☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » איז רז"ל ט"ב בן השלישי מהגה"צ אב"ד סיגוט בעל ברך משה, א ת"ח?

איז רז"ל ט"ב בן השלישי מהגה"צ אב"ד סיגוט בעל ברך משה, א ת"ח?

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12445

calculator » מאנטאג יולי 16, 2018 8:33 pm

· #408959
איז רז"ל ט"ב בן השלישי מהגה"צ אב"ד סיגוט בעל ברך משה, א ת"ח?
די אשכול האט זיך אנגעהויבן דא
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=33&t=12038&start=550
אבער אז דו רעדסט פין זיין עמי הארצות מוז איך דיר זאגן אז די וועלט ווייסט אפילו נישט וואסערע עם הארץ ער איז, איך האב געלערנט אין זייער טשיקן פארעם (קווינס ישיבה) 4 יאר אין איך האב מיטגעהאלטן כמעט אלע זיינע סוגיא שיעורים, איז חוץ די סוגיא אויפן פלאץ האט ער כמעט נישט דערמאנט עפעס א מראה מקום פין א צווייטע סוגיא, און ווער רעדט נאך פין א תשובה ספר, די שיעורים זענען געווען געבויט אלץ אויפן זעלבן שניט מסביר צי זיין די גמרא מיט איינע פין די ראשונים אין געפרעגט קשיות אויף די ראשון און פארענטפערט מיט א סברה, אמאל א אייגענע סברה אן קיין שום בסוס, און אמאל אמאל איז עס געווען געבויט אויף אן אחרון וואס דאס האט ער זיך פארגעקוקט מיט זיינע חברותות, אבער ברענגען און צוזאמשטעלן פין אנדערע סוגיות מיט אן עמקות, וואס זיין ברודער ר' אהרן הגם פשט אויפן דף קען ער נישט אבער זיינע שיעורים זענען אסאך מער אנגעפילט מיט פרעמדע תשובות ספרים מיט אחרונים, איך זאג נישט ר' אהרן נעמט די אלע זאכן אין ער פירט עס צו צי דרוש ווי א קייטל אין ער קומט נישט צוריק צום פשט מיט די אלע תורות ווי די דרך פין תלמידי חתם סופר ווייל זיין קאפ לויפט אים נאר אויף דרוש ופלפול, אבער ער ווייסט כאטש עפעס, משא"כ ר' זלמן לייב, אויסער די פאר בלעטער גמרא וואס מען לערנט יעצט מיט די רשב"א אין פני יהושע אויף דעם האט ער נישט קיין אנוג.

איך פלעג טראכטן צי מיך אז ער איז פונקט גוט פאר א מגי"ש אין ישיבה קטנה אדער איז ער גוט פארצולערנען פאר די בעלי בתים אין "בית שני" אין ראדני נאכן 120 פין הרה"ג ר' ישראל חיים מנשה שליט"א.

לאקש

שעפעלע טייערע דו האסט אין דיין קורץ לעבן נישט איבערגעטרעטן די שוועל פון די ישיבה גדולה קווינס!

יעדער איינער וואס האט דארט געלערנט קען דיר זאגן וואס פאר א גאונות מען הערט ביי די שיעורים אין ישיבה נישט נאר ביי סוגיא... דו ווייסט מן הסתם נישט אבער די רבי שליט"א לערנט כסדר פאר שיעורים פאר די תלמידי חלק ד' אין טיפע סגיות פון ש"ס ועוד ועוד...

א יעדע תלמיד חכם פון וויליאמסבורג ווייסט אז חנוכה ווען מען וויל הערן א הערליכע פשעטל אנגעהויבן ביי די גמרות אין די קדשים סוגיות מתובל בדברי ראשונים ואחרונים קומט מען קיין ראדני, און די בחורים ווייסן אז אויב וויל מען הערן א גוט שטיקל ניבול פה אדער וויאזוי מען מאכט די האר פון די כלה בשעת די חופה לויפט מען קיין הופער...

ר' אהרן איז אלע יארן געווען באקאנט פאר איינער וואס האט א ריזן מויל און ווייסט וויאזוי צו דרייען מיט די צונג אז מען זאל מיינען אז ער ווארפט דא צוזאם פיתום מיט רעמסס.. און ווען נישט די בני ברק'ע כולל אינגעלייט מיט די שטוינענדע פוט-נאוטס אונטער די גאונות פילע פנימי בלתי מוגה שמועסן וואלט ווען געשטאנען דרייסיג מאל אנשטאט פופצן מאל נסתובב השיחה אודות...(אפשר גייט זיך עס יעצט אויפהערן???)
אויף קול סאטמאר קען מען הערן שמועסן פון ר' אהרן?
אויף מערכת סאטמאר גייט ארויף יעדע רעבישע באזוך!! אדרבה זאל מיר איינער געבן ריקארדינוגען פון ר' אהרן'ס בקיאות וגאונות, איך העל אים שטארק דאנקבאר זיין...

הרב הצדיק... איר זענט נעבעך אנגעשטאפט מיט די בלאט קרעפלעך... ווידער זעכרוןנעלעבראכע לעבטאך שוין נישט... ס'איז העכסט צייט אויסצוברעכן די גארביטזש....

ברענג דא ארויף די שיעורים פון ר' אהרן פון פאר שבועות אין ישיבה... און איך וועל ארויפלייגן די סוגיא שיעורים פון רבין שליט"א וואס אגב מען קען עס הערן אויף מערכת סאטמאר, ס'איז נישט קיין סודות...! איינער ווייסט ווי מען קען הערן ר' אהרן'ס שיעורים? איך רעד נישט פון די תהילים טוויטס וואס מזמן לזמן פארשטעקט מען עס ערגעץ ווי אז סזאל חלילה נישט זעהן די שיין פון די זון וד"ל.... איך רעד פון די סוגיא שיעורים וואס פאר עפעס א סיבה (איך האף אז ס'איז א גוטע) גייט עס נישט ארויף אויף קול סאטמאר...

ודו"ק כי קצרתי... אויב ווילסטו ספעציעל זיך פארברייטערן אין דעם ענין... לאז מיך וויסן... אדרבה.

פון שנת תש"ע ביז תשע"ד האב איך געלערנט ביי בנימין זאב הערשקאוויטש אין ביי יוסף לייפער אין נאכדעם 2 יאר ביי ר' ראובן חיים שטיינבערג
אין איך ווייס נישט וואס עס טייטש גאונות ביי דיר, אפשר אפאר קניישטען מיט די פינגער, אבער נאכזאגן א תשובות נודע ביהודא א מהר"ם שי"ק א בית שלמה א בית יצחק? איך קען דיר נישט העלפן, קיינמאל האב איך נישט געהערט פון אים.
אמת זיין ברידער ר' אהרן רעדט צוזאם שטותים מיט הבלים, אבער צו דער שטותים מיט הבלים האב שוין אני הקטן יא געהערט פין אים שיינע מראה מקומות וואס איך האב נישט געקענט הערן פון ר' זלמן לייב'ן. צינד אן זייער האטליין גיי צי די שיעורים אויף סוגיא וואס ער לערענט פאר 3 מאל א יאר קענסטו הערן אן אויסוואל פון באלד 100 שיעורים פון צענדליגע סוגיות בש"ס.
אבער עניוועי איך האב נישט געמיינט ארויסצוברענגען ר' אהרן'ס גאונות ווי ר' זלמן לייב'ס עמי הארצות, איך האלט אויך נישט ר' אהרן פאר קיין ת"ח ווי זיינע בהמות רעדן פון אים, אבער מער פון זיין ברידער קען ער.

