☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מען שחט מענטשען - מ'קושט קעלבער.

מען שחט מענטשען - מ'קושט קעלבער.

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12577

קאך_לעפל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 9:58 am

· #413058
מען שחט מענטשען - מ'קושט קעלבער.
יעדעס יאר איידער יום הקדוש, ווערן די אידישע געגענטער פארפלייצט מיט אנגעבליכע, הומאנעריאיסטישע הינער - פארזארגער. און דאס פאראורזאכט איטליכער יאר א סענזאציע אין די מידיע, וועלכער פארשעהמט גאר שטארק דאס אלגעמיינער ניו יארקער אידענטום.

ערשט, נאך איידער דער געדאנק פון הומאנעריע און רחמנות האבן נאך בכלל עקזעסטירט ביי די פעלקער, און קאנבאליזם און מענטשען פרעסעריי זענען נאך געווען א העכסט נארמאלער ערשיינונג, און געפארפולע האנד ביי האנד שלאכטן מיט אומשולדיגע חיות און בהמות צו די אויגן פון טויזענטער אנטוזיאסטישע צושויער האבן פארנומען אן היפשער ארט אינעם געזעלשאפטליכער לעבן, און מענטשען זענען פארברענט געווארן לעבעדיגערהייט אויף די שאטער-הויפענעס, און גייסטיש-באגרעניצטע פארשוינען זענען עמטליך גענוצט געווארן פאר אלערליי אונטערהאלטונגען, האבן אידישע קינדער שוין פראקטעצירט רחמנות, און איינגעהאלטן די פולע הלכות פון די תורה הק' וועלכע שיצן אויף צער בעל החיים. אלזא זאלן נישט קומען די בני נח און אונז לעקציענירן איבער רחמות און צער בעל החיים.

צווייטנס. נישט פאר צי לאנג צוריק, ס'נאך נישט פאראיבער קיין הונדרעט יאר, האט דאס פארגעשריטענער, דערבארמדיגער דייטשער פאלק, דורכגעפירט דער גרעסטער סיסטעמאטישער מארד אפעראציע אין די היסטאריע פון די מענטשהייט. פיצליך קינדער זענען געקעפעט געווארן, יונגע מאמעס זענען געהאנגן געווארן ביי די הענט און געשאסן געווארן ווי קרעציגע הינט. מ'האט געפליקט בערד אינאיינעם מיט די מארדע, ביז די בלוט האט זיך געגאסן, מ'האט איבערגעלייגט אין געפראקט מענטשען מיט ריטער, ביז דער נשמה איז אנטלאפן פונעם גוף. שווערע מיליאנען מענטשען זענען אינטערנירט געווארן אן די מינומאלע הומאנעריאיסטישע איינריכטונגן. (פול ערגער פון די כפרות) שטעלט אייך פאר בלויז איין הכנה קאסטן, פאר טויזענעט מענטשען. מיליאנען מענטשען האבן זיך געדרייט לייזיג און קרעציג, הונגעריג און באמאכט, אזש מ'קען זיך גאר נישט פארשטעלן. וואו זענען דאן געווען געווען די אלע הומאנעריאיסטישע פארזארגער? ווי איז דאן געווען ענקער רחמנות? קיין פיפס האט מען נישט געהערט פון די בני נח...די מעכטיגער אמעריקאנער עיר פארס האט ניטאמאל געוואלט מנדב זיין איין קליינע באמבעלע צו צושטערן די גריצלדע באן שינעס וועלכע האבן געפירט שווערע טויזענטער מענטשן צו די שחיטה טעגליך.

אט איז ווי א חסידישער דיכטער לייגט אראפ דעם גרויסן חורבן, שטייענדיג נאך אונטערן שאטן, פון די שווארצע קומענעס פון די רייכענדיגע קרומעטאריומס פון גרעסטן גיהינום אויפן ערד-קוגל אוישוויטץ

אוי ווי גרויס זענען מיינע וואונדען,
מאמעניו וואו ביסטו פארשוואונדען.
דו ביסט אזוי אהינגעקומען,
אפילו אויפן בית הקברות נישט צו געפונען.

