☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #12462

אשכול אן א טיטל #12462

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12462

— » מאנטאג יולי 23, 2018 3:24 pm

· #409594

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

יעקב מענטש » מאנטאג יולי 23, 2018 3:37 pm

· #409597
געוואגטער עט היס בעסט

יין שרף » מאנטאג יולי 23, 2018 3:44 pm

· #409598
😂 😂 😂 די לייק איז פארן גארנישט מגזים זיין.. אזוי זעהן אויס די "יעשיבישע קארס"..

נאר כדי לעורר בני ישראל
[ציטאט אראפגענומען]

מנהג ישראל תורה, אז נאר פאר די קאר קומט אן שטעקט מען ארויס די אגודל, אבער איינס עס פארט אריבער, שטעקט מען ארויס די מיטעלסטע מלוא קומתו..

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 23, 2018 8:10 pm

· #409622
הערליך אראפ געלייגט! היא תהלתינו ותפארתינו. וועסט מיר קומען געבען א מתנה פון א 2019 יוקאן, וועל איך עס גלייך אפזאגען! (פראביר נאר, ביטע) אזוי לעבט מען באנונז.

נאר מעורר צו זיין אז א מאנסי קאר, מיט א דרייווער מיט א קראכע קריעת י"ס הוט, פאות ארום די אויער, א דאפעלט געברוסטעטע רעקעל, דריי גמ"ח פענס אין די העמד טאש, י"ד שלזינגר טעיפ אין די טעיפ דעק, וואס איז צוזאמען געהאלטען דורך סקאטש טעיפ, שטריק, תפלות און א רזיאל המלאך, זעט אויס גאנץ ענליך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 23, 2018 8:17 pm

· #409623
[ציטאט אראפגענומען]

ריכטיג: און דו מיינסט אז אויף יענע וועלט וועט ער (דער בעל מכניס אורח) פארן מיט אן עסקעלעיד וואס איז שיין , ניעט צוזאמגענימען. דארט וועט אויכעט זיין די ליידיגע רעפפערס פן די מילעך טשאקאלאד מיט'ן השגחה פונ'ם לעיקוואוד'ער ביד"ץ. און די ליידיגע קאנטעינערס פון די לעיקוואוד אראנדזש דזשוס...!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 23, 2018 8:54 pm

· #409632
ליטוואק פון בודאפעסט
וועסט מיר קומען געבען א מתנה פון א 2019 יוקאן, וועל איך עס גלייך אפזאגען!

איך זעה עס נישט אלץ א מעלה, אפשר גאר פארקערט.

קומזיץ » מאנטאג יולי 23, 2018 10:16 pm

· #409651
זייער גיט ארויסגעברענגט מיט אלע פארבן. איין זאך דארפסטו נאך דערציילען
"די ישיבישע פארקינג" מ''נעמט אויף צוויי לענס אביסל שיף אויף רעכטס ,
מער ארויפציר ווי די קאר נעקסט צו דיר אזוי עס זאל זיין שווער אריבער צו פארן
אז מיאגט זיך בלייבן אלע פענסטערס אפען.. זיי ממשיך....

לבי ובשרי » מאנטאג יולי 23, 2018 10:29 pm

· #409653
וויפיל וואונדלען איז געווען בסך הכל אינעם קאר?...

יין שרף » מאנטאג יולי 23, 2018 10:29 pm

· #409654
קומזיץ
זייער גיט ארויסגעברענגט מיט אלע פארבן. איין זאך דארפסטו נאך דערציילען
"די ישיבישע פארקינג" מ''נעמט אויף צוויי לענס אביסל שיף אויף רעכטס ,
מער ארויפציר ווי די קאר נעקסט צו דיר אזוי עס זאל זיין שווער אריבער צו פארן
אז מיאגט זיך בלייבן אלע פענסטערס אפען.. זיי ממשיך....

דאס איז פשוט ווייל ביי זיי דרייוון די פרויען..

