☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ר"ה תשע"ט ביי די וויזשניץ-מאנסי קינדער

ר"ה תשע"ט ביי די וויזשניץ-מאנסי קינדער

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12574

ערליכער איד » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 12:11 pm

· #412788
ר"ה תשע"ט ביי די וויזשניץ-מאנסי קינדער
ווער עס קען איבערגעבן א גריס פון ר"ה וויאזוי עס איז געווען, אבער ביטע נאר קראנטע מקורות. יישר כח.

סקרן » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 12:30 pm

· #412789
ירושלים: כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א איז צוגעגאנגען מנחה ערב יו"ט, דערנאך מעריב, נאך מעריב איז ער ארויף ביים ארון קודש און געמאכט קידוש, מ'האט געזינגען זכרנו לחיים ואח"כ נאר אמונה, און אזוי אויך דעם צווייטן נאכט איז געווען דער שהחיינו טיש.

דער עולם איז אריבער לברכת שנה טובה, 11 אזייגער איז דער רבי אריין צום טיש מיט א ווייסע קאפטען פונעם רבי'ן זצ"ל,

דער רבי האט מכבד געווען ברכת המזון הרב דוד ארנסטר שליט"א.

פסוקי דזמרה האט געדאוואנט מו"ה יעקב גראס ראה"ק דקהילתינו בבארא פארק, שמונה עשרה בנו בכורו הרה"צ ר' יצחק האגער שליט"א.

12:30 איז דער רבי אריין צו תקיעות, דער רבי האט געזאגט למנצח און געווען בעל מקרא, ר' משה גפנר בעל תוקע.

אנעים זמירות האט געזאגט ברוך משה רוזנפלד.

מנחה חדב"ן הרב אלעזר שטיין שליט"א.

צווייטער טאג, פסוקי דזמרה ר' מרדכי וויזל,
שחרית ר' לייבל שווימער, אנעים זמירות ר' מאיר פרוש.

מנחה תיכף מוסף איז צוגעגאנגען חדב"ן הרב ישראל מאשקאוויטש שליט"א.

6 אזייגער איז דער רבי אריין צום נעילת החג טיש, מ'האט געזינגען ניגוני ראש השנה, דער רבי האט געזאגט תורה בענין שמירת הדיבור, מ'האט געטאנצן אויף דעם נעילת החג ניגון.

ערליכער איד » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 12:57 pm

· #412792
יישר כח
בערך וויפיל יודען האבן דארט מיט געדאווענט?

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 1:16 pm

· #412796
אונז האמיר נאכנישט פארגעסן די סומאטוכע וואס א פאר משוגעים. (די זעלבע משוגעים וועלכע מאכן אייביג אן איבערקערענישן. צי זאלל דאס זיין וועגן ציונות אדער וועגן יואלי לעבאוויטש'ס סליחות. אדער וועגן די טמא'נע סעללפאונס. אדער די געפאסטע קליידער און רויטע טורבאנס ביי די פרויען. אדער סיי וועלכע אנדער משוגעת וואס די ליידיגע קעפ און צייט אנברענגערס טראכטן אלץ נישט אויס. מיט דעם אלטן נאר בראש.) האבן אנגעמאכט. און געשטערט דאס דאווענען אום ראש השנה ביים צדיק הר"ר מאטעלע מ'וויזשניץ זצ"ל. ווען א חשוב'ער איד, אן עסקן לטובת הציבור ה"ה ר' מאיר פרוש הי"ו איז ערשינען ביים דאווענען אין וויזשניץ...!

ערליכער איד » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 1:17 pm

· #412797
ביטע נישט פארדרייען די אשכול ייש״כ

ערליכער איד » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 1:24 pm

· #412800
ביטע נישט פארדרייען דעים אשכול

ערליכער איד
יישר כח
בערך וויפיל יודען האבן דארט מיט געדאווענט?

ימים ידברו » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 1:43 pm

· #412801
אני הקטון ווייעלדינג אין בארא פארק יום טוב האט די זכי' געהאט צו מיטהאלטען ביים וויזניצער יורש אדמו"ר הרה"צ מהרי"י ברפ"ש שליט"א מוויזניץ אין בארא פארק די אמטעספערע איז געווען זייער געהויבען הינדעטער אידען האבען מיט געדאווענט די תפלות און זיך מסתופף געווען ביי די טישען, איךהאב הנאה געהאט צו זעהן אידעןוואס צענדליגעריארען זענען געפארען קיין מאנסי האבען געמאכט די שהחיינו ביי זיי אין שטוב, ווי אויך האט זיך אנערקענט פילע געסט מכל מקומות לשמוע אל הרנה אל התפלה אינגע און אלטע חסידים וואס קלאמערען זיך ביי די הויף ויתנו לך כתר מלוכה!

