אויב עראפלאנען אינטרעסירן אייך, דא האט איר א איבערזיכט פון דעם אויפבוי פון דעם מעכטיגן עירבאס A380.
אין "דער בליץ" איז לעצטנס געווען באשריבן די געוואלדיגע ארבייט פונעם בויען דעם ריז. און דא קענט איר עס זעהן מיט לעבעדיגע ווידעא.
קרוב צו 15 יאר האט גענומען צו אויספלאנירן, דעזיינען, אינזשענירן, און בויען דעם גיגאנטישן, מאסיוון ריז פון די הימלען, דער עירבאס A380, דער גרעסטער פאסאזשיר עראפלאן אויפן כדור העולם.
אומצאליגע שוועריגקייטן האט זיך זיך געמאכט דורכאויס די יארן, ראודס פול מיט באמפס, צענדליגער מאל האט מען פארלענגערט דעם דעדליין צום גמר, נישט ווייניג בושות און חרפות זיך איינגעקויפט.
און ענדליך, ווען אלעס איז פארטיג, און מען הייבט אן טעסטן, קודם עטליכע טעג אויף דער ערד, און דערנאך פיינעלי אין די הימלען צום ערשטן מאל, מיט טויזענטער באטייליגטע צושויער, די שמחה איז אומגעהויער גרויס...
עס איז צוטיילט אין 2 חלקים. ביידע ארום א 3/4 שעה.
חלק א':חלק ב':