☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » די פרשה מיט די..."אם המזריקה"...!

די פרשה מיט די..."אם המזריקה"...!

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12465

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 24, 2018 8:18 pm

· #409740
די פרשה מיט די..."אם המזריקה"...!
התנצלות המגיב(ד)...!

די נייעס וואס איך ווילל דא ברענגען באלאנגט לכאורה אין אן עקזיסטירנדיגן אשכול. נאר איך קען עס נישט טרעפן. האביך אויפגעמאכט א נייעם אשכול...!

אין ירושלים עיר הקודש שפיעלט זיך יעצט אפ א פרשה וואס האלט זיך נאך אינמיטן אנטוויקלען. און איך האב שטארק מורא אז די חילונים. דער טייל פון די נישט רעליגיעזע באפעלקערונג וועלכע זוכן אייביג נאר שלעכטס אויף די ערליכע אידן וועללן (ח"ו) מאכן מטעמים פון אט די פרשה.
פאר בערך 2 וואכן צוריק האבן די פאליציי אין ירושלים ארעסטירט א חרד'ישע פרוי, וועלכע האט 10 קינדער. און פאר 5 פון איהרע קינדער האט זי געגעבן איינשפריצונגען פון אינסולין. די מעדיצין וואס מ'געט פאר מענטשן וועלכע ליידן פון דייעביטיס. טייפ 1 אדער טייפ 2.

לויט ווי די נייעס באריכטן געבן איבער. זענען די קינדער געזונט. זיי ליידן נישט ח"ו אויף דייעביטיס.נאר די מאמע האט געוואלט ארויסשלעפן גרויסע געלטער פון די ביטוח לאומי. די סאושל סעקיוריטי אגענטור. די רעפארטס געבן איבער אז זי האט אויף עפעס אן אופן באקומען א בריעף פון א דאקטארין אז 5 פון איהרע קינדער ליידן אויף דייעביטיס. (די דאקטארין ווערט אויכעט יעצט אויסגעפארשט.). די משפחה האט אנגעבליך באקומען 15 טויזנט שקל א חודש פון די ביטוח לאומי.

איינער אדער מער פון איהרע קינדער זענען געווען אין שערי צדק שפיטאל. און א נוירס האט באמערקט אז די מאמע האט געהאלטן עפעס א סירינדזש אין די הענט און זי האט געגעבן אן איינשפריץ פאר דעם קינד. אויך האבן די דאקטוירים און סטעף באמערקט אז ווען די מאמע איז נישט געווען מיט די קינדער, איז די מאס פון צוקער קאנצענטראציע אין זייער בלוט געווען נארמאל. נאר ווען זי איז געווען מיט זיי איז די מאס פון צוקער געווען געהעכערט. האט די סטעף גערופן די פאליציי. און מ'האט ארעסטירט די מאמע.

אין ארץ ישראל, אלס דעמאקראטיש לאנד איז דא א געזעץ אז די פאליס קענען נישט האלטן א מענטש נאכדעים וואס זיי ארעסטירן איהם, ווילאנג זיי וויללן. נאר זיי מוזן איהם ברענגען ביז א טאג אדער 2 אין קאורט. צו א דזשאדזש. און דער דזשאדזש איז מחליט אויב מ'זאלל דעם מענטש ארויסלאזן אויף בעיל ביז צום משפט. אדער ווייטער האלטן. אויב די פאליס טענה'ן אז זיי האלטן אינמיטן אן אויספארשונג קענען זיי פארלאנגען אז מ'זאלל דעם ארעסטאנט פארהאלטן נאך לענגער אין תפיסה. געוויינליך געט דער קאורט נאך. און זיי קענען איהם האלטן נאך 2 אדער 3 טעג. דאס הייסט הארכת מעצר. און ביי דעם קעיס האבן די פאליס פארלאנגט שוין צום 5'טן מאל אן הארכת מעצר. מיט די טענה אז זיי האלטן שוין כמעט ביים ענד פון די אויספארשונג. און דער קאורט האט עס נאכגעגעבן. דער שופט האט געזאגט אז זיי האבן געפונען נייע אינפארמאציע פון עביוז פון ביידע עלטערן. צוערשט האבן זיי ארעסטירט אויך דעם טאטן. מיט די טענה אז ס'איז נישט מעגליך אז ער זאלל נישט האבן געוויסט וואס זיין ווייב האט געטון. אבער ער איז באפרייט געווארן מיט ..."תנאים מגבילים"...דאס איז כמעט אזוי ווי הויז ארעסט. נאר ער איז נישט אין זיין אייגן הויז. ער שטייט איין ביי קרובים.

דערווייל איז דא א צו איסור פירסום. א פארבאט צו שרייבן דעם נאמען פון די עלטערן. אפילו די בילד פן די מאמע אין קאורט איז אויכעט פארווישט. אבער איינמאל די ..."פרקליטות"...ד.מ. דער דיסטריקט אטוירני וועט אפיציעל אנקלאגן די מאמע, וועט מען שוין מעגן ארויסשרייבן דעם נאמען מיט די פיקטשער...!

איך האב מורא פון 2 זאכן. אז די פרייע מידיא וועללן מאכן מטעמים פון דעים. און באשמוצן אלע ערליכע אידן...!

די 2'טע זאך פון וואס איך האב מורא איז, אז די סיקריקין. די צעווילדעוועטע חיות און ליידיגגייערס וועלכע באווואוינען די חרד'ישע געגנטן אין ירושלים, וועללן האבן א גוטן תירוץ צו מאכן ראיאטן. אנצינדן גארביטש קאנטעינערס און צוברעכן טרעפיק לייטס. און זיך שלאגן מיט די פאליציי...! ארויסגעבנדיג דעם איבערפלוס פון ענערגיע וואס זיי האבן אנגעזאמלט.

די רעגירונג האט , לפענ"ד געהאנדלט זייער מענטשליך. זיי האבן גענימען א משפחה וואס זאלל זיך אפגעבן מיט די קינדער אין זייער אייגענע דירה. אזוי אז זייער לעבן זאלל נישט געשטערט ווערן...!

