☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שטעכעריי אין א חרדישע ישיבה אין ארץ ישראל ה"י

שטעכעריי אין א חרדישע ישיבה אין ארץ ישראל ה"י

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12535

טרויבן88 » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 1:52 am

· #411956
שטעכעריי אין א חרדישע ישיבה אין ארץ ישראל ה"י
2 טעג ציריק איז פארגעקומען א שטעכעריי אין א ישיבה אין מודיעין, תורה תורה חגרו שק, נדמינו לגוים ליידער א שרעקליכע עפיזאד וואס ברויכט אויפשאדערן כלל ישראל, אזאך וואס מען זעט אפט ביי די גוים איז ליידער געשען ביי אונז

בחדרי חרדים

איסר האטלקי » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 8:44 am

· #411959
ווען בחדרי חרדים זאגט געשטאכן מיינט עס געווענליך אביסל צוקלאפט.... בחדרי איז אליינס מודה אז זיי ווייסן נישט אויב ער איז א ישיבה בחור אדער א גאסן אינג אבער דו ווייסט שוין אויף זיכער....

בחדרי איז א גרעסערע ליגענער פון שאולזאן, איבערהויפט ווען עס קומט צו חרדישע לשון הרע, פאר דער וואס ווייסט נישט.

טרויבן88 » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 11:26 am

· #411965
Re: שטעכעריי אין א חרדישע ישיבה אין ארץ ישראל ה"י
איסר האטלקי
ווען בחדרי חרדים זאגט געשטאכן מיינט עס געווענליך אביסל צוקלאפט.... בחדרי איז אליינס מודה אז זיי ווייסן נישט אויב ער איז א ישיבה בחור אדער א גאסן אינג אבער דו ווייסט שוין אויף זיכער....

בחדרי איז א גרעסערע ליגענער פון שאולזאן, איבערהויפט ווען עס קומט צו חרדישע לשון הרע, פאר דער וואס ווייסט נישט.
דער בחור איז אריינגעפירט געווארן אין אומסטאביל וכו' אין שפיטאל, ליין די אנדערע ארטיקלען

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 12:03 pm

· #411968
כבר היה לעולמים: דאהי אין וואשינגטאן הייטס איז פארגעקומען אן ענליכע מעשה. איין מתפלל האט צושטאכן א צווייטן אין שול. איבער א פערזענליכן סיכסוך וואס זיי האבן געהאט...!

איז מיר דאמאלס בייגעפאללן דאס ווערטל. אז ס'איז נאך א מזל אז דער אייבישטער האט נישט געגעבן די תורה פאר די פארטא-ריקאנער. ווייל אויב יא. וואלט איינער פון די משתתפים אין שיעור דערשטאכן א צווייטן איבער א מחלוקה אין א תוס' אדער פשט אין רשב"א...!

עדיאל » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 10:27 pm

· #411998
berlbalaguleh
נאך א מזל אז דער אייבישטער האט נישט געגעבן די תורה פאר די פארטא-ריקאנער. ווייל אויב יא. וואלט איינער פון די משתתפים אין שיעור דערשטאכן א צווייטן איבער א מחלוקה אין א תוס' אדער פשט אין רשב"א...!


תלמידי ב"ש וב"ה האבן זיך אויך גע'רצח'ט. ממש.

ירושלמי שבת דף ט

תנא ר' יהושע אונייא תלמידי ב"ש עמדו להן מלמטה והיו הורגין בתלמידי ב"ה. תני ששה מהן עלו והשאר עמדו עליהן בחרבות וברמחים.

זיידי באם » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 12:36 am

· #412718
Re: שטעכעריי אין א חרדישע ישיבה אין ארץ ישראל ה"י
איסר האטלקי
ווען בחדרי חרדים זאגט געשטאכן מיינט עס געווענליך אביסל צוקלאפט.... בחדרי איז אליינס מודה אז זיי ווייסן נישט אויב ער איז א ישיבה בחור אדער א גאסן אינג אבער דו ווייסט שוין אויף זיכער....

בחדרי איז א גרעסערע ליגענער פון שאולזאן, איבערהויפט ווען עס קומט צו חרדישע לשון הרע, פאר דער וואס ווייסט נישט.
מיט א ריאיגקייט דארפסט דיר נישט קעגן קענסט זאגן די זעלבע זאך און א אנדערע וועג אן דארפן פארשעמען קיינעם

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:06 pm

· #412739
זיידי באם: דאס אז בחדרי חרדים איז א גרויסער וועלטס ליגנער, איז זיכער. מיט דעם ביניך מסכים. אבער איך ווייס נישט ווער ס'איז א גרעסערער ליגנער. זיי צו שאולזאן. כאטש, לעצטנס שטעלט ער אן א פנים ווי אן ערליכער איד וועלכער מיינט אלעס נאר לשם שמים. אבער ווער ס'געדענקט חיימ'קע שאולזון סיי אין ארץ ישראל. און סיי דאהי מיט בערך א צוואנציג יאר צוריק, ווערט נישט נתפעל פאר זיין נייעם, פרומ'ן פנים וואס ער שטעלט אן. און מיט זיין לאנגע בארד...!