ר' יואל ראטה 36 שעה "הארץ קאמפיין"
67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12385
ר' יואל ראטה 36 שעה "הארץ קאמפיין"
מארגן פאנגט זיך אן א זעקס און דרייסיג שעה'דיגע קאמפיין פאר מוסדות ברסלב אין וויליאמסבורג.
די ציל איז 500,000 און ס'איז דא דריי מעטשערס דאס הייסט יעדע דאללער וואס קומט אריין ווערט פוהר דאללער.
https://www.charidy.com/breslev
!יעדער איד וויל האבן א חלק אין א גראנדיעזער זיכוי הרבים, אט האבן מיר די געלעגנהייט
!"מיין גאנצע לעבן האט זיך געטוישט אדאנק אייך"
!"דאס ערשטער מאָל אין מיין לעבן וואס איך האב געענדיגט א מסכתא"
!"איך בין געוואויר געווארן אז איך קען אויך לערנען"
!"יעצט זע איך וואס מיינט האבן שלום בית"
!"איך האָב געדולד צו מיינע קינדער - אן אמת'ער נס"
"...אינמיטן שב"ק האָב איך אנגעטראפן א קליפ: "היט שבת! היט שבת!", זייט דעמאָלט בין איך א שומר שבת"
"...משניות - איך קען שוין נישט אן דעם"
."איך האב מיך אויסגעלערנט פשוט צו רעדן צום אייבערשטן, אה! איז דאס אַ תענוג, ממש מעין עולם הבא"
."דאס פשטות, דאס תמימות, די לויטערע אמונה - האט מיר צוריק ליכטיג געמאכט מיין לעבן"
!"אין אייער זכות האב איך אין די אנדערע עק וועלט אנגעהויבן צו דאַווענען אלע 3 תפילות יעדן טאג"
."איך האב געלייגט א גוטן פילטער אויף מיין סעלעפאון, נאכן הערן אייערע שיעורים"
."איך האב אויפגעגעבן מיין וואטסאפ אדאנק אייערע קליפס"
!איך האב באקומען א נייע הארץ, מיין הארץ איז דבוק אינעם אייבערשטן
דאס און נאך טויזנטער אזעלכע מעסידזשעס, קומען אן טאג טעגליך צום רעדאקציע טישל פון די ארויסגעבער פון די "שיעורים" און "חיזוק יומי" פון הרב יואל ראטה שליט"א אויף אידיש, און "חיזוק יומי המתורגם" אויף לשון הקודש, ענגליש, ספאניש און פראנצויזיש
צענדליגער טויזנטער מענטשן באקומען יעדן טאג אויף פארשידענע פארמען די "חיזוק יומי" וואס טוישט זייער לעבן צום גוטן, און געבט אריין אין זיי די כח און מאטעוואציע צו לעבן א ערליכע אידישע לעבן בתמימות ובפשיטות
די אויסערגעווענליכע ווייטגרייכנדע חיזוק קליפס ווערן ציטירט פון די וואונדערליכע שיעורים וואס ווערט איבערגעגעבן יעדן איינציגן טאג אין ישיבת "תפארת התורה" וואס געפונט זיך אינעם שטאט וויליאמסבורג, ברוקלין, ניו יארק. וועלכער שטייט אונטער די געניטע פירערשאפט פונעם ראש ישיבה
;הרב יואל ראטה שליט"א
די אייגנארטיגע ישיבה וואס עפענט ברייט אויף אירע טויערן מיט א ווארימע און ליבליך הארץ פאר יעדער בחור וואס באגערט צו זיין אן ערליכער איד; די ישיבה וועלכע ברענגט אריין א ליבשאפט צו אייבערשטן, און א לויטערע ליבשאפט צו די הייליגע תורה
הונדערטער קינדער און יונגע בחורים לערנען פון קליינווייז אן אין די מוסדות פון
הרב יואל ראטה שליט"א
.און ווערן אויפגעצויגן צו דעם שיינעם לעבן וואס מענטשן פון איבער די גאנצע וועלט ווערן טאג טעגליך באוואוסטזוניג דערצו, און ווערן אויפגעראכטן