ר' זלמן לייב קען בעסער שרייען רבי כיסו יגן ליינו און ר' אהרן קען אביסל מער תשובה ספרים.

לאקש
בכלל אז דו ווילסט רעדן פון ווער ס'איז א גרעסערע תלמיד חכם... לאמיר גיין צושטאטלעך, בשעת וואס ר' אהרן איז געזיצן אין ישיבה און ס'איז געהאנגען א צעטל אויפן טיר ביטע נישט שטערן די ראשעשיבע שלאפט האט דער רבי שליט"א איבערגענומען די שיעור אין סיגוט, וואס כידוע האט דער רבי דער ברך משה זצ"ל געזאגט אז דאס זענען געוועזן זיינע געשמאקסטע שעות ווי מען האט געלערנט גפ"ת בעיון, און פאר קרוב צו צוואנציג יאר האט דער רבי ממשיך געוועזן דעם שיעור דורכגייענדיג גאנץ ש"ס!!! האט ר' אהרן דאס באוויזן אמאל? חוץ זיינע שיעורים אין ישיבה און שטעלן א שואל ומשיב אנשטאט אים האט ער נאך עפעס געקענט??? וועם האט מען געוואלט אויפנעמען פאר א חבר הבד"ץ אין די עדה??? שעפעלע טייערע איך פארשטיי אז די בלאט דריקט דיר אין בויך... אבער פארוואס האט די עדה פונקט געשיקט א בריוו פארן קלענערן ברידער וואס ווייסט נאר פון כיסו יגן עלינו און נישט פארן עלטער גאון הגאונים???

ווען רבי משה שאול קליין איז געוועזן ביים רבי'ן בשנת השמיטה איז ער ארויסגעקומען פון דארט אינגאנצן באנומען און געזאגט אז ער פארשטייט נישט וויאזוי אזא מנהיג מיט אזויפיל אויפן קאפ קען אזוי גוט די שווערע סגיות פון שמיטה!!
רבי איטשע טריגער איז זיך געקומען דורכרעדן מיט דער וואס ווייסט נאר פון כיסו יגן עלינו ביי די שווערע מקוואות שאלה... איינער ווייסט פארוואס???
פאר עפעס א סיבה האט ער יארן לאנג אלס אינגערמאן געגעבן א השגחה אויף קערעסטערער מצה בעקעריי, איינער ווייסט פארוואס? איך גלייב אז דארט האט מען אים נישט געפרעגט וואס כיסו יגן עלינו מיינט.....
איינער ווייסט פארוואס דער ברך משה האט דווקא געוואלט לערנען מיט אים און נישט מיטן גאון הגאונים???

ס'איז העכסט צייט צו איינזעהן אז די בלאט האט דיך נעבעך געפיטערט מיט פארסאמטע טשיק פיעז לאנגע יארן אין א צי... סאיז נעבעך א רחמנות אויף דיר...

לאקש
ליטוואק פון בודאפעסט
א רב המכשיר אין קערעסטירער מצה בעקעריי?! ט׳פארוואס מאכט מען נישט הרב שפיטץ דער סאטמארער אבי?

אבער ניין, נאך עפעס. דער עדה החרדית, באקאנט פאר זייער אויפריכטיגקייט און שטארקען שעבוד צום אמת, האבען מחליט געווען אז ביי רז"ל וועלען זיי טרעפן גליקען. אלזא, ווייסט מען אז ער קען לערנען נאך אזוי גוט ווי..........

אבער געדענקסט, די ז"ל פארטיי פיטערט נישט קיין פארטיי.

האסט אמאל געזעהן שטיין ערגעץ אז די בעקערי איז בהשגחת הרב שפיטץ?? די בעקערי איז תחת השגחת בד"ץ דסאטמאר, שפיטץ איז איינע פון די משגיחים אויפן פלאץ!
אויף די קערעסטירער באקסעס פלעגט שטיין תחה השגחתו של הגה"צ אב"ד סיגוט בארא פארק שליט"א!

און ווי באקאנט איז טאקע די עדה מלא וגדוש מיט וויסטע עמעראצים וואס פאר בלויזע פאליטישע מאטיוון האט מען זיי אריין גענומען...
העלא??? דו לאכסט נישט פון דיר אליינס?? וועם טרייסטו צו פאפן????

לאקש
ליטוואק פון בודאפעסט
לאקש
ליטוואק פון בודאפעסט
ביסט טויזענט פערצענט גערעכט. די באקסעס זענען א שטארקען ווייז אויף אלס.

און דער עדה חרדית טוט גארנישט פאר פאליטיק, איך ווייס אויך.

לאמיר געדענקען וויאזוי די זאך גייט. וויבאלד עס איז וויכטיג פאר דיר אז ז"ל זאל הייסען א תענית חלום, און די איינציגסטע ראיות זענען באקסעס מיט עדה החרדית, אלזא מוז זיין אז די עדה חרדית איז אן ארנטליכע ארגאניזאציע.

געדענקט׳ס אז די ז"ל פראקציע פיטערט נישט קיין פארטיישקייט.

#שוואנצאנות

די פקחות שפראצט פון דיר עד אין סוף!
יא זיין א בעל מכשיר אויף א מצה בעקעריי דארף מען קענען לערנען!
צו ווערן א חבר הבד"ץ דארף מען קענען לערנען!
ס'שמעקטיר נישט? שלינג אראפ א באטעל טיילענעאול אדער א "טעלער" צוויבל און גיי צוריק שלאפן א לאאאנגע בערישע ווינטער שלאף.

וואס וואלט געשען ווען א מצה בעקעריי וויל א ברענד נעים הכשר פון איינער וואס קען נישט לערנען? וואלט זיי עפעס פאסירט?

און טאמער דער בד"צ פון די עדה החרדית נעמט איינער וואס קען נישט לערנען אלס א חבר, וואס וואלט זיי פאסירט?

וואס איז דער ׳דארף׳?

