☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעלייט

א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעלייט

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12507
בלאט: 1 2

יבדש כחרס » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:11 pm

· #410976
א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעלייט
בערך צוויי חדשים צוריק האבן עטליכע קריעטיוו יונגעלייט - צוזאמען מיט א שותף א גוי א Genius פון איינע פון די סטעיטס און אמעריקע - אויפגעקומען מיט א דריי פאכיג פלאן פון א נייע Social סייט (אזויווי פעיסבוק טוויטער...) צוזאמען מיט א קריפטו קורענסי (Crypto Currency) אויף א מ׳חידוש׳דיגע פארנעם וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן!
די ערשטע חלק וואס דאס איז די קוין איז שוין מער ווייניגער גע׳ענדיגט די קוין הייסט VITAE וויטעי (לעבן - Life אויף לאטין) מען קען עס שוין קויפן אויף די באקאנטע קריפטאפיא עקסטשיענש
https://www.cryptopia.co.nz/Exchange/?market=VITAE_BTC
די צווייטע חלק פונעם פלאן וואס ווי דערמאנט נעמט אריין אין זיך א נייע סאשעל פלאטפארם דארף ארויסקומען און דעצעמבער 18׳ עס גייט ווערן אנאונסעד ביי די גרויסע בלאקטשעין עקספא אין סיליקאון וואלעי - קאליפארניע
https://blockchain-expo.com/northamerica/partners/vitae-token/
אסאך דיטעילס קען מען זעהן אויף זייער וועבסייט
http://vitaetoken.io
עס קוקט אויס זייער א געלונגענע זאך און טויזנטער מענטשן ווייזן שוין זייער אינטערעסע דורכן זיך איינשרייבן אויף די אפעציעלע דיסקאורד טשאנעל פון די קאמפעני
https://discord.gg/YqrpnZB
איינע פון די גרעסטע חילוקים פון דעי סאושעל פלאטפארם און די אנדערע איז אז דא וועלן די יוזערס Users פארדינען די געלט פון די אדווערטייזמעטס און נישט די קאמפעני, שטעלט אייך פאר וואס דאס מיינט, פעיסבוק איז ווערט היינט בערך 70 ביליאן דאלער - וואס קומט כמעט נאר פון אדווערטייזמענטס - ווען א קאמפעני געט דאס צו די יוזערס Users וועט דאס ממש זיין א רעוועלוציע! אדרבה טוט עס דורך לייענט די ווייט פעיפער (White Paper) און די ראוד מעפ (Road Map) אפשר לוינט זיך יעצט צו קויפן די קוין ווילאנג עס איז נאך ביליג! גראדע קען מען אויך מאכן נאך פון די קוין (אזויווי רוב קוינס דורך מיינען אדער מינטען Mining or Minting) דורך מאכן א מאסטערנאוד MasterNode וואס וועט אייך מינטען נייע קוינס יעדע פאר מינוט, בחינם! ס׳איז דא נאך אזעלעכע קוינס ווי למשל דאש קוין Dash Coin וואס איז היינט ווערט $156 און ס׳האט זיך אנגעהויבן ביי 0.4$ די מעלה פון א מאסטערנאוד איז אז נישט א נפקא מינא די ווערט פון די קוין - אפילו די קוין גייט אראפ און וועליא Value - קען מען נאך אלץ פארדינען שיין, אדרבה קוקט דא
https://masternodes.pro/stats/vitae/statistics

איך האב זייער אסאך אינפארמעישן און די נושא פון קוינס איך טוה שוין אין דעם בערך 4-5 יאהר אדרבה ווער ס׳איז אינטרעסירט צו האבן א דיסקאשען דא איז די פלאץ!


Sent from my iPhone using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 1:01 pm

· #410985
Re: א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעליי
עפעס קלאפט נישט. ווען עס איז אזוי לייכט, דארף עס יעדער טון. ווען יעדער טוט עס, האט עס נישט קיין ווערט. עפעס מער אינפארמאציע פעלט דא אויס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יבדש כחרס » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 1:11 pm

· #410987
Re: א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעליי
ליטוואק פון בודאפעסט
עפעס קלאפט נישט. ווען עס איז אזוי לייכט, דארף עס יעדער טון. ווען יעדער טוט עס, האט עס נישט קיין ווערט. עפעס מער אינפארמאציע פעלט דא אויס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די לייגסט א הנחה אז עס איז זייער לייכט נאכדעם פרעגסטו קשיות...