אין צוגאב צו די אלע דערמאנטע אקטיוויטעטן איז אויפגעשטעלט געווארן אינעם בנין הישיבה א "בית הדפוס" וואו עס ווערן געדרוקט א יאר איבער א מיליאן ספרים און קונטרסים וואס מען איז מפיץ, כדי אז נאך א איד זאל זוכה זיין צו שפירן די זיסקייט פון אידישקייט און זיין צוגעבינדן צום אייבערשטן
ווילט איר נישט האבן א חלק אין דעם געוואלדיגן זכות? ווילט איר נישט האבן די זכות אז נאך א איד זאל באַקומען א חיזוק קליפ? די זכות אויפצולעבן און מחזק זיין נאך א איד? די זכות צו באהעפטן נאך א הארץ צום אייבערשטן? ווילט איר נישט האבן א טייל אין די געוואלדיגע זכות פון אריינברענגען אַזוי פיל הארץ און ליכטיגקייט אויף דער וועלט
איר קענט אויך האבן א חלק אינעם מאסיוון פראיעקט וואס באקט אריין אין אידישע קינדער די זיסקייט פון אידישקייט, א ריינע לויטערע אמונה, א שטענדיגע נאנטע קשר מיטן אייבערשטן, און א אומבויגזאמע בטחון אינעם אייבערשטן; די וועג וואס ווייזט פארן יעדן איד די מעגליכקייט אז ער קען אויך לערנען די הייליגע תורה אין יעדע סארט סיטואציע און צייט, לויט די לערנונג פונעם הייליגן
.רבי נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו
מיטן העלפן דעם קאמפיין וועט איר אויך זוכה זיין צו אלע ווארימע ברכות און וואונטשן פון הגאון הגדול, פאר הדור והדרו הגאון הצדיק המקובל רבי יחזקאל ראטה שליט"א גאב"ד מראה יחזקאל, וועלכער איז באוואוסט מיט די גרויסע הערצה וואס ער האט צו די ישיבה "תפארת התורה" בפרט און "מוסדות היכל הקודש" בכלל; וואס ווערט אנגעפירט דורך נכדו חביבו דער ראש ישיבה שליט"א. גאב"ד מראה יחזקאל האט געשריבן א ספעציעלער הארציגער מכתב חיזוק וברכה פאר דעם יעצטיגן "הארץ קאמפיין", און ווער וויל דען פארפאסן אזא געלעגנהייט צו ווערן געבענטשט מיט געזונט, פרנסה און נחת דורך אזא אדם גדול
!אלזא, קומענדיגן מאנטאג און דינסטאג, ה'-ו' תמוז, וועט זיך עפענען די קאמפיין וואס וועט אונז אויך שענקען דעם זכות צו קענען נעמען א חלק אין דעם געוואלדיגן זיכוי הרבים
אם ירצה ה', קומענדיגן מאנטאג און דינסטאג, ה'-ו' תמוז, וועלן מיר אלע זיך אנשליסן אינעם קאמפיין און זוכה זיין צו העלפן מיטן גאנצן הארץ כדי מיר זאלן קענען אנקומען צום ציל פון $500,000 אז די חיזוק אפעראציע זאל קענען ווייטער אנגיין
:דריי פונקטן וואס איר זאלט נעמען אין אכט ביים ביישטייערן צום קאמפיין
יעדע $1 איז ווערד $4; יעדע נדבה ווערט געדאפלט צו פיר
מיר האבן בלויז 36 שעה אנצוקומען צום ציל
.אדער אלעס אדער גארנישט! אויב קומען מיר אן צום ציל, וועלן די מוסדות פון הרב יואל ראטה שליט"א באקומען $500,000, אויב קומען מיר נישט אן צום ציל, וועלן זיי גארנישט באקומען
...מיר טארן נישט פארפאסן דעם געוואלדיגן געלעגנהייט! מיר זענען אלע זוכה צו זיין שותפים מיטן גאנצן הארץ אין דעם פראיעקט, און מיר וועלן צוזאמען דערגרייכן דעם ציל
!א גרויסן דאנק פאר אייער הילף וואס וועט אונז ברענגען צום ציל
Give with your whole Heart.