#שוואנצאנעס

לאקש. דער עולם דא זענען נישט פין די HQ פין סאקמיר-קאקמיר אין אינז זענען נישט קיין פאלעטישענס וואס אינדרויסן שמייכלט מען אין מיט א ניק שעלט מען אין מען שפייט שנאה פין דעם האט מען גארנישט
למעשה.
דו ביסט א פאלעטישען קומסטו מיט מעשות און מימרות דמיונות ארויף אראפ די ביסט א געהעריגע "ארוני" בלבוש "זאלי" די ארונים קומען אייביג מיט אזעלעכע מעשהלעך זיי זאגן אלץ ווען ר' אהרן איז אריין געקומען צום סאטמער רב'ס סוגיא פארלערנען האט ער זיך געפרייט אין זיך אויף געשטעלט........ אין נאך אזעלעכע מעשהלעך
איך ווייס נישט פין קיין "מצה בעקערי", "עדה החרדית", ר' משה שאול קליין, דאס אלעס מאכט אים נאך נישט פאר קיין ת"ח.
ביי מיר איז 1+1 = 2
איך האב געהערט ר'זלמן לייבל'עס סוגיות, אין איך האב נישט געזאגט אז ער קען נישט פארלערנען קיין גמרא, אבער פארלערנען גמרא מיט תוס' אין נאכזאגן רשב"א מיט רמב"ן אין אפילו פני יהושע ווילאנג עס איז אויפן דף פין די סוגיא וואס מען לערענט יעצט, מיינט נאך נישט אז ער איז א ת"ח עס קען זיין ער האט א גוטע חברותא אין ער קוקט זיך גוט פאר אין א נערמאלע קאפ האט ער, בויט ער אויס ציזאמען מיט זיין חברותא שיין פשט אין די גמרא אבער דאס אז איך האב נישט געקענט הערן פין אים קיין שום אחרון פין פרעמדע מקומות פין די תורה ווייזט אז ער איז גיט פאר א מגי"ש אז די ווילסט דווקא קען איך אים ארויף ריקן ביז א "ישיבה גדולה מגי"ש" (אבער נאר אז ער בלייבט מיט זיין חברותא) איז סתם אזוי הא קעירס עס איז דא געניג מגי"ש עמי הארצים, אז ער ריפט זיך "מלא מקומו" פין סאטמאר רב אין אויסער פארלערנען א שיעור קען ער נישט גארנישט הייסט ער א א ריזיגע "עם הארץ". די יאר חנוכה האב איך אויסגעהערט א חנוכה תורה פין אים אויף די זאלי האטליין (נישט "חומת הדת" די אנדערע פין דאסקאל) וואס ער האט שוין דערמאנט די באקאנטע קשיא פינעם "חבצלת השרון" מיטן בעלזא רב האט מען געקענט זעהן אויף די וועג ווי אזוי ער האט עס נאכגעזאגט אז ער האט נישט געהאט קיין אנוג וואס די ספר איז אין ווער עס האט עס געמאכט ער האט עס געטראפען אין איינע פין די ליקוטים ספרים אויף חנוכה אין מיט דעם אלעם איז עס מיר אויך געווען א חידוש ווי קומט עס צי אים עס איז נישט זיין סטייל.
משא"כ זיין ברידער, גיי ארויף אויף די ארוינישע האטליין קענסטו הערן באלד 150 (נעכטן האב איך געשריבן 100, היינט האב איך עס איבערגעהערט האב איך געזעהן אז עס איז שוין דא באלד 150) איך קום אן צי זייער האטליין אזוי 7185069400 דערנאך #3 דערנאך #1 דערנאך #4 (לאקש, האלטס נאך מיט) און דערנאך #7 קען מען הערן פין ר' אהרן'ען שיינע מראה מקומות פין תשובות וכדו.. (אגב די וועג וויאזוי ער רעדט דארף מען זיך צי געוויינען)
אין פינקליך מגדיר זיין ר' אהרן'ס גאונות וועט מען לאזען פאר אנאדערס מאל.

calculator » מאנטאג יולי 16, 2018 8:34 pm

· #408962
זייטס ממשיך

calculator » מאנטאג יולי 16, 2018 8:37 pm

· #408966
איך מיז דא אויך אריבער ברענגען מיין גאונישע חידוש

איך האב פונקט געטראכט פארוואס פון סקווער און פון בעלזא זעהט מען אז עס קומען ארויס ספרים פון זייערע כולל אינגעלייט, און אפילו ביי אהרנ'ען האט ער צענדליגע אינגעלייט וואס האבן זיך פארהערט חושן משפט, און דא ביי די זאליס זיצן זיי אויף הלכות שבת און אויף יו"ד ח"ב און זיי רירן זיך נישט אוועק ווי גרויס די יאר איז, און וואו זיי גייען קענסטו זעהן נעמען זיי אייביג ארויס פון שאנק די שו"ע פונעם בעל התניא אויף הלכות שבת אדער אויף יו"ד ח"ב,

האב איך געטראכט אזוי, לאמיר זעהן וואס דער עולם וועט זאגן צי די חידוש, אז הגם ר' דוד'ל סקווערער מיט רבי ר' בער פון בעלזא זענען אויך נישט קיין גרויסע תנא קמא'ס און צופיל לערנען קענען זיי נישט, אבער זייער עולם זענען באמת איינגערעדט אין זיי אז זיי זענען גאונים וצדיקים עובדי השם, קומט אויס אז ביי זייער עולם איז די תורה געבליבן חשוב, א ת"ח איז חשוב עכ"פ אויף א פארצענט וויבאלד די סיבה פארוואס זיי האבן דעם מנהיג איז ווייל ער איז א גאון וקדוש, און די זעלבע ביי אהרנ'ען, זיי האלטן אז זייער רבי איז דער גאון הדור, משא"כ (לייג צו קאפ) ר' זלמן לייב וואס זיין עולם אליינס ווייסט אז ער קען גארנישט, קוים וואס ער האט הוראה, און מיט דעם אלעם האבן זיי אים אויפגענומען אלעס פארוואס נאר כדי ציקענען שטעכן ר' אהרנ'ען און שרייען א גאנצע טאג רבי כיסו יגן ליינו אין נישט משנה קיין זוז כל שהוא, וואס פארדעם דארף מען דאך נישט קענען קיין תורה, יעדער איינער מיט Low confidence קען טון די זעלבע, קומט אז די חשיבות פון די תורה איז ביי זיי נישט די ערשטע ארטיקל, איז דערפאר ביי זייער עולם אליין שוואך די כבוד התורה, און דערפאר ספעצילירן זיך די זאליס מיטן קענען שרייען די העכסטע אונז זענען נישט משנה קיין זוז כל שהוא פונעם עבר, הגם איבעראל זינגט מען דעם זעלבע נוסח, אבער די זאליס קענען עס די בעסטע. הכל בתר רישא גריר.

והוא חידש נפלא. זייט'ס ענק מפלפל.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 16, 2018 9:01 pm

· #408977
האסט א גוטע פוינט, אבער נישט דאס איז די ריכטיגע סיבה. די ריכטיגע סיבה לדעתי איז, ווייל זיינע מענטשן זענען מער אזעלכע רעבעסעסעלייני מענטשן, וואס וועלן זיך ענדערש קלאמערן אין די שו"ע הרב הלכות שבת און יו"ד, ווי גיין זוכן נייע גליקן.

calculator » מאנטאג יולי 16, 2018 9:07 pm

· #408980
רביה''ק זי''ע
האסט א גוטע פוינט, אבער נישט דאס איז די ריכטיגע סיבה. די ריכטיגע סיבה לדעתי איז, ווייל זיינע מענטשן זענען מער אזעלכע רעבעסעסעלייני מענטשן, וואס וועלן זיך ענדערש קלאמערן אין די שו"ע הרב הלכות שבת און יו"ד, ווי גיין זוכן נייע גליקן.