קומזיץ » דינסטאג יולי 24, 2018 9:32 pm

· #409751
עס איז זייער אינטערסאנט ווי אזוי זי האט באקומען א בריוו פון דאקטאר אז אירע קינדער זענען דייעבעטיק , ווייל ביי א געזינטע קינד קען מען אריינשפריטצען גאר אסאך אינסולין און עס גייט גארנישט געשעהן און אפילו אויב יא איז עס נאר פאר א קורצע צייט ,
און די וועג ווי אזוי מען דיאגאנאזירט דייעביטיס איז דורך א א "a1c" דאס איז א blood test וואס געט א average וויפוהל די ציקער איז געוועהן די לעצטע דריי חדשים און נישט פון איינמאל האבן הויך אדער נידריק צוקער,
אויך בדרך כלל ווען מען ווערט דיאגאנאזירט איז די צוקער אויף גאר א הויכע שטאפל וואס געשעהן צוביסלעכווייז פון אפאר טעג אדער וואכן וואס עס שפרייזט ארויף ווייל די גוף פראדעצירט נישט קיין אינסולין און ביז מען כאפט זיך אז עפעס איז נישט אין ארדענונג איז עס שוין גאר הויעך און דאס איז נישט מעגליך עד זאל זיין ביי א געזינטע קינד ,
די גאנצע מעשה דא שטימט נישט .. חוץ אויב די דאקטאר האט מיטגעארבעט

בלויע רעקל » דינסטאג יולי 24, 2018 11:11 pm

· #409761
א פחד נורא! אומגלויבליך!

איין לימוד זכות האב איך: אויב איז אינסולין נישט קיין סכנה, איז דאס פארברעך נישט מערדערליך.

אישתישבי » דינסטאג יולי 24, 2018 11:33 pm

· #409765
קומזיץ
עס איז זייער אינטערסאנט ווי אזוי זי האט באקומען א בריוו פון דאקטאר אז אירע קינדער זענען דייעבעטיק , ווייל ביי א געזינטע קינד קען מען אריינשפריטצען גאר אסאך אינסולין און עס גייט גארנישט געשעהן און אפילו אויב יא איז עס נאר פאר א קורצע צייט ,
און די וועג ווי אזוי מען דיאגאנאזירט דייעביטיס איז דורך א א "a1c" דאס איז א blood test וואס געט א average וויפוהל די ציקער איז געוועהן די לעצטע דריי חדשים און נישט פון איינמאל האבן הויך אדער נידריק צוקער,
אויך בדרך כלל ווען מען ווערט דיאגאנאזירט איז די צוקער אויף גאר א הויכע שטאפל וואס געשעהן צוביסלעכווייז פון אפאר טעג אדער וואכן וואס עס שפרייזט ארויף ווייל די גוף פראדעצירט נישט קיין אינסולין און ביז מען כאפט זיך אז עפעס איז נישט אין ארדענונג איז עס שוין גאר הויעך און דאס איז נישט מעגליך עד זאל זיין ביי א געזינטע קינד ,
די גאנצע מעשה דא שטימט נישט .. חוץ אויב די דאקטאר האט מיטגעארבעט

והכסף יענה את הכל.

אונז ווייסען מיר וויאזוי צו באקומען בריוועלעך.

מען זעהט פין דער מעשה, ווי ווייט אחב"י אין ארץ ישראל זענען אונטערדריקט מיט פרנסה, אז זיי מוזען נעבעך זיך אראפלאזען צו אזעלכע נידריגע שטאפלען צו מאכען אפאר דאלער, און עס איז זיכער אז ווען עס דא דארט נארמאלע וועגען צו מאכען געלט וואלטען זיי געארבעט פונקט ווי מען ארבעט דא אין אמעריקא.

קורקלענד » דינסטאג יולי 24, 2018 11:45 pm

· #409767
נעכטן האסטו געשריבן אז אין אמעריקע איז פרנסה אזוי אונטערדרוקט וויבאלד ס'פעלט די בּעיסיק עדיוקאציע. איצט זאגסטו אז ווען די אידן אין ארץ־ישׂראל זאלן נאר האבן וואס אונז האמיר וואלטן זיי געשטאנען זייער גוט.........

קומסט מיר פאָהר ווי דער בלאט מיט יארן צוריק ווען מ'האט אמאָל ארעסטירט א מאמע, איך געדענק נישט פונקטליך פארוואס, מעגליך וועגן טשיילד אביוז, האט דער בלאט דאן אראפגעלייגט ווי טויטליך די תפיסה אין א''י איז. זיי האבן געשריבן אז מ'הינגערט אויס די ארעסטאנטן, און אז מ'געט זיי נישט קיין מאדראץ וכו' אז ס'איז סכנות נפשות ממש. זייט ביי זייט האבן זיי אבער אויך באריכטעט וועגן אן אנדערע מעשה וואס איז דאן פארגעקומען בנוגע די בחורים וואס מ'האט ארעסטירט אין יאַפּאַן פארן שמוגלען דראגס. דארט האבן זיי אראפגעלייגט ווי שטארק די עסקנים האפן צו פארהאנדלען מיט יאַפּאַן אז זיי לאָזן טראנספערירן די ארעסטאנטן קיין ישראל ווי די תפיסות זענען אסאך מער צוגעשטעלט אזוי אז זיי וועלן כאָטש קענען זיצן זייער באקוועם........

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2018 2:35 am

· #409771
קומזיץ
עס איז זייער אינטערסאנט ווי אזוי זי האט באקומען א בריוו פון דאקטאר אז אירע קינדער זענען דייעבעטיק , ווייל ביי א געזינטע קינד קען מען אריינשפריטצען גאר אסאך אינסולין און עס גייט גארנישט געשעהן און אפילו אויב יא איז עס נאר פאר א קורצע צייט ,
און די וועג ווי אזוי מען דיאגאנאזירט דייעביטיס איז דורך א א "a1c" דאס איז א blood test וואס געט א average וויפוהל די ציקער איז געוועהן די לעצטע דריי חדשים און נישט פון איינמאל האבן הויך אדער נידריק צוקער,
אויך בדרך כלל ווען מען ווערט דיאגאנאזירט איז די צוקער אויף גאר א הויכע שטאפל וואס געשעהן צוביסלעכווייז פון אפאר טעג אדער וואכן וואס עס שפרייזט ארויף ווייל די גוף פראדעצירט נישט קיין אינסולין און ביז מען כאפט זיך אז עפעס איז נישט אין ארדענונג איז עס שוין גאר הויעך און דאס איז נישט מעגליך עד זאל זיין ביי א געזינטע קינד ,
די גאנצע מעשה דא שטימט נישט .. חוץ אויב די דאקטאר האט מיטגעארבעט

קומזיץ: ייש"כ. אט דאס איז דאך די טענה פון די פאליציי. און די צענטראלע עווידענס אין דעם קעיס. אז ווען די מאמע איז נישט געווען מיט די קינדער איז די מאס פון צוקער קאנצענטראציע אין זייער בלוט געווען נארמאל. ווייל דער נאטורליכער פראצעס פון פארברענען די גלוקאוז (צוקער) האט גוט געארבעט. נאר ווען די מאמע איז געווען מיט זיי (אין שפיטאל) איז די מאס פון צוקער געווען געהעכערט...!

