די גרינדונג פון טאון אוו סעווען ספרינגס
29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12506
די גרינדונג פון טאון אוו סעווען ספרינגס
דער בלאט פון די פארגאנגענע וואך (פ' ראה) אין די ציבור אפטיילונג ברענגט א באריכט איבער דעם פאקט אז עטליכע פראפערטי אייגנטומער אין די מאנרא געגנט האבן אריינגעגעבן אן אפליקאציע צו גרינדן א נייעם טאון מיט'ן נאמען..."טאון אוו סעווען ספרינגס"...אויף א שטח וואס איז דאפלט אזוי גרויס ווי די עקזיסטירנדע שטאט קרית יואל...!
איך ווייס נישט ווער ס'שטייט אונטער דעם איניציאטיוו. פריוואטע סוחרים. אדער גאר די עסטאבלישמענט. פי' די רבי און די מוסדות...!
מיר עגבערט די שאלה. וויאזוי קענען מענטשן וואס זייער גאנצע מהות איז האקן אויף..."ארץ ישראל השלימה"...און התגרות באומות. אויף אלע געשעעהנישן וועלכע שפיעלן זיך אפ אין ארץ ישראל. און א יעדע זאך און א יעדער מענטש אדער ארגאניזאציע וואס איז פארבינדן מיט דעם. האלטן זיי אין איין האקן אויף זיי . און זיי פארדאמען מיט די שטערקסטע אויסדרוקן. אין די זעלבע צייט פראקטיצירן זיי דאס און נאך ערגערס דאהי אין אמעריקע.
מילא אין ארץ ישראל. דאס איז כאטש א אידיש לאנד. (וואס הגם לויט די שיטה טארן אידן נישט האבן קיין שלטון אין ארץ ישראל פאר ביאת המשיח. אבער סאטמאר איז דאך נישט אזוי פארדרייט ווי נטורי חרתא וועלכע ארבעטן צוזאמען מיט די אראבישע רוצחים אקעיגן די אידן.) אבער אין אמעריקע. על אדמת נכר. וואו אונז זעמיר לכל הדיעות נאר אין גלות. גייט מען און מ'פראקטיצירט אפן התגרות באומות אויף אן אפענעם און אגרעסיוון וועג. יא. קריות יואל וואקסט ב"ה. און ס'ווערט א ביסל ענג. דאס פלאץ. אבער ס'איז דא אנדערע אופנים דאס צו טון...! און אין די זעלבע אויסגאבע פונ'ם בלאט רעדט מען פון די .."געמיינע און פרעכע התגרות באומות":... פון די רעליגיעזע ציונים...!
איך פרעג די שאלה מיט'ן גאנצן ערנסטקייט. איך ווילל הערן א גוטן תירוץ...!
Re: די גרינדונג פון טאון אוו סעווען ספרינגס
berlbalagulehדער בלאט פון די פארגאנגענע וואך (פ' ראה) אין די ציבור אפטיילונג ברענגט א באריכט איבער דעם פאקט אז עטליכע פראפערטי אייגנטומער אין די מאנרא געגנט האבן אריינגעגעבן אן אפליקאציע צו גרינדן א נייעם טאון מיט'ן נאמען..."טאון אוו סעווען ספרינגס"...אויף א שטח וואס איז דאפלט אזוי גרויס ווי די עקזיסטירנדע שטאט קרית יואל...!
איך ווייס נישט ווער ס'שטייט אונטער דעם איניציאטיוו. פריוואטע סוחרים. אדער גאר די עסטאבלישמענט. פי' די רבי און די מוסדות...!
מיר עגבערט די שאלה. וויאזוי קענען מענטשן וואס זייער גאנצע מהות איז האקן אויף..."ארץ ישראל השלימה"...און התגרות באומות. אויף אלע געשעעהנישן וועלכע שפיעלן זיך אפ אין ארץ ישראל. און א יעדע זאך און א יעדער מענטש אדער ארגאניזאציע וואס איז פארבינדן מיט דעם. האלטן זיי אין איין האקן אויף זיי . און זיי פארדאמען מיט די שטערקסטע אויסדרוקן. אין די זעלבע צייט פראקטיצירן זיי דאס און נאך ערגערס דאהי אין אמעריקע.