Sent from my iPhone using Tapatalk

טרויבן88 » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 2:33 pm

· #410994
Re: א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעליי
פינקט איצט ווען די קריפטא קורענסי איז אין די ערד און גוסס אזוי ווי א קראנקער אין שפיטאל און קיינער ווייסט נישט אויב דאס וועט איבערלעבן די איצטיגע פראבלעמען האבן צוויי אינגעלייט זיך זיך אנגעלייגט מיט חובות... לאמיר האפן זיי זאלן מצליח זיין, אדער זעען זיי אז עס וועט נאך אמאל זיין אזאך אחוץ 15 minutes of Fame

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 2:42 pm

· #410997
פארוואס איז די מטבע אנגעהאנגען אין די סאציאלע נעטווארק? וואס איז די קשר? איז עס נישט צוויי באזונדערע פראיעקטן? ציוואס דארף מען עס צוזאמען שמעלצן?

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 3:09 pm

· #411001
Re: א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעליי
טרויבן88
פינקט איצט ווען די קריפטא קורענסי איז אין די ערד און גוסס אזוי ווי א קראנקער אין שפיטאל און קיינער ווייסט נישט אויב דאס וועט איבערלעבן די איצטיגע פראבלעמען האבן צוויי אינגעלייט זיך זיך אנגעלייגט מיט חובות... לאמיר האפן זיי זאלן מצליח זיין, אדער זעען זיי אז עס וועט נאך אמאל זיין אזאך אחוץ 15 minutes of Fame
נעם נאכנישט אראפ קריפטא פון דיין ליסטע פון עסעטס, קראס עס נישט אויס, אפילו ס'קוקט אויס ווי ס'גוסס'ט, דערמאן זיך נאר ווי אזוי די סטאק מארקעט האט אויסגעזעהן נאך די לעצטע דריי קראכן, ספעציעל נאך די צוויי טויזענט און אכט, ווען אלעס האט צוזאמען געקראכט אויף א ביטערן אויפן. געדענק די ווארט וואס די געניטע ביזנעסלייט זאגן, "ווען ס'דא בלוט אין די גאסן דאן קויף ריעל עסטעיט", די כלל גייט אן ביי אלעמען, סטאקס, קריפטא, ריעל עסטעיט ועוד

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 3:48 pm

· #411004
אדורך געבלעטערט די ווייסע צעטל. שוואכע מעשיות. מ'דארף זיי גלייבן אויפן ווארט. אזעלכע סטעיטמענטס ווי

details of the Social Rewards
Website are proprietary and are secret until release


ווען זיי געבן ארויס די פרטים וועט מען קענען דן זיין.

איך זעה נישט דארט קיין סטראטעגיע אדער חידושים וואס זאל זיין עטוואס מער קאנווינסינג ווי די טויזנטער אנדערע קריפטאו וואלוטעס אוועילעבל. מען דארף נישט זיין א ריזיגע געניאס (נאך) צו מאכן א קריפטאו וואלוטע, ספעציעל היינטיגע צייטן ווען די קאוד איז אוועילעבל פאר יעדן.

Yummi » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 4:58 pm

· #411008
קורקלענד
פארוואס איז די מטבע אנגעהאנגען אין די סאציאלע נעטווארק? וואס איז די קשר? איז עס נישט צוויי באזונדערע פראיעקטן? ציוואס דארף מען עס צוזאמען שמעלצן?