מוצאי שבת קודש ביי בורא מאורי האש,
פאלט פון מיר שטיקער פלייש.
ווי איך טו מיך דערמאנען,
ווי עס האבען געברענט די אוישוויצער פלאמען.

מקנא בין איך א יתומ׳ל וואס שטייט ביי א מצבה׳לע,
און קען זיך דארט אויסגיסן זיין ביטערע הערצעלע.
איך קען נישט זיין אויף קבר אבות,
ווייל דאס פייער איז געווען דער מלאך המוות.

געגאנגען צו די שחיטה ווי די רינדער,
געפאלן א קרבן מיט די קליינע קינדער.
אותו ואת בנו פארברענט אין איין טאג,
מער קיין זכר פון זיי נישט דא.

געבליבען א יתומ׳ל אליין,
קיין מאמע קיין קבר קיין מצבה שטיין.
אוועק גערויבט דאס גאנצע חיות,
נישט דא קיין קדיש און קיין משניות.

אוי וועלן מיר אלע האבן א זכיה,
ווען די אלע קדושים וועלן אויפשטיין צו תחיה.
דעמאלט וועט זיין והשיב לב בנים על אבות,
הקדוש ברוך הוא וועט שעכטן דעם מלאך המוות.

מיט צער בעל החיים זענט איר פארנומען? די גרעסטע נאצישע פירער, זענען אין די סאמע זעלבע צייט ווען זיי זענען געווען העפטיג פארנומען צו צוגרייטן די בוי-פלענער פון טערבלונקע, מיידאנאק, בעלזשיץ און אוישוויץ-בירקאנו, גלייכצייטיג געווען פארנומען מיט צער בעלי חיים קרעפליך. די פארשאלטע נאצישע הינט בארמאן, געבעלס, דער פעטצאו גארונג, דער המן שטרייכער, זענען אלע געווען העפטיג אקטיוו אין גענוי אזעלכע גרופעס ווי ענקערע.

ווי דער אלטער פון קעלעם האט אמאל געטייטש ווען ער האט געזען א דייטש קושן זיין כלב. זבחי אדם עגלים ישקון מ'שחט מענטשען און מ'קושט הונט. סארא היפאקריטיע...

נהורא נפישא » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:03 am

· #413060
וויאזוי באשולדיגסטו אין היפאקראטיע אינדווידואלן וואס זענען פאר חיות רעכטן ווען דו ווייסט נישט וואס וואלט געווען זייער אנטווארט ווען מען באגייט זיך צו מענטשן מיט אכזריות. גברא אגברא קרמית ?

קאך_לעפל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:17 am

· #413063
זיכער איז פארהאן אן אסור פון צער בעל חיים. מיין פוינט איז: אז אין אלגעמיין די וואס זענען פארנומען מיט רחמנות אויף חיות און בהמות, זענען אכזרים אויף די מענטשען....כ'ווייס עס פון עטליכע פון זיי וואס כ'קען פערזענליך....

קאך_לעפל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:24 am

· #413066
[ציטאט אראפגענומען]

כ'רעד פון בני נח, וואס נעמען נישט זייער ווירדן פון די תורה הק'. נאר זיי שטעלן זיך זעלבסט אוועק זייער ווירדן. רחמנות? אויף בעלי חיים יא און אויף מענטשען ניין! פארוואס זענען מיר ווייניגער ווי בעלי חיים?

קל וחומר » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:26 am

· #413067
Re: מען שחט מענטשען - מ'קושט קעלבער.
יעדער נארמאלער מענטש האט רחמנות אויף א באשעפעניש.
מה הוא רחום אף אתה רחום.
ורחמיו על כל מעשיו כתיב.

