☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שבת המלכה

שבת המלכה

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12401

קומזיץ » פרייטאג יוני 22, 2018 6:54 pm

· #406977
שבת המלכה
מורי ורבותי אינז זענען אלע דא ב"ה שומרי שבת ,
אזוי ווי שבת איז יעדע וואך בון איך זיכער אז יעדער האט זיך זיין הויכפונקט ווי ער באהעפט זיך זיין נשמה און הרגשים מיטן שבת , און אסאך זענען אינטערסירט צו הערן געדאנקען פון אנדערע
איז די אשכול איז געווידמעט אז איינער האט א גיטע געדאנק ווי אזוי זיך צו דערהייבן אביסל שבת וואס אנדערע קענען הנאה האבן פון דעם קען ער עד דא שרייבן
איך ווען אנהייבן מיט איינ'ס,
ס'איז ברייט באקאנט אז ר' שלומעל'ע קארליבך האט גאר הארציגע ניגונים , אבער זיין נוסח און ניגונים אויף שבת באנאכט איז עפעס מעין עולם הבא
ביי מיר ערב שבת די הכנה צום שבת גייט צו מיט הערן ר שלומעל'ע און אז מען קען גייט מען צו צום קארליבך מנין, אהא!! ס'שפירט זיך וכלהו מתעטרין בנשמתין חדתין! לבי ובשרי ירננו לאל חי
פרובירט עס אויס איר וועט נישט חרטה האבן

טמיר » פרייטאג יוני 22, 2018 7:26 pm

· #406979
Re: שבת המלכה
וואו איז די קארלבאך מנין?

Sent from my iPhone X using Tapatalk

קומזיץ » פרייטאג יוני 22, 2018 7:30 pm

· #406980
און בפ איז עס און ספארדישע שוהל אויף 14/45

berlbalaguleh » זונטאג יוני 24, 2018 2:36 pm

· #407036
קומזיץ: איך בין נאר מסכים מיט דיר 50%. אבער איך האב דיר געגעבן א גאנצן לייק. נוץ עס געזונטערהייט. פרוביר אויב דו קענסט קויפן א פאר חלות אויף לחם משנה פאר דעם לייק. ביטע לאז מיך וויסן...יישר כח...!

קומזיץ » זונטאג יוני 24, 2018 2:49 pm

· #407039
berlbalaguleh
קומזיץ: איך בין נאר מסכים מיט דיר 50%. אבער איך האב דיר געגעבן א גאנצן לייק. נוץ עס געזונטערהייט. פרוביר אויב דו קענסט קויפן א פאר חלות אויף לחם משנה פאר דעם לייק. ביטע לאז מיך וויסן...יישר כח...!


א לייק פון ר' בערל געט מען נישט אוועק סתם אזוי פאר חלות , עס קומט צינוץ און א שווערע מינוט געבט מען א קוק אויפן לייק און מ'שעפט חיזוק 😃

אויף וואס זענט איר נישט מסכים?

berlbalaguleh » זונטאג יוני 24, 2018 5:16 pm

· #407057
קומזיץ: ייש"כ פאר די ווארימע דיבורים. איך האב אויכעט גרויס הנאה פון ר' שלמה קארלבאך'ס ניגונים. געזונגען מיט זיין נשמה. אבער נישט דאס איז מיין אויסשליסליכער מקור פון שמחה און דערהויבנקייט אום שבת קודש. איך ווער גאנץ גוט נתעורר און אנגעווארעמט פון א וויזשניצער י-ה רבון עלם אויך...!

רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 24, 2018 5:22 pm

· #407058
טוב אשר תאחז בזה וגם מזה אל תנח את ידך כי ירא אלקים יצא את כלם

קומזיץ » פרייטאג יוני 29, 2018 6:21 pm

· #407627
שבת קודש שבת קודש
גרייטען זיך יודן צו שבת קודש...

יא, שבת שטייט שוין נאכאמאל ביים שוועל
איינע פון די זאכן ווי אזוי מען גרייט זיך איז אז מ'לערנט די instructions,
ס'איז דא א הייליגע ספר סידורו של שבת, עס איז צוטיילט אויף די וואכן
ער שרייבט זייער באריכות אבער עס איז מתוק מדבש מלא וקדוש מיט חסידישע געדאנקען אבער געשריבן מיט א געשמאקע שפראך...
אויב איינער וויל מער מחשבה איז דא א ספר שבת מלכתא פון הרה"ג ר שמשון פינקוס זצ"ל מבאר אסאך ענינים פון שבת,

אז מ'גרייט זיך פארדעם האט די שבת אן אנדערע טעם.

שבת שלום ומבורך!!

קומזיץ » פרייטאג יולי 6, 2018 6:15 pm

· #408272
שבת הפסקה 😃

קומזיץ » פרייטאג יולי 13, 2018 6:59 pm

· #408713
אסדר לסעודתא...
איינער פון די גאר געשמאקע זאכן שבת קודש איז די מצווה פון שלש סעודות
א גאנצע וואך איז מען פאריאגט און מען האט נישט קיין צייט צו פארברענגען מיט די גאנצע פאמיליע אינאיינעם אבער .. שבת איז דא איז שוין א אנדערע מעשה די גאנצע פאמיליע פארברענגט אינאיינעם ,
יעדער האט זיך זיין אייגענע צוגאנג ווי אזוי צו מאכן אינטערסאנט די סעודות און אויך תוכן'דיג
ערשטענס איז גיט אז די קינדער ווייסן וואס מען ערווארט ביים סעודה אזוי זענען זיי נישט אומגעדילדיג ,
אסאך מענטשען לערנען הלכות שבת מיט די קינדער אבער ס'איז שווער צו אנגרייטען עס זאל זיין אינטערסאנט פאר יעדעם , איך האב געטראפן א שיין ספר וואס איז זייער שיין געשריבן די הלכות צוטיילט אויף די וואכן און אויך א מעשה'לה פון שבת פאר יעדע וואך ,
ווי אויך איז עס אויף אלע הלכות פון הכנות לשבת הדלקת הנרות וכד' זייער קלאר געשריבן מיט די טעם פון יעדע הלכה און זיי ברענגען אראפ אפאר שיטות ווען ס'איז דא א מחלוקת
אזוי אז ס'איז מער קאלירפול און אינטערסאנט די ספר הייסט " מאורות השבת"
ס'איז דא צו באקומען און לשון קודש ווי אויך אין אידיש .
שבת שלום ומבורך