פונקט אזוי ווי וועיז waze האט צאמגעשטעלט נעוויגעישן navigation מיט סאושעל די זעלבע זאך איז דא, זיי ווילן זיין uniqe, ממילה וועט זיין אויך value, עס איז שוין גראדע דא בערך אזא געדאנק וואס הייסט סטים steem, זיי זענען א קוין מיט א סאציאלע נעטווארק, Steem Token Steem Social Site - Steemit

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 5:46 pm

· #411014
אין הנידון דומה להראיה. וועיז האט געמאכט א מאפע סיסטעם מיט א חידוש אז ס'האט אינפּאָט פון די באניצער. אזוי האבן זיי ערמעגליכט א פראדוקט וואס איז שנעלער און מער אהערגעשטעלט ווי סיי וועלכע אנדערע מאפע וויבאלד די אינפּאָט פון די באניצער זענען געזעהן געווארן אינסטענטלי. וועיז איז נישט קיין כלליות'דיגע סאציאלע נעטווארק, ס'איז סך הכל פארופן סאציאל ווייל ס'פונקציאנירט אויף די לעבעדיקע צוזאמענארבייט פון די באניצער.

דא אבער פארשטיי איך נישט וואס די מטבע טוהט אויף פאר די סאציאלע נעטווארק אדער פארקערט. ווער דארף וועלכע? אין די ווייסע צעטל שרייבן זיי אז די נעטווארק וועט עווענטועל ארויפברענגען די ווערד פון די וואלוטע וויבאלד ס'וועט זיין די איינציגסטע אקצעפטירטע וואלוטע אויף די סאציאלע נעטווארק זייערע, מיין שאלה איז פארוואס זאל זיך איינער בכלל וועלן באניצן מיט יענע סאציאלע נעטווארק?

איסר האטלקי » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 6:57 pm

· #411015
וואס א חילוק וויאזוי דאס ארבעט, געב שוין ארויס די נעמען פון די היימישע אינגעלייט...

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:09 pm

· #411016
ס'שטייט אויף די וועבזייטל זייערע.

יבדש כחרס » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:22 pm

· #411017
Re: א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעליי
קורקלענד
דא אבער פארשטיי איך נישט וואס די מטבע טוהט אויף פאר די סאציאלע נעטווארק אדער פארקערט. ווער דארף וועלכע? אין די ווייסע צעטל שרייבן זיי אז די נעטווארק וועט עווענטועל ארויפברענגען די ווערד פון די וואלוטע וויבאלד ס'וועט זיין די איינציגסטע אקצעפטירטע וואלוטע אויף די סאציאלע נעטווארק זייערע, מיין שאלה איז פארוואס זאל זיך איינער בכלל וועלן באניצן מיט יענע סאציאלע נעטווארק?


אויב זיי שערן די revenue מיט די users און מען פארדינט געלט פון פשוט נוצן די נעטווארק פארשטייט זיך אז מענטשן וועלן זיך באנוצן מיט דעם


Sent from my iPhone using Tapatalk

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:00 pm

· #411025
ווען איינער באניצט זיך מיט א סאציאלע נעטווארק קומט ער מיט איין מטרה, ער וויל סך הכל סאציאליזירן מיט זיינע חברים. ווען ער וויל זיך רעגיסטרירן וועט ער זיך רעכענען מיט אפאר פאקטארן ווי למשל, אויב זיינע חברים זענען אויך דארט, און צו ס'איז גרינג צו נוצן וכו'. ער גייט אבער נישט אהין מאכן געלט. ווען איינער וויל פארדינען געלט נעמט ער א דזשאב ערגעץ. לדעתי קען מען נישט בויען אזא נעטווארק דורך קויפן די קליענטן.

אויך די קאנצעפט פון שעירן רעוועניו ליגט עפעס נישט גוט מיט מיר. רעוועניו מיינט געלט וואס קומט אריין פאר מ'צאלט פאר די קאסטן. אויב אזוי ווער גייט באצאלן די קאסטן?

יבדש כחרס » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:50 pm

· #411082
קורקלענד
אויך די קאנצעפט פון שעירן רעוועניו ליגט עפעס נישט גוט מיט מיר. רעוועניו מיינט געלט וואס קומט אריין פאר מ'צאלט פאר די קאסטן. אויב אזוי ווער גייט באצאלן די קאסטן?


