☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » וועט דער וועקער מיר ברענגן ספיקות אין אמונה?

וועט דער וועקער מיר ברענגן ספיקות אין אמונה?

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12498

דאכצעכמער » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2018 3:16 pm

· #410790
וועט דער וועקער מיר ברענגן ספיקות אין אמונה?
איך זעה דער קאלירטער דעקל פונ'ם וועקער, יעדער בילד וועקט מיך: קויף מיך! איך ווייס אז די ארטיקלן זענען אייזן גוט, איך געדענק נאך די שרייבער פון ווען פלעגן נאך שרייבן אין קאווע שטיבל... LOL
איך זע בילדער פון די מפתחות, ס'שטייט דאך דארט אלע ענינים וואס איך דארשט אזוי צו וויסן, עס איז נישט דער 5'ער וואס גייט מיך ארום מאכן.
איך פארשטיי אז אפילו קאווע שטיבל איז אויך צענזוערירט, אבער למשל אזא אשכול ווי: איז מען א אפיקורס אויב מען גלייבט נישט אין בעש"ט? איך בין נישט אריין אין דעם אשכול אויס מורא אז עס קען מיך אפקילן אין אמונת צדיקים, איך געב דעם פולן רעספעקט פאר'ן פותח האשכול, און איך בין נישט דארט געווען קען איך נישט זאגן צו ס'שטייט דארט זאכן וואס קענען מיר אריינלייגן ספיקות אין אמונה,
מיין שאלה יעצט איז פשוט איז דער וועקער געשריבן אויף אזא סטייל?
איך בין זיכער אז דער עולם קען עס קויפן רוב מנין ורוב בנין פון היימישן ציבור זענען נישט אזעלכע נערנים און וועלן נישט נשפע ווערן לרע דערפון, איך וויל וויסן פאר מיר.
אדרבה הלואי זאל ראובן מיך אויפקלערן אז עס איז גוט ווייל איך גיי עס סיי ווי קויפן... לידיעה בעלמא וויל איך וויסן אז איך טו אז גוטע זאך.
ענפער שנעל איידער א סקריק מען צו דעם אשכול
תשועה ברוב יועץ

טאמבל סאס » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2018 4:59 pm

· #410799
איך מיין טז אין די 19הונדערט הלכה ספרים וואלט דער שטערן געאסרט געווראן צו לייענען אין שבת מחמת ספרי מלחמות וחמדה ווידעראום דער וועקער וואלט געאסרט געווארן מחמת טירחה יתירה.

קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2018 5:00 pm

· #410800
פון אייערע ווערטער זעהט אויס ווי איין זאך איז זיכער אז ספיקות האט איר.

פיל מאל בין איך גראדע מסופק אויב מ'מעג אפי' אריינעמען די וועקער אין בית הכבוד.

גדליה » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2018 8:13 pm

· #410808
מיך האט דער וועקער געברענגט שטארקע ספיקות אין יסודות'דיגע אמונה זאכן.
למשל איך פלעג אלס מיינען אז דער הייליגער מהר"ל מפראג האט זיך אפגעגעבן מיט אזוינע שטותים ווי באשאפן א גולם און אים שיקן שעפן וואסער. יעצט האב איך אנגעהויבן באקומען ספיקות, אפשר זענען די נארישקייטן טאקע נישט אמת?
איך פלעג טראכטן אז די סאטמערע רביס זענען צוויי פויערן וואס אויסער אני ואפסי איז גארנישט דא, בין איך געוואויר געווארן אז זיי האבן דא עפעס א שיטה אין ציונות. איך ווייס נאכנישט צו ס'איז טאקע אזוי אבער א ספק האב איך שוין.
איך פלעג אמאל מיינען אז די אלע חכמות פון די גויים האבן נישט קיין שייכות מיט אידן, און דאס באלאנגט אויסשליסליך פאר די אפיקרוסים, יעצט ווער איך געוואויר אז דיאידישע פאלק האט שטענדיג געהאט שכל צו נאשן פון איבעראל.
איך פלעג אמאל מיינען אז ר' מנשה פיליף איז א ערנסטע דורכגעטראכטע מענטש, יעצט הייב איך אן האבן ספיקות דערין.
אזוי בין איך פיל מיט ספיקות זייט איך האב אנגעהויבן ליינען וועקער.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2018 8:22 pm

· #410810
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: און פון דעם אבי אבות ה'"כפירה"...קאווע שטיבל האסטו פארגעסן...?!

