☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור

וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור

82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12463
בלאט: 1 2

קטלא קניא » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2018 6:36 pm

· #418166
אז מארגן אינדערפרי קומט איר אן אין שול און איר זעט צוויי מלמדים מיט זויערע פנימ'ער ווי דער שר המשקים און דער שר האופים זאלט איר לויפן זיי פותר חלום זיין. ביידע האבן זיי באקומען א ותינוק'ל אויפן פאסט און ביידע זענען נעבעך דערשראקן איבער וואס זיי האבן אנדעקט און צוטומעלט וואס ווייטער צו טון. איז זאגט זיי אזוי: טאמער נעמט איר טרויבן געשוואלן מיט אוצרות אין איר גיט א קוועטש וועט פון זיי פליסן רייכער וויין און איר וועט האבן א קיום בבית המלך, אבער טאמער נעמט איר אייערע אוצרות און איר שטעלט זיך אוועק ווי א נאר און לאזט אנדערע זאלן עס פארלענדן וועט זיין א ביטערער סוף‎
📎 2018-12-06.png

קטלא קניא » פרייטאג דעצעמבער 7, 2018 8:03 am

· #418187
היינט איז ממש א צודרייטער טאג. הלל אינדערפרי מיט קריאת התורה, דערנאך לויפן, קויפן חלות און דאונאטס און געדענקן וואס מען האט אנגעזאגט וויפל דזעם און וועלכער דזעם, וויפל קאסטערד און וויפל קליינע און וויפל גרויסע, וויפל פארווע און און וויפל מילכיגע און אז די מילכיגע זאלן חלילה אפילו נישט שמייכלען צו די פארווע. דערנאך זיך שערן נאך ווארטן ווען מ'זיצט אויף שפילקעס ווייל עפעס א היימישער 'גוי' דארף זיין בארד פיר עקעדיג און זיין גענאק רינדעכיג. און מ'דארף דאך לויפן אין מקווה אויך וואו ס'איז א פארקער סכנת נפשות און בלי שום גוזמא באמפער טו באמפער. און אוי וויי וואס וועט זיין מיט אריינכאפן א פריער מנחה ווי ערב יום כיפור און ערב תשעה באב? רבונו של עולם מען דארף דאך צוגרייטן די ליכט אויך. געוואלד מ'האלט שוין ביי זעקס און ערשט איז דער תרומת הדשן פון די נעכטיגע פינף און דא שפריצט אייל אויפן פרישן ווייסן העמד און אש אויפן פרישער געשליפענער פאדלעגע, והבעלהבית'טע צועקת, און דער זייגער לויפט, און מ'דארף נאך אנשטעלן דער וואסער און אונווארעמען די לאטקעס און און און און...

און אויף להכעיס האט מען דאס אלעס צוגעשטעלט פונקט אויף דער קורצטער פרייטיג און דער פריערסטער שבת. פרשת חוקת וואלט עפעס אזוי שלעכט געווען? אבער ניין, דווקא ווען די שקיעה איז כמעט צען מינוט נאך חצות דעמאלסט האט מען דאס אלעס אריינגעריקט. און דערנאך שטעלן זיי אן א פאר קעלבענע אויגן און מאכן זיך תמ'וואטע און פרעגן, מאי חנוכה? זיי ווייסן גארנישט וואס דאס איז. קומט צו מיר אהיים און גיט א לעק אביסל קרעם און לאזט איבער א פינגער סימן אויפן פרישער געוואשענער פריזידער וועט איר שוין האבן צו הערן, מאי חנוכה.

ווען א גוי זאל דאס ערפינדן וואלט מען ביי זיין נאמען געקלאפט ווי ביי המן אבער מיר זאגן אשרי העם שככה לו און קבעום בהלל והודיה.

יעצט נעמט אריין א טיפן אטעם און פארגעסט נישט א ותינוק סיי פאר זיך און אויך צו נאמינירן איינס פארן מחנך. ערשט דעמאלט וועט איר ריכטיג פארשטיין מאי חנוכה, און וואס דאס הייסט כשנכנסו יוונים להיכל, און וואס איז טייטש וטמאו כל השמנים, און סארא פנים ס'האט חתום בחותמו של כהן גדול אז ס'ברענט קוים אויף א טאג. מאכט נאר אויף א ותינוק, פארגעסט פון אלעס און אייערע אויגן וועלן ווערן אויפגעלאכטן.