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:28 pm

· #412807
ימים ידברו
אני הקטון ווייעלדינג אין בארא פארק יום טוב האט די זכי' געהאט צו מיטהאלטען ביים וויזניצער יורש אדמו"ר הרה"צ מהרי"י ברפ"ש שליט"א מוויזניץ אין בארא פארק די אמטעספערע איז געווען זייער געהויבען הינדעטער אידען האבען מיט געדאווענט די תפלות און זיך מסתופף געווען ביי די טישען, איךהאב הנאה געהאט צו זעהן אידעןוואס צענדליגעריארען זענען געפארען קיין מאנסי האבען געמאכט די שהחיינו ביי זיי אין שטוב, ווי
אויך האט זיך אנערקענט פילע געסט מכל מקומות לשמוע אל הרנה אל התפלה אינגע און אלטע חסידים וואס קלאמערען זיך ביי די הויף ויתנו לך כתר מלוכה!


שאולזאהן שרייבט אז מ׳האט פארקויפט 2000 זיצן אין בארא פארק אין א זאל וואס מהאט געדינגען פאר יו״ט (קען זיין מיט בחורים קינדער און פרויען) אמת אדער נישט???

עכשיו זה רשמי, מספר המקומות שנמכרו לכל בני רבי מאטאלע במקומות מושבותיהם מגיע לאלפים, מספר שלא חלמו שיגיעו, מתברר כי החלומות שהיו בבני ברק כי אלפים יגיעו לראש השנה אליהם מפני שאין רבי אחר למי לנסוע התבדו, ולא רק שהתבדו מתברר כי גם כאלו שהיו נוסעים בעבר לבני ברק השנה העדיפו לקנות מקומות אצל האדמורי"ם מויזניץ במקומות מושבותיהם

אין עוד ספק כי ויזניץ הולכת להיות גדולה, שפירושו קהילות גדולות של אלפים בכל מקום ולא תהיה ויזניץ גדולה וכל האחרות קטנות, החלום הזה שהיה עד לא מכבר בבני ברק נגוז, המציאות הוכיחה כי הציבור מעדיף את בני רבי מאטאלע

מי היה מאמין שהנכד בבורו פארק יבנה בית כנסת כל כך גדול וכי ימכור אלפיים כרטיסים לימים הנוראים, בבורו פארק המומים לא האמינו כי ההצלחה תפרח וכל כך מהר

ויזניץ מתחלקת להרבה חלקים ונראה כי יש מספיק לכולם, בינתיים בני רבי מאטאלע מאוד מרוצים


<a class="postlink" href="https://bshch.blogspot.com/2018/09/blog-post_642.html">https://bshch.blogspot.com/2018/09/blog-post_642.html</a>


.

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:30 pm

· #412808
ק/פ
ראש השנה בירושלים
הרבי נכנס בערב החג ונגש למנחה ואח"כ למעריב, התפלל את השמונה עשרה בקול כמנהג אדמורי בית ויזניץ והמשיך עם הלדוד מזמור בהתלהבות גדולה
ואח"כ עלה לארון קודש ועשה קידוש ושרו זכרנו לחיים ואח"כ נאר אמונה
ואח"כ עברו כל העולם לברכת לשנה טובה והגיעו גם עולם גדול מאנשי ירושלים
בשעה 11 נכנס לטיש עם הווייסע קאפטען של הרבי זי''ע ושר הרבה מנגיני ראש השנה ואמר תורה וכבד בברכת המזון את הרב דוד ארנסטר
בבוקר נכנס עם הרעבישע קיטל עם סטרוקס מכסף והתחיל אדון עולם ולפסוקי דזמרה נגש יענקי גראסס מניו יורק, המלך נגש הרבי בקול חוצב לבהות אש ולשמונה עשרה נגש בנו בכורו הרהצ ר יצחק
עליות מכרו רביעי בשלש וחצי אלף דולרים ועלה ר בערל גוטמן ומפטיר קנה שמעון דושינסקי לאבא שלו בארבע וחצי אלף דולר
שתים עשרה וחצי הרבי נכנס לתקיעות הרבי אמר למנצח וגם היה בעל מקרא ור משה גפנר היה בעל תוקע
אנעים זמירות ברוך משה רוזנפלד
מנחה נגש חתני דביה נשיאה הרב שטיין
לילה השני כמו הלילה הראשון ואח"כ קידוש עם שהחיינו טיש
בבקר נגש פסוקי דזמרה ר מרדכי וויזל
שחרית ר לייבל שווימר מוסף הרבי ואנעים זמירות ר מאיר פרוש
מנחה תיכף אחר מנחה נגש חתניה דביה נשיאה ר ישראל מושקוביץ ובשעה שש וחצי הרבי נכנס לנעילת החג ושרו מנגיני ראש השנה ואח"כ הרבי אמר תורה שכל אחד יקבל על עצמו שמירת הדיבור ורקדו על הנעילת החג ניגון
אשרי עין ראתה זאת

יין שרף » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:56 pm

· #412811
(וויאזוי זענען די קינדער געגאנגן מיט רבי מאטעלע זצ"ל'ס בעקיטשעס? ער איז געווען מיט עט ליסט 10 סייזעס גרעסער פון זיי)

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 4:11 pm

· #412813
יין שרף
(וויאזוי זענען די קינדער געגאנגן מיט רבי מאטעלע זצ"ל'ס בעקיטשעס? ער איז געווען מיט עט ליסט 10 סייזעס גרעסער פון זיי)


אפשר האט מען עס געגעבן פאר א שניידער זאל מאכן פון איין בעיקטשע פונעם רבין זצ״ל אכט בעקיטשעס פאר אלע אכט רביס???

