☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » טעראר האט געזיגט

טעראר האט געזיגט

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12558

רימון » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 5:37 pm

· #412456
טעראר האט געזיגט
מיט ווייטאג נעמט כלל ישראל אויף די נייעס אז דער שפיל "דער פארמעסט" וואס האט געזאלט פארקומען דעם קומענדיגן חול המועד איז ליידער אפגערופן געווארן נאך פרעשור און טעראר פון די שומרי משמרתה של תורה (סיקריקים\רע-בנים\עשקנים) וועלכע האבן זיך צוזאמגענומען בעצה אחד נעכטן אין וויליאמסבורג וויאזוי צו פארזיכערן אז דער אבן נגף אין פארעם פון א פארמעסט זאל נישט אריינקומען בבתי בני ישראל.
א פלעי איז שוין דא א לאנגיעריגע מסורה נאך מימות יהושע בן נון אז דאס איז כשר וישר, אבער א פארמעסט? הס מלהזכיר.
לויט ווי מ'הערט זענען די ארגאניזירער ארויס מיט א שאדן פון הונדערט טויזנט דאלאר אין אידיש געלט און ס'איז נישטא ווער ס'זאל זיך אננעמען פאר זייער פארגעסן בלוט.
ס'איז זיכער אז אלע וואס האבן געהאט א טייל דערין צו היטן אויפ'ן דור פון חלילה וחס פארברענגען צווישן היימישע מענטשן חול המועד נאר פארזיכערן אז אונזערע קינדער זאלן זיך דרייען איבער חול המועד נאר אין די פארקס און אטראקציע ערטער ווי גוים און גויטעס דרייען זיך האלב נאקעט און זענען עוסק בחיבוקים ומשמושים מיט די געמיינסטע פריצות, ניבול פה און קלות ראש פארנט פון די אויגן פון אונזערע הייליגע קינדערלעך, וועלן זיכער געהאלפן ווערן מיט א שנת גאולה וישועה און דער זכות וועט זיי ביישטיין מיד ולדורות.

סקרן » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 5:47 pm

· #412458
.
📎 Screenshot_20180904-164201_WhatsApp.jpg

קורקלענד » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 5:57 pm

· #412460
מושי י. און יענקי ס. האבן זיך געזאלט אדורך רעדן מיט די רעבּאָנים איידער זיי האבן עס אנאנסירט. ווען זיי צאָלן ווען איין באצייטענס וואלטן די רעבּאָנים זייער פיין פארשטאנען די נחיצות פון היימישע אטראקציעס...... לאו כל כמיניה.... ס'נישט קיין הפקירות, מ'קען נישט אליין מאכן געלט, מ'דארף שעירן מיט די רעבּאָנים אויעך.

אישתישבי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 6:06 pm

· #412461
פאר אלע וואס האבן נישט וואס צו טוהן חול המועד, מען קען באצאלן פאר נעטפליקס, און די גאנצע משפחה קען וואטשען צוזאמען פיל בעסערע פלעיס.

מיימון » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 7:09 pm

· #412468
וואס האט דאס געדארפט זיין, און פארוואס האט מען עס גע'אסר'ט? מיט וואס איז עס אנדערש פון אלע פלעיס?

נעגעל וואסער » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 7:11 pm

· #412469
חסידים גאט טאלאנט.

איסר האטלקי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 7:55 pm

· #412472
און דער אמת איז אז טעראר האט נישט געזיגט, נאר עס האט געגעבן דעם תירוץ פאר די ארגאניזירער ארויסצוציען פון דעם אומגעלונגענעם פארמעסט וואס האט נישט געצויגן קיין מאסן... קיינער האט זיך נאכנישט געבראכן פאר טעראר פונקט זיי?! זיי האבן ממילא געהאלטן ביים אויפגעבן נאכן זען אז דער גאנצער שפיל טויג נישט.

C/P

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 8:01 pm

· #412474
נעגעל וואסער
חסידים גאט טאלאנט.

אבער דער חסיד'ישער מוזיק פארמעסט וואס דער מאמענט האט באשריבן דעם פארגאנגענעם ווינטער. דאס איז יא געווען כשר וישר. ווייל מ'האט געגעבן באקשיש אויף די ריכטיגע פלעצער...!

איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 8:07 pm

· #412476
Why are you breaking the c/p chain?

נולד מאוחר » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 8:12 pm

· #412479
מיימון
וואס האט דאס געדארפט זיין, און פארוואס האט מען עס גע'אסר'ט? מיט וואס איז עס אנדערש פון אלע פלעיס?

