"מענדעלע"
67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12406
"מענדעלע"
ווי מיר ווייסן אלע מוטשעט אונז מחשבות זרות, נארישע מחשבות וואס פאלן ביי א מענטשן און רעדן אים איין צו טון און טראכטן און זאגן אלע סארטן נארישע זאכן. מאנכע רופן דאס "שטן" נאך אנדערע רופן עס "סטרא אחרא".
בעצם זענען דא וואס גלייכן נישט די אלע סארטן נעמען ווייל מ'שטיינס געזאגט, וואסארא מין גערעדעכץ איז דאס. דער "שלעכטער" יצר, כאילו תאוות נשים קומט עפעס פון א פרעמדע מאן דהוא. אנטשולדיגט, כ'בין א מענטש, און דאס איז מיינע אייגענע רצונות און באגערן. ווי האט דער קאצקער געזאגט, "דאס זענען נישט מחשבות זרות, דאס זענען דיינע אייגענע." אבער פארט קען יעדער אמאל פילן אז עס זענען דא זאכן וואס ער זאגט אדער טוט נישט ווייל ער וויל באמת, נאר ס'איז סתם אזא יצר. ברויך מען דאך א געהעריגער נאמען פאר יענעם.
די וואך איז מיר עס איינגעפאלן.
ס'איז מיר געקומען ווי א שטורעם. ווי א בליץ.
מענדעלע.
יא, מענדעלע.
קוקטס מיר נישט אן אזוי. כ'רעד נישט אוודאי פון דעם וויזניצער רבי'ן פון בני ברק שליט"א, וועלכער איז א בנן של קדושים, דאוונט הארציג פראוועט שיינע טישן און פירט אן עדה אידן.
כ'רעד פון מענדעלע. דער מענדעלע וואס דער עולם טרייבט ליצנות אויף זיין חשבון. דאס איז עפעס א מין מענדעלע. נאכנישט געווען אזא מענדעלע מימות מענדעלעך. כ'גלייב נישט דאס האט א שייכות מיט דעם גרויסן מנהיג. ס'איז סתם אזא מענדעלע אזא.
א מענדעלע.
מענדעלעך קומען אין אלע פארעמען און קאלירן. רוב ווערן געבוירן מיט זיי. אמאל זעצן זיי זיך אריין ביי איינעם א שטיק צייט און זיי ווערן פארשוואונדן. אמאל בלייבן זיי אויף אייביג. אבער יעדער וואס גייט דורך זיבעציג יאר אין זיין לעבן האט עפעס א שייכות מיט מענדעלע.
איך האב אויך א מענדעלע. איך גלייך זיך צו נאריש מאכן אמאל און איך גלייך ווען מענטשן האלטן פון מיך. איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען פון וואו ס'קומט צו מיר, נעמליך כ'בין דאך אזא עניו ווי ס'איז אפילו רב יוסף נישט גע'חלומ'ט צו זיין. יעצט כאפ איך שוין. ס'איז מענדעלע.
א שטיקל לשון הרע'לע און א ביליגע ליצנות אויף חשוב'ע אידן. בעצם בין איך זייער א וואוילער און גוטער, נאר דאס איז מיין שוואכקייט. ס'איז מענדעלע.
מענדעלע האט זיך זיינע משוגעתן און ער רעכנט זיך בכלל נישט אויב ס'שטימט על פי תורה אדער על פי שכל. אזוי וויל ער און אזוי וועט זיין. א מענדעלע.
מענדעלע איז איבערצייגט הונדערט פראצענט אז ער מיינט גוט, און ער מיינט טאקע גוט! נאר ס'גוטסקייט איז אזוי מענדלדיג.
פון היינט און ווייטער ווען איך צושריי זיך אויף מיין בני בית וועל איך איר געבן א זאג, "נישט גע'דאגה'ט, ס'איז מענדעלע."
און אז איינער קריטיקירט די דאזיגע פירקלענישן, וועל איך נאר אנטווארטן, "ס'איז נישט איך, ס'איז מענדעלע."
ש'כח, מענדעלע.
איי לאוו יו, מענדעלע.
ס'שמעקט פון ונבנתה.
וואס מיינסטו צו זאגן אז מ'דארף פארשטיין מענדעלע, ער איז א מענטש ווי אלעמען און כאטש בלאפט ער נישט?
טאמבל סאסוואס מיינסטו צו זאגן אז מ'דארף פארשטיין מענדעלע, ער איז א מענטש ווי אלעמען און כאטש בלאפט ער נישט?
יעדער קען ארויסלערנען פון מיינע ווערטער וואס ער וויל 😎
גדליה, איך פארשטיי עטוואס דיין פונקט, אבער כ'מיין אז דאס איז אינגאנצן נישט אזוי פשוט...
ווען דער מענדל האט בלויז עטליכע משוגענע קאפריזן, אדער נעוורן אנטצינדונגען, וועלכע ער פארלאנגט פון זיינע שווענץ דאס נאכצוטאנצן החרשתי...אבער ווען ס'קומט צו ע''ז ממש איז א אנדערע געשיכטע...
דער נעבד בן לאה, איז גענוי ווי פרעה, נבוכדנצר און המן ימ''ש רח''ל...וואס זייער אויסטערלישער דורשט צו כבוד און צו אומבאגרעניצטע מאכט איז געווען אזוי גרויס, אזש ס'האט זיי געטריבן זיך צו דעקלערן אלס א קאנקערענט צום בורא עולם. זייערע בייזע גייסטער האבן זיך נישט אפגעקילט, ביז זיי האבן גאר פארלאנגט פון זייער אונטערטאנען זיך צו ביקן צו זיי ביז צו דער ערד און זיי צו דינען בלינדערהייט. שיטת שוואנצנות / ע''ז בלע''ז
דער אונטערשייד איז בלויז אז פרעה, נבוכדנצר און המן האבן ווירקליך געטראסקעט די וועלט און געקעניגט אויף פולע לענדער. דערפאר איז כאטש געווען עטוואס ארט פאר טעותים...