אדער קען מען איינזעצן אזויווי די גמרא זאגט אז ארץ ישראל איז איינגעשרינקען געווארן נאכן חרבן... דאס איז דיר נישט איינגעפאלן???

הרבה דרכים למקום....

ערליכער איד » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 4:35 pm

· #412816
איינער זאגט מיר אז אין 13 הופער איז דא סך הכל 1,700 זיץ פלעצער
וויפיל איז דא אין ראדני ?

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 4:48 pm

· #412818
ערליכער איד
איינער זאגט מיר אז אין 13 הופער איז דא סך הכל 1,700 זיץ פלעצער
וויפיל איז דא אין ראדני ?



שווער צוגלייבן אז זיי האבן נאר זיבצען הונדערט... אפשר פארן אלע ארונים קיין אומאן. ווער ווייסט?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 5:33 pm

· #412821
שבת אחים
שאולזאהן
עכשיו זה רשמי, מספר המקומות שנמכרו לכל בני רבי מאטאלע במקומות מושבותיהם מגיע לאלפים, מספר שלא חלמו שיגיעו, מתברר כי החלומות שהיו (בבני ברק)[בפלעטבוש] כי אלפים יגיעו לראש השנה אליהם מפני שאין רבי אחר למי לנסוע התבדו, ולא רק שהתבדו מתברר כי גם כאלו שהיו נוסעים בעבר לבני ברק השנה העדיפו לקנות מקומות אצל האדמורי"ם מויזניץ במקומות מושבותיהם

אין עוד ספק כי ויזניץ הולכת להיות גדולה, שפירושו קהילות גדולות של אלפים בכל מקום ולא תהיה ויזניץ גדולה וכל האחרות קטנות, החלום הזה שהיה עד לא מכבר בבני ברק נגוז, המציאות הוכיחה כי הציבור מעדיף את בני רבי מאטאלע

מי היה מאמין שהנכד בבורו פארק (יבנה)[ישכור] בית כנסת כל כך גדול וכי ימכור אלפיים כרטיסים לימים הנוראים, בבורו פארק המומים לא האמינו כי ההצלחה תפרח וכל כך מהר

ויזניץ מתחלקת להרבה חלקים ונראה כי יש מספיק לכולם, בינתיים בני רבי מאטאלע מאוד מרוצים


<a class="postlink" href="https://bshch.blogspot.com/2018/09/blog-post_642.html">https://bshch.blogspot.com/2018/09/blog-post_642.html</a>


רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל...

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 5:50 pm

· #412823
ביי הרה״צ ר׳ יצחק יוחנן שליטא אין וויליאמסבורג האט מען פארקויפט איבער זעקס הונדערט זיצן נאר פאר מענער אליינס. נאך אפאר הונדערט בחורים זענען געשטאנען אויף די פארענטשער פון אלע דריי זייטן (מ׳האט פארקויפט פלעצער אויף די פארענטשעס אויך פאר 15$) די קינדער האבן געדאווענט אין א ספעציעלע עקסטערע מנין. 120 געסט זענען געקומען צו פארן. דאס הייסט אז ער פארמאגט 500 משפחות אין וויליאמסבורג אליינס. not bad for A beginner. איי געסס...

איסר האטלקי » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 8:45 pm

· #412831
שבת אחים
ערליכער איד
איינער זאגט מיר אז אין 13 הופער איז דא סך הכל 1,700 זיץ פלעצער
וויפיל איז דא אין ראדני ?



שווער צוגלייבן אז זיי האבן נאר זיבצען הונדערט... אפשר פארן אלע ארונים קיין אומאן. ווער ווייסט?

אין הופער איז דא ערגעץ ארום 1700, אין ראדני איז דא 2600

לחיים ולברכה » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 8:53 pm

· #412832
איסר האטלקי
שבת אחים
ערליכער איד
איינער זאגט מיר אז אין 13 הופער איז דא סך הכל 1,700 זיץ פלעצער
וויפיל איז דא אין ראדני ?



שווער צוגלייבן אז זיי האבן נאר זיבצען הונדערט... אפשר פארן אלע ארונים קיין אומאן. ווער ווייסט?