קען זיין אז אן אכזר זאל רחמנות האבן אויף בע"ח, דאס נעמט אבער נישט אוועק די פליכט פון יעדע רעכטדענקיגער מענטש צו רחמנות האבן.

ר' אברהם גניחובסקי פלעגט אראפטראגן די קריכעדיגע באשעפענישן וואס מ'האט געפונען אין זיין הויז, צום חצר.
ר' אליהו לאפיאן דאכציך איז פארהאן א בילד ווי ער גיבט טרינקן פאר א היימלאזע קאץ.
ר' שלאמקע זוועהילער פלעגט אויך אסאך טוהן פאר די קעץ' וועגן.
וכהנה רבות.

ביז אפאר יאר וועט נאך זיין די מנהג צו מאכן צער בעלי חיים, מ'וועט נאך צו זאגן עפעס א פסוק דערביי.

קאך_לעפל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:35 am

· #413071
היינו טעמא דערציאונג היינו טעמא דצער בעלי חיים. דער פראבלעים איז דער מעסענזשער.

מ'טאר נישט ח''ו פאראורזאכן קיין צער בעלי חיים. אבער די בני נח האט קיינער נישט געפרעגט, ווייל דיינע ווירדן זענען נישט מאסגעבנד פאר אונז אידן...
מ'דארף געבן פאר קינדער א גוטע ערציאונג ווי דער אמעריקאנער געזעץ שרייבט פאר, די פראבלעם איז נאר אז אפיקורסים און משכילים פארלאנגן דאס...

איך באציה מיך נישט אויף די עצם נושא. נאר אויף די דאזיגע בני נח וואס קעמפן דערפאר אזוי שטארק. כאילו ס'זאל זיי אנגיין די צער פון לעבעדיגע באשעפענישן...

גדליה » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:26 am

· #413078
יעדע מענטש וואס האט שוין אמאל געלאזט קוילען א טשיקען און עס אפגעקאכט און אויפגעגעסן זאל מוחל זיין אויפהערן פארפירן אויף כפרות

רביה''ק זי''ע » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:37 am

· #413079
די גאנצע צער בעלי חיים ביזנעס האט גארנישט מיט כפרות שלאגן, דאס גייט אן אגאנץ יאר אויף א פארנעם וואס מ'קען זיך אפילו נישט פארשטעלן. דאס וואס דו זעסט ערב יום כיפור איז א געלעכטער קעגן וואס מ'טוט מיט זיי אין די פאבריקן וואס רופן זיך "פארמס", האסט נאר מזל אז א גאנץ יאר זעסטו עס נישט, ווען יא וואלסטו נישט געקענט שלאפן ביינאכט.

כדי לשבר את האוזן וועל איך ברענגען איין דוגמא מני אלף. די פאבריקן וואס פראדוצירן די הינער וואס לייגן אייער, זענען דאך נאר אינטערעסירט אין די נקבות, כמובן. איז וואס טוט מען מיט די זכרים וואס ווערן געבוירן? מ'לייגט זיי אריין מיסטקאסטן לעבעדיגערהייט!!! פשוטו כמשמעו!!! א מאסן קבר, ממש אזויווי די נאציס האבן געטון מיט אונזערע זיידעס.

not for the faint-hearted

קל וחומר » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:49 am

· #413081
Re: מען שחט מענטשען - מ'קושט קעלבער.
גדליה
יעדע מענטש וואס האט שוין אמאל געלאזט קוילען א טשיקען און עס אפגעקאכט און אויפגעגעסן זאל מוחל זיין אויפהערן פארפירן אויף כפרות
פארוואס?
ווילאנג איך האב איר נישט מצער געווען האב איך א רעכט איר צו עסן.
זי איז נאר געבוירן געווארן א דאנק וואס איך האב אויפגעהאדעוועט איר מוטער פאר דעם צוועק.
איך בין אחראי אויף איר געבורט און אויף איר טויט.
די מין התרנגול וואלט שוין פונלאנג געווען עקסטינקט ווען נישט וואס מענטשן האדעווען זיי לאכילה.