לויט ווי איך פארשטיי איז אזוי. אז מסארפרעסד ציקוועטשט א מענטש פאר צוואצינג יאר, דו יארן וואס א מענטש דיוועלעפד זיינע טאלאנטן, מפראבירט מיט אלע כוחת אז דער מענטש זאל נישט דיסקאווערן זיינע טאלאנטן, מאכט זוך איינס פון טויזענט וואס ס'געלאנגט נישט, ער ווייסט יא וואס ער גלייכט און קען. נא אזא איינעם ערלויבט מען ער זאל זוך עקספרעסן.
משאכ א קינד זאל מען לאזן הנאה האבן, דיוועלאפן זיינע טאלאנטען?! סאיז דאך נאך דא א גרויסע טשענס אז מקען עס ציקוועטשען.
קטלא איז דאך שוין מאריך ווי שטארק מיר קערן און היטען פאר אונזער קונדער.
סהייבט זאך ביי סליחות מיט ווארמע מוזיק, ס'ענדיקט זוך ביי קינדער ניצן זייער נאטירלכע טאלאנט וואס די אייבישטער האט זיי באשאנקן.

אספקלריה » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 12:15 am

· #412496
קען אפשר איינער מרחיב זיין ווער זענען דיע טעראריסטען מזאל מיר קענען מקיים זיין ושם רשעים ירקב.
ועוד איז דא אפשר א קאמפיין ווי מקען באצאהלען פאר די נפגעי טעראר ?

קורקלענד » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 12:18 am

· #412497
ס'וואלט טאקע געווען א גוטע פלאן אויפצושטעלן א גאו פאנד מי בלעטל מיט א הונדערט טויזנט דאלער גאול. אזוי זאל די פאלק קענען זעהן און משפט'ן וואו די עולם באלאנגט.

בן ישי » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 12:52 am

· #412502
זיי האבן זיך ארויסגעצויגן גענוג באצייטנס נאך פאר די צודרייטע חברה האבן געענדיגט צאמנעמען אלע הייליגע חתימות, אזוי האבן זיי כאטש געקענט שרייבן די אמת אויפן צעטל פארוואס זיי האבן געדארפט קענסלען, כלשונם Due to the mosdos threatening the staff of the show. ווען זיי ווארטן נאך אביסל וואלט די שרעקליכע וויי געשריי פון די רבנים שוין געווען פארשפרייט איבעראל אין זיי וואלטן געדארפט מאכן א שיינע לשון הקודש בריוו (זעהט אויס די רבנים קענען נישט קיין ענגליש, זעהסט מאסטער! מ'קען זיין סוקסעספול אן קענען ענגליש!!) אז ס'איז קענסעלד צוליב זיי ווילן פאלגן דעת תורה וכו'... אין ס'וואלט געווען אפאר ק/פ מעסעדזשעס וואס וואלטן געוויסט צו זאגן אז ס'געווען אפאר חברה וואס האבן אלעס אינטער געדרייט און געסטראשעט...

יהודי פשוט » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 1:07 am

· #412509
Re: טעראר האט געזיגט
אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט קיין אנונג ווער ס'זענען די מוסדות וואס האבן גע'threatend

איסר האטלקי » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 1:10 am

· #412510
דאס איז זיכער אז ווען ס'פלאץ וואלט זיך שנעלער אנגעפילט וואלט טעראר נישט געזיגט... נאכן דורכפאל פון 85 פראצענט זאל ליידיג און אן קיין וואלונטירן זיך צו לאזן פארמעסטן האט טעראר געזיגט און דער בחור'ל וואס איז אויפגעקומען דערמיט האט שנעל אויפגעגעבן..... ווער ס'וויל עס נאכגיין איז מכובד...

בן תורה » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 1:27 am

· #412511
איסר האטלקי
דאס איז זיכער אז ווען ס'פלאץ וואלט זיך שנעלער אנגעפילט וואלט טעראר נישט געזיגט... נאכן דורכפאל פון 85 פראצענט זאל ליידיג און אן קיין וואלונטירן זיך צו לאזן פארמעסטן האט טעראר געזיגט און דער בחור'ל וואס איז אויפגעקומען דערמיט האט שנעל אויפגעגעבן..... ווער ס'וויל עס נאכגיין איז מכובד...

