☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » מאמע אייאוואסקא - וועקער 13

מאמע אייאוואסקא - וועקער 13

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12509

שמעון_זית » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 3:59 pm

· #411095
מאמע אייאוואסקא - וועקער 13
טייערע פריינט, איך באגריס אייך אלע און כפריי מיר זיך דא צוגעפונען,
אביסל וועגן מיר, א יונגערמאן אין די פריע דרייסיגערס, אויפגעוואקסען און נתחנך אין א סאטמארע שטוב און סביבה, היינט עומד והולך בדעת עצמי. יארן צוריק פלעג איך זיין זיין אקטיוו דא אלס א גאסט און אסאך ידיעות קונה געווען וואס האט מיר געהאלפען שטייגען ברוחניות ובגשמיות. כהאב גרויס הכרת הטוב פאר אלע וואס שרייבען לזכות את הרבים.
לעצטענס האב איך צום ערשטען מאל געשריבן אן ארטיקל ״מאמע אייאוואסקא״ וואס איז ערשינען אינעם זומער וועקער 13. היות כהאב געזעהן א טייל זענען אינטרעסירט האב איך געעפענט א ניק צו ענטפערען תשובות און מיטטיילען פאר די וואס ווילען הערן מער איך האף אויך צו שרייבען נאך און קאמענטירן בעזרת השם.
פאר מיר פערזענליך האט מעדיטאציע און סייקעדעליקס געהאט א גאר פאזעטיווע השפעה אויף מיין לעבן און מיינע ארומיגע. איך שפיר סאיז דא אנדערע וואס געפינען זיך אין אן ענליכען מצב וואס האט מיר געטריבען אריינצוקוקן מאחורי הפרגוד, סאיז מיר א זכות צו העלפען דאס מענטשהייט צו טרעפען יעדער זייער אייגענעם אמת.
אויב איינער האט סיי וואס פארא שאלות איבער דעם נושא, ביטע פרעגט.

הוגה » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 8:36 pm

· #411105
איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין געשיכטע און איך וויל דיר באדאנקן פארן זיך עפענען פאר אונז און מיטטיילן דיין מערסט אינערליכע און פריוואטע מיטלעבנישן. עס איז אויך מערקזאם אז דו ביזט א גוטע שרייבער. האסט נישט מאריך געווען מער ווי מען דארף און האסט געגעבן דעם ליינער פונקט גענוג קאנטעקסט און בעקגראונד צו קענען פארשטיין פון וואו דו ביזט געקומען און וואו דו האט געצילט אנצוקומען. עס איז אבער יא אביסל צום באדויערן אז דו האסט נישט מער מאריך געווען און בעסער אראפגעלייגט דיינע וויזיעס און עקספיריענסן בשעת'ן זיין אנטער די אינפלוענס. איך האב אסאך שטודירט די נושא פון סייקעדעליקס בכלליות און בפרט אייעוואסקא. אסאך פון מיינע רביס פון וועם איך האב קונה געווען חכמה האבן עס רעקאמענדירט פאר זייערע תלמידים און האבן עס אליין גענוצט. איך פארשטיי אז אן אויסער-וועלטליכע עקספיריענס קען מען נישט ריכטיג איבערגעבן מיט וועלטליכע ווערטער און אויסדרוקן אבער פארט האב איך געהאפט אז איך וועל מיך קענען קאנעקטן מיט די שרייבער און עטוואס משיג זיין וואס ער איז אריבער. למעשה האט מיר יענע טייל פון די מעשה געפילט זייער אבסטראקט און unreachable.

אויך איז וויכטיג צ באטאנען אז טראץ דעם וואס אייעוואסקא (פונקט ווי אסאך אנדערע סייקעדעליקס) איז א נאטירליכע געוואוקס דאך זענען די כעמיקאלן דערין גאר שטארק און עס איז אלעמאל דא א ריזיקע, אויב נישט א פיזישע דאן זיכער א גייסטישע. עקספערטן זאגן אז ווען סייקעדעליקס ווערט גענומען ערנסטערהייט, מיט א הכנה דרבה, אין די ריכטיגע צושטאנד מיט ריכטיגע כוונות דאן איז נישט דא די ריזיקע. אויב אבער נעמט מען עס סתם פאר פאן ווייל מען וויל האבן נאך איין עקספיריענס אין די לעבן, דאן איז יא דא די ריזיקע. נאך א זאך איז וויכטיג נישט צו נעמען אזעלכע זאכן נאר פון גאר פארזיכערטע מקורות, פון איינעם און מיט איינעם וואס מען טראסט.

