☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » וויאזוי זאגט מען דעם אות ז' - זאיען אדער זויען?

וויאזוי זאגט מען דעם אות ז' - זאיען אדער זויען?

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12599

מיימון » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 12:57 am

· #413452
וויאזוי זאגט מען דעם אות ז' - זאיען אדער זויען?
וואס איז דער ריכטיגער הברה פון דעם אות זאיען zayen אדער זויען zoyen? אין סאטמארער קרייזן הערט מען דעם צווייטן נוסח אבער כמעט איבעראל זאגט מען דעם ערשטן. וואס איז ריכטיג?

דא האב איך געפונען עפעס וואס זעט אויס ווי חילוקי דעות איך קען עס נישט געהעריג אפליינען https://books.google.com/books?id=zWK8CgAAQBAJ&pg=PA305&lpg=PA305&dq=zoyen+yiddish&source=bl&ots=AqIu33RfgR&sig=giZPA_ZjlKwdTOzLd_jT
ly0dEeY&hl=en&sa=X&ved=2ahUKEwie96_VltrdAhVRON8KHZWBDqcQ6AEwAXoECAkQAQ#v=onepage&q=zoyen&f=false

אין וויקיפעדיע שטייט yiddish zoyen אבער אן א שטרעכל אויפן o וואס מאכט ווייטער א ספק.

קל וחומר » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 1:06 am

· #413453
Re: וויאזוי זאגט מען דעם אות ז' - זאיען אדער זויען?
ביידע לינקס שטייט מיט א פתח.

דאס וואס אין סאטמאר זאגט מען זויען איז אולי ווייל אויף עברית מיינט דאס עפעס אן אבר פונעם גוף, און כדי נישט נכשל צו ווערן משום שאני מינות דמשכי האט מען אזוי משנה געווען. והוא רחום יכפר...

HotCoffee » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 1:40 am

· #413455
Re: וויאזוי זאגט מען דעם אות ז' - זאיען אדער זויען?
קל וחומר
ביידע לינקס שטייט מיט א פתח.

דאס וואס אין סאטמאר זאגט מען זויען איז אולי ווייל אויף עברית מיינט דאס עפעס אן אבר פונעם גוף, און כדי נישט נכשל צו ווערן משום שאני מינות דמשכי האט מען אזוי משנה געווען. והוא רחום יכפר...
אדער ווייל ס'סאונדט אזוי ווי "Zion", און מזאל נישט נכשל ווערן מיט ציונות.

לבי ובשרי » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 2:52 am

· #413460
אדער מעגליך וויבאלד עס הערט זיך ווי 'כלי זיין'.

נהורא נפישא » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 10:28 am

· #413465
לכאורה וואלט איך געזאגט אז ביידע זענען ריכטיג ווייל די ווארט זיין פון וואס די אויס ז' באשטייט מיינט געווער. און ווי געווענליך ווערטער אין לשון הקודש ווען עס איז ביי די ענדע פון א זאץ, אדער אין תנ"ך ביי א סוף פסוק, טוישט זיך די פת"ח צו א קמ"ץ. נעמט למשל די ווארט מים- וואסער, סיי צו מ'זאגט אים מיט א קמץ סיי מיט א פתח זענען זיי ביידע ריכטיג.
דרך אגב זענען פארהאן אנדערע טעותים וואס זענען נשתלשל געווארן ביים ארויסזאגען די אותיות. אין אסאך פלעצער זאגט מען ארויס די אותיות נו"ן אדער שי"ן אזויויי ניען אדער שיען. אויך ווען מען לערנט מיט קינדער אלף בית לערנט מען זיי אפט דעם אות יו"ד אלס יידעלע.
אויך די אות צד"י וואס מיינט פאנג איז נשתלשל געווארן צו זאגן אלס צדי"ק.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 2:56 am

· #413561
לבי ובשרי
אדער מעגליך וויבאלד עס הערט זיך ווי 'כלי זיין'.

קל וחומר'ס פשט איז די ריכטיגע. כנלענ"ד...!

מי אני » זונטאג אפריל 14, 2019 4:51 pm

· #428488
Re: וויאזוי זאגט מען דעם אות ז' - זאיען אדער זויען?
נהורא נפישא

אויך די אות צד"י וואס מיינט פאנג איז נשתלשל געווארן צו זאגן אלס צדי"ק.