גדליה » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:49 am

· #413082
רביה"ק זי"ע
ס'הארץ כאפט א פחד
אפשר גיי מיר וועגי?

גדליה » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:51 am

· #413083
קל וחומר
גדליה
יעדע מענטש וואס האט שוין אמאל געלאזט קוילען א טשיקען און עס אפגעקאכט און אויפגעגעסן זאל מוחל זיין אויפהערן פארפירן אויף כפרות
פארוואס?
ווילאנג איך האב איר נישט מצער געווען האב איך א רעכט איר צו עסן.
זי איז נאר געבוירן געווארן א דאנק וואס איך האב אויפגעהאדעוועט איר מוטער פאר דעם צוועק.
איך בין אחראי אויף איר געבורט און אויף איר טויט.
די מין התרנגול וואלט שוין פונלאנג געווען עקסטינקט ווען נישט וואס מענטשן האדעווען זיי לאכילה.

ס'יעצט געקומען א מעלדינג פון די טשיקען באהערדע אז זיי זענען מוותר אויף די ריזיגע געבורט ראטעס בתנאי מ'הערט אויף די האלקאוסט

נהורא נפישא » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:52 am

· #413084
קל וחומר
גדליה
יעדע מענטש וואס האט שוין אמאל געלאזט קוילען א טשיקען און עס אפגעקאכט און אויפגעגעסן זאל מוחל זיין אויפהערן פארפירן אויף כפרות
פארוואס?
ווילאנג איך האב איר נישט מצער געווען האב איך א רעכט איר צו עסן.
זי איז נאר געבוירן געווארן א דאנק וואס איך האב אויפגעהאדעוועט איר מוטער פאר דעם צוועק.
איך בין אחראי אויף איר געבורט און אויף איר טויט.
די מין התרנגול וואלט שוין פונלאנג געווען עקסטינקט ווען נישט וואס מענטשן האדעווען זיי לאכילה.

וואס איז די ראיה פון דעם אז וויבאלד מענטשהייט איז אחראי אויף זיי דימעסטיקעטאן קען מען נעמען זייער לעבן אויך אפשר איז מער אויסגעהאלטן טאקע זיי לכתחלה נישט ווען זיי צו דימעסטיקעטאן ווי איידער זיי הרגנ'ן בידים.
מעגן עלטערן הרגנ'ן א קינד וויבאלד זיי האבן אים געברענגט אויף די וועלט ?

קל וחומר » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:56 am

· #413087
Re: מען שחט מענטשען - מ'קושט קעלבער.
גדליה
קל וחומר
גדליה
יעדע מענטש וואס האט שוין אמאל געלאזט קוילען א טשיקען און עס אפגעקאכט און אויפגעגעסן זאל מוחל זיין אויפהערן פארפירן אויף כפרות
פארוואס?
ווילאנג איך האב איר נישט מצער געווען האב איך א רעכט איר צו עסן.
זי איז נאר געבוירן געווארן א דאנק וואס איך האב אויפגעהאדעוועט איר מוטער פאר דעם צוועק.
איך בין אחראי אויף איר געבורט און אויף איר טויט.
די מין התרנגול וואלט שוין פונלאנג געווען עקסטינקט ווען נישט וואס מענטשן האדעווען זיי לאכילה.

ס'יעצט געקומען א מעלדינג פון די טשיקען באהערדע אז זיי זענען מוותר אויף די ריזיגע געבורט ראטעס בתנאי מ'הערט אויף די האלקאוסט
דאס איז טאקע די תירוץ.
טאקע ווייל זיי קענען נישט טראכטן וועגן נאך זייער טויט און זיי ווייסן נישט פארוואס זיי לעבן, האבן זיי נישט קיין געפיהל איבער דעם.