א גוטן שבת און חודש און א פרייליכן חנוכה!
📎 2018-12-06.png

או אינו » זונטאג דעצעמבער 9, 2018 1:58 am

· #418240
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
די מצב כהיום פארלאנגט איר זאלט דאס פארשפרייטען אומזיסט. דאס איז ווי לופט צים אטעמען.

קטלא קניא » זונטאג דעצעמבער 9, 2018 8:20 am

· #418257
או אינו
די מצב כהיום פארלאנגט איר זאלט דאס פארשפרייטען אומזיסט. דאס איז ווי לופט צים אטעמען.


איך בין מיט אייך אינגאנצן מסכים און אז איינער וויל זיך אנטארגן מפיץ צו זיין בחנם קען ער עס האבן במחיר הקרן. אין צוגאב צו די הוצאות דארף מען אויך א מיטל וויאזי עס צו פארשפרייטן אויף א גרויסער פארנעם. פאסט איז צו טייער און ווי איר פארשטייט אליין וועלן עס היימישע געשעפטן נישט אריין נעמען.

קטלא קניא » זונטאג דעצעמבער 9, 2018 11:11 am

· #418269
צום זיבעטער ליכטל הקם לנו רועים שבעה.

נאמינירט א מחנך, מלמד, מנהל, במקום, משגיח, מגיד שיעור, שואל ומשיב, נושא ונותן און וואס זאל נאר זיין. זאלן זיך ביי זיי אויפוועקן אזויפיל קשיות ווי זיי האבן געזאגט פאר זייערע תלמידים תירוצים אויפן בית יוספ'ס קשיא.

די תירוצים דא קומען נישט אזוי לייכט אבער אף על פי כן, כבתה זקוק לה. לאמיר זיך ווידער אנצינדן והיה בית יעקב אש ובית יוסף להבה.
📎 2018-12-06.png

או אינו » זונטאג דעצעמבער 9, 2018 11:18 am

· #418270
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
קטלא קניא
או אינו
די מצב כהיום פארלאנגט איר זאלט דאס פארשפרייטען אומזיסט. דאס איז ווי לופט צים אטעמען.


איך בין מיט אייך אינגאנצן מסכים און אז איינער וויל זיך אנטארגן מפיץ צו זיין בחנם קען ער עס האבן במחיר הקרן. אין צוגאב צו די הוצאות דארף מען אויך א מיטל וויאזי עס צו פארשפרייטן אויף א גרויסער פארנעם. פאסט איז צו טייער און ווי איר פארשטייט אליין וועלן עס היימישע געשעפטן נישט אריין נעמען.
זענען פארהאן דיגיטל קאפיס ? אויב קאסט איז הפצה איז דאס די מהלך.

קטלא קניא » זונטאג דעצעמבער 9, 2018 11:31 am

· #418271
או אינו
קטלא קניא
או אינו
די מצב כהיום פארלאנגט איר זאלט דאס פארשפרייטען אומזיסט. דאס איז ווי לופט צים אטעמען.


איך בין מיט אייך אינגאנצן מסכים און אז איינער וויל זיך אנטארגן מפיץ צו זיין בחנם קען ער עס האבן במחיר הקרן. אין צוגאב צו די הוצאות דארף מען אויך א מיטל וויאזי עס צו פארשפרייטן אויף א גרויסער פארנעם. פאסט איז צו טייער און ווי איר פארשטייט אליין וועלן עס היימישע געשעפטן נישט אריין נעמען.
זענען פארהאן דיגיטל קאפיס ? אויב קאסט איז הפצה איז דאס די מהלך.


מיין זארג איז אז דיגיטאל לייענט מען נישט, מען בליקט נאר. אויך איז א פיזישער בוך נייטיג פאר אונזער עולם פאר שבת און יו"ט ווען ס'איז דא מער צייט. איך זאג נישט איך בין גערעכט נאר דאס זענען מיינע חששות און געפילן.

או אינו » זונטאג דעצעמבער 9, 2018 12:03 pm

· #418278
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
אייער געפיל דערציילט עפעס מער ווי דא געשריבען. 40% וועט דאס לייענען אויף די כלי. 30% וועט פרינטען ואין כאן אלא חששא בעלמא. אויב איז געלט וואס פארנעמט פלאץ פארשטיי איך דעם נסיון אבער ווי מעג מען מפקיר זיין דורות עד כי יבא אליהו?