<a class="postlink" href="https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=34861">https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=34861</a>

ולגבי דעם אות ז׳, אין שבת קג: רופט מען אות ז׳ בלשון רבים ״זיינין״ ע״ש. וואס דאס איז משמע מיט א פתח, אבער אפשר אז בלשון רבים איז כו״ע מודי.


Sent from my iPhone using Tapatalk

וואולקאן עראפציע » דינסטאג אפריל 21, 2020 11:37 pm

· #446431
דא שרייבט איינער א אינטערעסאנטע השערה.

שמעתי ממלמדים שלאחר השואה שזה עשו בכוונה תחלה עקב חילוף עיין עם ה-זיין שהיה אצל הרבה תנוקות.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 22, 2020 12:07 am

· #446441
קל וחומר
ביידע לינקס שטייט מיט א פתח.

דאס וואס אין סאטמאר זאגט מען זויען איז אולי ווייל אויף עברית מיינט דאס עפעס אן אבר פונעם גוף, און כדי נישט נכשל צו ווערן משום שאני מינות דמשכי האט מען אזוי משנה געווען. והוא רחום יכפר...

קל וחומר: אבער מ'טאר דאך נישט רעדן עברית, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. פון וואו ווייסט מען...?!

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 22, 2020 12:11 am

· #446442
מי אני
נהורא נפישא

אויך די אות צד"י וואס מיינט פאנג איז נשתלשל געווארן צו זאגן אלס צדי"ק.


<a class="postlink" href="https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=34861">https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=34861</a>

ולגבי דעם אות ז׳, אין שבת קג: רופט מען אות ז׳ בלשון רבים ״זיינין״ ע״ש. וואס דאס איז משמע מיט א פתח, אבער אפשר אז בלשון רבים איז כו״ע מודי.


Sent from my iPhone using Tapatalk

מי אני: פרוביר צו זאגן דעם אות זיי"ן מיט די סאטמאר'ע הברה בלשון רבים. דאמאלס איז נאך א סאך ערגער...!

שקד » מיטוואך אפריל 22, 2020 1:29 pm

· #446487
קל וחומר
ביידע לינקס שטייט מיט א פתח.

דאס וואס אין סאטמאר זאגט מען זויען איז אולי ווייל אויף עברית מיינט דאס עפעס אן אבר פונעם גוף, און כדי נישט נכשל צו ווערן משום שאני מינות דמשכי האט מען אזוי משנה געווען. והוא רחום יכפר...

איך האב דעם פשט געהערט פון הרב מאליק מסאמבור שליט''א.

אישתישבי » מיטוואך אפריל 22, 2020 1:34 pm

· #446489
וואולקאן עראפציע
דא שרייבט איינער א אינטערעסאנטע השערה.

שמעתי ממלמדים שלאחר השואה שזה עשו בכוונה תחלה עקב חילוף עיין עם ה-זיין שהיה אצל הרבה תנוקות.


דער אלטער גערעשיר פלעגט אויך זאגען מיט א קמץ, לכאורה האט ער דאס געהערט אמאהל.

שקד » מיטוואך אפריל 22, 2020 1:36 pm

· #446490
אגב אז מ'רעדט פון הברות, איז דא א גרויסע שמועס דערוועגן בכלל.
ווייל עטליכע סארט הברות האבן מיר - אשכנזישע - נישט, אזויווי אנדערע לענדער האבן נישט געוויסע הברות פון אונז. און ס'היינט דא עטליכע וועגן פון זאגן הברות אויף די זעלבע אות. ווי למשל גימל, זאגט מען אין תימן דשימעל, און זיי זאגן טאקע 'בורא פרי הגזשופען' [פרעגט אייך נאך אויב איר ווייסט נישט].
און אין ליטא רוסלאנד פלעגט מען זאגן צום ביישפיל; מעשים - מייסים און דאס גלייכן.
און אין די אראבישע לענדער איז דא געוויסע הברות וואס אונז ניצן נישט, און אין אונגערן זאגט מען א ה' ווי א ח', און ס'דא היינט הברות וואס מ'ניצט שוין בכלל נישט זייט'ן דעם חורבן בית המקדש. מיט אנדערע ווערטער, אינעם א' ב' הברות איז נאך דא מער הברות וואס מ'ווייסט כמעט נישט היינט דערוועגן.
[אין אונזער חסידישע חדר האט מען קוים אויסגעלערנט די אונטערשייד פון א חטף קמץ און די סארט דיקדוקים]

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אפריל 22, 2020 1:47 pm

· #446492

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 22, 2020 3:37 pm

· #446498
רביה"ק זי"ע: איז דאך רביה"ק זי"ע דער עכטער, גערעכט געווען. ער שרייבט אין זיין ספר ויואל משה ביי דעם מאמר לשון הקודש אז די ציונים האבן בכוונה אריינגעלייגט אפיקורסות און ניבול פה אין די ווערטער וואס זיי האבן אויפגעמאכט...!

