☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מהומות אין פונביז

מהומות אין פונביז

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12569

טרויבן88 » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 9:16 pm

· #412638
מהומות אין פונביז
אין מיין אנגייענדע סעריע פון דעקן ראיאטן און מהומות און די עולם הישיבות שטייט פוניבז ארויס די לעצטע שטיק צייט יעדע פאר חדשים מיט פרישע מהומות

https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/290164
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/289940

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 9:19 pm

· #412639
די בעסטע עצה וואלט געווען צו פארשפארן די פלאץ איינמאל פאר אלעמאל.

איסר האטלקי » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 9:55 pm

· #412643
די ישיבה איז טאקע נעכטן פארשפארט געווארן דורך די פאליציי

איסר האטלקי » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 9:58 pm

· #412644
ס'איז נישט יעדע פאר חדשים, ס'איז יעדע אלול ווען די נייע יאר הייבט זיך אן. עס קומען צו נייע בחורים און ביידע צדדים ווילן פארכאפן ווי מער טעריטאריע, אמאל איז עס איבער א דארמיטאריע בנין אדער לאנטש רום צו אפילו פאר מער שורות אין ביהמ''ד. בדרך כלל שלאגט מען זיך נישט סתם אזוי.

עס איז גראדע א קידוש ה' ווי זיי לערנען א גאנץ יאר אין זעלבן ביהמ''ד און אלעס גייט דורך רואיג, חוץ פון ימי הרצון ווען ס'איז דא א התגברות הדינים אין ב''ב מפחד יושב תהילות ישראל.

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 10:31 pm

· #412645
איסר האיטלקי: ווען מיינע ווערטער וואלטן נישט געקלונגען נאאיוו אדער גאר סארקאסטיש, וואלט איך געזאגט אז איך בין מסכים מיט דיר 100%. נאר איך קען נישט דעם דעמאגראפיש/אידעאלאגישן צוזאמענשטעלל פון די בחורי הישיבה הקדושה מ'פאניעוויטש. (געספעללט דעם סאטמאר'ן וועג.) קען איך נישט משפט'ן איבער די אמת'דיגע סיבה פון די ראיאטן און אומרוען אין די ישיבה. דייקא אין די ערנסטע און הייליגע טעג פו חודש אלול...!

אבער, בדרך כלל איז דא אזא מין ערשיינונג. אז ווען א מענטש איז זייער ערנסט און נערוועז איבער א גאר וויכטיגע מיסיע וואס ער דארף אדורכפיהרן איז ער גאר שטארק אנגעצויגן און נערוועז. און א יעדע קליינע פראוואקאציע ברענגט איהם ארויס פון די כלים...! פארשטייצעך, אז אן ערליכער איד. ספעציעל א בן תורה און בעל מוסר, דארף זיך קענען קאנטראללירן אין אלע זמנים און מצבים...! אויך זענען די חושים אויסגעשארפט. און א יעדע אמת'ע אדער געדאכטע עוולה און באשרענקונג פון רעכטן קומט ארויס צום אויבערפלאך אין א צייט פון קריזיס...!

מדי דברי. אז מ'רעדט שוין. איז מיר איינגעפאללן א ווערטל..."פארוואס האט דער אייבישטער נישט געגעבן די תורה פאר די פארטאריקאנער...?! נאר דער תירוץ איז. אז אויב די פארטא ריקאנער באפעלקערונג וואלטן געלערנט דף היומי, למשל. און ס'וואלט אנטשטאנען א ויכוח איבער דעם פשט אין די גמרא. וואלט איין פראטאגאניסט ארויסגענימען א מעסער אדער א גאן און דערשטאכן אדער דערשאסן זיין בעל פלוגתא...!

(שבת אחים: אנטשולדיג פאר מיין ראסיזם. ס'איז נאר א ווערטל. ביטע נעם עס נישט צום הארצן...!)

שמעון וואלף » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 11:55 pm

· #412648
מהומות, וואס דען האסטי עקספעקטעט פון א ישיבה וואס איז נהנה משלחן איזבל?
כח הפועל בנפעל!

יין שרף » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2018 1:44 am

· #412660
און ווער פיפעלט אריין א כח הפועל אין סאטמאר..?

איסר האטלקי » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2018 8:08 am

· #412668
דאס קומט שוין אן די כח הפועל, די נפעל אליין טויג נישט.

כאטש אין פונביז אז די נפעל גוט נאר די פועל מאכט פראבלעמען....