☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » הרצל!!!

הרצל!!!

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12412

בן ישי » פרייטאג יוני 29, 2018 6:12 am

· #407584
הרצל!!!
היינט גייט דאך די וועלט אז יעדע צוויי וואכן איז דא א אנדערע ווארט וואס יעדער זאגט וואס מאכט חוזק פון עפעס א מענטש אדער געשעהעניש, די ווארט די וואך איז "הרצעעעעעעל"
די מעשה איז אז עס גייט ארום א ווידיאו ווי א רוסישע רעפארטער האט באריכטעט די נייעס ביי די בחירות אין 2013 אין ער שטייט ביים כותל פארנט פון א ווידיאו קעמערא ווען אינמיטן שטעלט זיך איינער אריין צווישן עם אין די קעמערא - נישט באמעקענדיג אז זי איז יעצט לייוו - און שרייט "הרצל" זוכענדיג פאר איר מאן, און ווען זי באמערקט די קעמערא געבט זי זיך א דריי וואך ווען די רעפארטער שיסט אויס אין געלעכטער.
די ווידיאו איז גאנץ זיס צו קוקן, ס'איז אינטערסאנט ווי ס'איז פלוצלונג יעצט אפאר יאר שפעטער געגאנגען וויירעל.
על כל פנים געלויבט די באשעפער אז מענטשן האבן וואס צו טוהן.
און ווי פארשטייט זיך איז יעצט הרצל אריין אין די חתונה פלעי ליסטעס פון די זינגערס (נאך איי קנאו, ביי רובאשקין, העלא, חריק וכו') און איך האב שוין געזעהן א קליפ ווי ידידים זינגט עס און אזוי אויך דודי קנאפפלער...
אינטערוויא מיט די רעפארטער

טרויבן88 » פרייטאג יוני 29, 2018 6:30 am

· #407586
Re: הרצל!!!
איך טו אין די זעלבע צייט מוחה אויף ארויפברענגען די ווידעא, נישט ספעציעל אנטקעגן דיר @בן ישי נאר בכלליות, איך האב עס שוין געזען פאריגע וואך אין עס האט מיר זייער פארדראסן, עס גייט אריין אין די חלק פון המתכבד בקלון חבירו, די גאנצע אינטערעסאנטקייט איז נאר נובע פון הנאה פון א פעלער, לאכן פון א דיסעבעילד מענטש, אזוי ווי "קום צי מיר עסן שבת" און די זעלבע מיט "ביי רובאשקין"

איך קען אויך זאגן "ביי רובאשקין" אדער "הרצל" אינמיטן א ניוס קעסט, אבער קיינער וועט עס נישט פארווערדן, פארוואס???? ווייל עס איז נישט נעבעכדיג/זיס/גענוג דיסעבעילד וכו' יעדער קען זיך אליינס מתבונן זיין פארוואס דאס איז עם אינטערעסאנט וועט ער זען אז עס קומט מצד הרע,

דאס איז אין א סעריע פון לעצטנס קאלט מאכן די עולם וואס לויפט איינס נאכן צוויטן, די סעריע פון המתכבד בקלון חבירו

בן ישי » פרייטאג יוני 29, 2018 6:32 am

· #407587
טרויבן88
איך טו אין די זעלבע צייט מוחה אויף ארויפברענגען די ווידעא, נישט ספעציעל אנטקעגן דיר @בן ישי נאר בכלליות, איך האב עס שוין געזען פאריגע וואך אין עס האט מיר זייער פארדראסן, עס גייט אריין אין די חלק פון המתכבד בקלון חבירו, די גאנצע אינטערעסאנטקייט איז נאר נובע פון הנאה פון א פעלער, לאכן פון א דיסעבעילד מענטש, אזוי ווי "קום צי מיר עסן שבת" און די זעלבע מיט "ביי רובאשקין"

איך קען אויך זאגן "ביי רובאשקין" אדער "הרצל" אינמיטן א ניוס קעסט, אבער קיינער וועט עס נישט פארווערדן, פארוואס???? ווייל עס איז נישט נעבעכדיג/זיס/גענוג דיסעבעילד וכו' יעדער קען זיך אליינס מתבונן זיין פארוואס דאס איז עם אינטערעסאנט וועט ער זען אז עס קומט מצב הרע,

דאס איז אין א סעריע פון לעצטנס קאלט מאכן די עולם וואס לויפט איינס נאכן צוויטן, די סעריע פון המתכבד בקלון חבירו

אמת ויציב!