מילא אין ארץ ישראל. דאס איז כאטש א אידיש לאנד. (וואס הגם לויט די שיטה טארן אידן נישט האבן קיין שלטון אין ארץ ישראל פאר ביאת המשיח. אבער סאטמאר איז דאך נישט אזוי פארדרייט ווי נטורי חרתא וועלכע ארבעטן צוזאמען מיט די אראבישע רוצחים אקעיגן די אידן.) אבער אין אמעריקע. על אדמת נכר. וואו אונז זעמיר לכל הדיעות נאר אין גלות. גייט מען און מ'פראקטיצירט אפן התגרות באומות אויף אן אפענעם און אגרעסיוון וועג. יא. קריות יואל וואקסט ב"ה. און ס'ווערט א ביסל ענג. דאס פלאץ. אבער ס'איז דא אנדערע אופנים דאס צו טון...! און אין די זעלבע אויסגאבע פונ'ם בלאט רעדט מען פון די .."געמיינע און פרעכע התגרות באומות":... פון די רעליגיעזע ציונים...!
איך פרעג די שאלה מיט'ן גאנצן ערנסטקייט. איך ווילל הערן א גוטן תירוץ...!
ר' בערל: מיר איז שוין די קשיא נישט שווער, נאך אזויפיל יאר צוזעהן אזויפיל היפאקרעסי, איז מיר עס פארענטפערט מיט איין פשוטע תירץ "אנכי ולא יהי' לך".
אדער אויב וויל מען זיך יא פשטל'ן קען מען עס פארענטפערן, אז התגרות באמות איז נאר בלשון רבים, משא"כ איין אומה מעג מען זיך רייצן. און בכלל איז אמעריקע נישט קיין עכטע אומה, נאר א צוזאם לויפעניש פון אימיגראנטן.
נאר אין ארץ ישראל טאר מען נישט האבן א מדינה, און חוץ לארץ מעג מען יא. דאס איז די הלכה, הלכה איז נישט א זאך וואס מען פארשטייט מיט שכל, עס איז דא צענדליגע הלכות וואס מען פארשטייט נישט, אזוי איז אסור, און אזוי, מיט א קלייניקייט אנדערש איז מותר. וכן כאן, אין ארץ ישראל איז אסור אלץ התגרות באומות, און חוץ לארץ איז מותר.
ובפרט אז עס איז נישט א מדינה, נאר א ווילעדזש, וואס איז סתם נישט בכלל מדינה, און עס איז נישט קיין התגרות, ווייל אדרבה, מען פרעגט דאך די גוים אױב זיי זענען מסכים, און ווער עס וויל נישט קען קומען זאגען זיין התנגדות.
Re: די גרינדונג פון טאון אוו סעווען ספרינגס
התגרות באומות איז נישט קיין איסור צו מצוה, עס איז א אידישע ווירדע. ווען מיר זוכען צו טון עפעס בנוגע גוים, זאלען מיר זוכען וואס ווייניגער זיי צו שטערען אדער וויי טון. אי צוליעב דעם אז זיי האבען די רעכט צו געוועלדיגען אויף אונז בימי הגלות, אי צוליעב דעם אז זיך שלאגען שטענדיג פאראורזאכט שלעכטע מדות, אי צוליעב די פשוט׳ער סכנה שבדבר.
דאס מיינט נישט אז מ׳דארף אפגעבען וואס איז אונזערע ווייל דער גוי וועט זיך רעגען. דאס מיינט נישט אז מ׳מעג נישט נוצען די געזעץ פאר אונזערע בענעפיט, נאר אז מ׳דארף דאס נעמען אין באטראכט בשעת׳ן באשליסען וויאזוי זיך צו פירען.
