☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » אנקעטע שאצונג - וויפיל שטיק פארקויפט די וועקער

אנקעטע שאצונג - וויפיל שטיק פארקויפט די וועקער

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12603

יואלי וואלפסאן » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 7:46 pm

· #413604
אנקעטע שאצונג - וויפיל שטיק פארקויפט די וועקער
זינט די נומבער'ס זענען נישט באקאנט און ווערן נישט פובליצירט איז אינטערעסאנט זיין צו זען וואס דער עולם שאצט וויפיל בערך ס'גייט פונעם וועקער אויסגאבע. באזירט אויף בלויז שפאקולאציע שטימט אויף פון 1 ביז 10.

1. 300... בערך
2. 500
3. 700
4. ביז 1000
5. צווישן 1000 און 1500
6. ביז 2000
7. איבער 2000
8. 2500
9. 3000
10. מער פון 3000

קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 7:54 pm

· #413605
איך וואלט געשאצט אז ס'האלט שוין היינט 'לכאורה' ערגעץ ציווישן אכט און ניין.

יואלי וואלפסאן » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 8:09 pm

· #413607
ווואוו. כ'גלייב אז ס'וואלט ארויסגעקומען מער ווי 6-5 מאל א יאר אויב גייט עס אזוי שטארק.
**(דאס געשריבן ווען כ'האב אומריכטיג פארשטאנען איר שרייבט 8 9 טויזענט.)**

גדליה » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 8:58 pm

· #413613
מיין געס וואלט געווען אז ס'איז ערגעץ ביי נומבער 4

אדונינו » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 10:15 pm

· #413620
7

כוכב » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 10:24 pm

· #413622
בערך א האלבן יאר צוריק האב איך געהאט קראנטע אינפארמאציע (ווען כוכב זאגט אז ס'איז קראנט איז עס קראנט) אז די נומערן זענען געשטאנען ארום 8-9 (כ'בין אויך געווען שאקירט) ווייסעך נישט גענוי ווי די נומערן האלטן אצינד, כ'וואלט געזאגט אז עס וואקסט נאר.

מיימון » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 10:25 pm

· #413623
דער עולם שיסט גרויסע נאמבערס. אזויפיל ליינען טאקע מיין ארעמע געשרייבעכץ? פון די אנדערע זייט וואו זענען די הערות עס זעט אויס ווי א קארגער מנין מיט עטליכע בחורים קען מען קוים צוזאמקראצן פון די וועקער ליינערס, פון די דריטע זייט קען זיין אז אלעס איז פונקט גוט און עס איז נישט דא וואס צו קאמענטירן נישט לטוב און נישט לרע

גדליה » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 10:35 pm

· #413626
איך ווייס אויכעט נישט פון וואנען מנעמט די גרויסע נומבערס אבער אז כוכב זאגט אז ווען כוכב זאגט איז קראנט מסתמא ווייסט דער כוכב וואס ער רעדט, אנדערש וואלט ער דאך נישט געווען קראנט
אבער לו יוצייר אז די וועקער פארקויפט טאקע צוויי דריי טויזענט שטיק - און אפילו אויב היינט פארקויפען זיי נישט די ציפערן, וועלען זיי דאך איין טאג פארקויפען אזא נומער, אויב וועלען זיי ווייטער זען הצלחה, ווי די סדר אז יעדע מוצלחדיגע זאך ווערט מער אין מער מוצלח - על כל פנים אין אזא פאל קעמען דאך ארויסקומען בפרהסיא. ווער גייט זיך שלאגן מיט א ארמיי פון דריי טויזענט אידען? יעדע גייט זיך טרעפען מיט א טאטע א שוואגער א שוועסטער וואס ליינט די וועקער...