ענליך צום עפיזאד וואס מען שאלטערט אויס די עלעקטריציטעט פון א וועגעטעבל אדער א מח טויטער מענטש.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:59 am

· #413089
[ציטאט אראפגענומען]

ביי די כפרות צענטערן גייט נישט פאר קיין מער פייניגן ווי אין די פאבריקן.

גדליה » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:17 pm

· #413093
[ציטאט אראפגענומען]

די הוספת צער איז פאר די מענטשן. אנשטאט אלעס זאל זיך אפטון אינטער פארמאכטע טויערען בשעת מען דעליווערט טשיקענס צום שעכט הויז, זעט מען אויף די בארא פארקער גאסען פאר אונזערע אויגען וואס דא קומט פאר, טאקע א פראבלעם...

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:23 pm

· #413094
נהורא נפישא
וויאזוי באשולדיגסטו אין היפאקראטיע אינדווידואלן וואס זענען פאר חיות רעכטן ווען דו ווייסט נישט וואס וואלט געווען זייער אנטווארט ווען מען באגייט זיך צו מענטשן מיט אכזריות. גברא אגברא קרמית ?

נהורא נפישא: ביטע לייג אוועק דיין טעאריע פון ..."גברא אגברא קא רמית"... ווייל איך וועל דיך פרעגן איבער די זעלבע גברי ונשי פון די צער בעלי חיים ארגאניזאציעס. אט די זעלבע בריאה פארשוינען זענען גלייכגילטיג צו די פילע (נישט פולע) גרויזאמע טעראריסטישע רציחות וואס ווערן אפגעטון דורך די פארשאלטענע אראבערס אויף אידן אין ארץ ישראל. אדרבה. זיי געבן נאך גערעכט פאר די רוצחים. און זיי פרייען זיך מיט די מארד פון אומשולדיגע מענטשן/אידן...!

נהורא נפישא » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:35 pm

· #413097
berlbalaguleh

ר' בערל קען זיין אז מ'איז טאקע גלייכגילטיג, קען זיין אז יא קען זיין אז נישט, בכלל האט דאך יעדע קאנפליקט צוויי זייטן און ס'איז זייער שווער זיך צו נעמען און זיך אריינצוטאן צו פארשטיין אלע צדדים, ממילא העכסטענס קען זיין אז זיי זענען גלייכגילטיג און אדרבה אויב שטיצט איינער מערדעריי דאן איז טאקע מגוכך דאס זיך נעמען אויף חיות רעכטן.

אבער זענען זיי דען מער גלייכגילטיג ווי א געווענליכער חסידישער איד למשל איז צו די שחיטות און דארפור ווען בעת דער איד קען האבן טענות הלמאי מענטשן זענען געשטאנען גלייכגילטיג אין דער צייט פון די האלאקאוסט.

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:36 pm

· #413098
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: און אויסער דעם פראבלעם פון צער בעלי חיים. איז דער וועג וויאזוי די כפרות אינדוסטרי פונקציאנירט היינט צו טאג (מיט קליינע אויסנאמען) סיי דורך ביזנעסלייט. און סיי דורך מוסדות. איז נאך דא דער חשש פן איסור גניבה, גזילה און רמאות...!

זאללן די אלע הייליגע אידן וועלכע וויינען ווי אומשולדיגע שעפעלעך אז מ'ווילל זיי בארויבן פון מקיים די הייליגע מנהג פון כפרות, מוחל זיין אריינקוקן אין רמ"א ביי הילכות יוהכ"פ. וואו ער זאגט בפירוש..."ומחלקין אותן לעניים"...אז מ'דארף די געשלאגענע און געשחט'ענע כפרות צוטיילן פאר ארימעלייט. שוין מוחל דאס. אבער געב לכה"פ די הינדל פאר דעם מענטש וואס האט באצאלט א טייערן פרייז דערפאר. (250%)..!

געבענטשט זאלל זיין דער גרויסער געשעפט בינגא אין בארא פארק, וועלכע געט א געלעגנהייט פאר כלל ישראל פאר א קליינעם אפצאל צו שלאגן כפרות. און מקיים זיין דעם מנהג ותיקין. מסתמא פארקויפן זיי די געשחט'ענע און כשר געמאכטע טשיקנס פאר די אידישע קאסטומערס...!