לאמיר נאכמאל מסביר זיין,
וואס איז דאס א סאושעל פלאטפאורם?
א סאושעל פלאטפאורם אזוי ווי פעיסבוק טוויטער אינסטעגראם אא״וו, איז א פלאץ וואו יעדער קען שרייבן וואס מען וויל, טראכט, גלייבט, חלומ׳ט, דמיונ׳ט, און פארשטייט זיך אז אויב צוויי [אדער מער] מענטשן טראכטן די זעלבע קען מען ווערן חברים [friends, followers] און צומאהל וועט זיך שאפן גרויסע גרופעס פון מענטשן מיט די זעלבע מיינונגען. יעדער איינער קען אויך צושרייבן א קאמענט צו יענעמס געשריבעכץ, מיט איין קליק קען מען דאס אויך לייקן אדער דיס-לייקן שער׳ן [share] מיט אנדערע, בקיצור א סעפיסטיקעטע ״קאווע שטיבל״
וואו אזוי מאכן זיי געלט?
דורך דעם וואס הינדערטע מענטשן שרייבן זייערע זאכן אויף די פלאטפאורמס, ווייסן די קאמפעני׳ס פינקטלעך יעדער איינער פון זייערע יוזערס וואס ס׳אינטערסירט זיי, זיי האבן ריזיגע דעיטאבעיס׳עס [database] פון אלע נושאים מיט די ״טארגעט״ - די מענטשן וואס זיי אינטרעסירט די ספעסיפישע זאך, יעצט קענען זיי פארקויפן פאר אנדערע קאמפעניס צו אדווערטייזן ספעסיפישע אדוועטייזמעמטס פאר יעדע יוזער באזונדער, און יעדער וועט באקומען עד׳ס פון זאכן וואס ער האט נארוואס געשריבן אדער געלייקט אא״ו, פארשטייט זיך אז אזעלעכע עד׳ס זענען פול מער עפעקטיוו ממילא לאזן זיך די אדווערטייזערס קאסטן, פאר יעדע קליק וואס איינער קליקט אויף א עד צאלן זיי צומאהל עטליכע דאללער!!, און פארוועם גייט די געלט? פארשטייט זיך פאר די סאציאלע קאמפעני, וואו אזוי מיינט איר איז פעיסבוק ווערט 70 ביליאן דאללער?
וואס איז ״וויטעי״ [VITAE] און ״סאשעל ריווארדס״ [Social Rewards] אנדערש?
זייער פלאן איז צו מאכן א נייע קריפטא קוין, {דאס איז שוין געמאכט} פארשפרייטן אויף פארשידענע עקסטשעינדזעס [Exchanges] באקומען פאפולעריטי דורך פארשידענע וועגן, נאכדעם וועלן זיי ארויסגעבן זייער סאציאלע סייט מיטן נאמען ״סאשעל ריווארדס״ [Social Rewards], וואס וועט זיין אזוי ווי יעדע אנדערע סאציאלע סייט מיט טארגעט עד׳ס אבער די אדווערטייזערס דארפן באצאהלן מיט VITAE און די געלט (90%) גייט פאר די יוזערס פון די סייט נישט צו די קאמפעני, אויך אלע פונקציעס [Functions] וואס זענען דא אויף אלע אנדערע סייטס וועט זיין עוועילעבל דא, אבער מען וועט פארדינען געלט.
סא אז מען לייקט שערט קאמענט אויף פעיסבוק טוויטער אינסטעגראם, פארדינט מען גארנישט, אבער אז מען לייקט שערט קאמענט אויף ״סאשעל ריווארדס״ פארדינט מען VITAE וואס מען קען עס פארקויפן אויף עטליכע עקסטשעינדעס (ס׳איז נישט פינקטליך אזוי, אבער אחרי ככלות הכל קען מען פארדינען דורך פשוט טוהן דאס וואס מען טוט ממילה אויף די אנדערע סייטס פאר בחינם)
בקיצור: זיי שטעלן צוזאמען קריפטאו מיט סאשעל סייט צו אטראקטן יוזערס פארשטייט זיך אז יעדע נייע זאך נעמט צייט ביז ס׳שלאגט ווארצלען אבער עס קען זיך ארויסשטעלן צו זיין זייער סוקסעספול