דאקעגען דער נעבד בן לאה, האט זיך דעקלערט אלס אן אפגאט, און וויבאלד ער איז ווארשיינליך גארנישט מער ווי א פוסטער נפוחה, איז ניטאמאל דא קיין ארט זיך טועה צו זיין אין דעם גוף עכור. אין די אויגן פון די אלגעמיינע מענטשהייט איז ער זאגאר גארנישט מער ווי דער רוסישער שיסטער וואס וואוינט די אנדערע זייט גאס.
אבער ווי דער קאצקער זי''ע זאגט אויף דער ווארט ג.ו.ף. גוף וויל פארט. דער נעבד ונרבע בן לאה וויל פארט זיין אן אפגאט, טאטי איך וויל...טאטי כ'דארף....און אז נישט ביי די אלגעמיינע מענטשהייט, כאטש ביי זייינע נעבאכדיגע שווענץ. דערפאר דעקלערט דער נעבד אין זיין פינסטערע ע''ז רעדע, אז ווער ס'וויל נישט פראקטעצירן דעם פעור-סטיל-עבודה פאר אים, קען זיך געין פון ווישניץ, א זאך וואס מאנכע פון זיי האבן נאכנישט די קאראזש צו טאן.
און די מענטשהייט זאגט אים אז ג.ו.ף. איז אויך די ר''ת גוף וועט פגר'ן. בן לאה פרעס אריין וואס מער קעגעל און פצעי, אזוי וועט דאס ע''ז פגר דיינער, זיין וואס גרעסער...
ס'איז נישט סתם אזוי א מענדעלע... אזא דורכגאנגאבארע שטן קאשמאר...אדער אזא קליינע יצר הרע'לע...מ'רעדט דא פון א שייגאץ און א גארנישט, וואס האט זיך ווירקליך דערקלערט אלס אן אפגאט....אלס א קאנקערענט צום בורא עולם רח''ל...
עַל כֵּן נְקַוֶּה-לָּךְ ה' אֱלֹקינוּ לִרְאוֹת מְהֵרָה בְּתִפְאֶרֶת עֻזָּךְ: לְהַעֲבִיר גִּלּוּלִים מִן הָאָרֶץ, וְהָאֱלִילִים כָּרוֹת יִכָּרֵתוּן, לְתַקֵּן עוֹלָם בְּמַלְכוּת שַׁדַּי........
ווער ס'הא געקענט אונזער באליבטע
שלום-עליכם מיט זיינע טוביה'ס און זיינע מנחם-מענדל'ך פון כתריאליווקע והגלילות
וועט פארשטיין עומק כוונתו פון רבינו
@גדליה...
🙄 😂
(אדער גאר מיינט ער
מֶנְדְלֵי-מוֹכֵר-סְפָרִיםׂ)
קאך_לעפלס'איז נישט סתם אזוי א מענדעלע... אזא דורכגאנגאבארע שטן קאשמאר...אדער אזא קליינע יצר הרע'לע...מ'רעדט דא פון א שייגאץ און א גארנישט, וואס האט זיך ווירקליך דערקלערט אלס אן אפגאט....
קען זיין אז דיין יצר'ל איז א קליינעם, גדליה האט גערעדט פון זיין אייגענע...
קאך_לעפלגדליה, איך פארשטיי עטוואס דיין פונקט, אבער כ'מיין אז דאס איז אינגאנצן נישט אזוי פשוט...
ווען דער מענדל האט בלויז עטליכע משוגענע קאפריזן, אדער נעוורן אנטצינדונגען, וועלכע ער פארלאנגט פון זיינע שווענץ דאס נאכצוטאנצן החרשתי...אבער ווען ס'קומט צו ע''ז ממש איז א אנדערע געשיכטע...
דער נעבד בן לאה, איז גענוי ווי פרעה, נבוכדנצר און המן ימ''ש רח''ל...וואס זייער אויסטערלישער דורשט צו כבוד און צו אומבאגרעניצטע מאכט איז געווען אזוי גרויס, אזש ס'האט זיי געטריבן זיך צו דעקלערן אלס א קאנקערענט צום בורא עולם. זייערע בייזע גייסטער האבן זיך נישט אפגעקילט, ביז זיי האבן גאר פארלאנגט פון זייער אונטערטאנען זיך צו ביקן צו זיי ביז צו דער ערד און זיי צו דינען בלינדערהייט. שיטת שוואנצנות / ע''ז בלע''ז
דער אונטערשייד איז בלויז אז פרעה, נבוכדנצר און המן האבן ווירקליך געטראסקעט די וועלט און געקעניגט אויף פולע לענדער. דערפאר איז כאטש געווען עטוואס ארט פאר טעותים...
דאקעגען דער נעבד בן לאה, האט זיך דעקלערט אלס אן אפגאט, און וויבאלד ער איז ווארשיינליך גארנישט מער ווי א פוסטער נפוחה, איז ניטאמאל דא קיין ארט זיך טועה צו זיין אין דעם גוף עכור. אין די אויגן פון די אלגעמיינע מענטשהייט איז ער זאגאר גארנישט מער ווי דער רוסישער שיסטער וואס וואוינט די אנדערע זייט גאס.
אבער ווי דער קאצקער זי''ע זאגט אויף דער ווארט ג.ו.ף. גוף וויל פארט. דער נעבד ונרבע בן לאה וויל פארט זיין אן אפגאט, טאטי איך וויל...טאטי כ'דארף....און אז נישט ביי די אלגעמיינע מענטשהייט, כאטש ביי זייינע נעבאכדיגע שווענץ. דערפאר דעקלערט דער נעבד אין זיין פינסטערע ע''ז רעדע, אז ווער ס'וויל נישט פראקטעצירן דעם פעור-סטיל-עבודה פאר אים, קען זיך געין פון ווישניץ, א זאך וואס מאנכע פון זיי האבן נאכנישט די קאראזש צו טאן.
און די מענטשהייט זאגט אים אז ג.ו.ף. איז אויך די ר''ת גוף וועט פגר'ן. בן לאה פרעס אריין וואס מער קעגעל און פצעי, אזוי וועט דאס ע''ז פגר דיינער, זיין וואס גרעסער...