קומזיץ » מאנטאג יולי 23, 2018 10:49 pm

· #409659
יין שרף
קומזיץ
זייער גיט ארויסגעברענגט מיט אלע פארבן. איין זאך דארפסטו נאך דערציילען
"די ישיבישע פארקינג" מ''נעמט אויף צוויי לענס אביסל שיף אויף רעכטס ,
מער ארויפציר ווי די קאר נעקסט צו דיר אזוי עס זאל זיין שווער אריבער צו פארן
אז מיאגט זיך בלייבן אלע פענסטערס אפען.. זיי ממשיך....

דאס איז פשוט ווייל ביי זיי דרייוון די פרויען..


די מענער זענען אויך אזוי ס'איז א ענין אפשר ווייל עס מאכט אויסזעהן ווי א עילושע קאפ אז מ'איז פארטראכט און מ'קען נישט קאנצעטרירען אויף קלייניקייטען
אדער איז עס א חלק פון די קאר סוטמאכע ווייל די שפיגלעך זענען נישט אויפן פלאטץ

בן ישי » מאנטאג יולי 23, 2018 10:55 pm

· #409662
נאך אלע מעשיות וועלן די קארס זיך אייביג אפשטעלן און געבן א היטש.
יא אמאל וועט א שיינע יוד אויך זיך אפשטעלן אבער די חברה וועלן זיך אייביג אפשטעלן און זיי וועלן נאך פארן ארויס פון וועג כדי צו טוהן די גאנצע מצוה בשלימות (ווייל אז מ'האט פון הימל צוגעפירט איז א סימן...און המתחיל במצוה...) און דיך גאר באדאנקען פארן זיי מזכה זיין מיט אזויפיל מצוות ווי הכנסת אורחים, עזוב תעזוב, און נאך...
אגב האסטי פארגעסן צו שרייבן איבער דעם גריצעלדיגן שיעור וואס ער האלט אינמיטן הערן וואס מ'קען נישט הערן קיין איין ווארט צוליב די געשרייען פון די קינדער...און די צענדליגע סידיס (צו טעיפס גאר) פון דרשות וואס וואלגערען זיך ארום איבעראל

נקודת-אמת » דינסטאג יולי 24, 2018 8:15 am

· #409675
קומזיץ
איין זאך דארפסטו נאך דערציילען
"די ישיבישע פארקינג"

געהערט האב איך א זיסע מעשה'לע, וועגן א יודעלע וואס האט געהאט די זכיה צו וואוינען ממש אנטקעגן איבער דעם ביהמ"ד המרכזי B.M.G. בעיר ואם בישראל לעייקוואד יצ"ו,
דער יודעלע האט געהאט א גרויסן פראבלעם, יעדן טאג אינדערפרי נעמט ער מיט זיין קאר זיינע קינדערלעך אין די חדר/סקוהל,
און ווען ער קומט צוריק, ממש טעגליך, איז שוין פארכאפט געווארן זיין אייגענע דריוו-וועי דארך איינער פון די פולע לומדים ת"ח
וואס מן הסתם מדין 'יתלה-בביטול-תורה', האט ער מחליט געוועזן מקיל צו זיין אין איסור גזל.
נאך א לענגערע תקופה וואס איז אזוי פארגעגיינגען, האט אונזער ישיבה-שכן מחליט געוועהן אז ער וועט מאכן א סוף צו דעם.
און ער האט צוגעגרייט א גרויסן סיין, און מיט קידוש-לבנה אותיות געשריבן דערויף: "פרייוועט פארקינג, פארבאטן צו פארקן דא סיי ווען"
אבער אזוי-ווי אין אנפאנג האט ממשיך געוועהן, און דער סיין האט גארניקס געהאלפן, טעגליך האט ער זיך געדארפט מוטשען צו טרעפן אן אנדערע ווייטע פלאץ פון שטוב...
האט ער באשטעטיגט צו גיין א טראפעלע שארפער און ער האט אויפגעהענגט א פרישע נוסח פון א סיין:
"החונה כאן עובר בגזל גמור מדאורייתא ומדרבנן"
אבער כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשנייה, און טעגליך פלעגן מענטשן עם צו נעמען זיין אייגענע פארקינג.
בצר לו, האט ער זיך געוואנדן צו אן אלטן ידיד, א חכם מחוכם, און זיך גע'שואל-עצה'ט ביי עם וואס ער קען טאהן דא,
האט עם דער חבר געזאגט, מיט איין ווארט וועט איהר קענען טוישן דאס גאנצער עניין.
לייג צו דאס ווארט "ספק" והכל על מקומו יבוא בשלום.
אויף-צו-מארגנ'ס האט געהאנגען דארטן א סיין וואס איז געשטאנען דערויף בזה"ל:
"החונה במקום זה עובר בספק גזל"
ווי באקאנט מ'דארף ניט א-מאהל צו-לייגן אז והך-קאווע, פון יענטס-מאהל-אהן און ווייטער, קיין-איינער האט זיך ניט דערוואגט אריינצוגיין אין דער געפערליכן חשש
והכל על מקומו בא בשלום