Yummi » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 9:23 pm

· #411112
עס איז היינט ארויף אויף קוין-מארקעט-קאפ CoinMarketCap עמער זעהן וואס וועט זיין

https://coinmarketcap.com/currencies/vitae/

Yummi » מוצ"ש סעפטעמבער 8, 2018 6:03 pm

· #412687
פרייז
אקעי! די קריפטא קוין וויטעי VITAE האלט יעצט ביי $0.42!!! ווען איך האב געשריבן דא די ערשטע מאל איז עס געווען בערך $0.05, דאס מיינט אז סאיז מער ווי 500% ארויף! די דיסקורד (Discord) גרופ האט שוין יעצט איבער 12,000 מענטשן, עס באקומט פובליסיטי

קורקלענד » מוצ"ש סעפטעמבער 8, 2018 9:22 pm

· #412688
פּאָמפּ ענד דאָמפּ? מ'דארף זיין זייער פארזיכטיג!

Yummi » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 6:50 pm

· #412708
פרייז
אקעי! וויטעי VITAE האלט יעצט ביי 0.69$ !!! מארקעט קאפ

Yummi » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 3:59 pm

· #412921
פרייז
וויטעי [VITAE] איז שוין אריבער $1 ! coinmarketcap.com

יבדש כחרס » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 5:04 pm

· #414217
א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעלייט
וואס זאל מען טוהן, VITAE איז שוין אריבער $1.50 קוקט אויס אז עס הייבט אן צו שלאגן ווארצלען, ווייל מען דערנענטערט זיך שוין צו 28 נובעמבער ווען VITAE וועט ווערן באקאנט ביי די Blockchain Expo אין סיליקאן
וואלעי - קאליפארניע

https://coinmarketcap.com/currencies/vitae/

https://t.me/joinchat/HGlwexDROijrX3vWfGyvDw

Sent from my iPhone using Tapatalk

מרדכי ישראל » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 9:47 pm

· #414245
איך האב געקויפט עטליכע אויף קרייפטופיע וואס טוה איך ווייטער?

יבדש כחרס » מיטוואך אקטאבער 17, 2018 1:02 pm

· #414588
מרדכי ישראל
איך האב געקויפט עטליכע אויף קרייפטופיע וואס טוה איך ווייטער?

דערווייל קען מען קיין סאך נישט טוהן מיט דעם, חוץ פון סטעיקן אדער טרעידן, נאך אפאר וואכן קומט ארויס די סאציאלע וועב זייטל וועט מען קענען זען מער
חוץ פון דעם קענסטו שוין הנאה האבן ווייל עס איז שוין היינט ווערט איבער 3 דאללער !

מרדכי ישראל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 6:14 am

· #414633
יבדש כחרס
מרדכי ישראל
איך האב געקויפט עטליכע אויף קרייפטופיע וואס טוה איך ווייטער?

דערווייל קען מען קיין סאך נישט טוהן מיט דעם, חוץ פון סטעיקן אדער טרעידן, נאך אפאר וואכן קומט ארויס די סאציאלע וועב זייטל וועט מען קענען זען מער
חוץ פון דעם קענסטו שוין הנאה האבן ווייל עס איז שוין היינט ווערט איבער 3 דאללער !

און ווי לוינט זיך עס צי האלטן?
איך האב עס געקויפט אויף קרייפטאפיע

משה לייזער » מאנטאג אקטאבער 29, 2018 9:28 am

· #415539
קען איינער מסביר זיין ווי און וויאזוי מען קופט דאס?

קורקלענד » מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 7:07 pm

· #416653
יבדש כחרס
מרדכי ישראל
איך האב געקויפט עטליכע אויף קרייפטופיע וואס טוה איך ווייטער?

דערווייל קען מען קיין סאך נישט טוהן מיט דעם, חוץ פון סטעיקן אדער טרעידן, נאך אפאר וואכן קומט ארויס די סאציאלע וועב זייטל וועט מען קענען זען מער
חוץ פון דעם קענסטו שוין הנאה האבן ווייל עס איז שוין היינט ווערט איבער 3 דאללער !

$1.62

החוקר » מיטוואך פעברואר 26, 2020 3:30 pm

· #443428
Re: א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעליי
יבדש כחרס
מרדכי ישראל
איך האב געקויפט עטליכע אויף קרייפטופיע וואס טוה איך ווייטער?