דעריבער למשל, האט הרב קוק געווארענט קעגען התגרות באומות, אבער מצד אחר האט ער שטארק באארבעט אז מ׳זאל נישט מוותר זיין אויפ׳ן כותל און די רעכטן דארט צו דאווענען. יא, מ׳דארף פראבירען צו לעבן בשלום מיט יעדער, אבער נישט פאר דעם דארף מען אפגעבען וואס איז אונזערע.
עס איז א ניואנס, נישט קיין פשוט׳ע איסור והיתר. דעריבער דארף מען האבען אביסל איידעלקייט דאס צו דערגייען.........
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
יישר כח פאר אלע חשוב'ע שרייבערס פון קאווע שטיבל וועלכע האבן געענטפערט אויף מיין שאלה. איך מוז יעצט לויפן צו מיין עבודת הקודש. פיהרן די קינדער אהיים פון חדר. ועוד חזון למועד. א ביסל שפעטער, אי"ה וועללן מיר ממשיך זיין...!
קען גאר זיין אז זיי רופן עס באר שב"ע על שם די שלש שבועות..
#הושענאשלששבועותהושענא
יין שרף: ייש"כ פאר אויפמאכן נייע הושענות. וואו קענמען באקומען די נייע מחזורים...? ביי אייכלער'ס...!
דער גאלדענער אדלער: דיין ערשטער תירוץ געפעלט מיר בעסער. ואם ב'פשט'לעך עסקינן. קענמען דרייען מיט'ן גראבן פינגער און לערנען פשט אזוי. אז די פאלעסטינער באפעלקערונג וועלכע אקופירן ארץ ישראל זענען נישט קיין עכטע אומה. און בכלל נישט קיין בני ישמעאל. זיי זענען מערסטנס אימיגראנטן פון מצרים. און טשערקאסן וועלכע די אטאמאנישע עמפייער האט אימפארטירט קיין ארץ ישראל. משא"כ די איינוואוינערס פון די יו. עס. זענען עכטע סיטיזענס פון א לעגיטימע, רעכט געגרינדעטע מדינה...!
ליטוואק פון בודאפעסטהתגרות באומות איז נישט קיין איסור צו מצוה, עס איז א אידישע ווירדע. ווען מיר זוכען צו טון עפעס בנוגע גוים, זאלען מיר זוכען וואס ווייניגער זיי צו שטערען אדער וויי טון. אי צוליעב דעם אז זיי האבען די רעכט צו געוועלדיגען אויף אונז בימי הגלות, אי צוליעב דעם אז זיך שלאגען שטענדיג פאראורזאכט שלעכטע מדות, אי צוליעב די פשוט׳ער סכנה שבדבר.
דאס מיינט נישט אז מ׳דארף אפגעבען וואס איז אונזערע ווייל דער גוי וועט זיך רעגען. דאס מיינט נישט אז מ׳מעג נישט נוצען די געזעץ פאר אונזערע בענעפיט, נאר אז מ׳דארף דאס נעמען אין באטראכט בשעת׳ן באשליסען וויאזוי זיך צו פירען.
דעריבער למשל, האט הרב קוק געווארענט קעגען התגרות באומות, אבער מצד אחר האט ער שטארק באארבעט אז מ׳זאל נישט מוותר זיין אויפ׳ן כותל און די רעכטן דארט צו דאווענען. יא, מ׳דארף פראבירען צו לעבן בשלום מיט יעדער, אבער נישט פאר דעם דארף מען אפגעבען וואס איז אונזערע.
עס איז א ניואנס, נישט קיין פשוט׳ע איסור והיתר. דעריבער דארף מען האבען אביסל איידעלקייט דאס צו דערגייען.........
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט: אויב מ'ווילל דוקא פשט'לען קענמען טרעפן ראיות מן התורה אקעגן התגרות באומות. ס'שטייט ביי עמון ומואב..."אל תתגר בם מלחמה"...! אויך האט יעקב אבינו אנגעזאגט פאר זיינע קינדער..."למה תתראו"... איז א קל וחומר אויף התגרות...!
נאר. אין למדין מקל וחומר...וכו'...!