TODAY IS THE DAY WHERE YOU CAN SUPPORT THE PLACE THAT GIVES HEART TO THE WORLD!
Today is the day for YOU to GIVE with your whole HEART.
For 36 hours, we will open our HEARTS and raise $500,000 for the well know BRESLEV MOISDES in Williamsburg, by RABBI YOEL ROTH SHLIT"A
Moisdes Breslev elevates the the world and transforms thousands of people every single day. From building vibrant community, to boys and girls schools, to kollels, to hundreds of videos influencing tens of thousands of people, Moisdes Breslev is making a real difference in real peoples’ lives.
Moisdes Breslev is a universe! And, from New York to London to Yerushalayim, Moisdes Breslev is broadcasting Emunah across the universe. Your heartfelt generosity will help support:
Community: Hundreds of young families to continue perpetuating Yiddishkeit and Lichtikeit, for generations upon generations.
Classes: Torah tziva lanu moshe… our legacy and heritage is the G-dly wisdom gifted to us by the Aybishter.
Videos: hundreds of videos reaching thousands of people every day and inspiring them in infinite ways.
Talmud Torah: Our children are our future, the guarantors of our Holy Torah. Chinuch is everything!
Girl’s School: b’zchus nashim tzidkonius… we left Mitzrayim in the merit of the righteous women. Our school produces the akeres habayis of our people.
Beis Hatavshil: Each day hundreds of portions for Breakfast, Lunch and Dinner are given out to families in need.
Everything With Heart: Everything we do, we do with heart. We need you to do the same.
Quadruple your Gift:
Every penny counts. Every dollar counts. Every action counts. Every person counts. You count!
4x matching
Your donation goes four times farther with our “Charidy Campaign”. For every dollar you donate, our matching donors will give $3 dollars—$4 for the gift of $1!
$100 becomes $400!
$180 becomes $720!
$1000 becomes $4,000!
$1,800 becomes $7,200!
36 hours
Your gift combines with others’ to achieve our goal in just 36 hours.
All or Nothing
Your donation is processed only if the campaign reaches its goal.
THANK YOU FOR BEING, LIVING, AND GIVING WITH HEART!
די צענדליגע טויזנטער אידן וואס באקומען חיזוק און חיות פון די הייליגע ברסלבע מוסדות, פון די ישיבה און פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן האבן דעם זעלטענעם געלעגענהייט צו קענען העלפן מיטן גאנצן הארץ, כדי עס זאל ווייטער קענען אנגיין בעזרת ה' יתברך.
די מוסדות הקדושים האבן זיך ב"ה קע"ה זייער שטארק צואוואקסן, עס מוז עמוירדזשענסי געשאפן ווערן א פלאץ פאר די מיידל סקול. אויך די חדר פאר די אינגלעך איז שוין קע"ה לאנג אויסגעוואקסן דאס פלאץ. די הנהלה פלאנט יעצט בעז"ה צו קויפן א געביידע פאר די חדר און פאר די סקול, וואס דאס וועט אריינציען אין שווערע הונדערטער טויזנטעער דאלארן.
דער ציל פון דעם קאמפיין איז אויפצוטרייבן 500 טויזענט דאלער אין 36 שעה. און בעזרת ה' וועט מען מצליח זיין. אבער אויב ח"ו גרייכט מען נישט דעם ציל, וועט מען נישט באקומען קיין איין דאלער פון דעם קאמפיין. געדענקט: עס איז אלעס אדער גארנישט.
די הנהלה האט ב"ה באוויזן צו שאפן נדבנים וואס גיין 'מעטשן' יעדען נדבה דריי מאל. דאס מיינט אז יעדע דאלער וואס וועט געגעבן ווערן פארן קאמפיין, איז באמת 4 דאלער.