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2018 2:42 am

· #409773
בלויע רעקל
א פחד נורא! אומגלויבליך!

איין לימוד זכות האב איך: אויב איז אינסולין נישט קיין סכנה, איז דאס פארברעך נישט מערדערליך.

בלויע רעקל: ייש"כ. דא עקא. דאס איז דער פראבלעם. ווייל געבן אינסולין פאר א געזונטן מענטש קען יא זיין א סכנה. ווייל די פעולה פון אינסולין איז אז ס'פארברענט און פארדייט די צוקער פון די בלוט און שיקט עס צו די איברים פון א מענטש. און ווען א מענטש וואס זיין נאטורליכער פראצעס טוט באלאנסירן די מאס צוקער אין בלוט באקומט אינסולין, קען דאס אראפדריקן די קאנצענטראציע פון צוקער צו זייער א נידריגע שטאפל. און דאס קען זיין א סכנה. ווייל מ'קען ח"ו אריינגיין אין א קאומא. דאס איז ..."בולמוס"... פון וואס די גמרא רעדט. אז ס'איז א סכנה. ס'איז נאך מער סכנה ווי צו א הויעכע מאס צוקער...!

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2018 2:45 am

· #409775
קומזיץ: נאך איין הוספה. צו דיין שאלה. יא. די דאקטארין האט מיטגעארבעט. און זי ווערט טאקע יעצט אויכעט אויסגעפארשט. זי איז נאכנישט ארעסטירט. אבער דו קענסט זיין רואיג אז איינמאל די פאליס וועט האבן עווידענס אז זי האט געטון שווינדלערייען, וועט מען איהר ארעסטירן און אוועקנעמען די לייסנס...!

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2018 2:49 am

· #409777
אישתישבי
קומזיץ
עס איז זייער אינטערסאנט ווי אזוי זי האט באקומען א בריוו פון דאקטאר אז אירע קינדער זענען דייעבעטיק , ווייל ביי א געזינטע קינד קען מען אריינשפריטצען גאר אסאך אינסולין און עס גייט גארנישט געשעהן און אפילו אויב יא איז עס נאר פאר א קורצע צייט ,
און די וועג ווי אזוי מען דיאגאנאזירט דייעביטיס איז דורך א א "a1c" דאס איז א blood test וואס געט א average וויפוהל די ציקער איז געוועהן די לעצטע דריי חדשים און נישט פון איינמאל האבן הויך אדער נידריק צוקער,
אויך בדרך כלל ווען מען ווערט דיאגאנאזירט איז די צוקער אויף גאר א הויכע שטאפל וואס געשעהן צוביסלעכווייז פון אפאר טעג אדער וואכן וואס עס שפרייזט ארויף ווייל די גוף פראדעצירט נישט קיין אינסולין און ביז מען כאפט זיך אז עפעס איז נישט אין ארדענונג איז עס שוין גאר הויעך און דאס איז נישט מעגליך עד זאל זיין ביי א געזינטע קינד ,
די גאנצע מעשה דא שטימט נישט .. חוץ אויב די דאקטאר האט מיטגעארבעט

והכסף יענה את הכל.

אונז ווייסען מיר וויאזוי צו באקומען בריוועלעך.

מען זעהט פין דער מעשה, ווי ווייט אחב"י אין ארץ ישראל זענען אונטערדריקט מיט פרנסה, אז זיי מוזען נעבעך זיך אראפלאזען צו אזעלכע נידריגע שטאפלען צו מאכען אפאר דאלער, און עס איז זיכער אז ווען עס דא דארט נארמאלע וועגען צו מאכען געלט וואלטען זיי געארבעט פונקט ווי מען ארבעט דא אין אמעריקא.

אישתישבי: יא. לויט ווי די רעפארטס געבן איבער, האט די משפחה באקומען פון די ביטוח לאומי 15 טויזנט שקל א חודש. בסך הכול, טענהט די פאליס, האט די משפחה שוין באקומען 800,000 שקל במירמה...!

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2018 2:59 am

· #409778
קורקלענד
נעכטן האסטו געשריבן אז אין אמעריקע איז פרנסה אזוי אונטערדרוקט וויבאלד ס'פעלט די בּעיסיק עדיוקאציע. איצט זאגסטו אז ווען די אידן אין ארץ־ישׂראל זאלן נאר האבן וואס אונז האמיר וואלטן זיי געשטאנען זייער גוט.........

קומסט מיר פאָהר ווי דער בלאט מיט יארן צוריק ווען מ'האט אמאָל ארעסטירט א מאמע, איך געדענק נישט פונקטליך פארוואס, מעגליך וועגן טשיילד אביוז, האט דער בלאט דאן אראפגעלייגט ווי טויטליך די תפיסה אין א''י איז. זיי האבן געשריבן אז מ'הינגערט אויס די ארעסטאנטן, און אז מ'געט זיי נישט קיין מאדראץ וכו' אז ס'איז סכנות נפשות ממש. זייט ביי זייט האבן זיי אבער אויך באריכטעט וועגן אן אנדערע מעשה וואס איז דאן פארגעקומען בנוגע די בחורים וואס מ'האט ארעסטירט אין יאַפּאַן פארן שמוגלען דראגס. דארט האבן זיי אראפגעלייגט ווי שטארק די עסקנים האפן צו פארהאנדלען מיט יאַפּאַן אז זיי לאָזן טראנספערירן די ארעסטאנטן קיין ישראל ווי די תפיסות זענען אסאך מער צוגעשטעלט אזוי אז זיי וועלן כאָטש קענען זיצן זייער באקוועם........