דערווייל קען מען קיין סאך נישט טוהן מיט דעם, חוץ פון סטעיקן אדער טרעידן, נאך אפאר וואכן קומט ארויס די סאציאלע וועב זייטל וועט מען קענען זען מער
חוץ פון דעם קענסטו שוין הנאה האבן ווייל עס איז שוין היינט ווערט איבער 3 דאללער !
שוין לאאאנג נישט ווערט קיין דריי דאלער.

יבדש כחרס » מיטוואך פעברואר 26, 2020 5:52 pm

· #443431
א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעלייט
החוקר
יבדש כחרס
מרדכי ישראל
איך האב געקויפט עטליכע אויף קרייפטופיע וואס טוה איך ווייטער?

דערווייל קען מען קיין סאך נישט טוהן מיט דעם, חוץ פון סטעיקן אדער טרעידן, נאך אפאר וואכן קומט ארויס די סאציאלע וועב זייטל וועט מען קענען זען מער
חוץ פון דעם קענסטו שוין הנאה האבן ווייל עס איז שוין היינט ווערט איבער 3 דאללער !
שוין לאאאנג נישט ווערט קיין דריי דאלער.

ווייס עך, אבער ס'איז ארום $2 נישט שלעכט, די סייט האט זיך שוין גע'עפענט <a class="postlink" href="http://www.vitae.co">http://www.vitae.co</a> אדער קען מען זעהן מער דיטעילס דא <a class="postlink" href="http://www.vitaetoken.io">http://www.vitaetoken.io</a>
דעי זאך איז לייוו און עס ווערט נאר גרעסער יעדן טאג, קענסט זעהן אז די Turnover לעצטע שטיק צייט האלט ביי ארום $500,000 א טאג!!
קענסט טשעקן די Turnover אויף קוין-מארקעט-קעפ
<a class="postlink" href="https://coinmarketcap.com/currencies/vitae/">https://coinmarketcap.com/currencies/vitae/</a>


Sent from my iPhone using Tapatalk

יבדש כחרס » מוצ"ש פעברואר 29, 2020 9:23 pm

· #443501
די בעסטע Exchange צו ניצן פאר Vitae איז stex.com אבער געדענק! האלט נישט קיין Coins אויף קיין שום Exchange

יבדש כחרס » מוצ"ש פעברואר 29, 2020 9:27 pm

· #443502
טעגליכע טורנאווער (Turnover) די לעצטע 24 שעה איז כמעט $3,000,000 - דריי מיליאן דאללער!!
גלייב מיר נישט אויפן ווארט! טשעק עס אליין דא
פאר די אינפא וועבסייט דריקט דא
פאר די סאושעל סייט דריקט דא
אויב ווילט איר וויסן מער וועגן VITAE קענט איר פרעגן דא

יבדש כחרס » מוצ"ש פעברואר 29, 2020 9:32 pm

· #443503
אויב האט איר א ענדרויד פאון קענט איר דאונלאודען די Wallet פון די Google Play Store

פאליטיקאנט » דאנערשטאג מאי 7, 2020 4:39 am

· #447984
די זעלבע געדאנק האט ברעיוו געמאכט מיט'ן בראוזער.
אבער זיי זענען גאנץ סוקסעספול...

Yummi » זונטאג אקטאבער 25, 2020 2:51 pm

· #461356
וויטעי (VITAE) איז יעצט 4$
קוק די פרייז דא <a class="postlink" href="https://coinmarketcap.com/currencies/vitae/">https://coinmarketcap.com/currencies/vitae/</a>

Yummi » זונטאג אקטאבער 25, 2020 3:01 pm

· #461358
ליטוואק פון בודאפעסט
עפעס קלאפט נישט. ווען עס איז אזוי לייכט, דארף עס יעדער טון. ווען יעדער טוט עס, האט עס נישט קיין ווערט. עפעס מער אינפארמאציע פעלט דא אויס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואס זאגט איר יעצט ווען די דעילי טורנאווער (Daily Turnover) איז מער ווי 1 מיליון דאלער! אין די פרייז פון וויטעי (VITEA) איז 4 דאלער

פאליטיקאנט » זונטאג אקטאבער 25, 2020 3:25 pm

· #461362
Re: א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעליי
ער דארף גארנישט זאגן.
דאס ווייזט גארנישט און נאריש דארף מען זיין צו אינוועסטירן אין לופט.