די תלמידים, ידידים און אנ"ש נעמען זיך אונטער א "ציל" וויפיל געלט זיי קענען זיך אונטערנעמען אריינצוברענגען פון זייערע קרובים און ידידים, יעדער וואס וויל שטעלן פאר זיך א ציל און אזוי אויך אלע וואס ווילן איבערגעבן זייערע קאנטאקטן (אימעילס, און טעלעפאן נומערן פון זייערע באקאנטע) פאר די עסקנים וואס וועלן זיך פארבינדן צו זיי און בעטן אין זייער נאמען זיך צו באשטייערן פאר די ישיבה, ווערן געבעטן צו רופן דעם קאמפיין הויפטקווארטיר אויף 718-906-2769, צו באקומען אנווייזונגען וויאזוי עס צו טון.
בשעת'ן קאמפיין וועט אויפגעשטעלט ווערן א "קאמפיין הויפטקווארטיר", ווי אלע וואס ווילן צוהעלפן אויפהייבן טעלעפאנען, אדער אנרופן נדבנים. זאלן רופן אויף 718-906-2769.
דער קאמפיין וועט זיין אי"ה קומענדיגן מאנטאג און דינסטאג פרשת חקת הבעל"ט.
"רק תנו לי את לבכם ואוליך אתכם בדרך חדשה אשר הלכו בה אבותינו אברהם ויצחק ויעקב ואעפ"כ היא דרך חדשה". (חיי מהור"ן)
בן ישימארגן פאנגט זיך אן א זעקס און דרייסיג שעה'דיגע קאמפיין פאר מוסדות ברסלב אין וויליאמסבורג.
די ציל איז 500,000 און ס'איז דא דריי מעטשערס דאס הייסט יעדע דאללער וואס קומט אריין ווערט פוהר דאללער.
https://www.charidy.com/breslev
שוין לאנג נישט געווען דא, ברוכים הנמצאים. אבער צו דעם געלעגנהייט מוז איך זיך אנרופן א ווארט כאטש. איך פערזענליך האב גאר אסאך גענאסן פונעם ראש ישיבה שליט"א, אין אלע אספעקטן אין לעבן, און איך גלויב אז אסאך אידן האבן שוין הנאה געהאט פון זיינע דיבורים, אסאך צי ווייניג, במישרין צי בעקיפין. ער האט נאך קיינמאל נישט געמאכט קיין פאנדרעיזינג קאמפיין, און ער וועט ווארשיינליך ווייטער אויך נישט מאכן, יעצט האבן זיך נאר צוזאמגענומען עטליכע בחורים און אינגעלייט און געמאכט דעם איינמאליגן קאמפיין צו קענען אביסל ארויסהעלפן דעם ראש ישיבה אין דעם שווערן פינאנציעלן מצב מיט זיינע מוסדות.
ער האט נישט קיין פארענטשעס, און ער האט נישט קיין טויזנטער שטריימלעך, ער האט נישט קיין סטעדיום, און ער פארט נישט אויף אפרוה, ער האט נישט קיין טייערע קאר, און ער האט נישט ווער ס'זאל אים אונטערפירן; אבער ער האט שוין געהאלפן פיל מער אידן פון ווי די אלע וואס האבן יא די אלע זאכן.
אויב האט איר שוין הנאה געהאט פון זיינע זאכן, אדער אויב האט איר א געפיל און הארץ פאר א מענטש וואס האט זיך אינגאנצן אוועקגעגעבן צו העלפן אידישע קינדער לויט זיין פארשטאנד, און ער האט שוין געהאלפן פילע, דאן עפנט אייער קעשענע און ווארפט אריין עטליכע גראשן אינעם קאמפיין וואס ענדיגט זיך אין אומגעפער 24 שעה ארום, אחד המרבה ואחד הממעיט, און אין דעם זכות וועט איר זיכער געהאלפן ווערן בכל מידי דמיטב.
יישר כח.
https://www.charidy.com/breslev
די חברה האבן גיט קאמפיינט פון פארדעם. יעצט קוים צוויי שעה אריין איז שוין דא הונדרעט טויזענט דאלער וואס דאס איז צוואנציג פראצענט.