מיימון » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 11:02 pm

· #413630
נו יא, איך בין נישט אזא גלייבער אינעם המון עם. צוביסלעך וועט מען הערן געלאסענע קריטיק ווי דאס פאסט נישט יענץ וואלט געברויכט זיין מער פארווישט מיט די צייט וועט זיך פארמירן אזא קאמיטע פון עלטערע בעלי בתים מלפנים יושבי אייוועלט הראשונים כיום עלטערע שיינע יודן וואס וועלן ארויסרוקן אונזער ראובנען און א קליינע גרופע ערגעצוואו אינעם דארק וועב וועלן מאכן א אייגענעם וועבסייט מתחילה נאר אנליין און שפעטער אויף עמעזאן וכו' וכו' פאר מיר איז גענוג אז זעכציג מביני מדע האבן א שטיקל ווינקל וואו צו פארברענגען בצוותא ודי ווי דער קאצקער האט געזאגט כידוע

יאסל ראקאווער » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 11:14 pm

· #413632
יעדער קען זען אשכולות אויף קאווע שטיבל וואס טויזענט מענטשען ליינען און נאר איין צוויי רעאגירן. וואס די חידוש? שרייבען און קאמאנטירען איז רעזערווירט פאר אייניגע. פארוואס ווייס איך נישט.

אויף די היינטיגע מאסיווע ניט יארק טיימס ארטיקל אויף טראמפ איז נאר דא 1611 קאמענטס. (אויף די פעידזש ווי זיי לאזן קאמענטירן) ס'איז מן הסתם געליינט געווארן דורך עטליכע צענדליג מיליאן מענטשען.

לייקס איז א עקסטערע מסכת. סתם אזוי וואלט איך געגעבן אן עצה מ'זאל קענען לייקען אן אריינשרייבן.

גדליה » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 11:18 pm

· #413633
יאסל ראקאווער
יעדער קען זען אשכולות אויף קאווע שטיבל וואס טויזענט מענטשען ליינען און נאר איין צוויי רעאגירן. וואס די חידוש? שרייבען און קאמאנטירען איז רעזערווירט פאר אייניגע. פארוואס ווייס איך נישט.

אויף די היינטיגע מאסיווע ניט יארק טיימס ארטיקל אויף טראמפ איז נאר דא 1611 קאמענטס. (אויף די פעידזש ווי זיי לאזן קאמענטירן) ס'איז מן הסתם געליינט געווארן דורך עטליכע צענדליג מיליאן מענטשען.

לייקס איז א עקסטערע מסכת. סתם אזוי וואלט איך געגעבן אן עצה מ'זאל קענען לייקען אן אריינשרייבן.

איר זאגט אז צוויי דריי מענטשען פירען אלע שאף, אזוי ווי ביי די רביס... נו נו, כ'האף זיי זענען חאטש גיטע רביס.

קל וחומר » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 12:58 am

· #413643
Re: אנקעטע שאצונג - וויפיל שטיק פארקויפט די וועקער
גדליה
איך ווייס אויכעט נישט פון וואנען מנעמט די גרויסע נומבערס אבער אז כוכב זאגט אז ווען כוכב זאגט איז קראנט מסתמא ווייסט דער כוכב וואס ער רעדט, אנדערש וואלט ער דאך נישט געווען קראנט
אבער לו יוצייר אז די וועקער פארקויפט טאקע צוויי דריי טויזענט שטיק - און אפילו אויב היינט פארקויפען זיי נישט די ציפערן, וועלען זיי דאך איין טאג פארקויפען אזא נומער, אויב וועלען זיי ווייטער זען הצלחה, ווי די סדר אז יעדע מוצלחדיגע זאך ווערט מער אין מער מוצלח - על כל פנים אין אזא פאל קעמען דאך ארויסקומען בפרהסיא. ווער גייט זיך שלאגן מיט א ארמיי פון דריי טויזענט אידען? יעדע גייט זיך טרעפען מיט א טאטע א שוואגער א שוועסטער וואס ליינט די וועקער...
איך וועל נישט זיין סורפרייזד צו הערן אז עפעס א גביר א קנאי קויפט אויס פון די קיאסקן אויף צו פארברענען, און אז אסאך פון די וואס באשטעלן אויף עמעזאן זענען פון די וואס דארפן דאס אלס דע מה שתשיב. אזוי ווי סאטמאר רב האט געליינט ציוניסטישע צייטונגען.

עכ"ז בין איך סורפרייזד אז ס'האלט טאקע ביי אזא נומער, איך וואלט מערסטענס געשאצט אויף אן אלף פער נומער.