חסיד פון ליטא » זונטאג דעצעמבער 9, 2018 2:00 pm

· #418285
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
או אינו
אייער געפיל דערציילט עפעס מער ווי דא געשריבען. 40% וועט דאס לייענען אויף די כלי. 30% וועט פרינטען ואין כאן אלא חששא בעלמא. אויב איז געלט וואס פארנעמט פלאץ פארשטיי איך דעם נסיון אבער ווי מעג מען מפקיר זיין דורות עד כי יבא אליהו?
מיינסט אודאי 4% מיט 3%.

או אינו » זונטאג דעצעמבער 9, 2018 2:05 pm

· #418286
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
מהיכי תיתי? גדר אין משומר אין די אנדערע רודפים בלאקירען נישט pdf

חסיד פון ליטא » זונטאג דעצעמבער 9, 2018 2:09 pm

· #418287
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
או אינו
מהיכי תיתי? גדר אין משומר אין די אנדערע רודפים בלאקירען נישט pdf
וועלכער ציוויליזירטע באשעפענעיש האט א פאוקעס ספען פון איבער דריי מינוט אויפן כלי?

ארויספרינטען אזא בוך איז א כאזעריי. נישט קיין בוך און נישט קיין גיליון.

או אינו » זונטאג דעצעמבער 9, 2018 2:12 pm

· #418288
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
מהיכי תיתי

חסיד פון ליטא » זונטאג דעצעמבער 9, 2018 2:18 pm

· #418290
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
או אינו
מהיכי תיתי
פונעם כלי זעלבסט.
גוגל וויפול די עוורעדש אטענטשן ספען איז אויפן כלי.
זיי גיבן דיר ווינציגער ווי צוועלף סעקונדען.

או אינו » זונטאג דעצעמבער 9, 2018 2:20 pm

· #418291
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
מיט דעם אלעם ביזטי אויפען כלי 5 שעה א טאג. דאס זיסקייט פינעם תינוק וועט אייך האלטען געשפאנט מיטן ותינוק

חסיד פון ליטא » זונטאג דעצעמבער 9, 2018 2:23 pm

· #418292
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
או אינו
מיט דעם אלעם ביזטי אויפען כלי 5 שעה א טאג. דאס זיסקייט פינעם תינוק וועט אייך האלטען געשפאנט מיטן ותינוק
פיר שעה מיט א דריי פערטל איז סאושעל מידיע מיט ביזנעס טשאט, די איבעריגע פופצן מינוט איז שנעלע סקראולס פון ידיעה'לעך.

קטלא קניא » מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 12:23 pm

· #418383
פתח לנו שער בעת נעילת שער. ר' @יאסל ראקאווער רעדט שוין גאנץ חנוכה צו אונזערע מחנכים (גארנישט מזוייף וד"ל) אבער יעדער גוטער זאך מוז האבן א סוף. חנוכה קומט שוין אויך באלד צו אן ענדע.

מ'האט שוין געפאנטשקעט און געלאטקעט, געדריידלט און געקארטנט, גע'הלל'ט און גע'ולזבח השלמימ'ט ועדיין לא נושענו. קינדער וועם דער חדר האט אהיימגעשיקט פרי אבער די עלטערן האבן מיט זיי נישט וואס צו טון האבן נישט אויפגעהערט קלאפן אויף די טירן. קינדער הצריכים לאמם האבן זיך געדרייט אויף די גאסן ביי נאכט אונטער דער איבערזוכט פון א קינד אפשר מיט א יאר עלטער. מען שיקט קינדער צאמנעמען געלט אן א חשבון און אן א צוועק, אדער פונקט אויפן אופן ווי זיי וועלן אי"ה צאמנעמען אין יארן ארום פאר הכנסת כלה. צו דעם צילט דאך אונזער חינוך סיסטעם איז פארוואס טאקע נישט? און אז א קינד וועט פארלוירן ווערן האבן מיר דאך דערצו שומרים. כאטש אויף עפעס טויג אונזער סיסטעם. והראיה אז בלויז גמרא קעפ מיט זייערע קריטישע טראכטן זענען מקדים רפואה למכה פון אהערשטעלן אן ארגאניזאציע צו זוכן פארלוירענע קינדער און כדי ס'זאל האבן א קיום מוז דאך דערצו אמאל א קינד נעלם ווערן.

ווייטער די עלטערן זיי האבן געפארטיט כאשר צוה ה' את משה. בקר שנים, אילים חמשה, עתודים חמשה, כבשים בני שנה חמשה און וויפל נעגל ס'זענען דא אויפן דאך אזויפל נעכט איז מען געווען אויפן וואך.