איך שאץ אז זיי וועלן נאך העכערן די גאול.
https://youtu.be/bsfaYMAPXcc
מענין לענין ווי אזוי באקומט מען טעגליך זיינע קליפים אויף אימעיל?
לבי ובשרימענין לענין ווי אזוי באקומט מען טעגליך זיינע קליפים אויף אימעיל?
וואטסעפפ 347-630-2876
טעלעגראם https://t.me/RabbiYoelRothShlita
ברסלבערלבי ובשרימענין לענין ווי אזוי באקומט מען טעגליך זיינע קליפים אויף אימעיל?
וואטסעפפ 347-630-2876
טעלעגראם https://t.me/RabbiYoelRothShlita
איז דאס פאר די מוסדות? אדער פארן ראש ישיבה פריוואט?
אים געב איך גערן געלט, אבער אויף אנצולייגן די שוהלן מיט שמות האב איך וויכטיגערע צוועקן.
ברסלבער
שוין לאנג נישט געווען דא, ברוכים הנמצאים. אבער צו דעם געלעגנהייט מוז איך זיך אנרופן א ווארט כאטש.
זכרתי ימים מקדם...
פאר יעדע נייע אשכול וואס די עפענסט פון היינט ביזן ענדע קאמפיין, מיט א געזינטע תגובה ווי אמאליגע צייטן, אהבת ישראל, חומר למחשבה, חיזוק, מידות וכדו'. א צענער פאר די קאמפיין. דיעל?
יעקב מענטשברסלבערלבי ובשרימענין לענין ווי אזוי באקומט מען טעגליך זיינע קליפים אויף אימעיל?
וואטסעפפ 347-630-2876
טעלעגראם https://t.me/RabbiYoelRothShlita
איז דאס פאר די מוסדות? אדער פארן ראש ישיבה פריוואט?
אים געב איך גערן געלט, אבער אויף אנצולייגן די שוהלן מיט שמות האב איך וויכטיגערע צוועקן.
פאר די מוסדות. קען זיין די ביסט נישט באקאנט אבער חוץ די גליונות וואס קומען ארויס איז אויך דא א חדר מיידל סקול און ישיבה... הער אויס די ווידיאו.
wow
$137,536
יואל אשר לאבין
100
!לכבוד ראש הישיבה ההולך בדרכו באמת ללא חת, אשריך
קוים 4 שעה נאכן אנפאנגען
$175,852
35% OF $500,000 GOAL
$200,000 אין ווייניגער פון זעקס שעה!!
40% פון די ציהל!!
געפעלט מיך די נדבן..
📎 20180618_172806.png
$250,000
האלב!!📎 20180618_193150.png
Re: ר' יואל ראטה 36 שעה "הארץ קאמפיין"
יעקב מענטשברסלבערלבי ובשרימענין לענין ווי אזוי באקומט מען טעגליך זיינע קליפים אויף אימעיל?
וואטסעפפ 347-630-2876
טעלעגראם https://t.me/RabbiYoelRothShlita
איז דאס פאר די מוסדות? אדער פארן ראש ישיבה פריוואט?
אים געב איך גערן געלט, אבער אויף אנצולייגן די שוהלן מיט שמות האב איך וויכטיגערע צוועקן.
אויך מיר שמות[emoji6]
ס'זעהט אויס ווי זיי אליינס האבן נישט געוויסט וויפל מענטשן האבן באמת הנאה פון זיינע שמועסן טעגליך
@LabinJoel
א זכייה צו שטיצן די מוסדות און פעולות פון רבי יואל ראטה, א עמוד אש של אמת ואהבת ישראל. די אננעמען יעדע איד באהבה, רעדן קלאר און תכלית'דיג פארן היינטיגן יוגנט און די שכל'דיגע חתונות, ועוד, מאכן רבי יואל פאר א מנהיג של אמת פאר אונזער דור. כל נדיב לבו יביא תרומה!
