☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נייע קרן לב אהרן אין סאטמאר חתונה תקנות

נייע קרן לב אהרן אין סאטמאר חתונה תקנות

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12415
בלאט: 1 2

יעקב מענטש » מאנטאג יולי 9, 2018 1:48 pm

· #408373
א גרויסן יישר כוח קרית יואל רבי שליט"א

הגם ס'קוקט אויס ווי די געדאנק פון א 30 אלפים'דיג הלואה פאר ארום 30-40 פראצענט פון די חתונות קוקט אויס א דמיון, קומט זיך אייך גרויס קרעדיט אויף די אנדערע אויפטוען אייערע אין דעם הינזיכט און בעיקר

1) פארן האלטן דעם טאפיק אויפן סדר היום

2) פראבירן צו שיפטן אביסל פון די אומגעהויערע קאסט אויף די קינדער. (כאטש זאלן די קינדער שפירן א שטיקל אחריות ווען זיי מאכן אפ וואס צו פארלאנגן פון די עלטערן)

איך האלט שוין לאנג פון דעם געדאנקענסגאנג (איך מיין אז דער וויינבערגער פון קרית יואל וואס האט פראבירט צו מאכן תקנות 12-13 יאר צוריק האט דאס אויפגעברענגט) אז חתונה מאכן איין קינד -דהיינו זיך אליינס - איז פיל גרינגער ווי חתונה מאכן צען קינדער

קאך_לעפל » מאנטאג יולי 9, 2018 2:42 pm

· #408376
אצינד גערעדט צום שטוב פון בעל אהרן שליט''א.

מיט גראנדיעזע סאטעספעקציע און צופרידנהייט איז אויפגענומען געווארן די גינסטיגע נייעס בבית רבינו שליט''א, אז די אינטעלעקטואַלע חברי הקאפע די אפענע קעפ פונעם יאר הונדרעט, זענען עטוואס צופרידן פון זיינע גרויסארטיגע שריט וועלכע ער האט אונטערגענומען צו ראטעווען וואס מער אידיש געלט וואס אידן לאזן זיך געצווינגענערהייט קאסטן ביים פארהייראטען א קינד. דער רבי שליט''א האט זיך אויסגעדרוקט אז דאס אז די חברי הקאפע (אפגעזען פון לאקש) זענען עטוואס איינשטימיג מיט זיינע גרויסארטיגע שריט, איז ווירקליך זיין מאטאוואציע און טרייב-קראפט ווייטער אנצוגיין מיט זיינע גראנדיעזע אויפטוען למען עם השם אלקינו...

דאס איז ווירקליך פאר רבינו ווי באלזאם אויף אן אפענעם וואונד. ווארום נאך די אומהויערער אומצפרידענהייט און אויפברויז פון די חברי הקאפע אויף אים, צוליב דעם שרעקליכען טמאנעם כינוס וועלכער ער האט פאררופן קעגען די הערצל און נארדו-נאכפאלגער, (אן זיך געהעריג אויסצושמיעסן אינטעלעקטואַלע חברי הקאפע, וועלכע וואלטן אים אן קיין שום צווייפל געפירט אויף די ריכטיגע רעלסן) איז דאס פאר אים פיינע גוטע נייעס, ער שיקט זיינע ווארימע גריסען פאר אונז אלע.

newkave » מאנטאג יולי 9, 2018 2:47 pm

· #408377
קאך_לעפל

לאנג לעבן זאל דער אויבערפירער, דעם ראבינער פון קרי, וואס מיט זיין תקנות,בויעט ער א פולקאמען פאלק, און האט גאט צו זיין רעכטן האנט!

יחי בעל תחת אהרן יחי!!

קאך_לעפל » מאנטאג יולי 9, 2018 3:03 pm

· #408379
יא לאנג לעבן זאל ער...

די תקנות האבן באשינפערליך אנגעמאכט אזא רעש, אזש די גאנדיעזע בערן פון די אגריפת שטראסע אין ישראל, זענען טאטאל צושוידערט געווארן...אזש ווי דער נביא השם שרייט שוין... וַיָּנֻעוּ אַמּוֹת הַסִּפִּים מִקּוֹל הַקּוֹרֵא...

דער וויי געשריי שרייט דאך ביז צום הימל... ווען וועט זיר דער גרויסער רב זאל מאריך ימים זיין, דער אדמו''ר פון אונזער קאלעגע נייע קאווע (לרפ''ש) אנפאנגען זיך עטוואס צו זארגן פאר זיין עדה הק. וועלכע פארמאגט אנגעבליך די חשובסטע יונגעלייט אין די וועלט...דעם קאפ וואס ליגט אויפן גוף המזוכך פונעם רב זאל מאריך ימים, ליגט בלויז אין קאנאדישע רויטער טעפיכער און אין די נארמהאפטיגע ראפאגאש בארכעס פרעסעריי וואס קומט פאר טעגליך, אינעם פראכטפולער ווילא פון עזר ווייצמאן דער פארשטארבענעם קאמאנדיר פון די ציוניסטישע לופטוואפע, אין וועלכע דער רב זאל מאריך ימים זיין האלט זיך אויף אויף נופש אין טלז סטון...

