☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » איכה..

איכה..

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1261

בן תמליון » מוצ"ש יולי 28, 2012 10:38 pm

· #29389
איכה..
איכה ישבה בדד העיר רבתי עם היתה כאלמנה

וויאזוי זי זיצט אליין
די אויגן נאס פון געוויין
קיין טרייסט צו איר פיין
די שטאט פון גרויס און קליין
ווי אן אלמנה עלנד ווי א שטיין

די וועגן פון ציון א טרויער
קיינער טרעט איבער איר מויער
אירע כהנים קלאגן ביים טויער
די מיידלאך ביטער און זויער

דורכגייער פארקלאפן די הענט
וואזוי האט דאס געקענט
א פראכט געווען דיינע ווענט
בת ירושלים חרוב פארברענט

קום וויין אין די נאכט שפעט
גיס דיין הארץ ווי וואסער און בעט
אויף די פיצלעך אויסגעהונגערט מ'זעט
אין אלע גאסן ברייט ווי מ'טרעט

דו גאטעניו דיין בענקל אייביק וועט שטיין
פארוואס זאלסטו אונז לאזן אויף עלטער אליין
קער אונז צוריק מיר ווילן מיט דיר נאכאמאל זיין
דו האסט אויף אונז געצארנט מיט נעגל און ציין

השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם

gehlungen » מוצ"ש יולי 28, 2012 11:35 pm

· #29394
I hava a feeling that this one of our old CHAVEIRIM

מורינו הרב » מאנטאג יולי 15, 2013 7:49 pm

· #39376
שטעל דיר פאר איינער זאל זאגן תשעה באב, די קינה פון בן תמליון אויף אידיש.