☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אינטערנעט ברענגט אלע צרות

אינטערנעט ברענגט אלע צרות

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12586

גדליה » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 12:06 pm

· #413220
אינטערנעט ברענגט אלע צרות
מורי ורבותי
אין די לעצטע טעג הערט מען ליידער אסאך צרות ישראל.
מער פון אלע איז כלל ישראל שווער געטראפן געווארן מיט די בשורה אז חשובע אידן גרויסע צדיקים רביס און רבנים זענען ליידער נישט געזינט, טייל פון זיי זענען שוין ליידער נישט בין החיים, די מלאך המוות האט ליידער ציגערירט צו די סאמע בעסטע וואס אונז פארמאגען,
האב איך אריינגעקלערט וואס קען זיין די סיבה
און כ'האב געקימען צי די מסקנה אז ס'קימט פון די אינטערנעט
כ'וועל שרייבען נאר ברמיזה, אבער בקיצור נמרץ איז די ענין אז ס'דא אידן וואס זענען מקטרג אויף כלל ישראל אז זיי זענען נישט ערליך און אז יעדע וואס האט אינטערנעט אדער א סמארטפאון (רוב מנין ובנין פון ערליכע אידן) איז א גוי גמור
ליידער זעט מען אז די וואס האבען געהאט א יד אין די קיטרוג ברויכן גרויס רחמי שמיים.
כ'וויל בעטן יעדע זאל זיך פארנעמען צו ניצן די אינטערנעט יעדן טאג פאר א האלבע שעה לרפוש פון אלע ערליכע אידן וואס ברויכן רפואות.
מ'זאל טון א גיטע זאך, למשל מזאל הערן א ווארעמע דרשה פון א מגיד, אדער מ'קען וואטשטן א אינפארמאטיווע טעד טאלק, אדער אפילו לערנען א שטיקל גמרא אויף די אינטערנעט
אין מ'זאל צולייגען אין דעם זכות זאל אראפגיין די קיטרוג פון כלל ישראל אין אלע חולים זאלען געזינט ווערען בתוך שאר חולי ישראל

נקודת-אמת » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 12:20 pm

· #413221


איך ווייס נישט פון וואו אנצוהייבן צו רעדאגירן
אבער הוי זהיר בגחלתן!

גדליה » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 12:35 pm

· #413223
הוי זהיר בגחלתי

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 11:28 am

· #413314
Re: אינטערנעט ברענגט אלע צרות
ר' גדליה; זייט דו האסט געשריבן נעכטן דעם ארטיקל האב איך מקפיד געווען (פארן געזונט פוו די צדיקי הדור) ווען כ'האב אן עקסטרע מינוט צו קוקן און זיך באניצן מיט מיין סמארט פאון. נאר איין ספק איז מיר נולד געווארן, מיין סמארט האט ב"ה נישט קיין פילטער, און כ'ווייס נישט צו דאס ווערט אפשר פאררעכנט ווי א מצוה הבאה בעבירה אדער נישט?

יין שרף » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 11:43 am

· #413315
זיי מסביר די "מצוה" חלק, און אזוי אויך די "הבא בעבירה" חלק? האסט עפעס מקיים געווען א מצוה צו נוצן דיין טעלעפאן? האסט עובר געווען א עבירה צו מקיים זיין די מצוה?

טאמבל סאס » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 11:46 am

· #413316
אויב זאל אותו צדיק נפטר ווערן, ווער ווייסט וויפיל מער אידן וועלן נכשל ווערן אין וועלן מיטהאלטן זיין לויה לייוו - פליז גאט דו מוזט אים אויסהיילן

וואלווי » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 3:13 pm

· #413328
טאמבל סאס
אויב זאל אותו צדיק נפטר ווערן, ווער ווייסט וויפיל מער אידן וועלן נכשל ווערן אין וועלן מיטהאלטן זיין לויה לייוו - פליז גאט דו מוזט אים אויסהיילן


דאס איז זיכער אז תפילה עושה מחצה, ווייל דורך טעלעוויזאן, וואס דאס איז כידוע דבר שנצטער בו אותו צדיק, וועלען שוין צופיל יונגעלייט נישט גיין מיטהאלטן...

סקרן » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 3:20 pm

· #413329
Re: אינטערנעט ברענגט אלע צרות
איך בין מוחה אויף די שמועס דא

כדי שלא יאמרו ולא ישאלו מדשתק שמע מנה ניחא לי'
חס וחלילה

גדליה » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 4:28 pm

· #413333
סקרן
איך בין מוחה אויף די שמועס דא

כדי שלא יאמרו ולא ישאלו מדשתק שמע מנה ניחא לי'
חס וחלילה

.