ס'איז נישט סתם אזוי א מענדעלע... אזא דורכגאנגאבארע שטן קאשמאר...אדער אזא קליינע יצר הרע'לע...מ'רעדט דא פון א שייגאץ און א גארנישט, וואס האט זיך ווירקליך דערקלערט אלס אן אפגאט....אלס א קאנקערענט צום בורא עולם רח''ל...
עַל כֵּן נְקַוֶּה-לָּךְ ה' אֱלֹקינוּ לִרְאוֹת מְהֵרָה בְּתִפְאֶרֶת עֻזָּךְ: לְהַעֲבִיר גִּלּוּלִים מִן הָאָרֶץ, וְהָאֱלִילִים כָּרוֹת יִכָּרֵתוּן, לְתַקֵּן עוֹלָם בְּמַלְכוּת שַׁדַּי........
ס'האט זיך מיר כמעט געדאכט אז דאס האט געשריבן אלטר משה ג"ב 😃 😃 😃 😃
נקודת-אמתווער ס'הא געקענט אונזער באליבטע
שלום-עליכם מיט זיינע טוביה'ס און זיינע מנחם-מענדל'ך פון כתריאליווקע והגלילות
וועט פארשטיין עומק כוונתו פון רבינו
@גדליה...
🙄 😂
(אדער גאר מיינט ער
מֶנְדְלֵי-מוֹכֵר-סְפָרִיםׂ)
😂
כ'האב נישט געמיינט דאס אבער אז מ'וויל קען מען אזוי אריינלערנען 😎
איך האב גראדע געטראכט אז מענדעלע איז באמת קלוג. נאר אנדערש פון וואס מיר האבן זיך אויסגעבויעט א רבי איז. מסתמא א חלק ניכר פון די רביס פון אמאל זענען געווען ווי אים.
ער לאזט אריין זיינע חסידים אין די סיקרעט און זאגט קומטס לאמיר צוזאמען בויען א קאמפעטישן.
טאמבל סאסאיך האב גראדע געטראכט אז מענדעלע איז באמת קלוג. נאר אנדערש פון וואס מיר האבן זיך אויסגעבויעט א רבי איז. מסתמא א חלק ניכר פון די רביס פון אמאל זענען געווען ווי אים.
ער לאזט אריין זיינע חסידים אין די סיקרעט און זאגט קומטס לאמיר צוזאמען בויען א קאמפעטישן.
שמעתי אז ווען מ'האט דערציילט פאר'ן באקאנט'ן זיסע'ן רעבי'ן פון אנטווערפן הלא הוא רבי ברוך'ל כהנא שליט"א לרפו"ש במהרה
על אודות די נייע רעקארדירונגען איבער די שיטה הק',
האט ער (כדרכו) געקלאפט אויף זיינע ליפן כמה פעמים און געזאגט:
"אוי וויי, זאכן וואס זענען געוועהן סודי סודות צווישן די רבי'ס פאר הונדערטע יאהרן, האט דער דא אויסגעזאגט פאר אלעמען..."
😂 😈
ודפח"ח.
Re: "מענדעלע"
טאמבל סאסס'שמעקט פון ונבנתה.
די תוכן איז ונבנתה׳דיג, די שפראך נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: "מענדעלע"
נקודת-אמתטאמבל סאסאיך האב גראדע געטראכט אז מענדעלע איז באמת קלוג. נאר אנדערש פון וואס מיר האבן זיך אויסגעבויעט א רבי איז. מסתמא א חלק ניכר פון די רביס פון אמאל זענען געווען ווי אים.
ער לאזט אריין זיינע חסידים אין די סיקרעט און זאגט קומטס לאמיר צוזאמען בויען א קאמפעטישן.
שמעתי אז ווען מ'האט דערציילט פאר'ן באקאנט'ן זיסע'ן רעבי'ן פון אנטווערפן הלא הוא רבי ברוך'ל כהנא שליט"א לרפו"ש במהרה
על אודות די נייע רעקארדירונגען איבער די שיטה הק',
האט ער (כדרכו) געקלאפט אויף זיינע ליפן כמה פעמים און געזאגט:
"אוי וויי, זאכן וואס זענען געוועהן סודי סודות צווישן די רבי'ס פאר הונדערטע יאהרן, האט דער דא אויסגעזאגט פאר אלעמען..."
[emoji38] 😈
ודפח"ח.
אגב אורחא, האלבוועגס נוגע צו אונזער אשכול
איך האב אמאל געהערט פון ר׳ ברוכ׳ל אז ער איז געווען א חבר אלס בחור פון הרב אריה שכטר. הרב אריה שכטר׳ס פאטער איז אוועק יונג, און דער חזו"א האט זיך געפארעט מיט די יתומים. הרב אריה האט געוואלט גייען לערנען אין ישיבת וויזניץ. האט דער חזו"א רעאגירט "וואס וועסטו לערנען דארט? זינגען?"
ודפח"ח.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטנקודת-אמתטאמבל סאסאיך האב גראדע געטראכט אז מענדעלע איז באמת קלוג. נאר אנדערש פון וואס מיר האבן זיך אויסגעבויעט א רבי איז. מסתמא א חלק ניכר פון די רביס פון אמאל זענען געווען ווי אים.
ער לאזט אריין זיינע חסידים אין די סיקרעט און זאגט קומטס לאמיר צוזאמען בויען א קאמפעטישן.
שמעתי אז ווען מ'האט דערציילט פאר'ן באקאנט'ן זיסע'ן רעבי'ן פון אנטווערפן הלא הוא רבי ברוך'ל כהנא שליט"א לרפו"ש במהרה
על אודות די נייע רעקארדירונגען איבער די שיטה הק',
האט ער (כדרכו) געקלאפט אויף זיינע ליפן כמה פעמים און געזאגט:
"אוי וויי, זאכן וואס זענען געוועהן סודי סודות צווישן די רבי'ס פאר הונדערטע יאהרן, האט דער דא אויסגעזאגט פאר אלעמען..."
[emoji38] 😈
ודפח"ח.