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 29, 2018 9:02 am

· #407590
אויף קומסט צו מיר אויף שאבעס האב איך קיין שום רחמנות. ער זעלבסט איז א פעצאו בעל לשון הרע און רכילות טרעגער. אן אינטערנעשאנעל וואן. וואס מען טראגט ארום קומט צוריק אהיים.

טרויבן88 » פרייטאג יוני 29, 2018 9:48 am

· #407593
Re: הרצל!!!
טאמבל סאס
אויף קומסט צו מיר אויף שאבעס האב איך קיין שום רחמנות. ער זעלבסט איז א פעצאו בעל לשון הרע און רכילות טרעגער. אן אינטערנעשאנעל וואן. וואס מען טראגט ארום קומט צוריק אהיים.
קיינער זאגט נישט אז "קומסט צי מיר עסן שבת" איז אומשולדיג, איינע פון די זאכן וואס מען זיך ארויסלערנען פון עם איז, וואטש וואס די טוסט ווייל עס קען דיר צוריקומען, (אבער עס איז נישט אזוי פשוט וויבאלד ער האט נישט קיין אנונג איבער אינטערנעט וכו' אבער נניח)

די זאך איז נאר אז עס איז דא צוויי זאכן דא, די פון וועם מ'לאכט און דער וואס לאכט, דער פון וועם מ'לאכט לאמיר זאגן אז ער איז מסכים, און נניח אז א מענטש וואס איז נישט די קלוגסטע האט א רעכט אפצימאכן אז מ'זאל לאכן פון עם, ליגט אבער א גרויסע אומרעכט צי פאקטיש לאכן, ווייל עס נאר אינטערעסאנט וויבאלד ער איז אן אינוואליד, פון א קלוגע מענטש לאכט קיינער נישט, נאר פון א נעבעך, אדער איינער וואס איז מעורר אין אונז די זעלבע עמאציעס פון א נעבעך, (דא מיט די לאגיק קענסטו חס ושלום לאכן פון איינעם מיט א פארקרומטע פנים סתם אזוי) דאס מיינט אז די אינטערעסאנטקייט קומט מצד הרע (ניין די תורה קומט נישט פון קבלה) סא אפילו יענער איז מסכים ברויכן מיר זיין העכער פון דעם און פארשטיין אז דאס איז שלעכטע אינטערטעימעינט און אומריכטיג, ביסיידס אז עס איז נישט אמת עס איז די זעלבע מענטשן וואס לאכן פון אלעם, און מען טראכט נישט ווער ס'שולדיג און ווער נישט, עס איז דא א איד וואס מאכט טאמבל סאוסעס אין בית המדרש, יעצט איינער וואס געט עם א דאלאר אז ער עס מאכן איז עס רשעות אפילו ער באגרייפט נישט וואס ער טוט, וויל ער אבער אז אז יענער זאל זיך צינאר מאכן און דאס איז רשעות און אן אומריכטיגע חינוך, צי הנאה האבן פון איינער וואס קעקעצט איז אומריכטיג/רשעות נישט קיין חילוק צי יענער איז מסכים צי נישט, "לאכסטו פון א אינוואליד וויבאלד ער איז א אינוואליד"

אונטער חכם » פרייטאג יוני 29, 2018 11:06 am

· #407606
Re: הרצל!!!
עס איז מיר געפאלן ווי די איזראעלי צייטונגען האבן באריכטעט ווי דער מאן האט זיך אפגערעדט אז עס שטערט אים זייער, און אין די זעלבע צייט האבן זיי ווייטער געשריבן דערוועגן און זיך אונטער געהאלטן דערמיט.
זעהט אויס אז נאר אויב חרדים ווילן נישט זיצן לעבן א פרוי , אדער אויב מען איז חושש אויף די יהדות פון די פאלאשן דארף מען נזהר זיין אין יענעמס געפילן.