איך האב אויך עפעס א שטיקל מיינונג וואס צו זאגן איבער דעם נושא. אבער איך ווילל נישט אויפמאכן א לאנגן דיאלאג און וויכוח. עמיר עס לאזן פאר יעצט...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 4:46 pm

· #446611
שקד
אגב אז מ'רעדט פון הברות, איז דא א גרויסע שמועס דערוועגן בכלל.
ווייל עטליכע סארט הברות האבן מיר - אשכנזישע - נישט, אזויווי אנדערע לענדער האבן נישט געוויסע הברות פון אונז. און ס'היינט דא עטליכע וועגן פון זאגן הברות אויף די זעלבע אות. ווי למשל גימל, זאגט מען אין תימן דשימעל, און זיי זאגן טאקע 'בורא פרי הגזשופען' [פרעגט אייך נאך אויב איר ווייסט נישט].
און אין ליטא רוסלאנד פלעגט מען זאגן צום ביישפיל; מעשים - מייסים און דאס גלייכן.
און אין די אראבישע לענדער איז דא געוויסע הברות וואס אונז ניצן נישט, און אין אונגערן זאגט מען א ה' ווי א ח', און ס'דא היינט הברות וואס מ'ניצט שוין בכלל נישט זייט'ן דעם חורבן בית המקדש. מיט אנדערע ווערטער, אינעם א' ב' הברות איז נאך דא מער הברות וואס מ'ווייסט כמעט נישט היינט דערוועגן.
[אין אונזער חסידישע חדר האט מען קוים אויסגעלערנט די אונטערשייד פון א חטף קמץ און די סארט דיקדוקים]

שקד: דו ביסט מיט כמעט אלעם גערעכט. אבער די פארטוישונג פון א ה"א אויף א חי"ת ביי די אונגערישע קען נישט פאררעכנט ווערן אלס אן אפיציעל אנערקענטע הברה. ווייל עטליכע אונגערישע פרויען וועלכע ווייסן נישט בעסער זאגן עס...!

און די אנדערע הברות וואס מ'זאגט נישט ארויס אין די חסיד'ישע קרייזן איז, נישט ווייל מ'איז עס נישט גורס. נאר פשוט ווייל מ'לערנט עס נישט. צי וועגן פוילקייט אדער די אמעראצעס פון א טייל מלמדים. למשל די אויבערלענדישע אידן זאגן ארויס אנדערש א חירי"ק מיט א שור"ק. ביי אונז זענען אלע 3 די זעלבע. אבער ביי די ערשטע 2 איז א חילוק נישט נאר אין די הברה. נאר אין די מיינונג פונ'ם ווארט אויך. (ס'איז משנה די קריאה.)

שקד » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:01 pm

· #446633
berlbalaguleh
שקד
אגב אז מ'רעדט פון הברות, איז דא א גרויסע שמועס דערוועגן בכלל.
ווייל עטליכע סארט הברות האבן מיר - אשכנזישע - נישט, אזויווי אנדערע לענדער האבן נישט געוויסע הברות פון אונז. און ס'היינט דא עטליכע וועגן פון זאגן הברות אויף די זעלבע אות. ווי למשל גימל, זאגט מען אין תימן דשימעל, און זיי זאגן טאקע 'בורא פרי הגזשופען' [פרעגט אייך נאך אויב איר ווייסט נישט].
און אין ליטא רוסלאנד פלעגט מען זאגן צום ביישפיל; מעשים - מייסים און דאס גלייכן.
און אין די אראבישע לענדער איז דא געוויסע הברות וואס אונז ניצן נישט, און אין אונגערן זאגט מען א ה' ווי א ח', און ס'דא היינט הברות וואס מ'ניצט שוין בכלל נישט זייט'ן דעם חורבן בית המקדש. מיט אנדערע ווערטער, אינעם א' ב' הברות איז נאך דא מער הברות וואס מ'ווייסט כמעט נישט היינט דערוועגן.
[אין אונזער חסידישע חדר האט מען קוים אויסגעלערנט די אונטערשייד פון א חטף קמץ און די סארט דיקדוקים]