נעגעל וואסער » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 4:43 am

· #413649
Re: אנקעטע שאצונג - וויפיל שטיק פארקויפט די וועקער
כוכב
בערך א האלבן יאר צוריק האב איך געהאט קראנטע אינפארמאציע (ווען כוכב זאגט אז ס'איז קראנט איז עס קראנט) אז די נומערן זענען געשטאנען ארום 8-9 (כ'בין אויך געווען שאקירט) ווייסעך נישט גענוי ווי די נומערן האלטן אצינד, כ'וואלט געזאגט אז עס וואקסט נאר.

איר מיינט לכאורה צו זאגן 8-9 הונדערט. איא? דאס איז אויך היבש אסאך, עס קוקט אויס ווי דער עולם מיינט איר רעדט פון צווישן אפאר טויזענט.
ביטע קלאר מאכן.

ארי נוהם » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 5:03 am

· #413650
הערשט א גרויסע צומישעניש צווישן אלערליי נומערן.

כ'האב גאר קראנטע אינפארמאציע פון צוויי וועקערס צוריק, אז ס'האט זיך שוין דעמאלט פארקויפט ארום דריי טויזנט שטיק!

מ'קען זיך רעכענען אז די נומער האלט שוין היינט היבש העכער, און דאס ווייזט אז מיר האלטן שוין ביים דור אויף וואס דער נביא האט חזיונ'ט "הנה ימים באים... לא רעב ללחם... כי אם לשמוע את דבר ה'"

כוכב » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 9:38 am

· #413662
נעגעל וואסער
כוכב
בערך א האלבן יאר צוריק האב איך געהאט קראנטע אינפארמאציע (ווען כוכב זאגט אז ס'איז קראנט איז עס קראנט) אז די נומערן זענען געשטאנען ארום 8-9 (כ'בין אויך געווען שאקירט) ווייסעך נישט גענוי ווי די נומערן האלטן אצינד, כ'וואלט געזאגט אז עס וואקסט נאר.

איר מיינט לכאורה צו זאגן 8-9 הונדערט. איא? דאס איז אויך היבש אסאך, עס קוקט אויס ווי דער עולם מיינט איר רעדט פון צווישן אפאר טויזענט.
ביטע קלאר מאכן.

ניין ניין, 8-9 אין דער אנקעטע. צווישן צוויי א האלב און דריי טויזנט שטיק.

קורקלענד » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 9:52 am

· #413664
ווען די רעדאקציע זאל נאר ארויסלייגן די עכטע נומערן וואלט עס שוין איבערגעשטיגן א גוטע פינף טויזנט פּער אויסגאבע. יעדער מיינט אז זיי זענען די איינציגסטע וואס לייענען עס. ווען מען פרעגט נאר איינער אנדערש דערוועגן מאכן זיי זיך כלא יודעים, אדער גאר קוקט מען אייך אן קרום, ווען אין די זעלבע צייט האלט עס יענער פונקט אזוי אונטער די קישעלע.....

@קל וחומר. די וואס קויפן עס צו פארברענען זענען טאקע א פארלוסט, אבער די וואס קויפן אלס די מה שתשוב קען מען לכתחילה רעכנען..... סוף כל סוף האט עס אן אפעקט.

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 3:20 pm

· #481297
סתם פאר נייגעריגקייט וויפיל האט זיך פארקויפט פונעם וועקער נומער 18 ?
און וויפיל שטיק האט מען ארויסגעפרינט פון #19 ?

החוקר » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 4:26 pm

· #481310
Re: אנקעטע שאצונג - וויפיל שטיק פארקויפט די וועקער
איך וואלט געזאגט אז דער יעצטיגער וועקער קומט אריין פיל שטערעקר ווי וועקער נומער 18.

איך שאץ אז נומער 18 האט פארקויפט אן ערך פון 75 שטיק א טאג די ערשטע פאר טעג. דער יעצטיגע נומבער וואלט איך געשאצט איז אריינגעקומען בערך טאפלט, ביי בערך 150 שטיק א טאג, פאר די ערשטע טאג צוויי. יעצט האלט עס ארום 40-50 שטיק א טאג.

דער וועקער פארקויפט זיך די שטערקסטע אין די ערשטע צוויי וואכן ביז בערך א חודש. לפי זה וואלט איך געזאגט אז עס ווערט פארקויפט בערך 1,800 ביז 2,000 שטיק אנליין. אפליין וואלט איך געזאגט גייט נאך א קנאפע פאר הונדערט.