יישר כח נאכאמאל פאר די הערליכע ארבייט.

.

נולד מאוחר » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 1:11 am

· #411129
שמעון_זית
פאר מיר פערזענליך האט מעדיטאציע און סייקעדעליקס געהאט א גאר פאזעטיווע השפעה אויף מיין לעבן און מיינע ארומיגע

קענסט מאריך זיין, וואס איז געווארן בעסער?
און וויאזוי האט עס געהעט אן השפעה אויף ארימיגע?

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:22 am

· #411133
איך האב נאכנישט געליינט די ארטיקל.

אבער דאס איז זיכער אז אסאך גרויסע מענטשען האבן זיך באנוצט מיט ״סייקעדעליקס-דראגס״ און דאס האט זיי געפענט דעם מוח און געמאכט קלוגער און מעהר פראדאקטיוו. מ׳זאגט אז סטיוו דזשאבס פון עפעל האט גענומען מיקראו-דאזעס פון LSD. מיין רבי און די טאטע פון סטענד-אפ-קאמעדיע דזשאורזש קארלין ז״ל איז געוועהן פון די ערשטע עס צו רעקאמענדירן אין פובליק... לויט ווי ער פלעגט זאגן מאכט עס קלאר די מוח און געט די מענטש א מעגליכקייט פון טראכטן אויף א וועג ווי קיינמאל ביפאר. ס׳קען טוישן די גאנצע מענטש׳ס פראספעקטיוו און אויסקוק אויף לעבן, נאטור און אלעס ארום זיך.

איך געב נישט קיין שום רעקאמענדאציע צו נעמען געוויסע דראגס. איך זאג נאר נאך וואס איך האב געהערט און געזעהן ביי אנדערע.

שמעון_זית » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 11:31 am

· #411148
הוגה

א דאנק פאר דיינע פאזעטיווע ווערטער.
איך האב טאקע מקצר געווען, מרעדט פון א אכט שעה צערמאניע, א גרויס חלק דערפון איז פערזענליכע פראסעס פון עמאציענס, ענערגישע געפילען און פארשטאנד וואס באקומט אויף אן אופן וואס איז שווער מסביר צו זיין מיט שפראך.
למשל, אויף איין פונקט האט מיר די גייסט געוויזן ווי אזוי עס שפירט אין א ריעליטי ווען איך וואקס אויף אין א פרייע שטוב ווי מעסט בעיקאן פאר פרישטאג ביז איך האב פארשטאנען אז מיין היימישע משפחה איז ווי איך האב באמת געוואלט געבוירן ווערן.
דו ביסט גאר גערעכט אז דער עיקר איז די כוונה, און עס קען האבן א אומבעטעמטער עפעקט אויב מנעמט עס מיט אומריכטיגע מענטשען.

שמעון_זית » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 11:33 am

· #411149
נולד מאוחר
שמעון_זית
פאר מיר פערזענליך האט מעדיטאציע און סייקעדעליקס געהאט א גאר פאזעטיווע השפעה אויף מיין לעבן און מיינע ארומיגע

קענסט מאריך זיין, וואס איז געווארן בעסער?
און וויאזוי האט עס געהעט אן השפעה אויף ארימיגע?

איך באמערק שינויים לטובה אין מיין מהלך המחשבה, כבין מער פאזעטיוו, כשפיר מער אין קאנטראל און פאזיכערט אין מיין לעבן, איך מאך החלטות וואס זענען אין מיין אינטערסע אן פחד פון אנדערע, איך רעאגיר צו סטרעספולע מצבים רואיג, כבין פריינדליכער און כפארמאג א קלארקייט אין ענינים וואס כהאב אלס געוואלט פארשטיין, מיין ביזנעס האט זיך אפגרעידעט, איך בין היינט נאנטער און פאברענג מער מיט מיין משפחה, ווייב, קינדער און בעיקר מיינע עלטערען, איך האב נייע פריינט און באקאנטע וואס זענען גוט פאר מיר.
איך שפיר מער נישט פארכאפט אין א מצב ווי איך וויל נישט זיין, איך פארשטיי אז כבין דא פאר א געוויסע תכלית און ווייל איך וויל דא זיין, און כבין אויך גרייט פאר אויב דער מצב וועט זיך טוישן.