שקד: דו ביסט מיט כמעט אלעם גערעכט. אבער די פארטוישונג פון א ה"א אויף א חי"ת ביי די אונגערישע קען נישט פאררעכנט ווערן אלס אן אפיציעל אנערקענטע הברה. ווייל עטליכע אונגערישע פרויען וועלכע ווייסן נישט בעסער זאגן עס...!

און די אנדערע הברות וואס מ'זאגט נישט ארויס אין די חסיד'ישע קרייזן איז, נישט ווייל מ'איז עס נישט גורס. נאר פשוט ווייל מ'לערנט עס נישט. צי וועגן פוילקייט אדער די אמעראצעס פון א טייל מלמדים. למשל די אויבערלענדישע אידן זאגן ארויס אנדערש א חירי"ק מיט א שור"ק. ביי אונז זענען אלער 3 די זעלבע. אבער ביי די ערשטע 2 איז א חילוק נישט נאר אין די הברה. נאר אין די מיינונג פונ'ם ווארט אויך. (ס'איז משנה די קריאה.)

האב איך פאר דיר נייעס, אז דו ביסט דיך טועה אינעם דקות פונעם מסכתא וואס הייסט הברה.
דאס אז שווארצע רעדן ארויס אנדערש ווי אונגערישע איז אויך אינעם הברה פעלד, און לכאורה אויב ס'דא א שבט שווארצע יודען האבן זיי זייער וועג פון זאגן פסוקי התורה וכדו'. היינו הך, אונז רעדן ווייט נישט יענע הברה וואס משה רבינו האט גערעדט. טראכט אריין.

במדבר » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:20 pm

· #446637
אדער ''זאַן'' ווי די תימנ'ע אידען זאגען.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:29 pm

· #446638

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:53 pm

· #446640
שקד
berlbalaguleh
שקד
אגב אז מ'רעדט פון הברות, איז דא א גרויסע שמועס דערוועגן בכלל.
ווייל עטליכע סארט הברות האבן מיר - אשכנזישע - נישט, אזויווי אנדערע לענדער האבן נישט געוויסע הברות פון אונז. און ס'היינט דא עטליכע וועגן פון זאגן הברות אויף די זעלבע אות. ווי למשל גימל, זאגט מען אין תימן דשימעל, און זיי זאגן טאקע 'בורא פרי הגזשופען' [פרעגט אייך נאך אויב איר ווייסט נישט].
און אין ליטא רוסלאנד פלעגט מען זאגן צום ביישפיל; מעשים - מייסים און דאס גלייכן.
און אין די אראבישע לענדער איז דא געוויסע הברות וואס אונז ניצן נישט, און אין אונגערן זאגט מען א ה' ווי א ח', און ס'דא היינט הברות וואס מ'ניצט שוין בכלל נישט זייט'ן דעם חורבן בית המקדש. מיט אנדערע ווערטער, אינעם א' ב' הברות איז נאך דא מער הברות וואס מ'ווייסט כמעט נישט היינט דערוועגן.
[אין אונזער חסידישע חדר האט מען קוים אויסגעלערנט די אונטערשייד פון א חטף קמץ און די סארט דיקדוקים]

שקד: דו ביסט מיט כמעט אלעם גערעכט. אבער די פארטוישונג פון א ה"א אויף א חי"ת ביי די אונגערישע קען נישט פאררעכנט ווערן אלס אן אפיציעל אנערקענטע הברה. ווייל עטליכע אונגערישע פרויען וועלכע ווייסן נישט בעסער זאגן עס...!

און די אנדערע הברות וואס מ'זאגט נישט ארויס אין די חסיד'ישע קרייזן איז, נישט ווייל מ'איז עס נישט גורס. נאר פשוט ווייל מ'לערנט עס נישט. צי וועגן פוילקייט אדער די אמעראצעס פון א טייל מלמדים. למשל די אויבערלענדישע אידן זאגן ארויס אנדערש א חירי"ק מיט א שור"ק. ביי אונז זענען אלער 3 די זעלבע. אבער ביי די ערשטע 2 איז א חילוק נישט נאר אין די הברה. נאר אין די מיינונג פונ'ם ווארט אויך. (ס'איז משנה די קריאה.)