אין הופער איז דא ערגעץ ארום 1700, אין ראדני איז דא 2600

איך מיין אז פארקערט

אדונינו » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 11:35 pm

· #412835
שבת אחים
ביי הרה״צ ר׳ יצחק יוחנן שליטא אין וויליאמסבורג האט מען פארקויפט איבער זעקס הונדערט זיצן נאר פאר מענער אליינס. נאך אפאר הונדערט בחורים זענען געשטאנען אויף די פארענטשער פון אלע דריי זייטן (מ׳האט פארקויפט פלעצער אויף די פארענטשעס אויך פאר 15$) די קינדער האבן געדאווענט אין א ספעציעלע עקסטערע מנין. 120 געסט זענען געקומען צו פארן. דאס הייסט אז ער פארמאגט 500 משפחות אין וויליאמסבורג אליינס. not bad for A beginner. איי געסס...

איך האב געציילט די זיצן אויף די מאפע אין וויליאמסבורג, בערך 540 זיץ פלעצער, און 120 פארענטשע (בחורים) פלעצער, איבריג צו זאגן אז רוב פארענטשעס ווי אויך געציילטע זיצן איז געווען ליידיג.

אדונינו » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 11:37 pm

· #412836
ערליכער איד
איינער זאגט מיר אז אין 13 הופער איז דא סך הכל 1,700 זיץ פלעצער
וויפיל איז דא אין ראדני ?

און אז אין בעלזא איז דא בלויז 1,475 (פאר מען האט אויסגעברייטערט) גלייבסטו יא?

איסר האטלקי » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:46 am

· #412842
לחיים ולברכה
איסר האטלקי
שבת אחים
ערליכער איד
איינער זאגט מיר אז אין 13 הופער איז דא סך הכל 1,700 זיץ פלעצער
וויפיל איז דא אין ראדני ?



שווער צוגלייבן אז זיי האבן נאר זיבצען הונדערט... אפשר פארן אלע ארונים קיין אומאן. ווער ווייסט?

אין הופער איז דא ערגעץ ארום 1700, אין ראדני איז דא 2600

איך מיין אז פארקערט

איך גלייב דיר אז דו מיינסט אזוי, אבער דאס איז די מציאות.

שבת אחים » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:38 pm

· #412853
אדונינו
שבת אחים
ביי הרה״צ ר׳ יצחק יוחנן שליטא אין וויליאמסבורג האט מען פארקויפט איבער זעקס הונדערט זיצן נאר פאר מענער אליינס. נאך אפאר הונדערט בחורים זענען געשטאנען אויף די פארענטשער פון אלע דריי זייטן (מ׳האט פארקויפט פלעצער אויף די פארענטשעס אויך פאר 15$) די קינדער האבן געדאווענט אין א ספעציעלע עקסטערע מנין. 120 געסט זענען געקומען צו פארן. דאס הייסט אז ער פארמאגט 500 משפחות אין וויליאמסבורג אליינס. not bad for A beginner. איי געסס...

איך האב געציילט די זיצן אויף די מאפע אין וויליאמסבורג, בערך 540 זיץ פלעצער, און 120 פארענטשע (בחורים) פלעצער, איבריג צו זאגן אז רוב פארענטשעס ווי אויך געציילטע זיצן איז געווען ליידיג.


ליגענט!!! סאיז געוועהן א געפאקטע שול פון בערך טויזנט מענטשען...(אלעס אינאיינעם, מענער, בחורים, קינדער)
רוב פארענטשעס זענען געוועהן פוהל-איך בין דארט געוועהן... אלע זענען געוועהן אנגעפילט חוץ די בעיק פארענטשע, די פארענטשעס פון די רעכטע און לינקע זייטן איז נישט געוועהן קיין איין ליידיגע פלאץ.
זיצן האבן זיי פארקויפט בערך זעקס הונדערט איך האב אויך געציילט די מאפע אין וויליאמסבורג-און סאיז בערך זעקס הונדערט.

סאיז נישט געוועהן קיין איין ליידיגע פלאץ אין ביהמ״ד- איך מיט מיינע זוהן האבן נישט געהאט וואו צו זיצן... אסאך האבן מיר געאפפערט צוגעבן זייער זיץ בתוכם מיין טאטע אבער איך האב נישט געוואלט צונעמען פון קיינעם.

שבת אחים » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:47 pm

· #412854
כהאב געפרעגט מיין ברודער וואס האט געדאווענט אין ב״פ וויפל מענטשען סאיז געוועהן. ער זאגט אז סאיז גרויסע שטותים וואס שאולזאהן שרייבט סאיז געוועהן בערך 500 אינגעלייט מאקסימום אדער אפשר נאך אפילו ווייניגער... דאס מאכט שוין יא סענס.