שמעון_זית » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 11:48 am

· #411155
שבת אחים
איך האב נאכנישט געליינט די ארטיקל.

אבער דאס איז זיכער אז אסאך גרויסע מענטשען האבן זיך באנוצט מיט ״סייקעדעליקס-דראגס״ און דאס האט זיי געפענט דעם מוח און געמאכט קלוגער און מעהר פראדאקטיוו. מ׳זאגט אז סטיוו דזשאבס פון עפעל האט גענומען מיקראו-דאזעס פון LSD. מיין רבי און די טאטע פון סטענד-אפ-קאמעדיע דזשאורזש קארלין ז״ל איז געוועהן פון די ערשטע עס צו רעקאמענדירן אין פובליק... לויט ווי ער פלעגט זאגן מאכט עס קלאר די מוח און געט די מענטש א מעגליכקייט פון טראכטן אויף א וועג ווי קיינמאל ביפאר. ס׳קען טוישן די גאנצע מענטש׳ס פראספעקטיוו און אויסקוק אויף לעבן, נאטור און אלעס ארום זיך.

איך געב נישט קיין שום רעקאמענדאציע צו נעמען געוויסע דראגס. איך זאג נאר נאך וואס איך האב געהערט און געזעהן ביי אנדערע.

כווארט צו הערען דיין פידבעק אויפן ארטיקל 😎

נולד מאוחר » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 10:13 am

· #412163

קורקלענד » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 11:57 am

· #412169
סתם נייגעריג. דער כותב הארטיקל האט זיך געלאזט צורירן דורך א שאמאש א פרוי? די גאנצע ארטיקל איז מיר עפעס פארגעקומען זייער ספּאָקי....... שוין זאל זיין מיט הצלחה....

נולד מאוחר » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 4:13 pm

· #412203
סאיז לכוארה מותר אזויווי א פרוי א דאקטער.

קורקלענד » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 4:30 pm

· #412204
וואס נאך איז אלס מותר אזויווי א פרוי א דאקטער?

יהודי פשוט » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 4:44 pm

· #412205
Re: מאמע אייאוואסקא - וועקער 13
קורקלענד
וואס נאך איז אלס מותר אזויווי א פרוי א דאקטער?
פרעג די וואס פאר'ן קיין אומאן ראש השנה....

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 5:15 pm

· #412206
קורקלענד
וואס נאך איז אלס מותר אזויווי א פרוי א דאקטער?

אלעס וואס איז נישט דרך חיבה, ווילאנג מ'האט נישט קיין 'הנאה'.

#איןבוריראחטא

#ולאעםהארץחסיד

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:09 am

· #413279
Re: מאמע אייאוואסקא - וועקער 13
דורך בלעטערענדיג דעם נייעם זומער וועקער און דורכקוקן די אינהאלט און זעהן ווי מ'בייסט ערשט אריין אזוי מישנדיג די פעידזשעס, האב איך געליינט דעם ארטיקל ערשט, כ'ווייס נישט פארוואס, ס'קען זיין ווייל דער קעפל פונעם ארטיקל איז געווען זייער אויפאלענד. אלענפאלס, דער ארטיקל איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט, קען זיין ווייל כ'האב קיינמאל פריער נישט געהערט דערפון, און אויך איז עס זייער גוט געשריבן צום פינטל, אזוי ווי @הוגה האט שוין ארויסגעברענגט.

איין זאך וואס איך פארשטיי נישט פארוואס דו האסט גברויכט מאכן אזא הכנה דרבה און פרעגן דעם ווייב רשות, און גיין נעכטיגן אין דער פרעמד? איך פיר זיך א יעדן שב"ק צו טרינקן אזא רוסישע וואסער וואס האט גאר א גוטן טעם, ס'באקאנט די תלמידי בעש"ט האבן נאך געטרונקן פון די וואסער, און אסאך משלים און מעשיות האבן זיך געדרייט ארום די וואסער, דע וואסער האט אויפגעראכטן אסאך אידן אין די שווערע גלות, אסאך סודות התורה זענען נתגלה געווארן איבער דע וואסער, ס'דא אסאך צו רעדן און פארציילן איבער די געבענטשטע רוסישע וואסער, ואכמ"ל.