סאיז זעכער א קאמבינאציע פון ביידע, און די נישט פארקויפטע זיצן איז אסאך שולדיג אין דעם וואס די טעראר האט געזיגט.
אבער איך ווייס ערשטהאנטיג אז סאיז טאקע פארגעקומען נעכטן א גרויסע אסיפת מנהלים און האבן געארבעט אויף א איסור פון אלע מנהלי הת"ת פון איבעראל.
איך פארשטיי נאר נישט מי שמך לאיש? ווייל עפעס א אדמיניסטראטאר אין א מוסד האט דיר אויפגענומען אלס מנהל, האסטו א דעת תורה, און נעמסט דיך די רעכט אונטערצוברענגען איינעם? איז עס א פראבלעם, לאז עכ"פ די רבנים קעיר נעמען דערפון, אבער למען השם ווי קומען מנהלים אריין אינעם בילד?

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 1:51 am

· #412512
יהודי פשוט
אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט קיין אנונג ווער ס'זענען די מוסדות וואס האבן גע'threatend

מווייסט יא.

זיידי באם » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 6:21 am

· #412514
Re: טעראר האט געזיגט
נולד מאוחר
יהודי פשוט
אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט קיין אנונג ווער ס'זענען די מוסדות וואס האבן גע'threatend

מווייסט יא.
נו ווער?

זיידי באם » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 6:30 am

· #412515
Re: טעראר האט געזיגט
אספקלריה
קען אפשר איינער מרחיב זיין ווער זענען דיע טעראריסטען מזאל מיר קענען מקיים זיין ושם רשעים ירקב.
ועוד איז דא אפשר א קאמפיין ווי מקען באצאהלען פאר די נפגעי טעראר ?
די מיינסט אז עס איז אזוי גרינג צי באצאלן?
איך האב געהערט פון איינער וואס איז געווען שטארק אינוואלווד אז זיי האבן דא פארלוירן איבער אכציג טויזנט דאללער....



פארוואס? פארוואס? ווייל אפאר רשעיםלעך האבן אפגעמאכט אז די שאו טאר מען נישט גיין צי? אוי וועלן די חברה ברענען זיי ווייסן אפילו נישט וואס ווארט זיי אויבן.....

צי נעמען א אינגערמאן און עם אוועק לייגן אכציג טויזנט דאללער וואס עס איז שטארק מעגליך אז ער גייט דאס מער קיינמאל נישט זען דארף מען האבן די גרעסטע מאס רציחה.....

יא קוק היינט האבן מיר מנהלים, הנהלי המוסדות, אד"ג מיט די גרעסטע מאס רציחה איך ווייס נישט ווי אזוי אונז טראסטן זיי מיט אונזערע קינדערלעך....

קאך_לעפל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 9:48 am

· #412516
אן אריין צוגיין צו די מנהלים זענען יא גערעכט צו נישט.

די געדאנק זיך צובאנוצן מיטן דראהען עלטערן ארויסצווארפן זייער אומשולדיגע קליינע קינדער פון די מוסדות אויף די גאס ווי הינט, פון מוסדות וועלכע זענען אייגענטליך נכסי ציבור איז ווירקליך א שוידערליכער פארברעך קעגן ג-ט און קעגן די מענטשהייט. און עס צייגט גלייכצייטיג אויך, ווי שוואך און אומבאהאלפן די מוסדות זענען ווען זיי ווילן עפעס דורכפירן.

דער אלגעמיינער מענטשהייט שאקלט זיך אפ מיט אפשיי פון יעדע זאך אנבאלאנגט מיט די פארברעכישע מנהלי המוסדות. די דאזיגע באנדיטן האבן צוליב זייער געמיינע טאהטן גענצליך פארלוירן דעם ציטרוי ביים אלגעמיינעם פובליקום.
נעמליך, זיי קענען אצינד בלויז טרעטן אויפן ציבור ווייל זיי זענען צום באדויערן נישט אזוי שטארק אנגעוויזן אויף אונזער געלט. זאגאר איינמאל פעטער שמואל וועט אויף הערן צו באשטייערן, און די קאסע באזיצער וועלן זיין צוריק אנגעוויזן אויף די פינאנציאלע שטיצע פונעם ציבור, וועלן די אלע טיראנישקייטן און בארבאריזעם קומען צו אן האסטיגען אפשטעל.

