שמעון וואלף: ס'קען זיין אז דאס איז מלכתחילה געמיינט פאר א ליצנות צעטל. אבער איך וואלט מיך נישט געוואלט געפונען אויף אזא מין רשימה. מיט די זאכן שפיעלט מען זיך נישט ארום...!
ומעשה שהיה. אין א געוויסן ביהמ"ד ערגעץ אויף די וועלט האבן די מתפללים געהאט א משוגעת אז ביי יוצר לפ' זכור פאר די גאנץ קהל שרייט הויעך..."ומח שמו וזכרו"...גייט איינער א לץ און רופט אויס דעם נאמען פון א געוויסן מענטש...! איין יאר האט מען אויסגערופן א נאמען פון א מתפלל. און , פארשטייצעך די גאנצע קהל האט געשריגן הויעך..ומח שמו וזכרו...יענער מענטש איז דעם קומענדיגן יאר געשטארבן אין א קאר עקסידענט...! מעגליך אז די סיבה פון זיין שטארבן איז געווען ווייל ער האט נישט געקענט דרייוון... אבער. למיחש מיהא בעי...!