Re: ר' יואל ראטה 36 שעה "הארץ קאמפיין"
האלב ב"ה
Sent from my SM-J327P using Tapatalk
$301,804
60% OF $500,000 GOAL
Re: ר' יואל ראטה 36 שעה "הארץ קאמפיין"
איינער האט יעצט געגעבן 5,004 לזכות עורכי הוועקער וחברי הקאווע שטיבל!
לש
לזכות עורכי הוועקער וחברי הקאווע שטיבל
5,004
In honor of a dear Rosh Yeshiva that cherishes his boys with love and respe
less than a minute ago
שלי שלךאיינער האט יעצט געגעבן 5,004 לזכות עורכי הוועקער וחברי הקאווע שטיבל!
📎 Screenshot_20180618-213732.jpg
Re: ר' יואל ראטה 36 שעה "הארץ קאמפיין"
עס האלט שוין ביי 400.000$
Sent from my SM-J327P using Tapatalk
צוואנציג שעה פארבליבן
$434,180
86% OF $500,000 GOAL
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אזוי ווי היינט קומט פאר א קאמפיין פאר אונזערע מוסדות, וואס באמת אז מען געבט א קוק אויף צוריק זעט מען ממש ווי עס ווערט פארווירקליכט דער פסוק (איוב ח, ז): "וְהָיָה רֵאשִׁיתְךָ מִצְעָר, וְאַחֲרִיתְךָ יִשְׂגֶּה מְאֹד"; מיר האבן געעפענט די ישיבה שנת תשס"ט - פאר צען יאר צוריק, נאכדעם האבן מיר געעפענט די תלמוד תורה אסרו חג פסח שנת תש"ע, דערנאך האבן מיר געעפענט דעם מיידל סקול "בית פיגא" אום שנת תשע"ב. בשעת מיר האבן געעפענט די מוסד האט דאס אויסגעזען ממש ווי א חוזק, מענטשן האבן געזאגט אז דאס וועט אנהאלטן פון תענית אסתר ביז פורים... למעשה האט דער אייבערשטער געהאלפן אז עס ווערט נאר שענער און שענער, מיר האבן שוין אויסגעוואקסן אונזער פלאץ, און מיר דארפן שוין א גרעסערע פלאץ, בפרט פאר די סקול.
דעריבער וויל איך דיר בעטן דו זאלסט אנטייל נעמען אין די מצוה; דא רעדט מען נישט אז דו אליינס זאלסט געבן, דו העלפסט מיר שוין יעדע חודש זייער געטריי מיטן העלפן דעקן די רענט פאר די ישיבה, חדר און סקול, די רעדע דא איז אויב דו קענסט היינט אנרופן דיין משפחה, חברים און באקאנטע וכדו' זיי זאלן נעמען א חלק אין די זכות צו העלפן דעם מוסד.
וויסן זאלסטו אז יעדע פרוטה וואס מען ברענגט פארן מוסד איז ווי מען געבט א פדיון פארן הייליגן רבי'ן, וואס דורכדעם ווערן נמתק אלע דינים פונעם מענטש על ידי פלא עליון.
דער מוסד איז מגלה און מפרסם די הייליגע אמונה אויף די וועלט; דורך דעם מוסד ברענגט מען אריין די לימודים פון הייליגן רבי'ן אין די גאנצע וועלט. די לימוד פון התחזקות, אז מען זאל זיך דערהאלטן אין אלע אומשטענדן, מען זאל נישט קוקן וואס איז געווען, נאר מען זאל זיך שטענדיג באנייען.
דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות דעם וואס דו העלפסט מיר מיט די מוסדות זאלסטו זען נחת ביי דיינע קינדער, זאלסט האבן פרנסה בריווח און קענען שטענדיג טון חסד מיט אנדערע אידן.
http://www.breslevcenter.com/daily-letters
נאך 16 שעה
$463,364
93% OF $500,000 GOAL
ווייניגער ווי דרייסיג טויזענט צום ציל
wow
$503,584
ORIGINAL GOAL $500,000
1% OF $750,000 BONUS GOAL
אומגלויבליך!!