האב איך פאר דיר נייעס, אז דו ביסט דיך טועה אינעם דקות פונעם מסכתא וואס הייסט הברה.
דאס אז שווארצע רעדן ארויס אנדערש ווי אונגערישע איז אויך אינעם הברה פעלד, און לכאורה אויב ס'דא א שבט שווארצע יודען האבן זיי זייער וועג פון זאגן פסוקי התורה וכדו'. היינו הך, אונז רעדן ווייט נישט יענע הברה וואס משה רבינו האט גערעדט. טראכט אריין.

שקד: איך האב נייעס פאר דיר. אונזער אשכנז'ישע הברה . פון חסידישע פוילישע, גאליציאנער און אונגארישע אידן איז זיכער פארגרייזט. מ'מאכט נישט קיין חילוק ביי הוא פון לשון זכר ביז לשון נקיבה. די ריכטיגע הברה איז די ספרדישע (נישט די תימן'ער). הרב עובדיה יוסף האט געטענה'ט אז דער חת"ם סופר. ר' משהלע סופר, כלשונו האט געדינגען א בעל קורא וועלכער האט געליינט פ' מחיית עמלק מיט די הברה ספרדית. ווייל ער האט געהאלטן אז מ'איז נישט יוצא די קריאה פון זכירת ומחיית עמלק מדאורייתא נאר מיט די הברה ספרדית...!

שקד » פרייטאג אפריל 24, 2020 7:21 am

· #446647
נו זעמער אויפ'ן זעלבן בלאט. הוא אשר דיברתי, טאקע דאס האב איך געשריבן, אז אונז זעמער נאך היבש פארקראכן פונעם ארגינעלע הברה וואס די תורה איז בפשטות געלערנט געווארן דערמיט דורך משה רבינו.

אבער איך גלייב אז מפי הקב''ה איז עס געזאגט געווארן לויט אלע הברות.

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 24, 2020 8:43 am

· #446648
שקד: אזוי ווי ביים מן. א יעדער האט געפיהלט אן אנדער'ן טעם אין מן. א וויליאמסבורגער איד האט געפיהלט אינ'ם מן א טעם מיט די השגחה פון ..."התאחדות"... א מאדערנערער איד האט געפיהלט א טעם פון ..."או.יו.די." אין די טשיעז בלינצעס.! כן הדבר הזה. א סאקמער'ער איד האט געהערט די עשרת הדיברות מיט'ן סאטמאר'ע , וויליאמסבורגע קנייטש. א גאליציאנער/באבוב'ער האט געהערט די עשרהד"ב. מיט א פארשלונגענע רי"ש. אן אונגערישע פרוי האט געהערט א יעדן ה"א פאר א חי"ת. אדער פארקערט...!

הרב עובדיה יוסף ז"ל האט געמאכט חוזק פון די אונגערישע/פוילישע הברה..."מה זה "עלויקיינו מעילעך הא אוילאם"...!

דאס אלעס איז נאר א ווערטל. אונז ווייסן מיר אז אונזער הברה איז פארגרייזט. און נישט די ריכטיגע הברה. נאר ווילאנג די באן פארט וועט עס קיינער נישט אפשטעללן. ביז ס'וועטציך טרעפן איינער א וועלט'ס מנהיג און ער וועט אנהייבן דעם פראצעסס פון צוריקדרייען דעם רעדל. און אנהייבן לערנען אין די ת"ת'ס און סקולס די ריכטיגע הברה, קען עס ביז 2 דזשענערעישנס אנקומען אויפ'ן ריכטיגן פלאטץ...!

שקד » פרייטאג אפריל 24, 2020 3:38 pm

· #446668
און וואס איז שוין געשען אז מ'איז פארדרייעט...

מ'האט דאך אינעם חסידישער פוילן דווקא פארדרייעט די נוסח, און כדי צו זיין קעגן די משכילים וואס האבן זיך פארלייגט אויף דיקדוק, פלעגן זיי זאגן 'יומם ולאולע' להבחין בין יום ובין לאולע...
קייל חאאא וקאאאיעם..
און נאך ענליכס