געזונטערהייט, אבער וואס איז מיט די קינדער? וויאזוי קענען מיר פארבעסערן אונזער סיסטעם אז אונזער גאנצער צוגאנג צו קינדער איז אזוי פרימיטיוו? די פאר שעה וואס זיי באקומען פריי, נישט קעמפ, נישט נסיעות, נישט ל"ג בעומר פייער, נישט שול, נישט מתמידים, נישט פסח רוימען, נישט משלוח מנות. גארנישט אויסער אביסל פרייע צייט צו פארברענגן און באלד שיקט מען זיי ארויס אדער זיי אנטלויפן אליין. אז דאס איז אונזער אייגענער מהלך פארוואס זאלן די מוסדות טון עפעס בעסער? פארקערט מען דארף זיי מכיר טובה זיין אז זיי האלטן די קינדער רוב צייט. און איבער לערנען? וויפל דארף מען שוין קענען אויף צו קלאפן אויף טירן? חשבון זיכער נישט ווייל קיין שום בת קול קומט נישט שרייען ואת האלף.

שוין גענוג. אפשר איז ביי מיר פאוסט-חנוכה בלוז, נאר, עולם, שיקט אריין צו א מחנך א קונטרס ווייל עס איז כלו כל הקיצין און עס האט נישט קיין שום זינען. צי מיין תקנה איז א גוטע קען מען דעבאטירן אבער די פראבלעמען שטיין אונז פאר די אויגן. ס'איז נישט אז מען זעט נישט נאר מען דרייט זיך דערפון אוועק. שיקט עס אריין צו א מחנך און לאז ער נישט חלומ'ן אז מיר ווייסן נישט וואס דא טוט זיך. כאטש א התחלה וועט עס זיין ואי אתה בן חורין להפטר הימנה.

א פרייליכן זאת חנוכה אויף דאס ביסל וואס איז נאך געבליבן.
📎 2018-12-06.png

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 10:39 pm

· #418432

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 10:54 pm

· #418434
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
מ׳גייט נאך געלט אויסצוהאלטן די שומרים ארגאניזאציע. וואס פארשטייט מען נישט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

או אינו » מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 11:16 pm

· #418435
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
צוריק צים נושא. איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי קטליא האלט זיך צוריק פין פארשפרייטען א דיגיטאל קאפי. ווי מעג אפאר דאללער זיין ט צוריקהאלט פין ראטווען דורות?

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 11:32 pm

· #418436
לאז שוין קטלא'ן געמאך און זיי נישט קיין תינוק (תינוק'ל אויף קטלאיש)
אז קטלא שרייבט א ספר זאל ערעס פארשפרייט ווען און וויאזוי ער פארשטייט פאר ריכטיג
אז איר וועט שרייבען א ספר זאלט איר טוהן ווי איהר פארשטייט

או אינו » מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 11:57 pm

· #418439
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
א חכם איז יהב חכמתא לחכמים.אין דאס זעלבסט איז זיין באצאלונג.

יאסל ראקאווער » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 10:30 am

· #418650
האבן מיר ארויס געשיקט עטליכע צוואנציג שטיק. ביטע אנטשולדיגן פאר די וואס האבן געבעטן צו שיקן קיין קאנאדע. איך האב עס נישט געהאט קיין צייט מסדר צו זיין.

קטלא קניא » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:17 pm

· #418709
יישר כוחכם, ר' יאסל, וכה לחי פאר אריינברנעגען דער אור הגנוז אין איבער צוויי מנינים מחנכים. א פאר הונדערט קינדער לכל הפחות וועלן דערפון געניסן און ווער ווייסט צי צווישן זיי האט איר נישט עפעס איינגעזייט וואס וועט וואקסן לאילנא רברבא.

עולם, גיט ר' יאסל א לייק פאר זיין א נאה דורש נאה מקיים. דאס איז זיין אידעי וואס ער האט באלד אויסגעפירט למעשה. ירבו כמותך בישראל!

שטאפענע קאפעליטש » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 1:02 am

· #418774
קטלא, איי לאוו יו לייק עי בראו.
באט פליז, סטאפ טריפן.
דu ווייסט גאנץ גוט אז פון די 20 מחנכים גייען אפשר צוויי אדער דריי זעהן די צווייטע בלאט אינעם קונטרס.

ס׳גייט פליען אין מיסט קאסטען שנעלער ווי דו בלינקסט א אויג
גארנישט אנדערש ווי מיר און דו טוען מיט קרעדיט קארד אפפערס.