קורקלענד: אבער דער בלאט האט א קאמפלעקס, אז ער מוז אייביג רעדן בגנות הציונים (שר"י, עפ"ל, ימ"ש). ממילא קען ער נישט צופיהל באשרייבן די מעלות פון די תפיסות אין ארץ ישראל. ווייל דער איד וועט ארויסקומען און שרייען אז ער איז א ציוני...! משא"כ דער איד קען יא רעדן און שרייבן אפענע ציונות. אזוי ווי למשל ביי די בחירות (הטמאות) ברענגט דער איד אראפ פונקטליך בפרטי פרטיות די נעמען און די נאמבערס פון אלע חברי כנסת המינים, רח"ל. ואין פוצה פה ומצפצף. ווייל ער איז דאך דער מרא דחושבנא. ער האלט דאך דעם פרענטשייז אויף קנאות. ואין לבוא אחרי המלך...!

נ.ב.: מיין קאמענט וועט אפשר נישט שמעקן פאר מיינע גוטע פריינט וועלכע האבן א סענסיטיוויטעט צו אט די זאכן. ואין צריך לפורטם. אונז אלע ווייסן מיר ווער זיי זענען. אבער איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן. והאמת צריך להיאמר...!

נקודת-אמת » מיטוואך יולי 25, 2018 5:30 am

· #409784
לא עלינו ולא עליכם,
אויף קיין שום יודיש נפש נישט געוואונטשן דארך-צו-גיין אזוינע ייסורי-ניסיון-העוני
צו דערגרייכן אזא שטאטל פון אכזריות פון א מאמע צו איהרע אייגענע קינדער
יא מארד אדער נישט מארד, אפגעהיטן זאל מען זיין.
אבער דא האב איך געזעהן א אום-קלאהרע בילד
און זיי זעהן נישט אויס צו זיין 'חרדים'
📎 3232.png
דער טאטע גייט א שווארצע העמעד און די מאמע א מאדנע טיכל
ממילא לכאורה ביידע חששות פון ידידי ר' בערל קענען אראפ גיין פון ר' בערל'ס הארץ,

אישתישבי » מיטוואך יולי 25, 2018 7:53 am

· #409786
קורקלענד
נעכטן האסטו געשריבן אז אין אמעריקע איז פרנסה אזוי אונטערדרוקט וויבאלד ס'פעלט די בּעיסיק עדיוקאציע. איצט זאגסטו אז ווען די אידן אין ארץ־ישׂראל זאלן נאר האבן וואס אונז האמיר וואלטן זיי געשטאנען זייער גוט.........

קומסט מיר פאָהר ווי דער בלאט מיט יארן צוריק ווען מ'האט אמאָל ארעסטירט א מאמע, איך געדענק נישט פונקטליך פארוואס, מעגליך וועגן טשיילד אביוז, האט דער בלאט דאן אראפגעלייגט ווי טויטליך די תפיסה אין א''י איז. זיי האבן געשריבן אז מ'הינגערט אויס די ארעסטאנטן, און אז מ'געט זיי נישט קיין מאדראץ וכו' אז ס'איז סכנות נפשות ממש. זייט ביי זייט האבן זיי אבער אויך באריכטעט וועגן אן אנדערע מעשה וואס איז דאן פארגעקומען בנוגע די בחורים וואס מ'האט ארעסטירט אין יאַפּאַן פארן שמוגלען דראגס. דארט האבן זיי אראפגעלייגט ווי שטארק די עסקנים האפן צו פארהאנדלען מיט יאַפּאַן אז זיי לאָזן טראנספערירן די ארעסטאנטן קיין ישראל ווי די תפיסות זענען אסאך מער צוגעשטעלט אזוי אז זיי וועלן כאָטש קענען זיצן זייער באקוועם........

און די טוסט דו זעלבע זאך, פאר דיין טאטע וויינסט די אז די האסט נישט קיין געלט, פאר די מוסדות וויינסט די האסט נישט אויף שכר לימוד, און פאר די באנק זאגסטו אז ביסט גאר רייך.

אבער זיי נישט מגזם אויף מיר, איך געדענק נישט זאגן אז די מצה הפרנסה אין אמעריקע איז אזוי אינטערדריקט, און פליז מיש נישט נושאים דא.

אישתישבי » מיטוואך יולי 25, 2018 7:54 am

· #409787
נקודת-אמת
לא עלינו ולא עליכם,
אויף קיין שום יודיש נפש נישט געוואונטשן דארך-צו-גיין אזוינע ייסורי-ניסיון-העוני
צו דערגרייכן אזא שטאטל פון אכזריות פון א מאמע צו איהרע אייגענע קינדער
יא מארד אדער נישט מארד, אפגעהיטן זאל מען זיין.
אבער דא האב איך געזעהן א אום-קלאהרע בילד
און זיי זעהן נישט אויס צו זיין 'חרדים'
📎 3232.png
דער טאטע גייט א שווארצע העמעד און די מאמע א מאדנע טיכל
ממילא לכאורה ביידע חששות פון ידידי ר' בערל קענען אראפ גיין פון ר' בערל'ס הארץ,

ברוך השם נישט משלנו. קען די מעשה טאקע יא זיין אמת.

קורקלענד » מיטוואך יולי 25, 2018 8:35 am

· #409791
לאמיר ציטירן דיין נעכטיגע הודעה..

אישתישבי
ער זאל קענען לכל הפחות האבן א דזשאב וואס צאלט מער ווי מינומאם וועידזש, דאס קען מען נאר מיט גוטע עדיוקאציע, אז נישט ווערט ער דיין זוהן'ס מלמד, און די ווילסט עס אויך נישט.

איך האב נישט געוויסט אז מ'קען לעבן ברייט אויף די מינימאלע געהאלט..