מדי דברי אז מ'רעדט שוין איז כדאי צו דערמאנען די אייגנטומערס פון געשעפט לשבח. זיי זענען אויך מזכה אידן מיט סוכה ברעטער און ארבעה מינים פאר א נארמאלן, צוגענגליכן פרייז...! גערעכט. וואו שטייט אז מ'מוז מאכן די תורה הקדושה פאר א קרדום לחפור בה...אז א פאר אידעלעך, יחידים אדער מוסדות זאללן אריינפאקן געשוואלענע רווחים אין זייער קעשענע אויפ'ן חשבון פון כלל ישראל וואס מוז אנקומען צו זיי..!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:38 pm

· #413100
[ציטאט אראפגענומען]

זיי וויסן אז מ'ברענגט זיי נישט אין עירקאנדישנד קאוטש באסעס, זיי באקן זיך אונטער די זון פאר אפאר טעג אויפ'ן טרעילער. הוא אשר דברנו, דו האסט צער פון 15 שעה, זיי האבן צער פאר אפאר טעג.

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:39 pm

· #413101
נהורא נפישא
berlbalaguleh
נהורא נפישא
וויאזוי באשולדיגסטו אין היפאקראטיע אינדווידואלן וואס זענען פאר חיות רעכטן ווען דו ווייסט נישט וואס וואלט געווען זייער אנטווארט ווען מען באגייט זיך צו מענטשן מיט אכזריות. גברא אגברא קרמית ?

נהורא נפישא: ביטע לייג אוועק דיין טעאריע פון ..."גברא אגברא קא רמית"... ווייל איך וועל דיך פרעגן איבער די זעלבע גברי ונשי פון די צער בעלי חיים ארגאניזאציעס. אט די זעלבע בריאה פארשוינען זענען גלייכגילטיג צו די פילע (נישט פולע) גרויזאמע טעראריסטישע רציחות וואס ווערן אפגעטון דורך די פארשאלטענע אראבערס אויף אידן אין ארץ ישראל. אדרבה. זיי געבן נאך גערעכט פאר די רוצחים. און זיי פרייען זיך מיט די מארד פון אומשולדיגע מענטשן/אידן...!

ר' בערל קען זיין אז מ'איז טאקע גלייכגילטיג, קען זיין אז יא קען זיין אז נישט, בכלל האט דאך יעדע קאנפליקט צוויי זייטן און ס'איז זייער שווער זיך צו נעמען און זיך אריינצוטאן צו פארשטיין אלע צדדים, ממילא העכסטענס קען זיין אז זיי זענען גלייכגילטיג און אדרבה אויב שטיצט איינער מערדעריי דאן איז טאקע מגוכך דאס זיך נעמען אויף חיות רעכטן.

אבער זענען זיי דען מער גלייכגילטיג ווי א געווענליכער חסידישער איד למשל איז צו די שחיטות און דארפור ווען בעת דער איד קען האבן טענות הלמאי מענטשן זענען געשטאנען גלייכגילטיג אין דער צייט פון די האלאקאוסט.

נהורא נפישא: איך וואלט דיר געקענט ברענגען נאך א סאך ראיות וואו אידן האבן געטון סאציאלע גוטס. און זיי זענען צוריקגעצאלט געווארן מיט שלעכטס, שנאה און רציחה...! נאר ס'איז א שאד די אומזיסטע טענה'רייען...!