מסכים אבער איין יאר 2 יאר 5 יאר די חברה קענסטו טרעפן נאך 10 יאר, מוקצה מחמת גופו איז?.......כלי שמלאכתו לאיסור איז?.......
אינזער הייליגע תורה איז אסאך גרעסער פין דעם ווי אזוי שטייט אין איוב. ארכה מארץ מדה ורחבה מני ים

א גיטע נאכט עברי באדי. לאקש, א גיטע נאכט i wish you the best

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 16, 2018 9:13 pm

· #408982
כ'האב נישט געזאגט אז ס'איז ריכטיג, און אויך נישט אז ס'האט עפעס מיט אידישקייט צוטון. כ'האב נאר מסביר געווען די פסיכאלאגיע וואס ליגט אונטער דעם.

שושן פורים » מאנטאג יולי 16, 2018 11:07 pm

· #409012
אן אריינצוגיין אינעם עצם מרפסין איגרא'דיגע חקירה פונעם פותח דא, וועל איך מיר באציען צו דעם אגב'דיגע חידוש נפלא.

אין וועלכע קהילה עס איז פארהאן מער אינגעלייט ווער שטודירט מער וועלכע חלק שו"ע, וועל איך אויך איבערהיפן משום סיבות שונות.

אבער צום עצם רעיון פונעם חידוש וועל איך יא אריינווארפן מיינע 2 זוזים. מיין פערזענליכע עקספעריענס זיך דרייענדיג אסאך צווישן אידן וואס תורתם אומנתם, זיצן אין כולל יארן לאנג, האב איך באמערקט אז די אידן וואס נפשם חשקה בתורה כפשוטו הארעווען מער אין יורה דעה ח"א וח"ב, בו בעת וואס די וועלכע האבן מער פייגעלעך אין קאפ און זוכן שטעלעס, כבוד, און שררה, זיי זיצן מער אויף חו"מ.

פארשטייט זיך אז חו"מ איז א געהעריגע חלק פון תורתינו הקדושה, און שיין וועט די דור אויסזעהן אויב קיינער וועט עס נישט לערנען, ווי אויך איז פארהאן פילע אויסנאמען אויף ביידע צדדים, אבער מיין עקספעריענס האט געוויזן אט די כלל.

איסר האטלקי » מאנטאג יולי 16, 2018 11:42 pm

· #409013
יש קצת אמת בדבר,, והא ראיה, די סיבה פארוואס מען בלייבט שטעקן ביי יו''ד איז ווייל דאס לערנט מען אין ישיבה און אין כולל שנה ראשונות. ממילא די תלמידי חכמים וואס טרעפן סיפוק אין די תורה איז עס גענוג, משא''כ די וועלכע זוכן פרישע גליקן ביי די 27.

אגב, אלס בחור האט מיר געכאפט א חשק צו לערנען חושן משפט, מיין ראש ישיבה וואס איז בקי בכל חדרי תורה און איז אויך א טוען אויף ריזיגע דיני תורה, האט מיר שרעקליך פארגעהאלטן דערויף, ''דו קענסט שוין גוט הלכות בורר? ווילסט שוין ווערן א טוען?. גיי צוריק צום אורח חיים''....

יין שרף » דינסטאג יולי 17, 2018 12:13 am

· #409014
ווייל ער האט געוואלט אז דו זאלסט מיינען אז א טוען קען אויך הלכות שבת..

שושן פורים » דינסטאג יולי 17, 2018 1:41 am

· #409024
איסר האטלקי
יש קצת אמת בדבר,, והא ראיה, די סיבה פארוואס מען בלייבט שטעקן ביי יו''ד איז ווייל דאס לערנט מען אין ישיבה און אין כולל שנה ראשונות. ממילא די תלמידי חכמים וואס טרעפן סיפוק אין די תורה איז עס גענוג, משא''כ די וועלכע זוכן פרישע גליקן ביי די 27.

אגב, אלס בחור האט מיר געכאפט א חשק צו לערנען חושן משפט, מיין ראש ישיבה וואס איז בקי בכל חדרי תורה און איז אויך א טוען אויף ריזיגע דיני תורה, האט מיר שרעקליך פארגעהאלטן דערויף, ''דו קענסט שוין גוט הלכות בורר? ווילסט שוין ווערן א טוען?. גיי צוריק צום אורח חיים''....

לאוו דוקא אז די אורזאך איז אז ער בלייבט מיט זיינע ישיבה לימודים.

עס איז פשוט ווען איינער וויל פירן א תורהדיגע לעבן לערנט ער די זאכן וואס זענען נוגע פאר איהם און אסאך אנדערע פארן טאג טעגליכן.

איסר האטלקי » דינסטאג יולי 17, 2018 9:21 am

· #409049
ווען איינער וויל פירן א תורה'דיג לעבן לערנט ער אדורך אלע חלקי התורה אזוי ווי דער אויבערשטער האט באפוילן. מ'טאר נישט בלייבן נאר מיט דעם, אויב האט מען די יכולת.

נאר אז ער שפירט א סיפוק אין וואס ער האט אמאל געלערנט, אזוי ווי ס'פאסירט געווענליך ווען מ'לערנט פלייסיג, איז שווער זיך אווערצורייסן דערפון.

איסר האטלקי » דינסטאג יולי 17, 2018 9:23 am

· #409050
יין שרף
ווייל ער האט געוואלט אז דו זאלסט מיינען אז א טוען קען אויך הלכות שבת..

כ'האלט נאכנישט אז א טוען קען חושן משפט.... מ'דארף גארנישט קענען צו זיין א טוען, אויסער זיין א שקרן, מחוצף, וכו'.

זייער גן עדן איז נאכאלץ שענער ווי די דייני חושן משפט וואס אפיציעל קענען זיי יא.

אונטער חכם » דינסטאג יולי 17, 2018 10:05 am

· #409060
Re: איז רז"ל ט"ב די דריטע זוהן מהגה"צ בעל ברך משה מסיגוט א ת
calculator
איז סתם אזוי הא קעירס עס איז דא געניג מגי"ש עמי הארצים, אז ער ריפט זיך "מלא מקומו" פין סאטמאר רב אין אויסער פארלערנען א שיעור קען ער נישט גארנישט הייסט ער א א ריזיגע "עם הארץ".