אגב אורחא, האלבוועגס נוגע צו אונזער אשכול
איך האב אמאל געהערט פון ר׳ ברוכ׳ל אז ער איז געווען א חבר אלס בחור פון הרב אריה שכטר. הרב אריה שכטר׳ס פאטער איז אוועק יונג, און דער חזו"א האט זיך געפארעט מיט די יתומים. הרב אריה האט געוואלט גייען לערנען אין ישיבת וויזניץ. האט דער חזו"א רעאגירט "וואס וועסטו לערנען דארט? זינגען?"
ודפח"ח.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך גלייב נאכנישט אז די חזו״א האט דעס געזאגט. סאיז ידוע אז ער האט געזאגט אויף וויזניץ ״שכן טוב״, ער האט עס געזאגט פארן אמרי חיים זצ״ל אז ער פרייד זיך שטארק אז ער האט אזעלכע גיטע שכנים. אבער טאמער איז די מעשה יא אמת איז טאקע גוט אז דו זאגסט מיר. ווייל די חזון איש איז נאך געוועהן ממש פון די איינציגסטע ליטווישע גדולים וואס איך האב געהאלטן פאר א קלוגע, ערליכע מענטש. יעצט אז דו זאגסט מיר אז ער האט גערעדט מיט אזא ביטול קעגן א עדה פון טויזנטער אידן יראים ושלמים, גאונים, צדיקים, ערליכע חסידישע אידן וואס האלטן זיך אן פעסט צו זייער טראדיציע פון דורי דורות- זייער וועג אין ״עבודת השם״ ווי זינגן פארן אייבערשטען, איז דער חזון איש כבודו במקומו מונח אפגעפרעגט ביי מיר לגמרי. דעס ווייזט אז ער האט נישט געהאט קיין טראפ ״טאלאראנץ״ צו א אנדערע דרך אין ״עבודת השם״... דעס ווייזט אז ער האט זיך געהאלטן שטאלץ מיט זיין ״ליטווישע וועג״ און אוועקגעמאכט די ״דרך החסידות״ פון זינגן שירה פארן אייבערשטן. ער וואלט זיך געדארפט פרייען אז אזא איד ווי די הייליגער אמרי חיים זצ״ל האט איבערגעלעבט די קריג און פון דאסניי איבערגעבויט אזא הערליכע חסידות ווי ״בית וויזניץ״ ווי טויזנטער ערליכע אידן האבן געשעפט חיזוק אין עבודת השם... נגינה איז נישט עפעס א נייע ערפינדונג! סאיז א גרויסע חלק פון די ״דרך הבעש״ט״... און די חזון איש האט דאס געוואוסט. ער וואלט געדארפט זיין שטאלץ צו וואוינען לעבן אזא הייליגע חסידות און אזעלעכע אויסגעארבעטע ווינזיצער אידן... זיי וואלטן אלע געקענט אויסקוקן ווי די פרייע אידן אין תל אביב... די אמרי חיים האט מיט בלוט און שווייס איבערגעבויט די וויזניצער שיכון, אן קיין טראפ געלט, מיט די לעצטע כוחות... איך קען נישט גלייבן די חזון-איש האט געזאגט אזא זאך! וואס איז בכלל נישט אמת! האט מען דען אין וויזניץ נישט געלערנט קיין תורה? מ׳האט נאר געזינגען דארט???? ממש אזוי? ווי איז אויסגעוואקסן אזויפיל תלמידי חכמים אין וויזניץ? אבי גערעדט! אבי יענעם אוועקגעמאכט! אבי גערעדט שטותים מיט הבלים....
קענסט מיר געבן א מקור ראשון וועם איך קען פרעגן די מעשה? אדרבה! איך וויל טאקע וויסן... אויב איז עס אמת. איז דער גרויסער חזון איש געוועהן א פשוטע שקרן און א אומפארגינער! און קיין מידות און מענשטליכקייט האט ער נישט געהאט... ווייל יענער איז נישט פונקט אויף דיין דרך אין ״עבודת השם״ מאכסטו אים אזוי אוועק???
איך גלייב עס נישט.
Re: "מענדעלע"
איך מיין אז דו וועסט זיך אן עצה געבען אזוי אויך. קענסט קלינגען הרב אריה שכטר טאמער דו ווילסט, לכאורה לעבט ער נאך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטאיך מיין אז דו וועסט זיך אן עצה געבען אזוי אויך. קענסט קלינגען הרב אריה שכטר טאמער דו ווילסט, לכאורה לעבט ער נאך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך וועל מיך טאקע נאכפרעגן בלינ״ד. קיין טראפקלע סענס מאכט עס נישט...
הרב שכטר איז געוועהן א משגיח אין סקווירא?
Re: "מענדעלע"
איך ווייס נישט, ער קומט פון א וויזניצער משפחה, ער איז א שוואגער געווען פון הרב משה שטערנבוך. א וויזניצער ווי דו וואלט געמעגט קענען די נאמען. ער האט, דוכט, זיך א שוואגער אין בראזיל מיט׳ן נאמען רייכמאן.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק בלייבט ליטוואק. הגם ס'איז מן הסתם ארויסגענומען פון קאנטעקסט, אבער ס'שמעקט דאך נישט גוט.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך ווייס נישט, ער קומט פון א וויזניצער משפחה, ער איז א שוואגער געווען פון הרב משה שטערנבוך. א וויזניצער ווי דו וואלט געמעגט קענען די נאמען. ער האט, דוכט, זיך א שוואגער אין בראזיל מיט׳ן נאמען רייכמאן.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אה, ער איז א שוואגער מיט די וויזניצער רייכמאן וואס איז יעצט פלוצלינג אוועק אפאר וואכן צוריק? הער איך.
דו האלטס די חזון איש האט טאקע דאס געזאגט?
Re: "מענדעלע"
היתכן אזא שאלה?! איך האב זיך געווייקט ביי ר׳ ברוכ׳לנס טישען שעות ארוכות, געשמועסט און גערייכעט ציגארעטלעך און געגעסען מיט איהם. איך זאל נאך חושד זיין א ווארט וואס ער האט מיר געזאגט?! דו ווייסט וויפיהל צדיקים האבען זיך אויסגעדרוקט אויף איהם אז א דריטעל וועלט שטייט אויף זיין פלייצעס?! און זיין עניוות מיט׳ן לאזען זיין שוואגער איבערנעמען די רעביסטיווע?!