באמת, כ'מיין גארנישט נעגעטיוו, מיר קענסטו פארהערן ס'קונטרס בעסער ווי אשרי יושבי. באט פליז קריך אראפ.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:49 am

· #418789
אז שטאפענע קאפעליטש האט זיך אפגעווישט פון שטויב און צוריקגעקומען עפעס שרייבן (אונטער די ניק) איז שוין א תועלת

קטלא קניא » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:03 am

· #418793
שטאפענע, איי לאוו יו טו באט דער טו ביליוו.

רוב מחנכים זוכן און ווילן פארבעסערן דער מצב פאר די קינדער נאר זיי ווייסן נישט וויאזוי. מ'דארף נאר לייענען די חינוך רובריקס און בלעטער צו זען ווי זיי זענען מגשש כעוורים באפילה. קאנצעפטן מיט סברות און טערמינען גיסן זיך ביי זיי ווי מים שאין להם סוף ווען ס'פעלט די פשוט'סטע זאכן ווי א געהעריגע שולע טאג. איך האב נישט פון וואו אראפצוקריכן און איך גלייב אז מיט שרייבן, רעדן און טראכטן קען מען אויפטן ומובטחני אז פון די צוואנציג זענען דא א חלק ניכר וואס וועלן עס דורכלייענען און דורכטראכטן.

אז מ'וועט מיך שמייסן אויף יענער וועלט פאר וועלן עפעס בעסער און גלייבן אז מיט רצון קען מען ברענגן א טויש וועל איך עס מקבל זיין באהבה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:18 am

· #418796
סתם אזוי, די ראיה פון שטאפענע הוט גייט ממש פארקערט.

קאמפאניס וואס מאכען מיליארדען דאללארען שטאפען אונזער פאסט קעסטל מיט קרעדיט קארד אפפערס. ווייזט זיך אויס אז עס לוינט זיך זיי. ס'רוב ווארפט מען ארויס, און דער איינער וואס נישט, איז שוין ווערד פאר זיי.

וכ"ה בקונטרסינו. ווען איין מחנך ליינט עס ריכטיג און שמועסט מארגן איבער'ן קאווע דערוועגן, וועלן די אלע וואס האבן עס ארויסגעווארפן אין מיסט זיך דערמאנין אז עס האט עקזיסטירט.

טויש נעמט צייט.

יוחנן » זונטאג מאי 31, 2020 3:45 am

· #449903
קיינמאל צו שפעט. אנגעקומען צו האבן דורכגעליינט א חלק ביכל דעם יו״ט, א געוואלדיגע דורכדרינגליכע ארבעט און א געשמאק צו ליינען הן מצד די בלויזע הנאה פון ליינען קטלא׳ן נישט קיין חילוק איבער וועלכע נושא, און הן מצד די מאסיווע ארבעט וואס ליגט אינעם ביכל. ווען מ׳וועט בעזר השם האבן מער צייט האף מיר אבצושרייבן א שטיקל רעזענציע און אויף דערווייל שכח הרב קטלא כה לחי

פאליטיקאנט » זונטאג מאי 31, 2020 6:35 am

· #449908
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
דאס בוך האב איך שוין געליינט א יאר אהאלב צוריק, אבער די אשכול האב איך הערשט יעצט דורכגעליינט.

@מיימון ברענגט ארויס א שטארקע נקודה וואס איז נישט געווארן אויסגעשמועסט, עס איז סאך גרינגער און פראקטישער אנצוהייבן מיט א ישיבה גדולה און זיך דערנאך ריקן אויף צוריקצווועגס צו א ישיבה קטנה און א חדר.... (אדער פאראויס, אז די תלמידים וועלן שיקן זייערע קינדער נאכן חתונה....)

פשוט ווייל ישיבות עפענען זיך מילא ווי וואסער, און מ'קען אנהייבן א ישיבה מיט א קליינע צאל בחורים, אויכעט זענען בחורים שוין ערוואקסן און עס זענען דא א שיינע צאל וועלכע וועלן דווקא וועלן לערנען אין אזא ישיבה (אדער איז דא א חלק וואס ווערט סתם אזוי נישט אנגענומען אין אנדערע ישיבות) חבר מביא חבר.....
די פירות וועלן זיך אנזען אסאך שנעלער (אין בלויז עטליכע יאר).
די קאסטן איז ווייניגער אויף אנצוהייבן און עס איז גרינגער זיך צו פארברייטערן שנעל.
א ישיבה קען ווערן געעפנט דורך יחידים ממש.