אויב דו האלטסט אנדערש, ביטע טו אביסל דארך רוב סקעמס אין די לעצטיגע היסטאריע וועסטו זען אז א שיינע חלק האט געמאכט גרויס געלט אין אנהויב.

(נישט אז איך האלט אז וויטעי איז א סקעם, איך וואלט פשוט קיינעם געראטן אריינצולייגן)

קורקלענד » זונטאג אקטאבער 25, 2020 3:35 pm

· #461363
Yummi
ליטוואק פון בודאפעסט
עפעס קלאפט נישט. ווען עס איז אזוי לייכט, דארף עס יעדער טון. ווען יעדער טוט עס, האט עס נישט קיין ווערט. עפעס מער אינפארמאציע פעלט דא אויס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואס זאגט איר יעצט ווען די דעילי טורנאווער (Daily Turnover) איז מער ווי 1 מיליון דאלער! אין די פרייז פון וויטעי (VITEA) איז 4 דאלער

ווארט ביז די באנק שפילט אויס....

Yummi » זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:33 pm

· #461377
פאליטיקאנט
ער דארף גארנישט זאגן.
דאס ווייזט גארנישט און נאריש דארף מען זיין צו אינוועסטירן אין לופט.

אויב דו האלטסט אנדערש, ביטע טו אביסל דארך רוב סקעמס אין די לעצטיגע היסטאריע וועסטו זען אז א שיינע חלק האט געמאכט גרויס געלט אין אנהויב.

(נישט אז איך האלט אז וויטעי איז א סקעם, איך וואלט פשוט קיינעם געראטן אריינצולייגן)

דער דיסקאשען דא האט זיך אנגעהויבן August 2018 כ'מיין אז עס איז גענוג צייט צו זיין קאנפידענט אין דער פראז'עקט
בפרט אז איך פארשטיי נישט פארוואס דאס זאל זיין א סקעם, זיי מסביר

פאליטיקאנט » זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:41 pm

· #461379
Re: א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעליי
מעידאף האט אנגעגאנגן מיט זיין סקעם פאר איבער צוואנציג יאר! און אלע קליענטן האבן געמאכט גרויס געלט ביז זיי האבן אלץ דערלייגט.

איך זאג נישט אז די ספעציפישע קוין איז א סקעם, איך זאג אז עס איז געבויעט אויף לופט און קען יעדע רגע צוזאם פאלן.

איך אויך » זונטאג אקטאבער 25, 2020 8:09 pm

· #461409
ופשוט הוא.

Yummi » מוצ"ש נאוועמבער 14, 2020 1:48 pm

· #462561
וויטעי - VITAE האט צובאקומען די לעצטע שטיק צייט צענדליגע טויזנטע באנוצער! וואס באניצן זיך מיטן סייט vitae.co וואס האט פרשטייט זיך א ריפלעקט אויף די פרייז פון דער קוין (Coin)
יא! וויטעי איז היינט ווערד מער פון $10!
צום באמערקן, ווען די נושא האט זיך אנגעהויבן דא אין ״קאווע שטיבל״ איז עס געווען בערך $0.50, דאס מיינט אז די וואס האבן געקויפט די Coin אין יענע צייט אין זיי האבן עס נאך יעצט (איך קען פערזענליך אסאך אזעלעכע) האבן געדאפעלט זייער Value צוואנציג מאל!
אויב האט איינער געקויפט פאר $5000 האט ער היינט $100,000!
נישט א שלעכטע געשעפט!