ווען ער זאגט עפעס, איז עס באשטעטיגט.
יחי אדוננו מורנו ורבנו וכו׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק טייערער.
אין ספר ״מעשה איש״ -תולדות החזו״א, ווערט געברענגט אט די פאלגענדע מעשה:
און דאס ווארפט אביסל ליכט וואס די חזון איש האט באמת געהאלטן וועגן זיינע שכנים די ״עדה קדושה-וויזניץ״ (און ווער ס׳וויל קען עס נאכקוקן).
א איד איז געקומען צום חזון איש זיך צו דורכרעדן וועגן קויפן א נייע הויז אין בני ברק אין די בראשית יאהרן, נאכן קריג. די איד האט אים געזאגט אז מ׳טראגט אים אן א הויז אין ״שיכון וויזניץ״ און ס׳געפעלט אים זייער. האט דער חזו״א געזאגט אז ער זאל עס נישט קויפן. האט ער אים געפרעגט פארוואס נישט? האט ער געזאגט ״מיט דעם וואס דו קויפסט א הויז אין שיכון וויזניץ ביסטו נישט מרחיב גבולי הקדושה ווייל וויזניץ איז דאך שוין ״גבולי הקדושה״ יעצט דארפסטו זעהן צו קויפן ביים עק פון שטאט און דארט פארשפרייטן אידישקייט״
דער חזון איש האט גאר שטארק מחשיב געוועהן וויזניץ ער האט אסאך מאל געזאגט אויף וויזניץ ״שכן טוב״ ער האט גוט געקענט די אמרי חיים זצ״ל און גאנץ גוט געוואוסט אז ער פארקויפט אסאך זאכן חוץ נגינה. און וויזניץ האט טאקע ארויסגעגעבן תלמידים וואס דארפן זיך נישט שעמען נישט פון קיין שום אנדערע חסידותן אויף די וועלט און נישט פאר קיין ליטוואקס. דער הייליגער אמרי חיים האט זוכה געוועהן צו הונדערעטער תלמידים תלמידי חכמים דערינען אסאך חשובע רבנים און דיינים און אפילו גרויסע רבי׳ס מיט חסידים, אזעלכע ערליכע וואוילע אידן א שטייגער ווי ר׳ יודלע הארוויץ, ר׳ מנחם מונדרער, ר׳ אליזער דוד פרידמאן, ר׳ שמואל יעקב קאהן, ר׳ דוד לייב שווארץ, ר׳ אברהם צבי בעק, ר׳ משה שנעבאלג, ר׳ חיים פייבל שנעבאלג, ר׳ זושע לוריא, ר׳ ברוך שטערן, ר׳ משה שאול קליין, ר׳ מענדל פוקס, ר׳ זושע פוקס, ר׳ אברהם ניסן ניימאן, ר׳ מאטל שטיין, וכו׳ וכו׳ וכו׳.
ביסט א גראבען מחוצף אזוי צו רעדען אויף מיין רבי'ן ר' ברוכ'ל! איך בין מוחה בכל התוקף!
אייביג ווען מ׳קארנערט דיך נעמסטו זיך רעדן נישט צום זאך?
ליטוואק פון בודאפעסטאיך מיין אז דו וועסט זיך אן עצה געבען אזוי אויך. קענסט קלינגען הרב אריה שכטר טאמער דו ווילסט, לכאורה לעבט ער נאך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מען ברויך דעם ליטפאק דן זיין לכף זכות. קאן זיין אז ער האט בשעת'ן שרייבן דאס תגובה געהאלטן בעפאר'ן ארייננעמען די אכציג טויזענט קאלעריעס מיטאג, צו זעטיגן דאס גרויסן געביידע.
חוץ פון דעם, דארף מען פארשטיין אז ער פרובירט צו זיין ווי זיין ראשעשיבע, דער אלטע בני ברק'ע שאך, זאל ער רעסטן אין פיס.
בנוגע דעם חזו''א, כ'האב נישט געליינט די גאנצע אריכות לעיל, אבער דאס איז איז אנגענומען אז דער רב'ה* זללה''ה פלעגט זיין א אחד בפה ואחד בלב לגבי כל מיני ענינים.
(*החזו"א)
[מה שהשבתי למישהו בפרטי: כמובן, אוודאי וועגן דרכי שלום, און בכלל איז ער געווען א שתקן, אבער פאר שטוב מענטשן האט ער געלאזט וויסן וואס ער האלט.]
Re: "מענדעלע"
newkaveליטוואק פון בודאפעסטאיך מיין אז דו וועסט זיך אן עצה געבען אזוי אויך. קענסט קלינגען הרב אריה שכטר טאמער דו ווילסט, לכאורה לעבט ער נאך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מען ברויך דעם ליטפאק דן זיין לכף זכות. קאן זיין אז ער האט בשעת'ן שרייבן דאס תגובה געהאלטן בעפאר'ן ארייננעמען די אכציג טויזענט קאלעריעס מיטאג, צו זעטיגן דאס גרויסן געביידע.
חוץ פון דעם, דארף מען פארשטיין אז ער פרובירט צו זיין ווי זיין ראשעשיבע, דער אלטע בני ברק'ע שאך, זאל ער רעסטן אין פיס.
איך ווייס נישט וואס בעלזער רבי'ס ניק איז, אבער עס איז לכאורה נישט ליטוואק.
טאמבל סאסס'שמעקט פון ונבנתה.
ווי זוי שמעקט דער ונבנתה פערפיום? אז ס'פיין וועל איך עס קויפן פאר מיין אשת חיל.
newkaveליטוואק פון בודאפעסטאיך מיין אז דו וועסט זיך אן עצה געבען אזוי אויך. קענסט קלינגען הרב אריה שכטר טאמער דו ווילסט, לכאורה לעבט ער נאך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מען ברויך דעם ליטפאק דן זיין לכף זכות. קאן זיין אז ער האט בשעת'ן שרייבן דאס תגובה געהאלטן בעפאר'ן ארייננעמען די אכציג טויזענט קאלעריעס מיטאג, צו זעטיגן דאס גרויסן געביידע.