אדונינו » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 4:22 pm

· #412857
שבת אחים
אדונינו
שבת אחים
ביי הרה״צ ר׳ יצחק יוחנן שליטא אין וויליאמסבורג האט מען פארקויפט איבער זעקס הונדערט זיצן נאר פאר מענער אליינס. נאך אפאר הונדערט בחורים זענען געשטאנען אויף די פארענטשער פון אלע דריי זייטן (מ׳האט פארקויפט פלעצער אויף די פארענטשעס אויך פאר 15$) די קינדער האבן געדאווענט אין א ספעציעלע עקסטערע מנין. 120 געסט זענען געקומען צו פארן. דאס הייסט אז ער פארמאגט 500 משפחות אין וויליאמסבורג אליינס. not bad for A beginner. איי געסס...

איך האב געציילט די זיצן אויף די מאפע אין וויליאמסבורג, בערך 540 זיץ פלעצער, און 120 פארענטשע (בחורים) פלעצער, איבריג צו זאגן אז רוב פארענטשעס ווי אויך געציילטע זיצן איז געווען ליידיג.


ליגענט!!! סאיז געוועהן א געפאקטע שול פון בערך טויזנט מענטשען...(אלעס אינאיינעם, מענער, בחורים, קינדער)
רוב פארענטשעס זענען געוועהן פוהל-איך בין דארט געוועהן... אלע זענען געוועהן אנגעפילט חוץ די בעיק פארענטשע, די פארענטשעס פון די רעכטע און לינקע זייטן איז נישט געוועהן קיין איין ליידיגע פלאץ.
זיצן האבן זיי פארקויפט בערך זעקס הונדערט איך האב אויך געציילט די מאפע אין וויליאמסבורג-און סאיז בערך זעקס הונדערט.

סאיז נישט געוועהן קיין איין ליידיגע פלאץ אין ביהמ״ד- איך מיט מיינע זוהן האבן נישט געהאט וואו צו זיצן... אסאך האבן מיר געאפפערט צוגעבן זייער זיץ בתוכם מיין טאטע אבער איך האב נישט געוואלט צונעמען פון קיינעם.

די פונקטליכע נומער פון זיצן פארקויפט איז 548, מיט בחורים 668, דו טענהסט אז עס איז אבער געווען קרוב צו טיזנט מענטשן, דו ביזט אויך מודה אז די בעק פארענטשע איז געווען ליידיג, נו פארוואס זענען די איבריגע 332 מענטשן נישט געגאנגען דארט? און ווי דען זענען זיי געשטאנען?

שבת אחים » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:15 am

· #412880
אדונינו
די פונקטליכע נומער פון זיצן פארקויפט איז 548, מיט בחורים 668, דו טענהסט אז עס איז אבער געווען קרוב צו טיזנט מענטשן, דו ביזט אויך מודה אז די בעק פארענטשע איז געווען ליידיג, נו פארוואס זענען די איבריגע 332 מענטשן נישט געגאנגען דארט? און ווי דען זענען זיי געשטאנען?


מ'איז אריין דא אין א מורא'דיגע קטנות'דיגע שמועס... אבער אז אם כבר אז כבר, כ'מיין אז איך קען הענדלען קטנות אויך צומאל, ס'דערמאנט מיך די יאהרן ווען רעיגען איז געוועהן פרעזידענט און ווען ס'האט געשטינקען פון פעמפערס... ביז דער מאמע האט זיך באמיהט...

עני וועי, כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיינע יאהרן און וואס דיין אגענדע איז דא. אבער דו אליינס באשטעטיגסט וואס איך האב אויבן געשריבן אז ס'איז געוועהן דארט בערך טויזנט נפשות, אפילו מ'וועט אננעמען אז דיין ווערסיע פון פארקויפטע זיצן איז ריכטיג.

איך האב בפירוש געשריבן אז ס'איז געוועהן אלעס אינאיינעם אין די בנין בערך טויזנט מענטשען (אן פרויען).
איך האב בפירוש ארויסגעשריבן - מענער, בחורים, קינדער. אין יעדע ביהמ"ד דאווענען די קינדער אינאיינעם מיט די עלטערן, אויב די פאר הונדערט קינדער וואלטן געדאווענט דא אינאיינעם וואלט נישט געוועהן קיין פלאץ אין ביהמ"ד - ס'וואלט געווען אוממעגליך.

יעצט דו שרייבסט:
668 מיט קינדער איז איבער 1000 מענטשען... יא צי ניין?

חוץ מזה 668 איז געוועהן די פארקויפטע זיצן. מיינסט יעדער איינער בלי שום יוצא מן הכלל האט געקויפט א זיץ??? א זיץ האט געקאסט $250. יעדער האט געקויפט א זיץ??? ספעציעל מיינסטו אז יעדע טאטע האט געקויפט פאר אלע זיינע בחורים א זיץ אויף די פארענטשע??? איינע פן מיינע שוואגערס האט נישט געקויפט פאר זיינע צוויי בחורים קיין פלעצער.