אי משום הא איז דער ברודער סאך א גרעסערער עם הארץ ווייל זיינע חסידים האלטן באמת אז ער איז ממלא מקומו פון סאטמאר רב בעת וואס ער קען נאר אביסל פלפולים'לעך.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 17, 2018 10:20 am

· #409063
Re: איז רז"ל ט"ב די דריטע זוהן מהגה"צ בעל ברך משה מסיגוט א ת
פון די אלע תלמידי חכמים וואס איך קען, קען איך נישט זאגען קיין כללים. דער קען דאס און דער קען דאס, יעדער לויט זיין שמעק.

און דאס גילט ביי טוענים אויך. מאנכע זענען רשעים און שקרנים, עפ"י רוב די מער באקאנטע. און מאנכע זוכען נאר אראפ צו לייגען די טענות אויפ׳ן טיש ווי זיי זענען, און האלטען די געמיטער רואיג אן קיין פערזענליכע שרייעריי און זייטיגע טענות. די זענען די ווייניגע באקאנטע טוענים.

נאר מ׳דארף כאפען אז יו"ד איז נישט קיין איין מקצוע, און חו"מ איז יא. גאנץ חו"מ איז געקניפט און געבונדען איין חלק מיט די אנדערען. אלזא איז שווער זיך אפצורייסען בי מ׳קען די גאנצע זאך. משא"כ יו"ד וואס איז נישט אזוי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

calculator » דינסטאג יולי 17, 2018 6:43 pm

· #409106
איז רז"ל ט"ב די דריטע זוהן מהגה"צ בעל ברך משה מסיגוט א ת"ח?
איך זעה ענק האבן בכלל נישט פארשטאנען וואס איך מיין ארויס ציברענגען
מיך אינטערסירט בכלל נישט אז זיי זאלן לערנען חו"מ זאלן זיי לערנען 5 יאר יו"ד ח"ב אדער 10 יאר הלכות שבת עס איז טאקע מער נוגע אין אדרבה חזרה איז א געוואלדיגע זאך אין די תורה שטעלט זיך נישט אפ נאך חו"מ אין אבה"ע אויך נישט.
מיך באדערד די פארמאכטקייט פין זיי אז זיי ווייסן נישט עפעס מער פין דעם גיי אריין אין "קינגסטערעס"(תהלות יואל) אדער סייווי ווי די בהמות דרייען זיך, שבת אינדערפרי קימט ארויף א אינגערמאן פין מקוה א האלבע שעה פארן דאווענען מיט די נאסע פיאות ערשטע זאך מאכט ער א קאווע אין ער גייט צי צום שאנק ווי עס ליגט די ספרים על התורה אין ער נעמט ארויס א ספר זייער אסאך מאל וועט ער ארויס נעמען די חתם סופר (פין די 5 בענדער) ווייל ער האפט צי טרעפן דארטן די "הפלה'דיגע חתם סופר צי קענען איבער זאגן פאר א צווייטען "א מורה'דיגע חתם סופר" אין ער וואגט צום טיש אין איין האנט האלט ער די קאווע אין און די אנדערע האנט די חתם סופר אין ער הייבט אן צי טרינקען די קאווע אין ער קוקט אריין אין די חתם סופר ער מישט אהין אין אהער אמאל געלאנגט אים עס אין אמאל נישט אין פלוצלינג טרעפט ער זיך מיט א ליידיגע קאווע אין ער געט א פארמאך די ספר אוטימאטיש
אין מען האלט יעצט 20 מינוט צום דאווענען וואס קען מען יעצט טוען קוקטס גיט גייט ער צי צום שאנק אין ער נעמט ארויס די...... "תניא" אין.... זאגט די הייליגע תניא סימן קפט'......
איי אפשר אמאל א "מדרש" אויף די וואכעדיגע סדרה רמב"ן, אברבנאל, וכדו, אדער מאך דיך א שיעור אין חתם סופר על התורה א האלבע שעה א וואך צי אין סתם שיינע ספרים וואס געווענעליך א בן תורה האט ליב, מנחת חינוך, שאגת אריה, שדה חמד, וכדו' קיינמאל וועסטו זיין נישט טרעפן מיט אזעלע מינע השגות
אין איך רעד נישט פין שוואכע קעפ וואס קענען עס נישט דערהייבן נאר אפילו גיטע קעפ אין אפילו אין די מקצוע מיט וואסערע מין צומצום מען לערנט עס מען הייבט אן די טור בית יוסף פארן קענען די גמרא אין אויב מען פארשטייט נישט די בית יוסף קיקט מען אריין אין די גמרא צי פארשטיין פשט אין בית יוסף כאילו די גמרא איז געמאכט מסביר צי זיין די בית יוסף (עס איז טאקע 9 טעג אבער ליצנותא דעבודה זרה מעג מען אויך תשעה באב די ערשטע בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב ע"ז)
דאס האב איך געמיינט עס קימט נישט צוליב חזרה אדער וועגן גרויס עיון התורה קען זיי זיך נישט ריקן ווייטער פשוט זיי ווייסן נישט ווי גרויס אין ברייט די תורה איז. אין עס הייבט זיך נאך אן ביי זייער גרויסער מנהיג זלמן לייבעלע.
איך פונקט לעטצענס געטוען אביסל אין די ספרים פינעם הגה"צ מפישטיאן די בעל משנה שכיר אין אם הבנים שמחה ועוד. הי"ד. ממש ספרים נפלאים ווי ער ברענג צי זאם געוואלד. זענען די משוגעים געגאנגען אין פארקויפט אז די איד איז נחמץ געווארן אין זיין ספר "אם הבנים שמחה" איז מלא אפיקורסות, איך געדענק ווען איך האב די ערשטע מאל אריין געקוקט אין די אם הבנים שמחה איך ממש געציטערט יעדע רגע אפשר גיי איך יעצט ווערן אן אפיקורס, אין אפשר יעצט, ביז דערווייל שטיי איך אין איך שטוין ווי די איד ברענט פאר קדושת ישראל אין אמונה בהשי"ת מיט אן עכטע אהבת ישראל אין ער איז מקיים די פסוק פין לא תגירו מפני איש, קוקטס אריין, איז וואס? ווייל ער האט געהאט אן אנדערע בליק פינעם סאטמאר רב איז איז ער אן אפיקורס, דאס מיינט אז די חשיבות התורה איז גארנישט (קענסט די נארישע סלאגאם "קוק האט אויך געקענט לערנען") די עיקר איז "רבי כיסו ייגן ליינו, אין מען רירט זיך נישט קיין זיז כל שהוא" אינטערסאנט סאטמאר רב איז יא געווען א ברייטער אין די תורה פעלד דאס איז עפעס נישט איבער געגאנגען. אין ווען אהרן איז געקומען אין ציקריגט מיט משה פריעדמאן הנקרא בפי האסטמאריסטן "משה גבאי". כלומר, גבאי פין רשכבה"ג מסיגוט. איז זלמן לייב געווען די בעסטע OPTION פאר אים איי אהרן'לע קען אסאך בעסער פין אים לערנען ער האט מער Confidenceפין אים איז דא א גיטע פלאן מען וועט נוצן די זעלעבע נוסח פין די "בני יואל" וויאזוי זאגט רש"י אנהייב פרשת בלק מואב אין מדין זענען דאך געווען שונאים אין ווי קומען זיי דא צוזאם נאר אלעס כדי זיך צושלאגן מיט די אידן (יעצט אנגעפאלן שרייבען'דיג) אין די אטמאספער וועט זיין "רבי כיסו יגן ליינו" אין דאס קען דאך יעדער וועט זלמן לייב גוט אריין פאסען.
איך האב שוין נישט קיין כח מער צי שרייבן
ועוד חזון..