ס'איז שוין העכסט צייט אויפצוהערן מיט דעם זיך, מיך, און איך. דמתקריא כבוד בית בעלזא. און נאצומאכן דעם הייליגן שוואגער מיט די חתונה תקנות... זיינע קלבער בלוטיגען אויס צום טויט...

newkave » מאנטאג יולי 9, 2018 3:07 pm

· #408381
קאך_לעפל
יא לאנג לעבן זאל ער...

די תקנות האבן אנגעמאכט אזא רעש אזש די גאנדיעזע בערן פון די אגריפת שטראסע זענען צושוידערט געווארן...אזש ווי דער נביא השם שרייט שוין... וַיָּנֻעוּ אַמּוֹת הַסִּפִּים מִקּוֹל הַקּוֹרֵא...

דער וויי געשריי שרייט דאך ביז צום הימל... ווען וועט זיר דער גרויסער רב פון נייע קאווע, זאל מאריך ימים זיין, אנפאנגען זיך עטוואס צו זארגן פאר זיין עדה הק וועלכע פארמאגט אנגעבליך די חשובסטע יונגעלייט אין די וועלט...דעם קאפ וואס ליגט אויפן גוף המזוכך פונעם רב זאל מאריך ימים, ליגט בלויז אין קאנאדישע רויטער טעפיכער, און אויף ראפאגאש בארכעס אינעם ווילא פון עזר ווייצמאן די קאמאנדיר פון די ציוניסטישע לופטוואפע אין טלז סטון...

ס'איז שוין העכסט צייט אויפצוהערן מיט דעם זיך, מיך, און איך. דמתקריא כבוד בית בעלזא. און נאצומאכן דעם שוואגער... זיינע קלבער בלוטיגען אויס צום טויט...

דעם גראבע פון אגריפס ברויך מען שוין לאנג אונטערברענגען!
זאל מען בשם דעם קרי רעבין, דער בעל תחת אהרן זוכה זיין, און די תחת אהרן זאל שוין נתגלה ווערן בקרוב אלס משיח בן יוסף בדורינו, אזויווי זיין פעטער זכותוזונהעלינו.

קאך_לעפל » מאנטאג יולי 9, 2018 3:10 pm

· #408382
newkave

וועם מיינסטו מיטן תחת אהרן? דעם לעצטען בעלזער רב הרה''ק רבי אהרן זי''ע?

newkave » מאנטאג יולי 9, 2018 3:48 pm

· #408383

איך וויל נישט פארדרייען די אשכול, קענסט מיר קומען אין אישי פרעגן די אלע קשיות.

קאך_לעפל » מאנטאג יולי 9, 2018 4:02 pm

· #408384
אקעי. ווארט מיך ביי די קארנער...

בן ישי » זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:25 pm

· #410942
מסיבה אין קרית יואל לטובת מפעל אבני חסד ווי עס איז פארגעקומען א הערליכע חתונה תקנות אויסשטעלונג בהשתתפות כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א
בילדער:
<a class="postlink" href="http://theahblick.com/?p=163811">http://theahblick.com/?p=163811</a>

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:10 pm

· #410952
עטץ מעגטץ מיך אויסלאכן. (היינט לאכט מען אויס איינער וואס האט די גאטס צו זאגן אן אמת'דיג ווארט.). אבער די רבי מהר"א שליט"א איז מיצר ודואג בצרתן של ישראל ושמח בשמחתם...!

אפשר זאגט עטץ מיר וועלכער רבי וואלט דאס געטון...? אויסער וואס ער האט מייסד געווען דעם קרן לב אהרן. גייט ער אראפ זעהן אליינס וויאזוי ס'איז אויסגעשטעלט. און ס'איז נישט קיין פחיתת הכבוד ביי איהם. דאס ווייזט ווי נאנט ס'איז צו זיין הארץ דער גאנצער ריזיגער פראיעקט...!

ימים ידברו » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 4:53 pm

· #411206
שכוח פאר די רשות צו לאכען

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 7:58 pm

· #411217
ימים ידברו: דו ודכוותך (א יעדער ווייסט ווער עטץ טראללס זענטץ. ואין לפרוט את שמכם הרע.) קענטס דאך נישט עפעס אנדערש ווי אויסלאכן (אין בעסטן פאלל) און שימפן און מבזה זיין און גיסן קיתונות של שופכין אויף א יעדן ערליכן, וואוילן איד. יא. ווען גדולי ישראל ווערן נסתלק, זינגט עטץ און מאכטץ לחיים'לעך און רקידה'לעך. אפילו אלטע נאראנים אויכעט. נו, ס'שטייט אין פרקי אבות...יש קנקן ישן שאפילו חדש אין בו... אן אלטער , פוסטער שטרויזאק. און דאס וועסטו אויכעט זיין ווען דו וועסט אלט ווערן. אן אלטער, שעדליכער נאר. שדרכו לילך ולהזיק...! האב א גוטן טאג.... אזא גוטן טאג ווי דו ווינטשט פאר אלע ערליכע אידן און נארמאלע מענטשן...!

ימים ידברו » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 1:13 pm

· #411277
הייסט די נעמשט צו די רשות פון לאכען? אדער אלעס בלייבט ביים לאכען?

יעקב מענטש » זונטאג אוגוסט 19, 2018 12:58 pm

· #411476
וויפיל פון דעם קרן עקזעסטירט שוין?
בלאט: 1 2