☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קרית וויזניץ אין לעיקוואד

קרית וויזניץ אין לעיקוואד

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12363

בן ישי » דינסטאג יוני 5, 2018 7:15 pm

· #405046
קרית וויזניץ אין לעיקוואד
די קינדער פון הרה"צ ר' אליעזר וואלף האגער שליט"א אדמו"ר מ'וויזניץ ירושלים-לעיקוואד בויען א נייע ישוב אין לעיקוואד לעבן די חסידישע דיוועלעפמענטס ווי די רבי שליט"א וועט בעז"ה זיך אריבערציען און פירן די קהילה.

עס איז שוין יעצט דא א וויזניצע ביהמ"ד אין לעיקוואד ווי א וויזניצער אייניקל הרב טווערסקי איז די רב און ווען די רבי וועט זיך אריבערציען וועט עס זיין אינטער זיין נשיאות.

עס איז אויפן פלאן צו בויען א הערליכע גרויסע ביהמ"ד מיט מוסדות און ישיבות בעזהשי"ת.

נעכטן איז פארגעקומען א אסיפה אין ביהמ"ד אין בארא פארק ווי מ'האט אויסגעשמיעסט די פלענער און די פונקטלעכע דעטאלן וועלן אי"ה ארויסקומען אין די קומענדיגע וואכן
📎 De4elwNX0AcxKfU.jpg 📎 De8ZEdTUEAAoyW4.jpg 📎 photo_2018-06-05_10-32-04.jpg 📎 photo_2018-06-05_09-07-39.jpg

בן ישי » דינסטאג יוני 5, 2018 7:18 pm

· #405047
האדמו"ר שליט"א ביים באזוכן די שטח לעצטע וואך
📎 IMG-20180527-WA0071.jpg 📎 IMG-20180527-WA0069.jpg 📎 IMG-20180527-WA0075.jpg 📎 IMG-20180527-WA0065.jpg

סמבטיון » דינסטאג יוני 5, 2018 9:38 pm

· #405067
איך ווייס נישט פארוואס, אבער דער ר' אליעזר געפעלט מיר נאך די בעסטע פון אלע זיינע ברידער.

Bpjew » מיטוואך יוני 6, 2018 3:03 am

· #405102
איבערזיכט פון דער אסיפה אין בעפארגרייטונג צום ישוב 'קרית וויזניץ לעיקוואוד'. איבערגעגעבן ביי דער אסיפה דורך די עסקני ודייני הקהילה און דעוועלאופערס: יושב ראש - ר' יעקב גראס ראה"ק, ר' יחזקאל ערפס, הרב ישראל מאשקאוויטש חדב"ן ודומ"ץ הקהילה, ר' לוי יצחק זילבערשטיין, ר' זעליג בראד, ר' שלמה פריעדמאן.

געגנט און פלענער איבער דעם פראיעקט:

צום ערשט האט מען אפגעקויפט דער שטח וואס וועט אי"ה געבויעט ווערן 166 דירות, וואס איז שוין דירעקט אין די פולע בעלות פון וויזניץ, וואס קודם וועט מען פארקויפן 66 דערפון פאר די ספעציעלע ביליגערע פרייז און וועט זיין פערטיג אין בערך 18 חדשים ארום בעז"ה.

קרית וויזניץ וועט ווערן געבויעט אין די לעצטנס-געדעכט חסידישע געגנט אין לעיקוואוד, וואו עס געפינען זיך שוין בלע"ה פילע חסידישע משפחות פון ויז'ניץ, סאטמאר, בעלזא, א.א.וו. און וועט זיין א הערליכע שטעטל אויפ'ן דרך ישראל סבא כ"ק אבינו רועינו מרן רבינו זצוק"ל על ידי בנו וממשיך דרכו והדרתו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א - לעיקוואוד.