טרויבן88 » מיטוואך יולי 25, 2018 8:51 am

· #409793
Re: די פרשה מיט די..."אם המזריקה"...!
קומזיץ
עס איז זייער אינטערסאנט ווי אזוי זי האט באקומען א בריוו פון דאקטאר אז אירע קינדער זענען דייעבעטיק , ווייל ביי א געזינטע קינד קען מען אריינשפריטצען גאר אסאך אינסולין און עס גייט גארנישט געשעהן און אפילו אויב יא איז עס נאר פאר א קורצע צייט ,
און די וועג ווי אזוי מען דיאגאנאזירט דייעביטיס איז דורך א א "a1c" דאס איז א blood test וואס געט א average וויפוהל די ציקער איז געוועהן די לעצטע דריי חדשים און נישט פון איינמאל האבן הויך אדער נידריק צוקער,
אויך בדרך כלל ווען מען ווערט דיאגאנאזירט איז די צוקער אויף גאר א הויכע שטאפל וואס געשעהן צוביסלעכווייז פון אפאר טעג אדער וואכן וואס עס שפרייזט ארויף ווייל די גוף פראדעצירט נישט קיין אינסולין און ביז מען כאפט זיך אז עפעס איז נישט אין ארדענונג איז עס שוין גאר הויעך און דאס איז נישט מעגליך עד זאל זיין ביי א געזינטע קינד ,
די גאנצע מעשה דא שטימט נישט .. חוץ אויב די דאקטאר האט מיטגעארבעט
זי האט עפעס געשטאפט די קינדער מיט ציקער אויף אַפּנאָרמאלע שטאַפּלען עפעס אזוי

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 25, 2018 9:25 am

· #409794
Re: די פרשה מיט די..."אם המזריקה"...!
א. אויב זיי זענען נישט משלנו, קען מען נישט באשולדיגען די חינוך שלנו.

ב. פארוואס דארף זי עס איינשפריצען? זאל די דאקטאר געבען די רעצעפט, און זי זאל עס נישט געבען. טאמער עס איז נאר פאר געלט, שטימט עס בכלל נישט. אפשר איז זי אזא גלויביגער אין אלטערנאטיווע מעטאדען, און מ׳האט זי איינגערעדט אז דאס איז א מהלך, ווער ווייסט? איינער מראשי האנטי וואקסערס חכמים בעיניהם אין אמעריקא פרעדיגט אז מ׳זאל דוקא נישט געבען אינסולין פאר מענטשען וואס ליידען פון צוקער. גיי ווייס.

ג. מ׳זעט נאכאמאל די מרחק צווישען די געזעץ אין אמעריקא ווי אנדערע מדינות. איידער מ׳האט קלארער באשולדיגען, דארף דער מענטש נישט ליידען. דאהי איז די זאך געפערליך, כידוע לכל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פערינא » מיטוואך יולי 25, 2018 9:31 am

· #409795
פארוואס איז עס אכזריות אויב ס'איז נישט א סכנה. אפשר איז מער אכזריות נישט צו געבן פרישע קליידער און געשמאקע נארהאפטיגע פרישטיג יעדען טאג? אפשר איז דאס געווען א בוחר הרע במעיטו?

דאס אמאל זיכער די הויעך שטעסעל וואס שטיפט צו האבן ווי מער קינדער אן קיין חשבון הנפש פון ווי צו לעבען, איז מער אכזריות

קומזיץ » מיטוואך יולי 25, 2018 10:05 am

· #409797
טרויבן88
קומזיץ
עס איז זייער אינטערסאנט ווי אזוי זי האט באקומען א בריוו פון דאקטאר אז אירע קינדער זענען דייעבעטיק , ווייל ביי א געזינטע קינד קען מען אריינשפריטצען גאר אסאך אינסולין און עס גייט גארנישט געשעהן און אפילו אויב יא איז עס נאר פאר א קורצע צייט ,
און די וועג ווי אזוי מען דיאגאנאזירט דייעביטיס איז דורך א א "a1c" דאס איז א blood test וואס געט א average וויפוהל די ציקער איז געוועהן די לעצטע דריי חדשים און נישט פון איינמאל האבן הויך אדער נידריק צוקער,
אויך בדרך כלל ווען מען ווערט דיאגאנאזירט איז די צוקער אויף גאר א הויכע שטאפל וואס געשעהן צוביסלעכווייז פון אפאר טעג אדער וואכן וואס עס שפרייזט ארויף ווייל די גוף פראדעצירט נישט קיין אינסולין און ביז מען כאפט זיך אז עפעס איז נישט אין ארדענונג איז עס שוין גאר הויעך און דאס איז נישט מעגליך עד זאל זיין ביי א געזינטע קינד ,
די גאנצע מעשה דא שטימט נישט .. חוץ אויב די דאקטאר האט מיטגעארבעט
זי האט עפעס געשטאפט די קינדער מיט ציקער אויף אַפּנאָרמאלע שטאַפּלען עפעס אזוי

ס'איז גיט פאר די קומענדיגע שעה צוויי אבער נאכדעם ווערט עס סטאבעליזירט און עס וועט קיינמאל נישט דערגרייכן די שטאפל פון א דייעבעטיק בשעת ווערן דיאגאנאזירט וואס איז בדרך כלל אויף א גאר הויכע שטאפל

סקרן » מיטוואך יולי 25, 2018 10:41 am

· #409799
אישתישבי
נקודת-אמת
לא עלינו ולא עליכם,
אויף קיין שום יודיש נפש נישט געוואונטשן דארך-צו-גיין אזוינע ייסורי-ניסיון-העוני
צו דערגרייכן אזא שטאטל פון אכזריות פון א מאמע צו איהרע אייגענע קינדער
יא מארד אדער נישט מארד, אפגעהיטן זאל מען זיין.
אבער דא האב איך געזעהן א אום-קלאהרע בילד
און זיי זעהן נישט אויס צו זיין 'חרדים'
📎 3232.png
דער טאטע גייט א שווארצע העמעד און די מאמע א מאדנע טיכל
ממילא לכאורה ביידע חששות פון ידידי ר' בערל קענען אראפ גיין פון ר' בערל'ס הארץ,

ברוך השם נישט משלנו. קען די מעשה טאקע יא זיין אמת.

??????????????????? זיי זענען אידען!!! שומו שמים מ'זענט ערליכע דערקייקעלט אויף אזא נידריגע שטאפעל
מ'הערט זיך אהן א מעשה לא עלינו וואס א אידישע פארפאלק האט געטוהן צו זייערע קינדער ס'איז שרעקליך און ס'טוט וויי די קינדער דארף מען צונעמען ביז די עלטערן באקומען די ריכטיגע לעסענס נאכאמאל
אבער ווייל ער גייט נישט קיין ווייסע העמד איז ער נישט קיין 'חרדי' 'משלנו'??
ווי איז געהערט געווארן אזאנס?

