☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » נקודות

נקודות

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12539

א-שופר-איז-א-שופר » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 3:45 pm

· #412033
נקודות
איז דא א וועג צי שרייבן מיט נקודות אויף א אנדרואיד?
ווי אויך אויף א קאמפיוטר

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 3:55 pm

· #412036
<a class="postlink" href="http://www.tapuz.co.il/forums/viewmsg/2142/176734444/%D7%9E%D7%97%D7%A9%D7%91%D7%99%D7%9D/%D7%90%D7%A0%D7%93%D7%A8%D7%95%D7%90%D7%99%D7%93_-_android">http://www.tapuz.co.il/forums/viewmsg/2 ... _-_android</a>

<a class="postlink" href="http://www.meir-1.com/pnin8.htm">http://www.meir-1.com/pnin8.htm</a>

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 4:17 pm

· #412040
די גוגל אנדרויד קיבאורד Gboard האט די מעגליכקייטן. אויף סיי וועלעכע אות קענט איר לייגן נקודות דורך אנהאלטן די אות וואס אנבאלאנגט יענע נקודה.

לדוגמה: אז איר ווילט שרייבן שַׁבָּת, וועט איר שרייבן ערשט די אות שׁ דורך אנהאלטן דעם ש קנעפל, דערנאך וועט ארויפקומען די אפציע שׁ אדער שׂ, וועט איר סעלעקטירן שׁ, דערנאך וועט איר דארפן אנהאלטן די פ קנעפל צו סעלעקטירן א פַּתַח, דערנאך וועט איר דרוקן ב, דערנאך דארפט איר אנהאלטן די ד קנעפל און סעלעקטירן א דגוש, דערנאך דארפט איר אנהאלטן די ק קנעפל צו סעלעקטירן א קמץ........

ס'איז גרינג זיך פארצושטעלן אונטער וועלכע אותיות ס'באהאלטן זיך וועלכע נקודות. קמץ איז אונטער ק, פתח אונטער פ, און צרי אונטער צ אא''וו....

אלע נקודות זענען נאר אוועילעבל אין די עברית. אידיש האט נישט אלע נקודות, ווי אויך איז די סיסטעם דארט אביסל אנדערש.