אבער אזויפיל יא, איך פיר מיך יעדן שבת ויו"ט צו טרינקן פון די רוסישע וואסער כ'ברויך נישט פרעגן רשות פון מיין ווייב, זי זיצט נעבן מיר, אין אינזער אייגענעם דיינינג רום, כ'ברויך נישט נעכטיגן אין דער פרעמד, און ס'נאך ביליג אויך, די רוסישע אינסטאנצן האבן פון אייביג אן געהיטן אז די פרייז דערפון זאל בלייבן נידעריג.
מ'גיסט אן איין גלעזעל און ס'צווייטע גיסט זיך אליין און נאך אפאר גלעזלעך פארשטייט מען באשיינפערליך אז "אין עוד מלבדו" די אמונה ברויך מען חזר'ן כסדר, ס'ברויך אייביג זיין פאר די אויגן מילא טוהט מען עס איבער יעדן שבת ויו"ט און אזוי לעבט מען אגאנץ לעבן מיט גאט.
אפשר קענסטו מיר אביסעל מער מסביר זיין וואסי איז די חילוק פון יענץ ביז די געבענטשטע רוסישע וואסער? עפעס האב איך נישט ארויס דא.

גדליה » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 2:15 am

· #413287
הנשר הגדול
צו פארענפערן די פראגע ברויך מען מסתמא קענען אביסעלע כעמיסטרי

הוגה » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:37 am

· #413300
רוסישע וואסער... 😂

גאלדענע, משקה און לייכטע דראגס קענען דיר טאקע געבן אינטעסיווע עקספיריענסן אבער נאר באזירט אויף וואס דו האסט שוין אמאל עקספיריענסד. סייקעדעליקס זאגן מענטשן אז ס'נעמט אריין די מענטש אין נייע עולמות.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:47 am

· #413301
נעם נאר איינמאל איין סייקעדעליקס וועסטו נישט פרעגן אזעלכע קשיות.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/57yZheFC4Is">https://youtu.be/57yZheFC4Is</a>

שרייבען » זונטאג פעברואר 12, 2023 8:53 pm

· #516942
שמעון_זית
טייערע פריינט, איך באגריס אייך אלע און כפריי מיר זיך דא צוגעפונען,
אביסל וועגן מיר, א יונגערמאן אין די פריע דרייסיגערס, אויפגעוואקסען און נתחנך אין א סאטמארע שטוב און סביבה, היינט עומד והולך בדעת עצמי. יארן צוריק פלעג איך זיין זיין אקטיוו דא אלס א גאסט און אסאך ידיעות קונה געווען וואס האט מיר געהאלפען שטייגען ברוחניות ובגשמיות. כהאב גרויס הכרת הטוב פאר אלע וואס שרייבען לזכות את הרבים.
לעצטענס האב איך צום ערשטען מאל געשריבן אן ארטיקל ״מאמע אייאוואסקא״ וואס איז ערשינען אינעם זומער וועקער 13. היות כהאב געזעהן א טייל זענען אינטרעסירט האב איך געעפענט א ניק צו ענטפערען תשובות און מיטטיילען פאר די וואס ווילען הערן מער איך האף אויך צו שרייבען נאך און קאמענטירן בעזרת השם.
פאר מיר פערזענליך האט מעדיטאציע און סייקעדעליקס געהאט א גאר פאזעטיווע השפעה אויף מיין לעבן און מיינע ארומיגע. איך שפיר סאיז דא אנדערע וואס געפינען זיך אין אן ענליכען מצב וואס האט מיר געטריבען אריינצוקוקן מאחורי הפרגוד, סאיז מיר א זכות צו העלפען דאס מענטשהייט צו טרעפען יעדער זייער אייגענעם אמת.
אויב איינער האט סיי וואס פארא שאלות איבער דעם נושא, ביטע פרעגט.

איז דא איינער וואס קען מיך שיקן די ארטיקל אויף פד"ף