אמת ויציב ונכון » דינסטאג יולי 17, 2018 6:57 pm

· #409108

באכשעם די האסט שוין נישט קיין כח. קאווע שטיבל האט שוין לאנג נישט געהערט אזעלכע שטותים והבלים........

calculator » דינסטאג יולי 17, 2018 7:38 pm

· #409110
אמת ויציב ונכון

באכשעם די האסט שוין נישט קיין כח. קאווע שטיבל האט שוין לאנג נישט געהערט אזעלכע שטותים והבלים........

אויף מיין CALCULATOR, איז "לאקש" + "אמת ויציב ונכון" אזוי ווי 1 + 1

calculator » דינסטאג יולי 17, 2018 8:07 pm

· #409116
איך בין דן לאקש וחביריו אז זיי האבן נישט געזעהן עפעס בעסער אין זייער לעבן מיינען זיי אז זלמן לייב איז גאון הדור
איך וועל דיך געבן אפאר נעמען פין חסידישע ת"ח וואס האבן נאך א שטיקל צורה פין די אמאליגע ת"ח הן אין קענען די תורה אין הן אין די גאנצע וועג וויאזוי מען לייגט אראפ א קשיא אין א תירוץ פין א ראשון אין פין א אחרון עס איז א גאנצע אנדערע ציגאנג צי תורה וויאזוי א מגי"ש גייט צי אין זאגט זיך אפ זיין שיעור אין נאכען געוואר ווערן פין זיי וועט זיך עפענען פאר ענק א נייע וועלט

די אלע 4 זענען פרייליכע לעבעדיגע סאליד ת"ח
הרה"ג ר' מיכל זילבער, אים קענסטו הערן אויף קול הלשון
הרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש, קענסטו הערן אויך אויף קול הלשון, אדער קענסטו אים ריפן אין פארברענגען מיט אים ער איז אפען טא דע פובליק
הרה"ג ר' קאפל שווארץ, קענסטו טרעפען אין זיינע ספרים "יקב אפרים מועדים, רמב"ן על התורה ועוד.
הרה"ג ר' מאיר פעלבראנד קענסטו אויך הערן אויף קול הלשון גמרא, אגדה, הלכה, מוסר, ועוד מלא וגדוש

עס איז זיכער דא נאך אויך ווער עס קען ברענגען נאך זאל ברענגען, "ליטוואק קען ברענגען פין די ליטווישע וועלט. בערל, פין די בעלעגלישע וועלט

הייב אן דיין ריסערטש.

איסר האטלקי » דינסטאג יולי 17, 2018 8:08 pm

· #409117
calculator
איך זעה ענק האבן בכלל נישט פארשטאנען

איך זע אז דו האסט נאכנישט פארשטאנען ווי דו פארסט פון איין נושא צום צווייטן און גאר ווייניג זענען אינטערעסירט.

לאקש'ס טאג-בוך איז שוין מער דערקוויקנד.

ועוד חזון למועד

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 17, 2018 8:24 pm

· #409119
Re: איז רז"ל ט"ב בן השלישי מהגה"צ אב"ד סיגוט בעל ברך משה, א
פיין און וואויל. וואס האט עס מיט ז"ל? פארוואס איז ער שולדיג? דיין געשיכטע גילט בלויז אין זיין פארטיי? ביי די אהרוינעם האבען זיי א שטארקען סדר מיט גמרא תוספות פאר׳ן דאווענען שבת?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש חזון » מיטוואך יולי 18, 2018 12:03 am

· #409138
calculator
רבי ר' בער פון בעלזא זענען אויך נישט קיין גרויסע תנא קמא'ס און צופיל לערנען קענען זיי נישט

you wish

שמעון וואלף » מיטוואך יולי 18, 2018 12:27 am

· #409139
calculator
אמת ויציב ונכון

באכשעם די האסט שוין נישט קיין כח. קאווע שטיבל האט שוין לאנג נישט געהערט אזעלכע שטותים והבלים........

אויף מיין CALCULATOR, איז "לאקש" + "אמת ויציב ונכון" אזוי ווי 1 + 1

קאלקיולעטאר מיט לאקש איז ווי 1+1. ביידע טענה'ן אז די זאליס האלטן זייער רבי פאר א גאון

שושן פורים » מיטוואך יולי 18, 2018 12:19 pm

· #409175
לכבוד ידידי וידיד כל בית ישראל כבוד הרב @calculator הי"ו.

איך האב דא א שטיקל פראבלעם און איך האף אז דו קענסט מיר ארויסהעלפן.

פון איין זייט ברענגסטו דא אן א געמויזאכץ, א צעמישעניש פון א טוץ דמיונות בענאזאם מיט א הויפן לגיונות, צו וועלכע עס איז בכלל נישט ווערט זיך צו באציען חוץ אויב איך וועל צוריקגיין יארן צוריק צו מיינע כיתה ז-ח-ט יארן.

פון די אנדערע זייט רירסטו צו צו געוויסע חתיכות הראויות להתכבד אינמיטן דיין סעודת המפסקת פון לחם הקלוקל, ווי צום ביישפיל די יו"ד שטודירער וו"ס די חו"מ לעזער, די דראנג ביי געוויסע נאכצוזאגן א "מוראדיגע חתם סופר", דאס זענען אינטערעסאנטע טיפן אידן וועלכע געפינען זיך איבעראל אין יעדע קהילה , קערעקטערס וואס זענען ווערט צו דיסקוסירן.