גדליה » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:47 pm

· #413102
[ציטאט אראפגענומען]

נניח אז איר זענט גערעכט. נניח.
איז דאך דאס אבער א קלאסישע "טול קורה מבין עיניך"
ווען מ'האדעוועט טשיקענס פאר די שחיטה פון געבורט אן, מ'טריעט זיי אן די מינדעסטע רעספעקט, און איך און איר און יעדער וואס עסט טשיקענס האט הנאה פון די אלע אכזריות, איז דאך די פאר שעה אינטער די זון א קלייניקייט

שושן פורים » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:55 pm

· #413104
גדליה
יעדע מענטש וואס האט שוין אמאל געלאזט קוילען א טשיקען און עס אפגעקאכט און אויפגעגעסן זאל מוחל זיין אויפהערן פארפירן אויף כפרות

תורתינו הקדושה לויט וועמענס אוועקגעשטעלטע ווירדן מיר פרובירן זיך צו פירן, האט געגעבן רעכט פאר מענטשן צו קוילען און עסן פלייש בו בזמן וואס ער האט אונז אנגעווארנט זיי צו שחט'ן מיט די מינימאלסטע צער און אונז אויך באפוילן זיי נישט מצער צו זיין ביים לעבן.

קאך_לעפל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 1:01 pm

· #413106
די גמרא אין בבא מציעא פארציילט א פחד פון א מעשה:

דההוא עגלא דהוו קא ממטו ליה לשחיטה אזל תליא לרישיה בכנפיה דרבי וקא בכי אמר ליה זיל לכך נוצרת אמרי הואיל ולא קא מרחם ליתו עליה יסורין.

רבינו הקדוש (נישט דער סאטמארער, נאר פון די משנה) האט נאכאנאנד געליטן שרעקליכע יסורים, פארוואס? הערט און שטוינט:

א קליינער צארטע אומשולדיגער זיסער קעלבעל, איז געפירט געווארן טאקע ווי קעלבל צו די שחוטה. פאר שרעק פונעם לאנגן שארפן חד וחלק מעסער פונעם באבארדעלטער שוחט האט זיך דער זיסער קעלבעלע באהאלטן אונטער די טלית פון רבי. און דאס קעלבעל האט יאמערליך געוויינט: סטייטש? נאך עטליכע שעות וועט ער שוין זיצן אויף די פאליצעס אין יאטקע, און באטאפט ווערן די פעשע מאמישע הענט, וועלכע זוכן א גוט שטיקל בשר פאר זייער מענער פאר וועטשרע. אלענפאלס, רבי האט אים געזאגט רעב קעלבעל גיי צו די שחיטה! פאר דעם ביזטו באשאפן געווארן . דאס אנגעבליכע קאלטע באנעמונג פון רבינו הקדוש צום אומשולדיגען קעלבעל, האט פאראורזאכט אזא רעש אין הימל. אזש רבי האט מערסטייל פון זיין לעבן זיך געמיטשעט מיט שרעקליכע אומאויסהאלטענדע יסורים....

גדליה » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 1:53 pm

· #413112
שושן פורים
גדליה
יעדע מענטש וואס האט שוין אמאל געלאזט קוילען א טשיקען און עס אפגעקאכט און אויפגעגעסן זאל מוחל זיין אויפהערן פארפירן אויף כפרות

תורתינו הקדושה לויט וועמענס אוועקגעשטעלטע ווירדן מיר פרובירן זיך צו פירן, האט געגעבן רעכט פאר מענטשן צו קוילען און עסן פלייש בו בזמן וואס ער האט אונז אנגעווארנט זיי צו שחט'ן מיט די מינימאלסטע צער און אונז אויך באפוילן זיי נישט מצער צו זיין ביים לעבן.

די זעלבע נוסח קענסטו זאגען אויף כפרות

ביסט גערעכט » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 1:58 pm

· #413114
\
📎 ps2.jpg 📎 ps1.jpg

קל וחומר » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 8:03 pm

· #413129
רביה''ק זי''ע
[ציטאט אראפגענומען]

זיי וויסן אז מ'ברענגט זיי נישט אין עירקאנדישנד קאוטש באסעס, זיי באקן זיך אונטער די זון פאר אפאר טעג אויפ'ן טרעילער. הוא אשר דברנו, דו האסט צער פון 15 שעה, זיי האבן צער פאר אפאר טעג.