די אונטערשטע שורה איז, אז די רבי שליט"א קען זיך נישט אויפשטעללן און האלטן א פייער'דיגע דרשה אקעגן התגרות באומות אין מדינת ישראל. בשעת ווען אין זיין אייגענעם חצר פראקטיצירט מען עס בשאט נפש...!
אישתישבינאר אין ארץ ישראל טאר מען נישט האבן א מדינה, און חוץ לארץ מעג מען יא. דאס איז די הלכה, הלכה איז נישט א זאך וואס מען פארשטייט מיט שכל, עס איז דא צענדליגע הלכות וואס מען פארשטייט נישט, אזוי איז אסור, און אזוי, מיט א קלייניקייט אנדערש איז מותר. וכן כאן, אין ארץ ישראל איז אסור אלץ התגרות באומות, און חוץ לארץ איז מותר.
ובפרט אז עס איז נישט א מדינה, נאר א ווילעדזש, וואס איז סתם נישט בכלל מדינה, און עס איז נישט קיין התגרות, ווייל אדרבה, מען פרעגט דאך די גוים אױב זיי זענען מסכים, און ווער עס וויל נישט קען קומען זאגען זיין התנגדות.
אישתישבי: אדרבה. אפשר ברענגסט דו קלארע ראיות פון די גמ' און פון רמב"ם אז התגרות באומות איז אסור אין ארץ ישראל (מדינת ישראל). און מותר אין ארענדזש קאונטי...!
אויך. וואס וועט מען טון מיט די גמרא (אין מס' סנהדרין) וואס זאגט ..."אין בן דוד בא, עד שתכלה מלכות הזלה מישראל"...זאגט דער רשב"ם... "שלא תהא להם (לישראל) אפילו שולטנות קלה ודלה"...!
איז די שאלה. ווער ס'איז מעכב די גאולה. די ציונים. אדער אפשר גאר די הנהלה פון קרית יואל. וואו ס'איז דא א מעיאר און אנדערע רעגירונגס מענטשן...!
פשוט פשט איז אז די ג' שבועות איז פון די מצוות התלויות בארץ
יין שרףקען גאר זיין אז זיי רופן עס באר שב"ע על שם די שלש שבועות..
#הושענאשלששבועותהושענא
איך פארשטיי נישט, באר שבע פאר די שלש שבועות? באר שלש!!
על כן קרא למקום ההוא באר שבע, כי שם נשבעו שניהם. (בראשית כא, לא)
לויד די אויבערדערמאנטע ווערטער וואס עטליכע האבן דא בארירט, זענען זייערע ווערטער פשוט אקעגן דעם היינטיגן רבי'ן וואס זיצט אויף דער נזר הרבנות, ווען מיט די טענות און שאלות וואס מ'האט בנוגע התגרות באומות קען מען דאס פרעגן אויף דער מייסד אויף דעם שטעטל זעלבסט, ה"ה מרן הגה"ק מהר"י ט"ב זי"ע וואס דער וואס ווייסט נאר אדער געליינט איבער דעם יסוד פון דעם שטעטל בשנת תשל"ד - לשיטתכם - איז דאס געווען א 'התגרות באמות' פיל שטערקער און ערגער ווי היינט [ווען דער שטעטל איז שוין א פאקט שוין פאר לענגערע יארן.].
והוסיף חטא על פשע בעון חמור של התגרות באומות, איז - לשיטתכם פון עטליכע ניקים - געווען בשנת תשל"ז ווען קרית יואל איז געווארן א זעלבסשטענדיגע ווילידזש, לייען איבער דעם אין רצון צדיק אדער טעלערס פארזעצונגן.
הה"ד רבינו סר מן הדרך
אבי געהאקט דער גאנצע אשכול דא. דער רבי זי"ע האט געהאלטן נישט נאר ביי דאס ביי יעדער זאך דארף מען מיט גיין מיט דער געזעץ, אויב דער געזעץ ערלויבט מעג מען זי אויסנוצן, דער קאורט ערלויבט דעם אפעלעט קען מען דאס אויך ניצן.
און אויב די געזעץ ערלויבט מאכן אן אייגן לאנד? הא?