חוץ פון דעם, דארף מען פארשטיין אז ער פרובירט צו זיין ווי זיין ראשעשיבע, דער אלטע בני ברק'ע שאך, זאל ער רעסטן אין פיס.
איך וויל דיך דן זיין לכף זכות אז דיין טאטע האט דיך נישט אויסגעלערנט צו רעדן ווי א נארמאלע מענטש.
בנוגע דער חזון איש, האב איך אמאל געהערט אז ס'געווען א משנה ראשונה און משנה אחרונה. אין אנהייב האט ער מיטגעברענגט א טיפישע מתנגד'שע שטעלונג און למעשה ווען ער האט זיך נענטער באקענט מיט חסידים האט ער אנטוויקלט א רעספעקט פאר זיי.
אגב, דאס זעלבע איז געווען אין אמעריקע, ווען די ליטווישע גדולים האבן זיך באקענט אביסל מיט חסידישע גדולים און דער חסיד האט זיך איבערצייגט אז דער ליטוואק איז נישט אזא קאלטער און דער ליטוואק האט זיך איבערצייגט אז דער חסיד איז נישט אזא עם הארץ.
כ'האב אפילו געהערט א שיינע הגדרה וואס דער חזון איש האט געזאגט אויף חסידישע אידן, עפעס אז די פריערדיגע האבן אנגעצינדן א פייער און ס'ברענט ביז היינט. כ'ווייס נישט אויב ס'האט א מקור.
בעני בראון ארבעט ארום אהין און צוריק אין זיין ספר וועגן דעם חזון איש'ס באציאונגען לגבי חסידים, כ'מיין ער האלט אז ער איז געווען קעגן חסידים, אבער למעשה האט ער נישט קיין קלארע באוויזן צו קיין שום זייט נאר כדרכם הקלוקל פון די חוקרים מוז מען אויף יעדע שטות בויען בנינים און ציען מסקנות און מאכן פשט'לעך און נאכדעם ווערט עס שוין תורה מסיני.
אקעי, הערטס אויף... צוריק צו מענדעלע...
וואס נאך איז נייעס?
מען בויט א גאנצע בנין ווייל דער חזון איש האט געהאלטען אז פאר א בחור איז בעסער צו לערנען אין א ליטווישער ישיבה און נישט אין וויזניץ ווי ער וועט זיך לערנען זינגען.
כאילו ווי דער ישועות משה האט געוואלט אז בחור זאל דוקא לערנען אין פאנעוויזש און נישט אין וויזניץ, ווייל אין פאנעוויזש וועט מען אים אויסלערנען דאווענען מיט התלהבות און עסען אש קודש שבת.
דער מעשה אפילו אויב אמת ווייזט אויף גארנישט. יעדער איז ענטייטעלט צו האלטען אז זיין דרך איז די בעסטע, און אנווייזען אינגווארג צו גיין אין דעם דרך. עס מיינט נישט אז ער האט געהאלטען אז וויזניץ איז עבודה זרה וכו'.
אישתישבימען בויט א גאנצע בנין ווייל דער חזון איש האט געהאלטען אז פאר א בחור איז בעסער צו לערנען אין א ליטווישער ישיבה און נישט אין וויזניץ ווי ער וועט זיך לערנען זינגען.
כאילו ווי דער ישועות משה האט געוואלט אז בחור זאל דוקא לערנען אין פאנעוויזש און נישט אין וויזניץ, ווייל אין פאנעוויזש וועט מען אים אויסלערנען דאווענען מיט התלהבות און עסען אש קודש שבת.
דער מעשה אפילו אויב אמת ווייזט אויף גארנישט. יעדער איז ענטייטעלט צו האלטען אז זיין דרך איז די בעסטע, און אנווייזען אינגווארג צו גיין אין דעם דרך. עס מיינט נישט אז ער האט געהאלטען אז וויזניץ איז עבודה זרה וכו'.
ווען די חזו״א וואלט ווען געהאלטן אז פאר יענער ספעציפישער בחור איז בעסער צולערנען אין א ליטווישע ישיבה וואלט ער געזאגט ״איך האלט אז פאר זיין תועלת וואלט בעסער געוועהן ווען ער גייט לערנען אין א ליטווישע ישיבה״. דערווייל האט ער אבער געזאגט ״וואס וועט ער זיך דארט לערנען, זינגען״ וואס דאס הייסט מעהר ווייניגער מזלזל געוועהן אין עדה אידן וואס גייען אין די דרך-החסידות. און נאכדערצו מיט א ליגענט. כ׳האב טאקע נישט צופיל געליינט וועגן דעם חזון איש, אבער די חזון איש וואס כ׳האב-געהערט-פון האט נישט גערעדט אין דער וועלט אריין... יעדע ווארט איז געוועהן געמאסטן און געוואויגן. די חזון איש וואס כ׳קען איז געוועהן ״קארעקט״, למעשה האט מען אין וויזניץ 95 פראצענט געלערנט און נאר פינף פראצענט געזינגן... מהאט נאר געזינגען שבתים און ליל שישי די רעשט פון די צייט איז מען געזיצן און געהארעוועט אויף תורה. גענוג און נאך תלמידי חכמים זענען אויפגעוואקסן אין וויזניץ און וועלכע בחור סהאט געוואלט דארט שטייגן בתורה איז טאקע געשטיגן און אויפגעוואקסן א ת״ח, ווידער די אנדערע זענען אויפגעוואקסן חסידישע ערליכע אידן, וויזניץ האט נישט געקענט זיין א ישיבה נאר למצוינים ווייל ס׳איז א ישיבה וואס באלאנגט צו א חסידות און מ׳מוז יעדעם פון די חסידות אננעמען. אויב ליטוואק׳ס מעשה איז טאקע אמת (וואס איך גלייב נאכנישט דערווייל) האט די חזו״א גענטפערט מיט ״א טשעפע״ אקעגן וויזניץ און חסידים און סאיז זייער נישט חזון-איש-לייק...