און אלס די חלק פון חינוך מיין איך אז אויב וועט מען האבן א גוטע ישיבה סיסטעם וועט מען צוקומען צו די געווינטשענע תוצאה (נישט אז די חדר וועט ווײטער זיין א פארלוסט, אבער אויף למעשה וועט א גוטע ישיבה סיסטעם על דרך קטלא פארהיילן רוב מוחלט פונעם שאדן - עכ"פ אויף אנצוהייבן איז זיכער גוט).


(אפי' א חבורה פאר די עלטערע בחורים ביינאכט קען גאר אסאך אויפטון)

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 25, 2021 11:56 am

· #467562
דער פסיכאלאג און פילאזאף דר. דזשאן דוּאיִ האט געהאט געשריבן אז ״דעמאקראטיע און דאס איין עטישע אידעאל פונעם מענטשהייט זענען, צו מיין מיינונג, איינס און דאס זעלבע.״ דאס איז ווייל ער האט געהאלטן אז דעמאקראטיע איז ברייטער ווי סתם א מהלך פון רעגירונג - דאס איז א מהלך אין צאמארבעט אין יעדעס סארט אונטערנעמונג וואס אנבאלאנגט מער ווי איין אינדיווידואל פאר זיך; ווען ס׳איז א גרופע. ועכ״כ אז מ׳זעהט דאס אפילו ביי בע״ח, וואו יעדעס אינדיווידואל ברענגט זיין/איר ספעציפישע יכולת אויף כדי צו עררייכן א תכלית הנרצה. עס איז א סימבּיאָסיס.

וממילא איז דאס געגאנגען אין איינקלאנג מיט זיין שטארק שטופן פאר בעסערע עדוּקעישאן און מהלכים דערין, כדי די אינדיווידואל זאל קענען עררייכן זיין/איר פולן פּאטענציאל און דאדורך צוגעבן אין פולסטן צום געזעלשאפט און צו אט דעם העכסטן עטישן אידעאל פון דעמאקראטיע. ‏@קטלא קניא רירט אן אויף די געדאנק אין די הקדמה.

בן-עולם-הבא » פרייטאג פעברואר 26, 2021 4:12 am

· #467570
דורות לאנג איז מען געווען פארצוימט. ס'האט זיך דערמעגלעכט זיך אפהיטן פון אלדעס בייז. אין די לעצטע 20 יאר האבן זיך די מויערן צעפאלן און גייט שרייט, חי וקיים.

בונה של טוב » מוצ"ש פעברואר 27, 2021 8:38 pm

· #467573
בן-עולם-הבא
דורות לאנג איז מען געווען פארצוימט. ס'האט זיך דערמעגלעכט זיך אפהיטן פון אלדעס בייז. אין די לעצטע 20 יאר האבן זיך די מויערן צעפאלן און גייט שרייט, חי וקיים.


דאס איז וואס מען האט אונז איינגעבּאקן... און מיר האבן אלס אפגעקויפט תמימות׳דיג אָן צו האבן אפילו אן אהנונג וועגן די אלע זאכן וואס מען באהאלט פון אונז
ביים בעלזער רבין׳ס פסח טיש האבן די יונגווארג - אריינגעווארפן שטיקלעך ברויט אין זיין זופ...
אין אלע דורות האבן די צוימען נישט קיין סך געהאלפן: דער הייליגער ריזשינער׳ס זון איז געלאפן צום שמד
דער באר מים חיים׳ס זון- דער איידעם ביים אפּטער רב איז ארויס לתרבות רע
דער בעל התניא׳ס זון,ועוד ועוד די ליסטע איז לאנג
תמצית הדברים דו קענסט נישט איינצוימען דיינע קינדער, די איינציגע זאך וואס דו קענסט טון איז איבערגעבן אזא ליבשאפט צו אידישקייט אז ס׳זאל זיך זיי נישט וועלן אפרייסן דערפון.
מיר קענען נישט קאנטראלירן קיינעם אפילו ווען ס׳דאכט זיך פאר א וויילע אז ס׳איז געלונגען. דאס אייציגסטע וואס מיר קענען יא קאנטראלירן איז די ראלע וואס מיר אליין שפילן אין געבן אונזערע קינדער א טעם אין אידישקייט וואס איז נישט ביטער נאר זיס ווי האניג. ווי דער פסוק זאגט דרכיה דרכי נועם
בלאט: 1 2