ועוד רבות יש לי להאריך בביאור עניין זה אך בינתיים די בהערה זו

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 24, 2018 9:09 am

· #409676
נקודת-אמת, אוי ביסטו גוט. דאס איז ממש אויפ׳ן פינטעל.

מעשה שהיה אין כולל, וואס איינער האט געוואלט טשעפען א צווייטען. עס איז געווען ערגעץ נאך חנוכה און איינער האט געברענגט מזונות שיריים פון א קידוש צום קאוועשטיבעל. האט אחיהם איינער געפרעגט ׳דאס איז ישן?׳
האט יענער לץ גע׳ענטפערט ׳ספק ישן׳.

פארשטייט זיך די מזונות איז געבליבען דארט אומבארירט.

בד"וו, טאמער איך וועל האבען צייט, וועל איך ברענגען א בילד פון די דרייוועי לעבען ב.מ.ג. פון הרב י.מ. ציוויאק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קומזיץ » דינסטאג יולי 24, 2018 10:37 am

· #409679
בן ישי
נאך אלע מעשיות וועלן די קארס זיך אייביג אפשטעלן און געבן א היטש.
יא אמאל וועט א שיינע יוד אויך זיך אפשטעלן אבער די חברה וועלן זיך אייביג אפשטעלן און זיי וועלן נאך פארן ארויס פון וועג כדי צו טוהן די גאנצע מצוה בשלימות (ווייל אז מ'האט פון הימל צוגעפירט איז א סימן...און המתחיל במצוה...) און דיך גאר באדאנקען פארן זיי מזכה זיין מיט אזויפיל מצוות ווי הכנסת אורחים, עזוב תעזוב, און נאך...
אגב האסטי פארגעסן צו שרייבן איבער דעם גריצעלדיגן שיעור וואס ער האלט אינמיטן הערן וואס מ'קען נישט הערן קיין איין ווארט צוליב די געשרייען פון די קינדער...און די צענדליגע סידיס (צו טעיפס גאר) פון דרשות וואס וואלגערען זיך ארום איבעראל


די ווייסט אפילו נישט ווי גיט די זאגסט טהון די מצווה בשלמות...,
ביי עם ביסטו א חפץ של מצווה אזוי ווי א לולב טלית בשמים איינמאל די מצווה איז נישט דא דארף מען זיך מער נישט רעכענען מיט דיך ווייל איך האב שוין געטוהן מיינס און איך בון שוין מסודר..

לך לך » דינסטאג יולי 24, 2018 11:55 am

· #409685
שוין לאנג געטראכט, ווען נישט די ישיבישע וואלט שוין לאנג נישט געווען קיין אלטע קארס אויפן ראוד..
אונז האמער דאך אלע פריש געביגעלטע ליסעס

קומזיץ » דינסטאג יולי 24, 2018 12:00 pm

· #409686
ס'איז דא געניצטע קארס וואס פון דעם איז דא אסאך ביי חסידישע אויכעט
און ס'איז דא אלט לשם אלט..