צווייטענס:
דער חזון איש האט געמעגט האלטן וואס ער וויל וועגן זיין דרך אין עבודת ה׳ אבער דא לויט ליטוואק׳ס מעשה זענען זיי געוועהן יתומים פון א וויזניצער משפחה און ער האט זיך אפגעגעבן מיט זיי, און דער בחור קומענדיג פון וויזניץ האט געהאט א נאטורליכע שאיפה צוגיין צו די פראקציע ווי זיינע עלטערן און אור עלטערן זענען אויפגעוואקסן. און דער חזו״א אלץ אפוטרופוס פון די קינדער וואלט זיך געדארפט רעכענען מיט דעם און לכה״פ נישט אוועקמאכן יענעמס דרך ה׳.
איך ווייס איין זאך. איך בין נישט קיין חסיד פון סקווירא. אויב אבער ווער איך מארגן א אפוטרופוס פון יתומים, ״יענעמס קינדער״ וואס זענען אויפגעוואקסן אין סקווירא און די קינד וויל גיין לערנען אין סקווירא וואלט איך אים דארט געשיקט. און זיכער אז איך וואלט נישט מזלזל געוועהן אין זיין חסידות פון זיינע עלטערן און געזאגט מיין עכטע מיינונג אויף סקווירא... און פון וויזניץ ביז סקווירא איז דא אסאך א קלערנע חילוק ווי פון וויזניץ ביז פאנעוויטש. אויב די עכטע טאטע פון די קינדער וואלט זיי געשיקט לערנען קיין ווינזיץ בשעת ער האט געלעבט און דאס קינד האט געוואלט גיין לערנען קיין ווינזיץ איז דא א גרויסע סימן שאלה אויפן חזון איש אפילו ער האט געהאלטן אז זיין דרך אין עבודת ה׳ איז ריכטיג. מענטשליכקייט און יושר׳דיג איז עס נישט...
גדליה, אודאי דארף מען טריטן מענדעלע מיט ריספעקט ער איז צלם אלקים , אבער אין משגעים הויז.
סאיז דא גדרים נישט קיין ריזיגע וואס איז מחלק פון גוטס שלעכטס. סאיז בכלל נישט קיין חכמה צי האבן אן עין טובה אויף אזא איינעם , בפרט ווען זיין מענדלישקייט האט א דיירקטע השפעה אויף צענדליגע מענטשען.
צים וויניגסטענס איז ער א קליין קינד, איז דאס נארמאל א תינוק זאל זיין מנהיג פאר ערוואקסנע. איך האלט ער טאר נישט וויסן אז א מאמע טראגט א קינד בויך פאר זי געבוירט.
גדליהnewkaveמען ברויך דעם ליטפאק דן זיין לכף זכות. קאן זיין אז ער האט בשעת'ן שרייבן דאס תגובה געהאלטן בעפאר'ן ארייננעמען די אכציג טויזענט קאלעריעס מיטאג, צו זעטיגן דאס גרויסן געביידע.
חוץ פון דעם, דארף מען פארשטיין אז ער פרובירט צו זיין ווי זיין ראשעשיבע, דער אלטע בני ברק'ע שאך, זאל ער רעסטן אין פיס.
איך וויל דיך דן זיין לכף זכות אז דיין טאטע האט דיך נישט אויסגעלערנט צו רעדן ווי א נארמאלע מענטש.
ס'איז נישט דאס, ס'איז נאר זיין מענדעלע.....
ס'איז מיר א פלא אז קיינער דערמאנט נישט אז דער ראש ישיבה אין וויזניץ איז דאן געווען ר' גדליה נדל, מגדולי תלמידי החזו"א, און פארדעם האבן דארט געלערנט די אלע באמבע קעפ וואס זענען שפעטער געווארן די מורדים. עס קען נאך אלס זיין אז די מעשה איז אמת אז דער חזו"א האט זיך אזוי אויסגעדריקט, אבער ווען מ'ווייסט דעס האט עס גאר א אנדערע באדייט.
Re: "מענדעלע"
ער איז ערשט געווארען ראש ישיבה נאכ׳ן פטירה פון דער חזו"א, ולק"מ.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
שמעקעדיגגדליהnewkaveמען ברויך דעם ליטפאק דן זיין לכף זכות. קאן זיין אז ער האט בשעת'ן שרייבן דאס תגובה געהאלטן בעפאר'ן ארייננעמען די אכציג טויזענט קאלעריעס מיטאג, צו זעטיגן דאס גרויסן געביידע.
חוץ פון דעם, דארף מען פארשטיין אז ער פרובירט צו זיין ווי זיין ראשעשיבע, דער אלטע בני ברק'ע שאך, זאל ער רעסטן אין פיס.
איך וויל דיך דן זיין לכף זכות אז דיין טאטע האט דיך נישט אויסגעלערנט צו רעדן ווי א נארמאלע מענטש.
ס'איז נישט דאס, ס'איז נאר זיין מענדעלע.....
👍 👍 👍 👍
ליטוואק פון בודאפעסטער איז ערשט געווארען ראש ישיבה נאכ׳ן פטירה פון דער חזו"א, ולק"מ.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
הרב נאדעל האט געקענט זינגען?
איך ווייס נישט בנוגע זינגען, אבער ווען מען האט אים פארשיקט האט מען אים געלערנט טאנצען.
פארוואס האט מען אים פארשיקט? דערצייל. אפשר עפן אן אשכול אויף דעם מערקווירדיגן דמות פון הרב נאדעל.
גדליהפארוואס האט מען אים פארשיקט? דערצייל. אפשר עפן אן אשכול אויף דעם מערקווירדיגן דמות פון הרב נאדעל.
ווארשיינליך צוליב דעם וואס ער האט געזאגט ר''ה אויף די נאכט ביים אריינבייסן אינעם שעפסל קאפ, יה''ר שנהיה לראש ולא לזנב...אין די צייט וואס וויזניץ זאגט מען קאפויער....
שמערלס'איז מיר א פלא אז קיינער דערמאנט נישט אז דער ראש ישיבה אין וויזניץ איז דאן געווען ר' גדליה נדל, מגדולי תלמידי החזו"א, און פארדעם האבן דארט געלערנט די אלע באמבע קעפ וואס זענען שפעטער געווארן די מורדים. עס קען נאך אלס זיין אז די מעשה איז אמת אז דער חזו"א האט זיך אזוי אויסגעדריקט, אבער ווען מ'ווייסט דעס האט עס גאר א אנדערע באדייט.