<a class="postlink" href="https://answers.yahoo.com/question/index?qid=20121117143650AA2UWvl">https://answers.yahoo.com/question/inde ... 650AA2UWvl</a>

פאר די רעקארדס

yatzmachp » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 2:36 am

· #413155
די צער בעלי חיים גרופעס זענען די גרעסטע ליצנות וואס עס איז נאר דא. קודם כל וויל איך פרעגן אונזערע היימישע וואס זענען אזוי זיכער אז די טשיקענס זענען בצער, פון וואו ווייסטו אז די טשיקען איז בצער? ווייל דו האסט נישט ליעב צו זיין היציג און שוויציג מיינט נאך נישט אז טשיקענס זענען די זעלבע. זיי האבן נישט די זעלבע אנאטאמיע און פיזיאלאגיע ווי מענטשן. איך זאג נישט אז נישט, אבער איך זאג מהיכי תהיתי? איך האב שוין געזען אסאך דאקומענטעריעס וועגן דעם ענין, סיי ווען מען פירט אדורך געזעצן קעגן האלטן זיי פארמאכט און סיי וועגן שטאפ גענז וכדומה. אויבן אויף זעהט עס אויס געפערלעך ביז מען הייבט אן צו הערן פון מענטשן וואס ציען אויף די בעלי חיים, וואס האבן נאך אזא הארץ ווי אונז אלע, אדער די וואס זענען וועטרענעריענס און זענען מסביר אז די חיות און בהמות האבן נישט דעם זעלבן צער סיסטעם ווי מענטשן און נאר א שוטה וועט ארויף לייגן זיין פילינגס אויף א חי'. אדער קען טאקע זיין אז די גרופעס זענען טאקע חיות.

צווייטנס, אויב גלייבסטו טאקע אז עס איז אן עלי' פאר די חיות און בהמות ווען מען עסט זיי ווי דער רבש"ע וויל אדער ווען מען טוט מיט זיי מצווה, פארוואס דארף מען מאכן אזא עסק פונעם צער. למשל, דיין אייגן קינד טוסטו מצער זיין יעדן טאג ווייל דו ווילסט אים מחנך זיין אדער פאר זיין געזונט און עס באדערט דיך נישט ווייל דו ווייסט אז עס לתועלת, מאי שנא די טשיקענס? נישט אז מען זאל נישט מינימיזירן זייער צער ווי פיל מעגליך( אויב מען ווייסט באמת אז זיי האבן צער).

מען קען היינט צו טאג זייער גרינג וויסן אויב חיות האבן צער פון געוויסע זאכן דורך דורכפירן טעסטינג דורך mri און eeg, אבער דערווייל האט נאך קיין איינע פון די גרופעס נישט געטון, און עס פעלט זיי נישט קיין געלט. זיי ווילן נישט וויסן דעם אמת, זיי ווילן נאר ניצן דעם מענטשלעכן געפיל פאר צער און עס ארויפלייגן אויף בעלי חיים ווייל דאס מאכט זיי בעסער פילן פארן זיך נישט רעכענען מיט מענטשן'ס צער.

אונטער חכם » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 9:09 am

· #413158
ביסט גערעכט
בריוו אין דער איד

מאדנע, די חתימה "וואס האט פארגעסן און זיך גענומען טראכטן" זעהט אויס ווי א קאווע שטיבל יונגערמאן, אינטערעסאנט זיי האבן עס אריינגעלייגט.

קאך_לעפל » מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 1:23 pm

· #416626
ס'איז ב''ה פארהאן גינסטיגע נייעס פונעם ניו יארקער אפאלעט געריכט. דער געריכט האט ארויסגעשליידערט דער פארלאנג פון די א.ג. צער בעל החיים גרופעס, וואס האבן פארלאנגט אז די שטאט זאל פארבאטן דער מנהג פון כפרות.