טרויבן88 » פרייטאג יוני 29, 2018 11:11 am

· #407607
Re: הרצל!!!
אונטער חכם
עס איז מיר געפאלן ווי די איזראעלי צייטונגען האבן באריכטעט ווי דער מאן האט זיך אפגערעדט אז עס שטערט אים זייער, און אין די זעלבע צייט האבן זיי ווייטער געשריבן דערוועגן און זיך אונטער געהאלטן דערמיט.
זעהט אויס אז נאר אויב חרדים ווילן נישט זיצן לעבן א פרוי , אדער אויב מען איז חושש אויף די יהדות פון די פאלאשן דארף מען נזהר זיין אין יענעמס געפילן.
זיי זענען נישט אינטערשטעליג ווי אונז חרדים, המתכבד בקלון חבירו ווערט ערגער און מער מותר פון טאג צי טאג, האט גארנישט צוטון מיט ציונים און נישט מיט איזראעלי מידיע, דער זעלבער ביי אונז וואס גייט נאך צדקה האלט זיך אינטער פון אינוואלידן, אלא מאי עס איז נישט פארבינדן

טרויבן88 » פרייטאג יוני 29, 2018 11:41 am

· #407612
Re: הרצל!!!
דער טיפש איי-קנאו ביים חוזק מאכן פון די אינוואליד

יוטיוב לינק

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 29, 2018 11:48 am

· #407613
קארמה במיטבה.

טרויבן88 » פרייטאג יוני 29, 2018 12:01 pm

· #407614
Re: הרצל!!!
רביה''ק זי''ע
קארמה במיטבה.
חינוך מורקב במיטבה, וגם רשעות במיטבה

איסר האטלקי » פרייטאג יוני 29, 2018 2:44 pm

· #407620
אונטער חכם
עס איז מיר געפאלן ווי די איזראעלי צייטונגען האבן באריכטעט ווי דער מאן האט זיך אפגערעדט אז עס שטערט אים זייער, און אין די זעלבע צייט האבן זיי ווייטער געשריבן דערוועגן און זיך אונטער געהאלטן דערמיט.
זעהט אויס אז נאר אויב חרדים ווילן נישט זיצן לעבן א פרוי , אדער אויב מען איז חושש אויף די יהדות פון די פאלאשן דארף מען נזהר זיין אין יענעמס געפילן.

אויב די רעדסט פון העעעעעעערצל, איז עס א פרוי, נישט קיין מאן.

אונטער חכם » מוצ"ש יוני 30, 2018 10:28 pm

· #407628
Re: הרצל!!!
איר מאן האט אבער גערעדט צו די מידיא

אונטער חכם » מוצ"ש יוני 30, 2018 10:31 pm

· #407629
Re: הרצל!!!
טרויבן88
אונטער חכם
עס איז מיר געפאלן ווי די איזראעלי צייטונגען האבן באריכטעט ווי דער מאן האט זיך אפגערעדט אז עס שטערט אים זייער, און אין די זעלבע צייט האבן זיי ווייטער געשריבן דערוועגן און זיך אונטער געהאלטן דערמיט.
זעהט אויס אז נאר אויב חרדים ווילן נישט זיצן לעבן א פרוי , אדער אויב מען איז חושש אויף די יהדות פון די פאלאשן דארף מען נזהר זיין אין יענעמס געפילן.
זיי זענען נישט אינטערשטעליג ווי אונז חרדים, המתכבד בקלון חבירו ווערט ערגער און מער מותר פון טאג צי טאג, האט גארנישט צוטון מיט ציונים און נישט מיט איזראעלי מידיע, דער זעלבער ביי אונז וואס גייט נאך צדקה האלט זיך אינטער פון אינוואלידן, אלא מאי עס איז נישט פארבינדן

מיין טענה איז נישט אויף סאושעל מידיא, מיין טענה איז אויף אפיציעלע צייטונגען וואס טוען עס, דעיס האסטו נישט ביי אונז.