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2018 9:40 pm

· #410818
איך זעה נישט וואס ס'איז דא אזוי מורא צוהאבן פונעם 'וועקער', מ'קען באקומען ספיקות אין אמונה פון לערנען ש"ס ופוסקים אויך.

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 10:48 am

· #410830
רביה"ק זי"ע: און פון די אנדערע זייט. ווער ס'איז באפעסטיגט אין די אמונה, ווערט נישט נתפעל פון גארנישט. איך בין ב"ה באפעסטיגט אין מיין אמונה אין באשעפער. איך ווער נישט נתפעל פון גארנישט. דער טריק איז, אז מ'דארף אלעס אויפנעמען מיט א ביסל זאלץ...ווי דאס שפריכווארט גייט אויף ענגליש. איך בין נישט פארגלייבט אין קיין שום בשר ודם. מעג ער האבן ווי א ברייטן און באקוועמען בענקל. אדער סיי וואספארא ברייטן פעלץ. און גיין אנגעטון דערמיט אפילו אין חדש תמוז איז ער ביי מיר נישט מער ווי א ילוד אישה. א בשר ודם. מיט אלע געוואוינהייטן און אלע שוואכקייטן פון א בשר ודם...! מעג מען איהם אפילו רופן ..."הגאון, הקדוש והטהור. צדיק יסוד עולם. בוצינא קדישא מנורה הטהורה...לאמיר עס אראפלייגן אויפ'ן גראבן , בוקאווינער שפראך. ער פר*סט, פ*שט און ק*קט און טוט אנדערע צרכי הגוף, פונקט ווי א צווייטער. און ער איז נתפס צו אלע מענטשליכע שוואכקייטן פון כבוד און געלט...! כי זה כל האדם. סיי וויפיהל טויזנטער חסידים ער האט וואס לויפן איהם נאך...!

איך האב ב"ה א דיירעקט ליין צום באשעפער. איך בעט ביי איהם. און ער געט עס מיר...!

דאכצעכמער » זונטאג אוגוסט 12, 2018 10:37 am

· #410918
גדליה
מיך האט דער וועקער געברענגט שטארקע ספיקות אין יסודות'דיגע אמונה זאכן.
למשל איך פלעג אלס מיינען אז דער הייליגער מהר"ל מפראג האט זיך אפגעגעבן מיט אזוינע שטותים ווי באשאפן א גולם און אים שיקן שעפן וואסער. יעצט האב איך אנגעהויבן באקומען ספיקות, אפשר זענען די נארישקייטן טאקע נישט אמת?
איך פלעג טראכטן אז די סאטמערע רביס זענען צוויי פויערן וואס אויסער אני ואפסי איז גארנישט דא, בין איך געוואויר געווארן אז זיי האבן דא עפעס א שיטה אין ציונות. איך ווייס נאכנישט צו ס'איז טאקע אזוי אבער א ספק האב איך שוין.
איך פלעג אמאל מיינען אז די אלע חכמות פון די גויים האבן נישט קיין שייכות מיט אידן, און דאס באלאנגט אויסשליסליך פאר די אפיקרוסים, יעצט ווער איך געוואויר אז דיאידישע פאלק האט שטענדיג געהאט שכל צו נאשן פון איבעראל.
איך פלעג אמאל מיינען אז ר' מנשה פיליף איז א ערנסטע דורכגעטראכטע מענטש, יעצט הייב איך אן האבן ספיקות דערין.
אזוי בין איך פיל מיט ספיקות זייט איך האב אנגעהויבן ליינען וועקער.


👍 👍

אזעלכע ספיקות וויל איך האבן! און נאר אזעלכע ספיקות, אבער צו איך וויל האבן ספיקות צו מען דארף גלייבן אין בעש"ט, איך האף אז דער וועקער שרייבט נישט אויף דעם סטייל, דאס איז די גאנצע וואס איך פרעג דא אינ'ם אשכול, איך האב קיינעם נישט געמיינט צו באליידיגן, איך האב סתם וויל סתם וויסן.
יישר כח גדליה פאר די ענטפער