#איךקעןאויךספינען
doublestandards#
Re: די גרינדונג פון טאון אוו סעווען ספרינגס
עפעס ליגט מיר אין קאפ אז דער אבני נזר דערמאנט די סברא........
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: די גרינדונג פון טאון אוו סעווען ספרינגס
רביה''ק זי''עאון אויב די געזעץ ערלויבט מאכן אן אייגן לאנד? הא?
# איךקעןאויךספינען
רביה"ק זי"ע; באמת וואלט איך דיר לייקן הינדערט מאל, נאר אזוי ווי מ'קען נישט לייקן מער ווי איינמאל זאל עס זיין כאילו לייקתיך אלף פעמים ככה
רביה''ק זי''עעל כן קרא למקום ההוא באר שבע, כי שם נשבעו שניהם. (בראשית כא, לא)
רביה"ק זי"ע: און צוויי איז זייער נאנט צו דריי...! מכאן רמז לג' שבועות...!
נאך א רמז אויף די ג' שבועות מן התורה...! ס'שטייט אין פסוק..."שבעה שבועות תספר לך"... אויב זיבן איז כל שכן דריי... ועוד... בכלל מאתיים, מנה. זאגט די גמרא...!
גראדע אין די גמרא אין כתובות ווערט דערמאנט זעקס שבועות, מיט'ן כולל איז עס זיבן...
Re: די גרינדונג פון טאון אוו סעווען ספרינגס
רביה''ק זי''עגראדע אין די גמרא אין כתובות ווערט דערמאנט זעקס שבועות, מיט'ן כולל איז עס זיבן...
מען דארף נישט צוקומען צום כולל, רש"י ברענגט דארט צוויי גירסאות אויף איינס פון די זעקס שבועות קומט אויס בסך הכל זיבן
באבובע רב: ווער האט זיך נאר אמאל גע'חלומ'ט אז אונז גייען מיר זיך אמאל טרעפן אין אזא מקום...
ליטוואק פון בודאפעסטעפעס ליגט מיר אין קאפ אז דער אבני נזר דערמאנט די סברא........
כ'האב נישט געמיינט דעם אבני נזר, כ'האב נאר געוואלט ארויסברענגען דולה ומשקה'ס דאבל סטענדערדס.
berlbalagulehאישתישבינאר אין ארץ ישראל טאר מען נישט האבן א מדינה, און חוץ לארץ מעג מען יא. דאס איז די הלכה, הלכה איז נישט א זאך וואס מען פארשטייט מיט שכל, עס איז דא צענדליגע הלכות וואס מען פארשטייט נישט, אזוי איז אסור, און אזוי, מיט א קלייניקייט אנדערש איז מותר. וכן כאן, אין ארץ ישראל איז אסור אלץ התגרות באומות, און חוץ לארץ איז מותר.
ובפרט אז עס איז נישט א מדינה, נאר א ווילעדזש, וואס איז סתם נישט בכלל מדינה, און עס איז נישט קיין התגרות, ווייל אדרבה, מען פרעגט דאך די גוים אױב זיי זענען מסכים, און ווער עס וויל נישט קען קומען זאגען זיין התנגדות.
אישתישבי: אדרבה. אפשר ברענגסט דו קלארע ראיות פון די גמ' און פון רמב"ם אז התגרות באומות איז אסור אין ארץ ישראל (מדינת ישראל). און מותר אין ארענדזש קאונטי...!
אויך. וואס וועט מען טון מיט די גמרא (אין מס' סנהדרין) וואס זאגט ..."אין בן דוד בא, עד שתכלה מלכות הזלה מישראל"...זאגט דער רשב"ם... "שלא תהא להם (לישראל) אפילו שולטנות קלה ודלה"...!
איז די שאלה. ווער ס'איז מעכב די גאולה. די ציונים. אדער אפשר גאר די הנהלה פון קרית יואל. וואו ס'איז דא א מעיאר און אנדערע רעגירונגס מענטשן...!
דאס וואס די פרעגסט פין דער גמרא אין בן דוד בא, איז נישט א קשיא, ווייל עס איז אגדתא גמרות, און פין אגדתא גמרות איז נישטא קיין חיוב להלכה.