ע"כ נפשי בשאלתי, אלץ דער רעיון ארויסברענגער, גיב אן עצה וויאזוי אפצוטיילן די פנינים ומרגליות פון די איבעריגע צואה רותחת.

calculator » מיטוואך יולי 18, 2018 6:49 pm

· #409223
אמ"כ "ליטוואק", "ושושן פורים", וכל הקהל הקודש, ובראשם "לאקש" וכת דיליה
איך האב געמיינט אז עטס וועט ציזאמשטעלן מיינע ווערטער פין אנהייב אין די נעכטיגע( דברי CALCULATOR עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר "JUST JOKING" )
איך וועל ענק געבן צי פארשטיין. די זאלי פארטיי זענען בכלל נישט אזעלעכע צדיקים ווי "ליטוואק" מיינט אז זיי זוכן נישט קיין פארטיישקייט אין פראפיגאנדע, דערפאר געבן זייער עולם נישט ארויס קיין ספרים אין נישט אינטערסירט צי לערנען. נאר זייער פארטיי איז אויף א גאנצע אנדערע וועג געבויט, וואס נאר אויף דעם וועג האבן זיי געקענט דערגראכן זייער ציל צי בויען זייער פארטיי, אין מיט זייער מטרה פירן זיי זיך אויף פונקט ווי די אנדערע חסידות'ן מיט זייער מטרה.
איך וועל ציזאמנען מיינע ווערטער.
אז אפילו ביי אהרן'ס פארטיי זענען דא אינגעלייט איז וואס האבן זיך פארהערט חושן משפט, אין ביי אהרן'ן אין כולל אין KJ אין שוין דא איבער 10 יאר וואס איך ווייס א חבורה אויף גמרא תוס' מיט א עיון לאו דווקא די בבות אפילו מס' שבת, עירובין איך מיין עירובין האט זיי גענומען בערך 4 יאר דורך צילערנען.
אין איך מיין נישט ארויסציברענגען אז ביי אהרן'ס פארטיי אין און סקווירא אין און בעלזא איז תורה אויפן מיט א ברייטקייט. ניין, שבת אינדערפרי קוקט איבערראל אויס די זעלבע (חוץ אין סקווירא זיי זענען ביזי מיט זייער תהלים זאגן) נאר די עיקר האב איך געמיינט אז ביי די זאליס איז דאס אויך נישט דא, וואס אפילו זיי האבן געפענט לעטסענס אין זייער כולל א גמרא ברענטש (ווייל די אלע "אויפגעקלערטע"(זאלי שפראך) אינגעלייט וואס האבן געוואלט לערנען גמרא זענען געגאנגען צי טעמפלערס כולל,) איז די אטמעספער צווישן די זאליס אז אין די גמרא כולל זענען די אויפגעקלערטע אינגעלייט, פשוט, ווייל אויב א אינגערמאן וויל נישט לערנען נאך די חתונה נאר הלכות שבת מיט תניא, איז ער אן אויפגעקלערטע אינגערמאן ווי די פארצייטישע משכילים, ניין?
אויף דעם האב איך געזאגט אז די זאלי פארטיי איז בכלל נישט דא אזוי ווי די אנדערע פארטייען וואס פארקויפן אז עס איז נאך אזוי ווי אין די בעש"ט'ס צייטן אין די רבי מיז זיין פין תלמידי בעש"ט אין לויט די ארונים עכ"פ איז געניג אז ער איז "הגה"ק", (אגב. אדמו"ר הגה"ק, איז פשט, אדמו"ר איז די מעלה פין די רבי לגבי זיינע חסידים, הגה"ק איז די מעלות פינעם רבין אליין משא"כ אדמו"ר עט"ר, איז פשט אז כאשטיק די רבי האט נישט קיין אייגענע מעלות מיט דעם אלעם, איז ער אדמו"ר עט"ר ודו"ק היטיב) אין נאר וויבאלד זייער פארטיי אין זייער יסוד איז געבויט בעיקר זיך צי שלאגן מיט אהרן'ן, נאר משה פריעדמאן הנקרא בפי הסאמאריסטן משה גבאי, ובפי ר' נחום, משה טערעריסט פרידמאן, וכת דיליה אליין האבן זיך נישט געקענט שלאגן מיט אהרן'ס פארטיי האבן זיי זיך ציזאמגעשטעלט מיט בני יואל, איי בני יואל האט אן אנדערע סיבה פין דיר פארוואס ער שלאגט זיך מיט אהרן'ן אבער שנאה מקלקלת השורה צד השוה שבהן ביידע שלאגן זיך מיט אהרן'ן. אין מען האט אנגעהויבן צי זינגען בני יואל נוסח, "רבי כיסו יגן ליינו" איז אויף דעם איז "זלמן לייב" זייער גיט ווי איך האב שוין נעכטען געשריבן .
עכ"פ איז זייער פארטיי'ס יסוד איז נישט געווען אז זיי ווילן אנהאלטן חסידות מיט אידישקייט ווי די אנדערע חסידות'ן רעדן זיך אן, איז וועגן דעם די אנדערע פארטייען יעדער לויט זייער מדרגה זיכען פארטיישיקייט אין פראפיגאנדע מיט די תורה צי ווייזען אז ביי אינז איז נאך פינקט ווי אמאל אין ביי די בהמות (חסידים) איז נאך דא עפעס א חשיבות צי די תורה ווייל זייער יסוד איז מכ'לומרשט געבויט אויף דעם גאון וצדיק קענסט זעהן דא פין "איש חזון", משא"כ די זאליס וואס די תורה איז ביי זיי נישט קיין ארטיקול (קוק האט אויך געקענט לערנען) איז הן די פירערס אין הן די בהמות זענען נישט אינטערסירט אין קיין ת"ח, אויב ביזטו דיך מבטל פאר "יגן עליינו" אין פאר די פארטיי איז גיט, אין אויב נישט, "קוק האט אויך געקענעט לערנען".
(באמת דארף מען ווען עפענען אן עקסטערע אשכול ארויסציברענגען אין מבאר זיין די עומק הטומאה פין די זאלי פארטיי וואס עס איז עמוק עמוק וויבאלד זיי זענען מלובש טאקע מיט דעם אז אינז זענען נישט קיין פארטיי אינז זענען סתם א הייפילע אידן וואס גלייבן נאך אינעם אייבערשטען וואס זענען איבער געבליבן פאר משיח קומט, איך וואס קום פין דארט ווייס איך אביסל זייער פאטריאטישקייט צי זייער "יגן עליינו" אין זייער שמוץ מיט רשעות אין פונקליך ווי זייער אמונה האלט. ועוד חזון.. )
נ.ב די שיינע מעשה פין שבת אינדערפרי נאכען מקוה וואס איך האב געשריבן איז געווען לאו דווקא אויף די זאליס נאר אויף זיי קען איך עס די בעסטע, אין נאך מער ווייל זיי מכ'לומרשט האלטן זיך ברייט אין לאכן פין די וועלט כאילו יעדער איז אין א באקס אין אויסער זיי
אין אנטשולדינג פאר די נעכטיגע צימישעניש, השנאה מקלקלת "השורה". לאקש איז נאך מסתם אלס צימישט

מארמאראשער » מיטוואך יולי 18, 2018 8:11 pm

· #409228
Re: איז רז"ל ט"ב בן השלישי מהגה"צ אב"ד סיגוט בעל ברך משה, א
כוויל נאר צילייגן מיין צוויי צענט, די רבי זכותו יגן עלינו האט נישט געוואלט קיין כולל נישט דעס האט ביי אים געהייסן א חשובע יונגערמאן, און ויואל משה שרייבט ער אז יונגעלייט זאלן נישט לערנען גמרא נאר שו'ע עייןשם
איז וואס דרייט עטץ א קאפ אז דעס אז מען לערנט גמרא איז א חשובע סאטמארע יונגערמאן ווען די רבי האט דעס קלאר נישט געוואלט

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 18, 2018 8:35 pm

· #409235
קאלקולעטער, דו צעמישט דעם עולם אינמיטן די ניין טעג, ס'שווער צו כאפן פונקטליך וואס דו זאגסט, און נאכן זיך אנשוויצן אויף דיין תגובה קען איך ניטאמאל נעמען א שאוער.