איך האב געוואלט קויפן א זיץ, מיין טאטע האט מיר געוואלט קויפן א זיץ. און ס'איז שוין נישט געוועהן צו באקומען. איך האב מיך טאקע דערמאנט די לעצטע רגע. איך האב לכתחילה נישט געדארפט זיין אין וויליאמסבורג אויף ראש השנה. נאר אפאר טעג פאר יו"ט האב איך מיך געלאזט איבעררעדן פון מיינע עלטערן און געקומען קיין וויליאמסבורג אויף יו"ט מיט די קינדער. (כ'האב אויך געקענט באשטיין צו זעהן איינמאל וויאזוי ס'קוקט אויס א יו"ט ביי די נייע רבי), ווען איך האב מחליט געוועהן אז איך קום האט מיין טאטע פרובירט צו קויפן א פלאץ פאר מיר און עס איז שוין נישט געוועהן... און איינע פון מיינע שוואגערס פארקויפן די זיצן. דו מיינסט אז איך בין געוועהן די איינציגסטע שלעפער??? מיינסט מענטשן האבן זיך נישט אנגערוקט דארט אן קויפן א פלאץ???

די בעק פארענטשע איז נאר געמאכט געווארן פאר די טישן. די בחורים קענען נישט שטיין דארט ביים דאווענען ווען מ'גייט אריין און ארויס א גאנצע צייט מיט גערודער. זיי ווילן דאך שטיין לעבן די רבי. דארט איז דאך צו ווייט און אינגאנצן אינדרויסן פון די צערעמאניע...

די בעק פארענטשע איז אויך נישט געוועהן אינגאנצן ליידיג, איך מיט מיינע זוהן זענען למשל דארט געשטאנען און נאך אסאך אנדערע וואס האבן נישט געהאט געקויפט קיין פלעצער.

בקיצור הדברים סאיז דארט געוועהן בערך 600 מענער

548 פארקויפטע זיצן
52 נישט פארקויפטע זיצן
200 בחורים
120 פארקויפטע
80 (אדער אפילו מעהר) נישט פארקויפטע

האסטו שוין 800
+300
קינדער =1100

ווער איז גערעכט??? איך...! און דו האסט עס אליינס קאנפארמירט....

בקיצור. ס'איז א קליינע נפק"מ די גאנצע שמועס. אבער דו ביסט א ליגנער. ס'איז נישט געוועהן קיין איין ליידיג פלאץ... אין ביהמ"ד און אין אויף ביידע זייטן פארענטשעס - קיין איינס! ס'איז געוועהן געשטאפט מיט מענטשן.

ס'מאכט מיר בכלל נישט אויס באמת. אבער קיין אפענע ליגענט קען איך נישט דולדן.

בן ישי » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 3:55 am

· #412883
ווער האט געפירט אין סטעטען איילענד? האסט איבערגעלאזט די גאנצע חסידות כדי צו זיין ביים וויליאמסבורגער? אה דאס הייסט אהבת ישראל...ביסטי שוין אפשר טאקע ראוי פאר די סטעטען איילענד פאזיציע...

נקודת-אמת » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 8:03 am

· #412885
שבת אחים
די בעיק פארענטשע איז אויך נישט געוועהן אינגאנצן ליידיג איך מיט מיינע זוהן זענען למשל דארט געשטאנען און נאך אסאך אנדערע וואס האבן נישט געהאט געקויפט קיין פלעצער.

אהה...
דו ביסט דאס...
און איך האב געמיינט אז דו ביסט א רויטער מיט א לאנגע בארד...
😈 😂 🙄

אדונינו » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:07 am

· #412891
אנגעהויבן האסטו מיט פארקויפן איבער 600 פאר מענער, אפאר הונדערט בחורים, און קינדער דאווענען עקסטער, אצינדער האלטן מיר שוין ביי מאקסימום 600 מענער, און מאקסימום 200 בחורים. אבער ליגנט און קטנות מיט פארדרייטע פאקטן דולדט ער נישט...

שבת אחים » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 6:28 pm

· #412940
אדונינו
אנגעהויבן האסטו מיט פארקויפן איבער 600 פאר מענער, אפאר הונדערט בחורים, און קינדער דאווענען עקסטער, אצינדער האלטן מיר שוין ביי מאקסימום 600 מענער, און מאקסימום 200 בחורים. אבער ליגנט און קטנות מיט פארדרייטע פאקטן דולדט ער נישט...


אה הייסט עס כהאב ליגענט געזאגט מיט פערציג פופציג בענקלעך? פארדעם האב איך דאך געשריבן בערך!!!

דו ביסט די ליגענער! סאיז נישט געוועהן דארט קיין איין ליידיג פלאץ. בערך זעקס הונדערט מענער איז זייער שיין!