📎 Screenshot_20180619-102234.jpg
$614,796
ORIGINAL GOAL $500,000
46% OF $750,000 BONUS GOAL
Re: ר' יואל ראטה 36 שעה "הארץ קאמפיין"
בן ישי$614,796
ORIGINAL GOAL $500,000
46% OF $750,000 BONUS GOAL
איך האלט אז זיי דארפן עס ארויף ריקן צי א מיליאן דאלאר
אייער שפייזבן ישי$614,796
ORIGINAL GOAL $500,000
46% OF $750,000 BONUS GOAL
איך האלט אז זיי דארפן עס ארויף ריקן צי א מיליאן דאלאר
זיי וועלן עס מסתם טוהן
2045 DONORS!
Re: ר' יואל ראטה 36 שעה "הארץ קאמפיין"
בן ישיאייער שפייזבן ישי$614,796
ORIGINAL GOAL $500,000
46% OF $750,000 BONUS GOAL
איך האלט אז זיי דארפן עס ארויף ריקן צי א מיליאן דאלאר
זיי וועלן עס מסתם טוהן
זיי שרייבן דא אז אויב קימט מען אָן ביז 3:30 צי 750.000 גייט מען עס ארויף ריקן צי א מיליאן
יעצט איז 4:00 אין מ'האלט ביי 645.000
wow
דאס איז אמתדיג הארץ
נאך 5 שעה געבליבן.
$721,908
ORIGINAL GOAL $500,000
89% OF $750,000 BONUS GOAL
2355 DONORS
WOW
📎 Screenshot_20180619-194217.png
אינטערסאנט זינט ווען האט ער אזויפיל אנהענגער ?
Re: ר' יואל ראטה 36 שעה "הארץ קאמפיין"
820.000$ 64% of 1.000.000 bonus goal. original goal $500.000
Sent from my SM-J327P using Tapatalk
ברוך מחיה מתים הרב שש
📎 EFAFA657-3EE4-47F4-B5FD-9A6E9165FF95.jpeg
Re: ר' יואל ראטה 36 שעה "הארץ קאמפיין"
מען קען געבן א לייק אויף א לייק?
Sent from my iPhone X using Tapatalk
1 שעה פארבליבן!
$903,816
ORIGINAL GOAL $500,000
81% OF $1,000,000 BONUS GOAL
2979 DONORS
גאנצלאינטערסאנט זינט ווען האט ער אזויפיל אנהענגער ?
איך גלייב אז ער אליינס האט נישט געוויסט וואס פאר א גרויסע השפעה ער האט באמת.
א חלק פון די הצלחה איז אויך צו פארדאנקען אז זיינע חברה זענען פאפולער מענטשן וואס האבן אסאך חבירים, מ'קען טאקע זעהן אז ס'איז דא 143 teams און אסאך פון זיי האבן געשאפט אסאך.
איך גיי היינט צו שומר שבת דאווענען מנחה או איך זעה א גרויסע עולם שטייט ארום א טענט, גיי איך צו זעהן וואס ס'גייט פאר זעה איך אז ס'איז דא א גרויסע סקרין און מ'קיקט א ווידיאו, און ניין ס'נישט געווען מראות קודש פון ליבאוויטש...ס'איז געווען א שיעור פון די ראש ישיבה הרב יואל ראטה! און ס'געשטאנען ארום פופציג יודן - קינדער, בחורים, יונגעלעייט, און עלטערע יודן - אלע שטייען פארגאפט און הערן אויס א שיעור פון יואלי ראטה אויף דרייצענטע עוועניא! ביים טיש זענען געזעצן צוויי בחורים נעמען געלט פאר די קאמפיין.
ויפיצו!
45 מינוט!!
$919,676
ORIGINAL GOAL $500,000
84% OF $1,000,000 BONUS GOAL
3031 DONORS
בן ישידי חברה האבן גיט קאמפיינט פון פארדעם. יעצט קוים צוויי שעה אריין איז שוין דא הונדרעט טויזענט דאלער וואס דאס איז צוואנציג פראצענט.
איך שאץ אז זיי וועלן נאך העכערן די גאול.