איי וועט איר פרעגן א באמבע קשיא, איז דאך די שלש שבועות אויך אגדתא?
אבער די חילוק איז פשוט, הלכות שבועות ווערט געפסקנט אין שולחן ערוך אז מען ברויך האלטען א שבועה, און די אגדתא גמרא איז נאר מגלה אז מען האט אונז באשוואוירן. ודוק.
אישתישבי: איך טענה אויכעט די זעלבע. נאר מ'קען נישט טאנצן אויף צוויי חתונות. אויב די ציונים אין ארץ ישראל זענען מעכב די גאולה. דאמאלס איז ר' אהרן וסייעתו אין מאנרא אויכעט מעכב די גאולה. ווידער אויב גלייב איך נישט אין די אגדתא. (ווייל ס'איז נאר אן אגדתא). דאמאלס קענען די אידן אין ארץ ישראל אויכעט טון וויאזוי זיי פארשטייען. און וויאזויי זייערע אינטרעסן דיקטירן. און זייער כנסת הייסט נישט קיין כנסת המינים (אפשר דאס יא.)...1 און אום יום העצמאות דארף מען נישט זאגן קיין תחנון. און מ'מעג גיין מאכן א בארביקיו בעצם היום...! לכבוד החג...!
berlbalagulehאויך. וואס וועט מען טון מיט די גמרא (אין מס' סנהדרין) וואס זאגט ..."אין בן דוד בא, עד שתכלה מלכות הזלה מישראל"...
אין גמרא שטייט אויך "אין בן דוד בא עד שתכלה פרוטה מן הכיס", אויך שטייט "דור שבן דוד בא... וחכמת הסופרים תסרח". פארדעם טאקע פלעגט די רבי זי"ע אסאך מעורר זיין דעם עולם אויסצוליידיגן די טאשן צו געבן צדקה, און פארדעם האט ער אנגעשריבן א גאנצן ספר מיט שטותים.
Re: די גרינדונג פון טאון אוו סעווען ספרינגס
רביה''ק זי''עליטוואק פון בודאפעסטעפעס ליגט מיר אין קאפ אז דער אבני נזר דערמאנט די סברא........
כ'האב נישט געמיינט דעם אבני נזר, כ'האב נאר געוואלט ארויסברענגען דולה ומשקה'ס דאבל סטענדערדס.
האלטסט טאקע אז עס איז א דאבל סטענדערד צו זאגן אז מען מעג מאכן א ווילעדזש אין קרית יואל אבער נישט קיין מלחמה מיט די אראבער?
אזויפיל יא, אז ווען יעדער ווארט פון ביבי איז התגרות באומות , און דא רייסט מען זיך ביי די קעפ מיט די גוים, איז עס היפאקראטיע.
"דער איד " איז נאך א גרעסערער גאון אין היפאקראטיע, ביי אים איז עס איין טאג יא התגרות, און איין טאג נישט התגרות, כיד הפאליטיקע הטובה עליו.
אונטער חכם: איך ליין ב"ה נישט דעם איד. ס'איז גענוג ביטער, בעוונותינו הרבים אז איך ליין דעם בלאט. אבער איין זאך קען איך דיר זאגן. אויב ס'האנדלט זיך פון די פאר גבירים וועלכע שלאגן זיך איבער די שטחים אין די מאנרא געגנט וואס באלאנגען צו די זאלוני פארטיי, דאמאלס איז עס נישט התגרות באומות. אבער טאמער האנדלט זיך פן די גבירים פן די ארונים פארטיי, איז עס זיכער התגרות באומות. נאך ערגער. ס'איז ציוניזם ממש...און אויף דעם האט די רבי זיכרוינע ליבראכעה געבלוטיגט...!
נ.ב.: מיין רבי פלעגט צו זאגן..." איך ליין דעם שטירמער. צו דעם איד האביך נישט קיין כח"...!
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/404252">viewtopic.php?f=3&t=12345&p=404252&hilit</a><!-- l -->