שבת אחים » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 6:37 pm

· #412943
נקודת-אמת
שבת אחים
די בעיק פארענטשע איז אויך נישט געוועהן אינגאנצן ליידיג איך מיט מיינע זוהן זענען למשל דארט געשטאנען און נאך אסאך אנדערע וואס האבן נישט געהאט געקויפט קיין פלעצער.

אהה...
דו ביסט דאס...
און איך האב געמיינט אז דו ביסט א רויטער מיט א לאנגע בארד...
[:twisted: 😂 🙄[/quote

😛 😂

האסט זיך ענדליך געכאפט מיט וועם דו האנדלסט דא. האסט זיכער געמיינט איך בין עפעס א אפגעפליקטער רויטער משכיל מיט א לאנגע בארד 😂 😛

איינער האט אמאל געהערט פון די באוואוסטע חסיד ר׳ חיים (פוקס) דער רויטער? א רייכע וויזניצער חסיד אינדערהיים? (נישט די זעלבע ר׳ חיים פוקס-ר׳ מרדכי חנא׳ס ברודער-נאר זיין קאזין) דאס איז געוועהן מיין זיידעס ברודער. מיין זיידע איז געוועהן אינגאנצן שווארץ און ער איז געוועהן אינגאנצן רויט. מיין זיידע איז געזיצן און געלערנט און זיין ברודער ר׳ חיים וואס איז געוועהן א נגיד האט אים אויסגעהאלטן. ר׳ חיים איז אומגעקומען עקה״ש צוזאמען מיט אלע זיינע אנדערע פיר ברודער, חוץ מיין זיידע.

יעצט, נישט נאר דו קענסט מיך נאר דו קענסט שוין מיין יחוס אויך...

שבת אחים » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 6:45 pm

· #412947
[ציטאט אראפגענומען]



איינער רעדט נאך היינט וועגן אים? דאכצעך ער איז שוין דערנאך מיט זיין רביסטיווע... ער איז אויסגעשפילט זייט ר׳ מאטעלע האט איבערגעלאזט אכט נייע יונגע רביס..

וואלווי » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 6:47 pm

· #412949
שבת אחים
[ציטאט אראפגענומען]



איינער רעדט נאך היינט וועגן אים? דאכצעך ער איז שוין דערנאך מיט זיין רביסטיווע... ער איז אויסגעשפילט זייט ר׳ מאטעלע האט איבערגעלאזט אכט נייע יונגע רביס..


Against all odds האט ער געהאט זיין ימים נוראים מנין אין איין בנין מיט רי"י מוויזניץ ב"פ.

סקרן » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 7:04 pm

· #412952
Re: ר"ה תשע"ט ביי די וויזשניץ-מאנסי קינדער
וואלווי
שבת אחים
[ציטאט אראפגענומען]



איינער רעדט נאך היינט וועגן אים? דאכצעך ער איז שוין דערנאך מיט זיין רביסטיווע... ער איז אויסגעשפילט זייט ר׳ מאטעלע האט איבערגעלאזט אכט נייע יונגע רביס..


Against all odds האט ער געהאט זיין ימים נוראים מנין אין איין בנין מיט רי"י מוויזניץ ב"פ.
און ר' יעקב יוסף איז אים געגאנגען וואונטשען א גוט געבענטשט יאהר

שבת אחים » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 7:08 pm

· #412953
[ציטאט אראפגענומען]



די חילוק איז געוואלדיג גרויס. אין סאטמאר קען איין זייט נישט פארגינען דעם צווייטן און קענען נישט אויסהאלטן אויב די אנדערע פראקציע איז מצליח. אין מאנסי-ווינזיץ גייט קיינעם נישט אן אז די אנדערע קינדער זענען מצליח (אפילו די הייסע חסידים) פארקערט! זיי קוקן עס אן אינגאנצן אנדערש. ס׳ארבעט בערך אזוי: אלע מוסדות וואס האט באלאנגט פאר ר׳ מאטעלע ביים לעבן איז פארבליבן ״מאנסי וויזניץ״ דער רבי איז טאקע נישטא אבער ער האט אריינגעלייגט א אפוטרופוס צו פירן ווייטער די מוסדות. אונז ווילן אז אלע וויזניצער מוסדות זאל ווייטער בליעהן... אפילו די בני ברק- וויזניץ. סאיז דא גענוג פאר יעדעם... ווילאנג זיי קריגן זיך נישט ארום. פירן זיך אויף מיט פשטות (פארן נישט מיט קיין פריוואטע דזעשטס וכו׳) און האבן ״אהבת ישראל״ איז עס אונז גוט. אזוי האט ר׳ מאטעלע זצ״ל געוואלט ס׳זאל זיין און אזוי האט ר׳ חיים מאירל און דער אהבת ישראל געוואלט אז וויזניץ זאל אויסקוקן. דער אהבת ישראל האט געהאט זיבן ברודערס רביס חוץ אים און אלע האבן זיך גוט געלעבט איינער מיטן צווייטן. דער אמרי חיים האט געהאט 3 ברודערס און עס איז נישט געוועהן קיין שום מחלוקות אדער פירוד לבבות צווישן זיי.

