☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אמת אדער נישט???

אמת אדער נישט???

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12516

זיידי באם » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:10 pm

· #411229
אמת אדער נישט???
איך האב אייביג געטראכט אז עס פעלו אויס אזא אשכול פאר אמת אדער נישט ווי די עולם קען דעבאטירן אויב א מעשה אדער סתם א באוויסטע זאך איז אמת אבער די מעסעדזש אויף א טעלעגרעם טשענעל האט מיר געשטיפט עס צי עפענען די מעסעדזש גייט אזוי


מעשה שהיה כך היה:

א איד פון ארץ ישראל מחסידי בעלזא וואס איז אן איידעם ביי הרה"ח ר' איטשע דוד רעזמאוויטש ז"ל משב"ק כ"ק רבינו בעל אמרי חיים זצוק"ל, ער איז עוסק אין ארומשיקן זאכן - משלוח (Shipping) - ארום די וועלט.

מוסדות וויזניץ לונדון האט יעצט באשטעלט נייע פארענטשעס פון ערגעץ וואו און איז אונטערגעקומען פראבלעמען מיטן עס אריבערשיקן, האט מען זיך געוואנדן צו דעם איד, דער איד האט מיט טריישאפט גאר אסאך ארויסגעהאלפן מיט'ן אריבערשיקן די פארענטשעס, צואיילנדיג דעם פראצעדור, און פאר א פיל בעסערער פרייז אויף די פארענטשעס און ווי אויך אויף דאס אריבערשיקן, דערנאך איז געווען נאך עטליכע שוועריגקייטן וואס ער האט גענומען אויף זיך און אלעס מסדר געווען על צד היותר טוב.

פאריגע וואך חלומ'ט דער איד ווי ער שטייט ביי א טיש פונעם רבי'ן זצוק"ל און דער רבי רופט אויס זיין נאמען צו קומען נעמען שיריים, און דער רבי זאגט אים מיט אזא עהרע "איטשע דוד'ס אן איידעם, דא האסטו שיריים".

דער איד געדענקט נישט קיינמאל ער זאל האבן געווען ביי א וויזניצ'ער טיש וואו אימער.

<a class="postlink" href="https://goo.gl/jdVp3V">https://goo.gl/jdVp3V</a>
<a class="postlink" href="Https://t.me/thetelegram_channel">Https://t.me/thetelegram_channel</a>

איל וואונדער מיר וואס די עולם האלט אויף די מעסעדזש....

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:18 pm

· #411232
צי ס'איז אמת אז ער האט גע'חלומ'ט?

זיידי באם » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:31 pm

· #411235
Re: אמת אדער נישט???
ונבנתה העיר
צי ס'איז אמת אז ער האט גע'חלומ'ט?
יא וואס דען האסטו געטראכט

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:59 pm

· #411236
ווען מיין טאטע ע"ה איז נפטר געווארן. איז געקומען דער רב פון ביהמ"ד וואו ער האט געדאוונט. און ער האט געזאגט אז מיין טאטע איז געקומען צו איהם אין חלום און ר'האט געזאגט אז ער זאלל איבערגעבן פאר די משפחה אז מ'זאלל מנדב זיין שעלעשידעס פאר זיין ביהמ"ד...!

האביך איהם (געוואלט) פרעגן פארוואס מיין טאטע איז נישט געקומען אין חלום צו מיר אדער מיינע ברידערס...! וואסי, ער איז ברויגז אויף מיר...?!

אויך האב איך איהם געוואלט זאגן אז נעקסט טיים זאלל ער זאגן א בעסערן ליגנט...!

שושן פורים » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 11:22 pm

· #411239
פארוואס ווען עמיצער חלומט פון א הינט זאגט ער נישט די הינט איז מיר געקומען אין חלום?

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 12:05 am

· #411241
berlbalaguleh
ווען מיין טאטע ע"ה איז נפטר געווארן. איז געקומען דער רב פון ביהמ"ד וואו ער האט געדאוונט. און ער האט געזאגט אז מיין טאטע איז געקומען צו איהם אין חלום און ר'האט געזאגט אז ער זאלל איבערגעבן פאר די משפחה אז מ'זאלל מנדב זיין שעלעשידעס פאר זיין ביהמ"ד...!

האביך איהם (געוואלט) פרעגן פארוואס מיין טאטע איז נישט געקומען אין חלום צו מיר אדער מיינע ברידערס...! וואסי, ער איז ברויגז אויף מיר...?!

אויך האב איך איהם געוואלט זאגן אז נעקסט טיים זאלל ער זאגן א בעסערן ליגנט...!

דערמאנסט מיר דעם וויץ פונעם שומרי אמונים רבי מיט ר'פנחס עפשטיין

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 12:45 am

· #411248
קאצקע ציקער: נו, זאג שוין. מאך נישט דעם עולם נייגעריג...!

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 1:22 am

· #411256
ער האט געזאגט פאר ר פנחס עפשטיין אז זיין טאטע איז עים געקומען אין חלום אז ער זאל זיין רבי , האט עים ר' פנחס גענטפערט "נישט צו דיר דארף ער קומען נאר ער דארף קומען צו די חסידים "

יעקב מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 12:30 pm

· #411270
געליינט אין זכרונות פון רבי מיכאל בער ז"ל

געווען אין די שווערע תקופה ווי די שכינים פון די נייטרא ישיבה האבן געזוכט צו פארמאכן דאס פלאץ דורך די זאונינג באורד. איז ביום מן הימים ערשינען אין 'די בריוון צום טיימס' א בריוו פון איינע זייערע אייגענע שרייבער הענסאן באלדווין וואס האט שטארק פארטיידיגט די ישיבה, און ס'האט באאינפלוסט די שכינים צו האבן א מער פאזיטיוון בליק אויף די נייע פארם סעטעלמענט, און עווענטועל האט מען אראפגענומען די אומאויספיהרבארע רעגולאציעס וואס די באורד האט ארויפגעלייגט.

באלדווין איז איינמאל געקומען באזוכן דעם ישוב, און אנקומענדיג דארט האט שיעור געחלש'ט, און האט מסביר געווען, אז א וויילע צוריק האט ער געחלומ'ט ווי ער שטייט פארענט פון דעם ישיבה בנין (וואס איך מיין ער האט נאך קיינמאל געזעהן) און ער האט געהערט א קול וואס זאגט אים 'זעה צו העלפן דאס פלאץ' (איך וואס נישט צו אויף אידיש אדער לשון קודש אדער ענגליש, עברית זיכער נישט!...).

די מעשה גייט נאך ווייטער אז ער האט געפרעגט רבי מיכאל בער א קשיא און איז נתפעל געווארן פון זיין תשובה, און האט זיך געוואלט מגייר זיין, אבער רבי מיכאל בער האט אים אפגערעדט, און ער איז געבליבן א געטרייער פריינד פאר די ישיבה.


אמת אדער נישט??