כ'מיין מ'זאל צוריק אנהייבן לערנען סוגיא אין קווינס, מ'זעט דו ביסט עפעס נישט בסדר.

calculator » מיטוואך יולי 18, 2018 8:41 pm

· #409238
איסר האטלקי
קאלקולעטער, דו צעמישט דעם עולם אינמיטן די ניין טעג, ס'שווער צו כאפן פונקטליך וואס דו זאגסט, און נאכן זיך אנשוויצן אויף דיין תגובה קען איך ניטאמאל נעמען א שאוער.

כ'מיין מ'זאל צוריק אנהייבן לערנען סוגיא אין קווינס, מ'זעט דו ביסט עפעס נישט בסדר.

כ'האב נאר געוואלט מסביר זיין מיין חידוש וואס איך האב מחדש געווען אנהייב וואך, אז עס שטערט דיך פין די אבילות אויפן בית המקדש, אנטשולדיג איך מיר פאר דיר קענסט צירוק קימען נאך תשעה באב עס איבער ליינען

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 18, 2018 8:51 pm

· #409242
אה, ס'איז א חידוש.

איז עס מער ר' אהרן'ס סטייל חידוש אדער רז''ל סטייל?

calculator » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 8:22 pm

· #411328
מיין מעסעטש צי הרב זלמן לייב
שלום וברכה לכל החבירים ובראשם ידיד נפשי אהבתו תקוע בלבי הרב "לאקש"

מען זאגט אז זלמן לייב קען זיך זעצן לערנען, ווי אזוי זאגט מען? עס איז קיינמאל נישט צי שפעט. אבער אז איך זעה דא פין @לאקש'ס באריכטן, טראכט איך אויב זלמן לייב וויל נאך ווערן א שטיקל ת"ח מיז ער אויף געבן די גאנצע פירערשאפט, די מענטש איז דאך אזוי מין ביזי א גאנצע טאג פארנומען מיט מיטוגען אין גיין באזיכען מענטשן, צי קינדער אין קעמפס, צי שטעט, אין ער מיז קער נעמען פין זיינע בערנטשעס אין די גאנצע וועלט, אין עס איז נישט מעגליך אז די איד זאלן קענען זיך מאכן א שיעור קבוע פין אפאר שעה א טאג, איך גלייב זיכער עס איז דא טעג וואס די איד עפענט נישט קיין ספר אויסער אינדערפרי בשעת'ן טרונקען די קאפי,
איז מילא ער איז אזא "אני אמלוך'ניק" ווי אחיו הגדול אהרן'ן, נא, לוינט זיך עס אבער דאס איז ער אויך נישט איז פארוואס פעלט זיך אים דאס אויס? עס לוינט זיך טאקע צי פארקויפן די לעבן, אלעס נאר וויבאלד "אהרן" טויג נישט? אין די רבי כיסו לייני'ס מוסדות זאל נישט ציפאלן, איך זאג אים צי אז היינט ציטאגס וועט גארנישט געשעהן אויב זלמן לייב מאכט אפ אז דאס איז עס, אין ער ווערט צירוק א קאווע טרינקער אין סיגוט, עס איז דא גענוג ת"ח איינער וועט ווערן רב אין וויליאמסבורג איינער אין ק"י אין אזוי ווייטער, אין אפילו עס וועט ציפאלן די גאנצע זאך וועט אויך גארנישט געשעהן, אידישקייט איז שוין גענוג שטארק עס קען שוין האלטן אויך אן סאטמאר, עס קען אן גיין אן דעם.
איך שוין אים פשוט, עס איז אים אריין א דזשאך איך קאפ אז ער האט אן אחריות אז עס מיז עקזעסטירן די מוסדות פין "רבי זכיתו יגן עלינו" אין מיט דעם פארפאטשקעט ער זיך זיין לעבן מיט שטותים וואס עס שטימט אפילו נישט מיט זיין תכונת הנפש.
לאקש. איך זעה די ביסט פין זיינע home attendants זאג אים איבער אז עס איז דא א איד וואס דרייד זיך אין "קאווע שטיבעל" אין ער שוינט אים, איך בעט דיך לאז אפ די גאנצע זאך, עס וועט קאסטן בזיונות פאר אפאר וואכן וואס די עולם וועט שמועסן פיו דעם, אבער נאך דעם ביסטו צירוק א נארמאלע מענטש, די ווערסט דאך שוין באלד 70 יאר ווילאנג מיינסטו וועסטו נאך לעבן? וועסט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועסט זאגן פארן אייבערשטער איך האב אויף געהאלטן די "רבי זכיתו יגן עלינו'ס" מוסדות, וועט דיך דער אייבישטער זאגן ווער האט דיך געבעטען (אויב אין הימל הייסט ער אויך "רבי זכיתו יגן עלינו").
איי וואס וועט @לאקש טוען? זארג נישט מען וועט ארלעדיגען ביי אהרן'ן, אהרן זיכט זיכער א קראספידאנט זאל באריכטען דא אויף "קאווע שטיבעל".
איך מיין עס באמת ערענסט!

חיים'ס ישיבה » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 7:53 am

· #411355

@calculater גיי אן מיט דיין מלחמת מצוה אנטקעגען די זאלונישע קליפה כי חזק הוא ממנו, די איינציגסטע פלאץ ווי מען קען נאך עפעס טוען אין מלחמה האלטן מיט דעם איז נאר דא אויף 'קאווע שטיבל', איך וואוין נאך דא אין וויליאמסבורג אינטער זייער רשות, אין איך האלט מען דארף טוען וואס איז נאר מעגליך אינטער צירייסן די קליפה וווס איז מלובש מיט כל הקודש לנו.
איך האב אמאל געהערט פשט אין די ווערטער פין הגה"ק מסאטמער אז משיח וועט נישט קימען ווילאנג ארץ ישראל וועט זיין אינטער די שלטון פין די ציונים, פשט איז ווייל איינמאל וואס די מדינה וועט צאמפאלן וועט די סאטמערע קליפה אויך צאמפאלן, וועט משיח קענען קימען.
אגב. ביזט אינז נאך שילדיג אן עקסטערע אשכול מסביר ציי זיין די עומק קליפת הזאלונים
חזק חזק

calculator » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 10:59 am

· #411369
חיים'ס ישיבה

איך האב אמאל געהערט פשט אין די ווערטער פין הגה"ק מסאטמער אז משיח וועט נישט קימען ווילאנג ארץ ישראל וועט זיין אינטער די שלטון פין די ציונים, פשט איז ווייל איינמאל וואס די מדינה וועט צאמפאלן וועט די סאטמערע קליפה אויך צאמפאלן, וועט משיח קענען קימען.

Long time I didn't hear such a good joke 😂