טרויבן88 » מוצ"ש יוני 30, 2018 10:49 pm

· #407630

אויבער חכם.... האמער דען צייטונגען???

גראף » מוצ"ש יוני 30, 2018 11:45 pm

· #407632
Re: הרצל!!!
ניין, אונזער צייטונגען קענען שרייבן ''גייסטישע פירער'' מיט אנדער פערל ווערטער.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

קומזיץ » זונטאג יולי 1, 2018 12:41 am

· #407636
איך זעה נישט די גרויסע בזיונות דא מען טוט דאס א גאנצען טאג ס'איז נישט עפעס אזוי ווי מ'פאלט אראפ אדער מ'רעדט מאדנע ,
זי האט גערופען איר מאן און פונקט איז זי געווארן אפגעכאפט זי האט נישט געטוהן עפעס וואס זי דארף זיך שעמען דערמיט

איסר האטלקי » זונטאג יולי 1, 2018 2:40 am

· #407641
קומזיץ
איך זעה נישט די גרויסע בזיונות דא מען טוט דאס א גאנצען טאג ס'איז נישט עפעס אזוי ווי מ'פאלט אראפ אדער מ'רעדט מאדנע ,
זי האט גערופען איר מאן און פונקט איז זי געווארן אפגעכאפט זי האט נישט געטוהן עפעס וואס זי דארף זיך שעמען דערמיט

אין הכי נמי, זי האט אבער מיט וואס זיך צו שעמען אייביג....

בן ישי » זונטאג יולי 1, 2018 3:24 am

· #407643
קומזיץ
איך זעה נישט די גרויסע בזיונות דא מען טוט דאס א גאנצען טאג ס'איז נישט עפעס אזוי ווי מ'פאלט אראפ אדער מ'רעדט מאדנע ,
זי האט גערופען איר מאן און פונקט איז זי געווארן אפגעכאפט זי האט נישט געטוהן עפעס וואס זי דארף זיך שעמען דערמיט

זי האט נישט וואס זיך צו שעמען...די ווילסט געוואלט זיין אין איר פלאץ?

קומזיץ » זונטאג יולי 1, 2018 1:26 pm

· #407661
בן ישי
קומזיץ
איך זעה נישט די גרויסע בזיונות דא מען טוט דאס א גאנצען טאג ס'איז נישט עפעס אזוי ווי מ'פאלט אראפ אדער מ'רעדט מאדנע ,
זי האט גערופען איר מאן און פונקט איז זי געווארן אפגעכאפט זי האט נישט געטוהן עפעס וואס זי דארף זיך שעמען דערמיט

זי האט נישט וואס זיך צו שעמען...די ווילסט געוואלט זיין אין איר פלאץ?

ניין איך וואלט נישט געוואלט זיין אויף איר פלאטץ אבער זי קען אביסל מיטלאכן און ממשיך זיין ווייטער מיט'ן לעבן ס'איז נישט עפעס וואס וועט איר באגלייטען שפעטער אז זי האט געטוהן עפעס מאדנע

בן ישי » זונטאג יולי 1, 2018 1:48 pm

· #407663

די ווידיאו איז פון 2013...

ליפא » זונטאג יולי 1, 2018 7:30 pm

· #407707
📎 IMG_20180701_192928.jpg

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 2, 2018 2:43 am

· #407727
טאמבל סאס
אויף קומסט צו מיר אויף שאבעס האב איך קיין שום רחמנות. ער זעלבסט איז א פעצאו בעל לשון הרע און רכילות טרעגער. אן אינטערנעשאנעל וואן. וואס מען טראגט ארום קומט צוריק אהיים.

טאמבל סוס: דו קענסט איהם פערזענליך...?! איך וויל נאר וויסן...! אז דו זאגסט מיט אזא זיכערקייט אז ער איז א בעל לשון הרע און רכילות טרעגער...! נאכדערצו אן אינטערנעשיאנאל וואן...כלשונך...!