אויף ביזדערווייל ליגט א הייליגע פליכט אויף די מענטשהייט, אז מ'זאל אן קיין שום אנגסט פארשרייען די דאזיגע מענטשען פרעסער, די שדים בדמות אנשים, וואו אימער זיי באווייזן זיך אין די עפענטליכקייט. וויפול קינדער האט מען נישט אנגענומען? וויפול בחורים האט מען דעם דאזיגען זמן געווארפן צו די הינט? הא? מיט אינטעררנעט, און מיט קאמעדיע פארשטעלונגן זענט איר פארנומען? אה? ידיכם מלא דמים!
דער ווייטאג איז בלויז אז די גרוילהאפטע סעלעקציאנערן שר''י ווארפן די שולד איינער אויפן צווייטן, גענוי ווי די בלוטיגע נאציס האבן געטאן אין נירענבערג. דאס איז אזא סארט ארגענעזירטע רשעות וואס שטעלט קאפויער דאס האר פון קאפ. מ'טאר זיך נישט לאזן פארפירן פון די שוחטי ילדים! ניין נישט דו? דאן ווער יא? געב ארויס די נעמען פון די באנדיטן...אז נישט ביזטו פאראנטפארטליך....
דער הייליגער נביא האט שוין געשריגן פאר טויזענטער יאר צוריק...הוי רועי ישראל אשר רועים אותם הלוא הצאן ירעו הרועים...

קורקלענד » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 10:15 am

· #412523
איך פארשטיי נישט וויאזוי אזויפיהל מענטשן דא קענען זיך כסדר טועה זיין און מיינען אז די מוסדות זענען נכסי ציבור. ס'איז א פריוואטע ביזנעס!

בית יוסף » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 12:29 pm

· #412528
רוב מענשן האבן בכלל נישט געכאפט וואס דא גייט פאר וואס דאס איז, א גרויסע מסטעיק פון זייער זאט .

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 12:47 pm

· #412530
קורקלענד: די בעסטע ראיה אז דו ביסט גערעכט איז, אז דער עולם לאזט זיך דיקטירן פון די אזוי-גערופענע מנהלי המוסדות...! אנישט. וואלטן זיי געדאפרט צו טון וואס דער ציבור פארלאנגט. נישט פארקערט...!

קאך_לעפל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 1:03 pm

· #412533
די פירער פונעם דער פארמעסט זענען אויך באגאנגן א פונדאמענטאלע נארישקייט. זיי וואלטן געדארפט זעלבסט פארשטיין אז איידער זיי טרעטן נאך אפילו צי די פלענער, וואלטן זיי ערשט געברויכט באשטייערן עטליכע גרייצער פאר די צדקה קאסע פון הרה''צ לוחם מלחמת השם ברמה רבי צבי קלאר שליט''א, על ישראל הדרתו בעירינו הקדוש וויליאמסבורג.

רבי צבי איז שוין לאנגע יארן בבחינת שבת שאסור לעשות מלאכה, אזש לויטן גינעס ווארלד רעקארד איז ער דער לענגסטער ארבייטסלאזער מענטש אין דער וועלט. אפגעזען פון די בני קדושים וועלכע זענען אסור במלאכה מדאורייתא מחמת קדישת זקינתם נשמם עדן.

החוקר » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 7:46 pm

· #412559
Re: טעראר האט געזיגט
קורקלענד
איך פארשטיי נישט וויאזוי אזויפיהל מענטשן דא קענען זיך כסדר טועה זיין און מיינען אז די מוסדות זענען נכסי ציבור. ס'איז א פריוואטע ביזנעס!
דו מיינסטו טעכניש אדער בשיטה?

זיידי באם » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 8:33 pm

· #412564
Re: טעראר האט געזיגט
פאר די אלע וואס זאגן אז מהאט עס געקענסעלט וועגן זיי האבן נישט פארקויפט גענוג טיקעטס......

קודם כל: ווילסט מיר זאגן אז זושה שמעלצער קען קענסעלען זיין שאו יעדע יאר???


צווייטענס כל: יעדער מיט אביסל שכל פארשטייט אז ווען מפארקויפט טיקעטס פאר צוויי טעג און עס איז נישט געגאנגען אזוי פיל און מהאט נאך צוואנציג טעג צי פארקויפן גייט קיינער נישט קענסעלען זייער שאו איך מיין אביסל קאמאן סענס....

און אנדערע ווערטער פאר די זאגסט עפעס טראכט אביסל אריין וואס די גייסט זאגן....

קורקלענד » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 9:07 pm

· #412568
החוקר
קורקלענד
איך פארשטיי נישט וויאזוי אזויפיהל מענטשן דא קענען זיך כסדר טועה זיין און מיינען אז די מוסדות זענען נכסי ציבור. ס'איז א פריוואטע ביזנעס!
דו מיינסטו טעכניש אדער בשיטה?

פאקטיש.

אבי גערעדט » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 1:39 am

· #412579
Re: טעראר האט געזיגט
ק/פ

יעצט געזען דעם איסור אויף די פלעיס, חברה ס'איז ערנסטע צרות, מיר און אונזערע קינדער זענען געהעריג האסטעזש ביי די מוסדות

Sent from my SM-G950U using Tapatalk