Yummi » מוצ"ש נאוועמבער 14, 2020 1:54 pm

· #462562
גלייבט מיר נישט אויפן ווארט! טשעק די פרייז אליינס דא:
<a class="postlink" href="https://coinmarketcap.com/currencies/vitae/">https://coinmarketcap.com/currencies/vitae/</a>

פאליטיקאנט » מוצ"ש נאוועמבער 14, 2020 6:59 pm

· #462563
Re: א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעליי
טייערער שטיבל חברים, אויב איינער דא וויל אריינלייגן אין די קוין, בלויז ווייל ער פילט ווי ער פארפאסט (אדער וועגן אנדערע חשבונות געבויעט אויף געפיל), ביטע לייגט נישט אריין מער ווי איר זענט 'באמת' גרייט צו דערלייגן (ביי מיר איז עס עס א האלבע פרישטאג), דאס איז נישט קיין אינוועסטמענט! דאס איז קוים שפעקולאציע.


נאכאמאל, דאס אז די פרייז שיסט ארויף צייגט גארנישט! נישט אויף די עצם אינטערליגענדע נכס (asset), און נישט אויף ווי די פרייז גייט זיין אין 5 מינוט.

ועיין ערך Tulip Mania

<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Tulip_mania">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Tulip_mania</a>

על המחיה » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 5:27 pm

· #462658
ביטע ליינט דאס אדורך בעפאר איר לייגט אריין געלט אין vitae
https://behindmlm.com/mlm-reviews/vitae-rain-chat-review-revshare-ponzi-added-to-vitae-token/

על המחיה » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 5:28 pm

· #462659

נײגעריגער » מוצ"ש מערץ 6, 2021 11:06 pm

· #468058
על המחיה
ביטע ליינט דאס אדורך בעפאר איר לייגט אריין געלט אין vitae
https://behindmlm.com/mlm-reviews/vitae-rain-chat-review-revshare-ponzi-added-to-vitae-token/

אויב דאס איז אמת האט די סאציאלע זייט, קיין גרויסע מעלות
קען איינער מיט ערפארונג מיטטיילן מער? אויסער די חסרונות פון דארפן װערן איינגעלאדנט און צאלן פאַרן קאָנטע, זענען די 'איצטיגע' בענעפיטן מער װי פעיסבוק, טװיטער, מי-װי אא"װ?

אגב, כ'זעה אז די מטבע האלט יעצט $3.72
אויבנאויפיג נישט אװעקצומאכן

על המחיה » מיטוואך יוני 23, 2021 4:58 am

· #476494
Yummi
גלייבט מיר נישט אויפן ווארט! טשעק די פרייז אליינס דא:
<a class="postlink" href="https://coinmarketcap.com/currencies/vitae/">https://coinmarketcap.com/currencies/vitae/</a>


אוי לאותה בושה

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 23, 2021 6:59 am

· #476495
Re: א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעליי
דאס איז מסתמא אין לייט פון טשיינע'ס קלעמפינג דאון אויף ביטקוין?!

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

אייראפעישער חסיד » מיטוואך יוני 23, 2021 9:06 am

· #476504
טאמבל סאס
דאס איז מסתמא אין לייט פון טשיינע'ס קלעמפינג דאון אויף ביטקוין?!

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

יא די גאנצע מארקעט איז געפאלן!

על המחיה » דאנערשטאג יוני 24, 2021 9:43 am

· #476567
די קראך פין vitae איז פשוט ווייל די פעדעראלע פאליציי אין בעלגיע האט גענומען אין חד גדיא די מענעדזשמענט פין די קאמפאני
אין געלייגט א גרויסע שלאס אויף זייער וועבסייט vitae.co/
פאר די וואס קענען ליינען פלעמיש, דא האט איר מער פרטים
https://www.vrt.be/vrtnws/nl/2021/06/24/vitae-onderzoek/

אונטער חכם » דאנערשטאג יוני 24, 2021 1:46 pm

· #476577
Re: א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעליי
זענען אידן אינוואלווד דערין? איך זעה עטליכע ארעסטן זענען געווען אין אנטווערפן.

על המחיה » פרייטאג יוני 25, 2021 4:13 am

· #476646
אונטער חכם
זענען אידן אינוואלווד דערין? איך זעה עטליכע ארעסטן זענען געווען אין אנטווערפן.


יא, די צוויי קעפ פון vitae זענען היימישע יונגעלייט
https://www.world-today-news.com/two-belgians-arrested-as-key-figures-behind-fraudulent-c/

https://newswep.com/belgians-suspected-of-defrauding-millions-with-online-platform-vitae/
בלאט: 1 2