ווען איז ר׳ גדלי נדל געקומען קיין וויזניץ?
די אלע ״באמבע קעפ״ זענען לכאורה געקומען קיין וויזניץ פאר ר׳ גדלי נדל. אפשר ממש געציילטע. איך קען קיינעם נישט. רוב מורדים זענען געקומען/געשטאמט פון וויזניצער חסידים פון אינדערהיים, אדער וואס זענען געקומען קיין ווינזיץ גלייך נאכן קריג. אדרבה לאמיר הערן ווער?
קאך_לעפלגדליהפארוואס האט מען אים פארשיקט? דערצייל. אפשר עפן אן אשכול אויף דעם מערקווירדיגן דמות פון הרב נאדעל.
ווארשיינליך צוליב דעם וואס ער האט געזאגט ר''ה אויף די נאכט ביים אריינבייסן אינעם שעפסל קאפ, יה''ר שנהיה לראש ולא לזנב...אין די צייט וואס וויזניץ זאגט מען קאפויער....
נאר אין מרכז ויז’ניץ-א געוויסע ברענטש פאר ווינזיצער חסידים וואס זענען ״ברעי״ן דע״ט״...
איך קען עטליכע פון די מורדים. טאקע חשוב'ע חסידישע אידן, אבער גאנץ ווייט פון "באמבע קעפ".
ר' אליעזר דוד פאל איז גאנץ א שטיקל באמבע.
כ'בין נישט קיין וויזניצער אדער א היסטאריקער, אבער ווי איך געדענק הערן איז וויזניץ בזמן פון ר' גדליה געווען א ישיבה וואס האט געשמ'ט פאר א מקום פאר חסידישע בחורים וואס ווילן חוץ זינגען און זאגן תהילים, אויך קענען א בלאט גמרא.
גדליהאיך קען עטליכע פון די מורדים. טאקע חשוב'ע חסידישע אידן, אבער גאנץ ווייט פון "באמבע קעפ".
אה"נ. איך האב מיך נאר באצויגן צו שמערל'ס תגובה און צו זיין אויסדרוק. זיי זענען געוועהן אזעלכע חשוב'ע געווייקטע חסידי'שע אידן, פארקאכט פארן אייבערשטן, פאר ווער ס'קען זיי/האט זיי געקענט, א ביישפיל ווי: ר' מנחם מונדרער, ר' ברוך שטערן, ר' יושע באנדא, ר' משה מיללער, ר' יצחק שטערן, ר' יושע ווערצבערגער, ר' אליעזר דוד פאל, ר' יוסף בנימין רובין, ר' חיים שנעעבאלג, ר' מאטל שטיין, ר' עזרא וויזל, וכו', זיי האבן אלע געקענט אביסל לערנען אויך. אסאך פון זיי זענען בעלי מדריגה. ליטוואק קען זאגן וואס ער וויל, מ'קען אנקומען אין הימל אסאך מיני וועגן, לאו דווקא נאר מיט "יאשאן" און "טעירא", ס'איז דא אזא זאך ווי 'תורה', 'עבודה', 'גמילת חסדים'... דער ליטוואק קען אפילו נישט באגרייפן ווער ר' חיים מאיר'ל איז געוועהן און זיין גדלות, ישרות, און אפילו גאונות, אלע היינטיגע רבי'ס און ראשי יעשיוועס אינאיינעם קומען נישט צו צום שפיץ פינגער פון אזא גאון און וועלטס-צדיק ווי ר' חיים מאיר'ל! א טאטע פאר קינדער און יתומים נאכן קריג. דארפסט קודם פאסטן פערציג תעניתים און גיין הונדערט מאל אין מקוה און ענדיגן כל התורה כולה פאר דו מאכסט אוועק אזא הייליגע איד ווי ר' חיים מאירל. איך מיין עס ערענסט, זייער ערענסט! דער ליטוואק קען אפילו נישט באגרייפן אין זיין קליינע ליטווישע מוח וואס א מנהיג בישראל מיינט, וואס א הייליגער איד מיינט, א איד ווי ר' חיים מאיר'ל, א גאון בתורה (יא אפילו דו מיינסט אז נישט, זאג איך דיר אז ער איז געווען א גאון עצום) און א גאון במידות.
איך וועל ענדיגן מיט א ווארט וואס דער בית ישראל האט געזאגט ווען ער איז געוועהן אויף זיין ציון, פאר ס'איז נאך געווען א מציבה. וויאזוי קען זיין אז אזא "קליינע בערגעלע זאמד" זאל באדעקן אזא "גרויסע מענטש"??? ער איז געווען א גברא רבא.
ר׳ מרדכי שטיינער פון מאנסי איז עפעס א ״באמבע קאפ״ ער האט מחדש געוועהן עפעס גרויסע חידושים? פארשטייסט וואס כמיין? בערך אזא זענען געוועהן רוב פון די מורדים.
איך האב דערמאנט א מעשה פון דער חזו"א אויף א ישיבה. שבת אחים האט עס געצויגען ביז צום פערזענליכקייט פון ר' חיים מאיר'ל און די תלמידים פון די ישיבה..
דו מוזט זיך בארואיגן.
ליטוואק פון בודאפעסטהיתכן אזא שאלה?! איך האב זיך געווייקט ביי ר' ברוכ'לס טישען שעות ארוכות, געשמועסט און גערייכערט ציגארעטלעך און געגעסן מיט איהם. איך זאל נאך חושד זיין א ווארט וואס ער האט מיר געזאגט?! דו ווייסט וויפיהל צדיקים האבען זיך אויסגעדרוקט אויף איהם אז א דריטעל וועלט שטייט אויף זיין פלייצעס?! און זיין עניוות מיט'ן לאזען זיין שוואגער איבערנעמען די רעביסטיווע?!
ווען ער זאגט עפעס, איז עס באשטעטיגט.
יחי אדוננו מורנו ורבנו וכו'.
און וואס איז פשט אין די תגובה? נישט ליצנות פון חסידי'שע רביס? אפשר בין איך שטייט. איך בין דאך א שטיקל אונגארישער.