סקרן » מיטוואך יולי 25, 2018 10:43 am

· #409800
berlbalaguleh

די 2'טע זאך פון וואס איך האב מורא איז, אז די סיקריקין. די צעווילדעוועטע חיות און ליידיגגייערס וועלכע באווואוינען די חרד'ישע געגנטן אין ירושלים, וועללן האבן א גוטן תירוץ צו מאכן ראיאטן. אנצינדן גארביטש קאנטעינערס און צוברעכן טרעפיק לייטס. און זיך שלאגן מיט די פאליציי...! ארויסגעבנדיג דעם איבערפלוס פון ענערגיע וואס זיי האבן אנגעזאמלט.

די רעגירונג האט , לפענ"ד געהאנדלט זייער מענטשליך. זיי האבן גענימען א משפחה וואס זאלל זיך אפגעבן מיט די קינדער אין זייער אייגענע דירה. אזוי אז זייער לעבן זאלל נישט געשטערט ווערן...!

וואספארא גוטע תירוץ? מ'האט ארעסטירט איינעם פאר'ן עביוזן זייער קינד זיי באלאנגען אין תפיסה יעצט
מיט וועלעכע רעכטען פראטעסטירן?

אישתישבי » מיטוואך יולי 25, 2018 11:18 am

· #409802
סקרן
אישתישבי
נקודת-אמת
לא עלינו ולא עליכם,
אויף קיין שום יודיש נפש נישט געוואונטשן דארך-צו-גיין אזוינע ייסורי-ניסיון-העוני
צו דערגרייכן אזא שטאטל פון אכזריות פון א מאמע צו איהרע אייגענע קינדער
יא מארד אדער נישט מארד, אפגעהיטן זאל מען זיין.
אבער דא האב איך געזעהן א אום-קלאהרע בילד
און זיי זעהן נישט אויס צו זיין 'חרדים'
📎 3232.png
דער טאטע גייט א שווארצע העמעד און די מאמע א מאדנע טיכל
ממילא לכאורה ביידע חששות פון ידידי ר' בערל קענען אראפ גיין פון ר' בערל'ס הארץ,

ברוך השם נישט משלנו. קען די מעשה טאקע יא זיין אמת.

??????????????????? זיי זענען אידען!!! שומו שמים מ'זענט ערליכע דערקייקעלט אויף אזא נידריגע שטאפעל
מ'הערט זיך אהן א מעשה לא עלינו וואס א אידישע פארפאלק האט געטוהן צו זייערע קינדער ס'איז שרעקליך און ס'טוט וויי די קינדער דארף מען צונעמען ביז די עלטערן באקומען די ריכטיגע לעסענס נאכאמאל
אבער ווייל ער גייט נישט קיין ווייסע העמד איז ער נישט קיין 'חרדי' 'משלנו'??
ווי איז געהערט געווארן אזאנס?

סארי כ'האב געמיינט די כאפסט.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2018 11:48 am

· #409804
נקודת אמת: ייש"כ. די נייעס באריכטן פון ארץ ישראל שרייבן..."ההורים, שגרים באחת משכונות החרדיות"...זיי זאגן טאקע נישט ארויס בפירוש וואס די רעליגיעזע סטאטוס פון די עלטערן איז. אבער לפי פשוטו איז משמע אז זיי זענען ..."חרדים"... ספעציעל, ווען די באריכטן זאגן אז די משפחה האט 10 קינדער...!

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2018 11:53 am

· #409807
טרויבן88
קומזיץ
עס איז זייער אינטערסאנט ווי אזוי זי האט באקומען א בריוו פון דאקטאר אז אירע קינדער זענען דייעבעטיק , ווייל ביי א געזינטע קינד קען מען אריינשפריטצען גאר אסאך אינסולין און עס גייט גארנישט געשעהן און אפילו אויב יא איז עס נאר פאר א קורצע צייט ,
און די וועג ווי אזוי מען דיאגאנאזירט דייעביטיס איז דורך א א "a1c" דאס איז א blood test וואס געט א average וויפוהל די ציקער איז געוועהן די לעצטע דריי חדשים און נישט פון איינמאל האבן הויך אדער נידריק צוקער,
אויך בדרך כלל ווען מען ווערט דיאגאנאזירט איז די צוקער אויף גאר א הויכע שטאפל וואס געשעהן צוביסלעכווייז פון אפאר טעג אדער וואכן וואס עס שפרייזט ארויף ווייל די גוף פראדעצירט נישט קיין אינסולין און ביז מען כאפט זיך אז עפעס איז נישט אין ארדענונג איז עס שוין גאר הויעך און דאס איז נישט מעגליך עד זאל זיין ביי א געזינטע קינד ,
די גאנצע מעשה דא שטימט נישט .. חוץ אויב די דאקטאר האט מיטגעארבעט
זי האט עפעס געשטאפט די קינדער מיט ציקער אויף אַפּנאָרמאלע שטאַפּלען עפעס אזוי

טרויבן 88: כפי הנראה האט די מאמע געגעבן עפעס אן איינשפריץ (אזוי ווי די נוירסעס אין שפיטאל האבן באמערקט.) פון א קאנצענטרירטע גלוקאוז. ווייל געבן צו עסן פשוט'ע צוקער וועט נישט משנה זיין דעם נאמבער פון גלוקאוז אין בלוט ביי א געזונט קינד. אדער מענטש...!

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2018 12:05 pm

· #409808
ליטוואק פון בודאפעסט
א. אויב זיי זענען נישט משלנו, קען מען נישט באשולדיגען די חינוך שלנו.

ב. פארוואס דארף זי עס איינשפריצען? זאל די דאקטאר געבען די רעצעפט, און זי זאל עס נישט געבען. טאמער עס איז נאר פאר געלט, שטימט עס בכלל נישט. אפשר איז זי אזא גלויביגער אין אלטערנאטיווע מעטאדען, און מ׳האט זי איינגערעדט אז דאס איז א מהלך, ווער ווייסט? איינער מראשי האנטי וואקסערס חכמים בעיניהם אין אמעריקא פרעדיגט אז מ׳זאל דוקא נישט געבען אינסולין פאר מענטשען וואס ליידען פון צוקער. גיי ווייס.

