען צעשניידט דעם בחיר היצירה אויף שטיקלעך און מען פילמד עס נאך פאר אייביג, ווי קאנען די רוצחים זען דעם נרצח פאר א מענטש בכלל?

דאס איז נישט עפעס ווי א רוסישע אדער אן אמעריקאנער אויסגעפירטע אסעסינעישן. אפילו נישט ווי א סיסטעמאטישע מארד פון די נאציס. דאס איז א גאר פערזענליכער מיאוסע אקט, אזאנס וואס דערמאנט די פילגש בגבעה. אבער רבש"ע, מיר לעבן נישט מיט עטליכע טויזנט יאר צוריק?? לענדער ווערן מער נישט געפירט דורך פריוואטע משפחות!! דאס פרעסייסלי איז דאך דער געדאנק פון א גאווערנמענט, פערזענליכע געפיהלן געלייגט אין א זייט..

יעצט זייט זיך מצייר א מינוט און טראכט פון די ראביסטעווע און די רבנישע חצרות ביי די און יענע קרייז. אמת זיי קענען טאקע נישט צעשניידן מענטשן אויף שטיקלעך, אבער דאס וואס זיי קענען יא טוהן, און דער רימיט אוואו זיי האבן יא בעלות, וואספארא געפיהלן טראכט איר באיינפלוסן זייערע באשלוסן? און ביז וואו מיינט איר זענען זייערע לימיטס?

אישתישבי » דינסטאג אקטאבער 16, 2018 5:30 pm

· #414544
זאגען זיי יעצט אז דער זשורנאליסט איז גאר געוועהן א טעראריסט מיט א זשורנאליסט מאסקע.