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2018 3:33 am

· #409780
יין שרף
קומזיץ
זייער גיט ארויסגעברענגט מיט אלע פארבן. איין זאך דארפסטו נאך דערציילען
"די ישיבישע פארקינג" מ''נעמט אויף צוויי לענס אביסל שיף אויף רעכטס ,
מער ארויפציר ווי די קאר נעקסט צו דיר אזוי עס זאל זיין שווער אריבער צו פארן
אז מיאגט זיך בלייבן אלע פענסטערס אפען.. זיי ממשיך....

דאס איז פשוט ווייל ביי זיי דרייוון די פרויען..

יין שרף: און די ישיבה בחורים, דרייוון זייער מאמע'ס קאר , בין הזמנים. ווען איך זעה א מיני ווען מיט זשערזי פלעיטס וואס א בחור דרייווט, ווייס איך אז ער איז פון לעיקוואוד...!

Big Boss » זונטאג יולי 29, 2018 1:41 am

· #409999
<a class="postlink" href="https://www.instagram.com/p/Blv3eLxDrL9/?utm_source=ig_share_sheet&igshid=f78wrkc887wg">https://www.instagram.com/p/Blv3eLxDrL9 ... 8wrkc887wg</a>

Sent from my SM-G965U using Tapatalk

Big Boss » זונטאג יולי 29, 2018 11:05 am

· #410029
Van was spotted[emoji28]http://cloud.tapatalk.com/s/5b5dd7af44d0b/VID-20180729-WA0012.mp4

Sent from my SM-G965U using Tapatalk

כפתור » זונטאג יולי 29, 2018 9:49 pm

· #410073
דעם גרינע טרעקל קאן איך גוט. כ'האב שוין אליינס גענומען א פאר בילדער דערפון.. מיטן דרייוער. ס'איז זייער שעפעריש, ס'איז ווערט גאלד.
כ'האף די ווען (מיטן דרייווער) זאלן מארך ימים זיין. איך בין שוין מיד פון זעהן אזויפיל יוקאנס מיט מיניווענס, פארוואס נישט עפעס ארגיניעל?

אישתישבי » מיטוואך אוגוסט 1, 2018 5:00 pm

· #410297
קומזיץ
בן ישי
נאך אלע מעשיות וועלן די קארס זיך אייביג אפשטעלן און געבן א היטש.
יא אמאל וועט א שיינע יוד אויך זיך אפשטעלן אבער די חברה וועלן זיך אייביג אפשטעלן און זיי וועלן נאך פארן ארויס פון וועג כדי צו טוהן די גאנצע מצוה בשלימות (ווייל אז מ'האט פון הימל צוגעפירט איז א סימן...און המתחיל במצוה...) און דיך גאר באדאנקען פארן זיי מזכה זיין מיט אזויפיל מצוות ווי הכנסת אורחים, עזוב תעזוב, און נאך...
אגב האסטי פארגעסן צו שרייבן איבער דעם גריצעלדיגן שיעור וואס ער האלט אינמיטן הערן וואס מ'קען נישט הערן קיין איין ווארט צוליב די געשרייען פון די קינדער...און די צענדליגע סידיס (צו טעיפס גאר) פון דרשות וואס וואלגערען זיך ארום איבעראל


די ווייסט אפילו נישט ווי גיט די זאגסט טהון די מצווה בשלמות...,
ביי עם ביסטו א חפץ של מצווה אזוי ווי א לולב טלית בשמים איינמאל די מצווה איז נישט דא דארף מען זיך מער נישט רעכענען מיט דיך ווייל איך האב שוין געטוהן מיינס און איך בון שוין מסודר..


בקיצור, א מצוה אבדזעקט, אויף ענגליש פארשטייט זיך עס בעסער...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 1, 2018 7:40 pm

· #410317
ווען איך שטיי אין די היץ אדער רעגן מיט אן אויסגעשטרעקטע פינגער, גייט עס מיר גארנישט אן אז יענער האלט מיר פאר א מצוה אבדזשעקט. אבי ער האט מיר געראטעוועט.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 1, 2018 7:57 pm

· #410319
ליטוואק פון בודאפעסט: אבער איך וואלט מיך דאך מחיה געווען ווען די עירקאנדישאן ארבעט נארמאל. זאלל שוין זיין די מצוה בשלמות...!