ג. מ׳זעט נאכאמאל די מרחק צווישען די געזעץ אין אמעריקא ווי אנדערע מדינות. איידער מ׳האט קלארער באשולדיגען, דארף דער מענטש נישט ליידען. דאהי איז די זאך געפערליך, כידוע לכל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: דו האסט א שטארקע נקודה מיט זאגן אז אויב איהר מאטיוו איז נאר געווען געלט האט זי נישט געדארפט איינשפריצן די אינסולין פאר די קינדער. דאס מאכט מיר טאקע מסופק זיין אויב די מעשה איז אינגאנצן אזוי ווי די פאליס לייגט עס אראפ. אבער דאס אלעס וועט ארויסקומען אין א משפט. וואס מ'גייט איהר זיכער מאכן נאכדעים וואס די פרקליטות המדינה וועט אריינברענגען א כתב אישום, אן אינדייטמענט אקעגן די מאמע...!

דיי צווייטע נקודה. אז אין אמעריקע געט מען דייקא נישט אינסולין פאר דייעבעטיס ליידנדע. דאס ווענדט זיך אין מצב. פאר טייפ 1 דייעביטיס וואס קינדער ליידן פון דעם, געט מען אייביג יא אינסולין. ווייל די מקור פון די מחלה איז אז די פאנקריאס געבן נישט ארויס קיין אינסולין וואס זאלל פארדייען די צוקער. פאר טייפ 2 דייעביטיס, וואס טרעפט זיך מערסטנס ביי מידל עידזש'ד מענטשן איז די מקור פון די מחלה אז טראץ דעם וואס די פענקריעס געבן ארויס אינסולין, איז עס אדער נישט גענוג. אדער דער סיסטעם קען עס נישט נוצן. מכח ..."אינסולין רעזיסטענס"...ממילא געט מען מעדיצין וואס נעמט אוועק די רעזיסטענס. אדער סטימולירט די פענקריעס צו ארויסגעבן מער אינסולין...!

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2018 12:13 pm

· #409809
סקרן
אישתישבי
נקודת-אמת
לא עלינו ולא עליכם,
אויף קיין שום יודיש נפש נישט געוואונטשן דארך-צו-גיין אזוינע ייסורי-ניסיון-העוני
צו דערגרייכן אזא שטאטל פון אכזריות פון א מאמע צו איהרע אייגענע קינדער
יא מארד אדער נישט מארד, אפגעהיטן זאל מען זיין.
אבער דא האב איך געזעהן א אום-קלאהרע בילד
און זיי זעהן נישט אויס צו זיין 'חרדים'
📎 3232.png
דער טאטע גייט א שווארצע העמעד און די מאמע א מאדנע טיכל
ממילא לכאורה ביידע חששות פון ידידי ר' בערל קענען אראפ גיין פון ר' בערל'ס הארץ,

ברוך השם נישט משלנו. קען די מעשה טאקע יא זיין אמת.

??????????????????? זיי זענען אידען!!! שומו שמים מ'זענט ערליכע דערקייקעלט אויף אזא נידריגע שטאפעל
מ'הערט זיך אהן א מעשה לא עלינו וואס א אידישע פארפאלק האט געטוהן צו זייערע קינדער ס'איז שרעקליך און ס'טוט וויי די קינדער דארף מען צונעמען ביז די עלטערן באקומען די ריכטיגע לעסענס נאכאמאל
אבער ווייל ער גייט נישט קיין ווייסע העמד איז ער נישט קיין 'חרדי' 'משלנו'??
ווי איז געהערט געווארן אזאנס?

סקרן: איך ווילל דיר געבן צען לייקס פאר דיין תגובה. דו ביסט 100% גערעכט. נאר ס'איז ליידער געווארן אזא ריפלעקס ביי א טייל פון אונזערע מענטשן...! וויאזוי ס'זאלל נישט זיין, איז עס א מענטשליכע טראגעדיע. ה' ירחם...! נאר אין ארץ ישראל, זענען די מידיא בכלל מער סענזאציאנאל געשטימט ווי דאהי. אויסער די טאבלוידס ווי די נ.י. פאוסט און די דעילי ניוס...! דערפאר איז טאקע דא דער חוק לשון הרע . נישט געבויעט אויף די הלכות פון לשון הרע פון חפץ חיים. אבער דאך א ביסל מענטשליך. אז מ'טאר נישט מפרסם זיין א מענטשנ'ס אידענטיטי פאר ס'איז דא קלארע טשארדזשעס אקעיגן איהם...! אזוי אז דאס טוט א ביסל צוימען די סקאנדאל-הונגעריגע מידיא...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 25, 2018 12:20 pm

· #409810
Re: די פרשה מיט די..."אם המזריקה"...!
בערעל - איך זאג נישט אז אין אמעריקא גיבט מען נישט אינסולין, נאר אז צודרייטע אנטי וואקסערס זאגען אזוי. עכ"פ מיין קינדער׳ס דאקטאר האט זיך אפגערעדט צו מיר וועגען א געוויסע פיהרער פון די כת האנטי וואקסערס אז ער הייסט נישט געבען אינסולין בכלל. איי, די קינדער דארפען עס? ווייס איך נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2018 12:22 pm

· #409811
סקרן
berlbalaguleh

די 2'טע זאך פון וואס איך האב מורא איז, אז די סיקריקין. די צעווילדעוועטע חיות און ליידיגגייערס וועלכע באווואוינען די חרד'ישע געגנטן אין ירושלים, וועללן האבן א גוטן תירוץ צו מאכן ראיאטן. אנצינדן גארביטש קאנטעינערס און צוברעכן טרעפיק לייטס. און זיך שלאגן מיט די פאליציי...! ארויסגעבנדיג דעם איבערפלוס פון ענערגיע וואס זיי האבן אנגעזאמלט.

די רעגירונג האט , לפענ"ד געהאנדלט זייער מענטשליך. זיי האבן גענימען א משפחה וואס זאלל זיך אפגעבן מיט די קינדער אין זייער אייגענע דירה. אזוי אז זייער לעבן זאלל נישט געשטערט ווערן...!

וואספארא גוטע תירוץ? מ'האט ארעסטירט איינעם פאר'ן עביוזן זייער קינד זיי באלאנגען אין תפיסה יעצט
מיט וועלעכע רעכטען פראטעסטירן?