שבת אחים » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 7:21 pm

· #412955
וואלווי
שבת אחים
[ציטאט אראפגענומען]



איינער רעדט נאך היינט וועגן אים? דאכצעך ער איז שוין דערנאך מיט זיין רביסטיווע... ער איז אויסגעשפילט זייט ר׳ מאטעלע האט איבערגעלאזט אכט נייע יונגע רביס..


Against all odds האט ער געהאט זיין ימים נוראים מנין אין איין בנין מיט רי"י מוויזניץ ב"פ.



וויפל מענטשען האבן דארט געדאווענט?

איסר האטלקי » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 8:47 pm

· #412973
שבת אחים
[ציטאט אראפגענומען]



איינער רעדט נאך היינט וועגן אים? דאכצעך ער איז שוין דערנאך מיט זיין רביסטיווע... ער איז אויסגעשפילט זייט ר׳ מאטעלע האט איבערגעלאזט אכט נייע יונגע רביס..

ער איז געווען געפאקט לייק נעווער בעפאר.

שבת אחים » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:33 pm

· #413009
איסר האטלקי
שבת אחים
[ציטאט אראפגענומען]



איינער רעדט נאך היינט וועגן אים? דאכצעך ער איז שוין דערנאך מיט זיין רביסטיווע... ער איז אויסגעשפילט זייט ר׳ מאטעלע האט איבערגעלאזט אכט נייע יונגע רביס..

ער איז געווען געפאקט לייק נעווער בעפאר.



ווי גרויס איז די פלאץ? וויפל מענטשען? געפאקט מיינט גארנישט אויב סאיז אזוי גרויס ווי די שומר שבת סוכה...

יין שרף » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:23 pm

· #413025
פארמעקט

איסר האטלקי » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 8:56 am

· #413050
איך זע איינער שרייבער אז ראש השנה האט מען געזינגען אין ב"פ: צווישן קאסוב אין וויזניץ איז א שטאקעלע פארהאן....

וואלווי » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:05 pm

· #413091
איסר האטלקי
איך זע איינער שרייבער אז ראש השנה האט מען געזינגען אין ב"פ: צווישן קאסוב אין וויזניץ איז א שטאקעלע פארהאן....


און דארט געפונט זיך דער איטלקי...

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 1:20 pm

· #413472
אין די מאמענט באשרייבט ער איטליכע וויזניצע ביהמ"ד וויפיל מענטשן האבן געדאווענט און נאך פרטים, א שטייגער אז דער מאנסי-וויזניצער רבי האט געהאקט אקעגן די פיגי טעכנאלאגיע ביי נעילת החג וכדו'.

יין שרף » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 1:58 pm

· #413473
What a name for technology..

שמעון וואלף » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 11:32 pm

· #413776
די וויזניצע קומען עפעס נישט אריין דא מיט קיין אפדעיטס, וועל איך נעמען דאס ווארט.
אויף יום כיפור זענען די אדמו"רים פון גיבערס און ירושלים געקומען קיין מאנסי צו דאווענען אין טאטענ'ס ביהמ"ד. די מאנסי'ע רבי האט געהייסן מ'זאל בויען דריי נייע שטענדערס אז ער מיט די ברידער זאלן האבן די זעלבע שטענדערס.
די ירושלימ'ע רבי וועלכע האט געוויילט ר"ה אין ירושלים האט געוואלט טוישן פלענער און פארבלייבן אויך פאר יום כיפור וויבאלד סוכות וועט ער סייווי זיין אין ירושלים אבער הערענדיג אז מ'האט שוין געבויעט א נייע שטענדער אין מאנסי לכבודו האט ער נישט געוואלט גורם זיין חלישות הדעת דעריבער איז ער צוריק געקומען קיין אמעריקא אויף יוה"כ און תיכף צוריקגעפארן קיין ירושלים. (כך שמעתי אז דאס איז געווען די סיבה, אבער צו ס'איז אמת ווייס איך נישט)
מיט די תפילות האט מען זיך איינגעטיילט שחרית - גיבערס, מוסף - מאנסי און נעילה - ירושלים.

אישתישבי » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 1:05 am

· #413786
שבת אחים
וואלווי
שבת אחים
[ציטאט אראפגענומען]



איינער רעדט נאך היינט וועגן אים? דאכצעך ער איז שוין דערנאך מיט זיין רביסטיווע... ער איז אויסגעשפילט זייט ר׳ מאטעלע האט איבערגעלאזט אכט נייע יונגע רביס..


Against all odds האט ער געהאט זיין ימים נוראים מנין אין איין בנין מיט רי"י מוויזניץ ב"פ.



וויפל מענטשען האבן דארט געדאווענט?


הקפות האט ער געפירט מיט א ריזן עולם אין מנורה.