סקרן: יא. אבער דו האסט שוין מסתמא פארגעסן וואס ס'האטציך אפגעשפילט עטליכע יאר צוריק מיט די אנדערע קעיס וואס די מידיא האט אנגערופן..."אם המרעיבה"...די מאמע וועלכע האט אויסגעהונגערט איהר קינד. און זי האט אפילו ארויסגעשלעפט דעם פיעידינג טיוב פונ'ם קינד. און ער איז אייביג געבליבן אונטער זיין נארמאלע געוויכט און אנטוויקלונג. ביז די סטעף פון הדסה האספיטאל האט ארייגעלייגט א ווידיא אין דעם צימער. און זיי האבן געזעהן ווי די מאמע שלעפט ארויס דעם פיעדינג טיוב. דאס איז דאך געוען א פאל פון א פרוי וואס איז ל"ע נישט געווען געזונט. זי האט אויך געליטן אויף הויכע דייעביטיס. און ווען מ'האט זי ארעסטירט, האבן די חיות געמאכט ערנסטע ראיאטן אין מאה שערים. אמת. די פאליס האבן זיך באנומען א ביסל מיט ברוטאטליטעט. און אומסענסיטיוויטעט, לויט'ן מצב. אבער זיי האבן חרוב געמאכט די געגנט...!

סקרן » מיטוואך יולי 25, 2018 12:28 pm

· #409815

יא אז זיי גייען מאכן הפגנות איז זיכער
אבער אז זיי האבן רעכט זיכער נישט ס'איז נישט קיין תירוץ אז דעמאלטס האבן זיי פארפירט אן קיין חשבון

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2018 12:46 pm

· #409819
ליטוואק פון בודאפעסט
בערעל - איך זאג נישט אז אין אמעריקא גיבט מען נישט אינסולין, נאר אז צודרייטע אנטי וואקסערס זאגען אזוי. עכ"פ מיין קינדער׳ס דאקטאר האט זיך אפגערעדט צו מיר וועגען א געוויסע פיהרער פון די כת האנטי וואקסערס אז ער הייסט נישט געבען אינסולין בכלל. איי, די קינדער דארפען עס? ווייס איך נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: די אנטי וואקסערס, אלס גרופ זענען איינגערעדטע מענטשן. ווייל ס'איז געווען א רעפארט אין א מעדיקל זשורנאל אין ענגלאנד אז א סאך קינדער וועלכע האבן באקומען די עם. עם. אר. וואקסין זענען שפעטער דיאגנאזירט געווארן מיט אוטיזם. אבער יענע רעפארט האט זיך ארויסגעוויזן צו זיין פאלש...! ביי די גויים איז דא געוויסע סעקטעס אזוי ווי די אמיש אדער די דזשעי. וויטנעססעס, וועלכע געבן נישט קיין וואקסינאציע פאר זייערע קינדער מכח רעליגיעזע איבערצייגונג. אבער, ביי אידן איז עס כמעט נישט קיין מאטיוו...!

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 3, 2018 5:04 pm

· #410471
רבותיי: די פרשה מיט די..."אם המזריקה"... ווי די מידיא אין ארץ ישראל האט אנגערופן דעם קעיס פון די מאמע וואס האט אנגעבליך געגעבן איינשפריצונגען פון אינסולין ( א מעדיצין פאר דייעביטיס געליטענע.) כדי צו באקומען גרויסע געלטער פון דעם ביטוח לאומי (סאושל סעקיוריטי) פאר איהר משפחה. ס'זאלל הייסן אז די מאמע האט באקומען א בריעף פון א דאקטארין אין דעם שערי צדק שפיטאל. אז איהרע קינדער ליידן אויף דזשובענייל דייעביטיס. און לויט דעם האט זי באקומען פופצן הונדערט שקל א חודש...!

די מאמע פון די קינדער איז געווארן ארעסטירט. און די פרעסע איז ארויס בקול רעש גדול איבער דעם סקאנדאל. און אפילו דער קאורט האט עטליכע מאל פארלענגערט איר ארעסט. און ס'האט געהייסן אז אט אט גייט די רעגירונג ברענגען זייער אן ערנסטן אינדייטמענט אקעגן איהר. אבער ווי ס'זעהט אויס איז דער קעיס איינגעשלאפן. אדער געשטארבן. מ'הערט גארנישט. די צייטונגען און די מידיא בכלל רעדן גארנישט איבער דעם קעיס. הלא דבר הוא. ווי ס'זעהט אויס זענען די באשולדיגערס געגאנגען א ביסל צו שנעלל. מסתמא האט די פרוי און איהרע לאיערס אויפגעוויזן אז א טייל פון איהרע קינדער זענען יא קראנק. און ליידן אויף דייעביטיס. און דאס נעמען געלט איז יא געווען בארעכטיגט...!

כך הוא דרכם. אזוי איז דער (סקאנדאליעזער) מנהג פון די הונגעריגע מידיא אין ארץ ישראל. זיי כאפן זיך ארויף אויף די קלענסטע רמז פון עפעס אן עוולה וואס איז אנגעבליך באגאנגען געווארן. ספעציעל ווען ס'האנדלט זיך אין ערליכע אידן. און זיי צובלאזן עס בקול רעש גדול. און נאכדעם לאזט זיך עס אויס מיט גארנישט...! די מידיא האבן געזאגט כהאי לישנא...אישה אחת שגרה באחת השכונות החרדיות...! שוין אפגעסטעמפלט . מיט א רמז צו וועלכע קהילה די משפחה געהער... ווייל קיין פרייע קיבוצ'ניקעס אדער רוסישע אימיגראנטן וואוינען נישט אין מאה שערים אדער גאולה...!

נאך א מזל אז ס'זענען דא געזעצן וואס הייסט ..."חוק לשון הרע"... אז מ'טאר נישט מפרסם זיין דעם נאמען און א פיקטשער פון א מענטש וועם די פאליציי האט ארעסטירט. אבער מ'האט איהם נאכנישט אפיציעל אנגעקלאגט...! אזוי ארום האט די מידיא נישט געמעגט ארויסשרייבן דעם נאמען אדער ברענגען א בילד פון די פרוי אדער די משפחה...!

לאמיר זעהן וואס ס'גייט זיין ווייטער...ימים ידברו...!