האפנטליך אין אפאר וואכן ארום וועט בעז"ה די פלענער זיין גרייט און מעגליך צו איינלייגן איינגאבע. און ווי געזאגט, כדי צו פארמעגליכן אינגעלייט צו אויסנוצן דעם גאלדענעם געלעגנהייט, איז דער פראיעקט שוין אפגעקויפט און פולקאם אנגעפירט דורך אונזער קהילה מיט'ן ציל צו האלטן די פרייז פון די דירות האפנטליך אינטער 500 טויזענט דאלער.

דירות, באקוועם און גוטע פרייז:

א דירה אין קרית וויזניץ לעיקוואוד וועט זיין 2600 sq ft (סקווער פיס) דורכאויס די ערשטע צוויי שטאק, און וועט אנטהאלטן: 5 שלאף צימערן, 4 ביה"כ, סאלאן (דיינינג רום) מיט ליווינג רום, קאך מיט דיינעט, ספרים שטוב, שפיל צימער, מיט אן אויפגעפיקסטע בעיסמענט פון 1300 sq ft גרייט צו פארדינגען.

אויפ'ן פארלאנג פון די קינדער פונעם רבי'ן האט מען געלייגט גרויס געוויכט אז די דירות זאלן זיין ערשט קלאסיק און בעסער ווי געווענטליכע דירות, און אן דעם אז די פרייז זאל זיך צוליב דעם הייבן, איעדע דירה וועט פארמאגן:
▪️א צימער פאר א פסח קאך,
▪️פארקעי פלאהר (נישט קארפעט ווי אלגעמיין אין לעיקוואוד),
▪️א בוידעם פון 500 sq ft, מ'קען בויען 2 צימערן + ביה"כ,
▪️א טאראסע (פארטש),
▪️דריי ביה"כ אויף די צווייטע שטאק, וכו' וכו'.
▪️אפענע טרעפ ביים אריינגאנג, ד.ה. בלויז מיט א צוים אן קיין ווענט פון די זייטן, וואס ברענגט א מורא'דיגע הרחבה און בעלבאטישע צורה.
און אלעס וועט אי"ה זיין אריינגערעכנט אינעם פרייז.

מוסדות און קהילה צוגעהערן

די פלאן איז אז 'קרית וויזניץ לעיקוואוד' זאל זיין א שטעטל מיט אלע צוגעהערן, געשמאקע חסידישע קרעמל, מיט שיעורי תורה, מנייני תפילה, א כולל, מוסדות פאר אינגלעך און פאר די מיידלעך גלייך פון אנהייב.

עס וועט געבויעט ווערן א ריזיגער בנין בית המדרש פון 10,000 sq ft, א הערליכער היכל הכולל, גרויסע באקוועמע מקוה, מיט א זאל, צוגעשטעלט על צד היותר טוב, און ווי איבערגעגבן דורך חדב"ן ודומ"ץ הקהילה הרב ישראל מאשקאוויטש שליט"א וועט געבויעט ווערן א ישיבה קטנה און ישיבה גדולה פאר די בחורי אנ"ש וויזניץ אין לעיקוואוד.

עס איז אין פלאן צו בויען א געביידע ספעציעל פאר די געשעפטן וואס פעהלט זיך אויס פאר'ן ציבור, אריינגערעכנט די טעגליכע באדערפענישן.

מ'איז געזעצן צוזאמען מיט'ן רבי'ן, אויף כסדר'דיגע אנפראגן אויף מערערע ספיקות האט די רבי אלס געענטפערט און באפוילן צו טוהן אזויווי דאס וואס די אינגעלייט וועלן גלייכן.

דער עולם איז געבעהטן געווארן אויסצופולן די שאלות-פארום כדי צו קענען שוין אנהייבן ארבעטן דערויף, און מ'קען צולייגן צו דעם הערות מיט שאלות וואס וועט ווערן איבערגעקוקט דורך די וועד הפראיעקט.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
<a class="postlink" href="https://t.me/ViznitzeNeiyes">https://t.me/ViznitzeNeiyes</a>

איסר האטלקי » מיטוואך יוני 6, 2018 9:42 am

· #405114
די הייזער קוקן אויס צו זיין צום זאך, כה לחי!!

אבער בויען א בית המדרש פון 10,000 ס''פ פאר 166 דירות?

ס'וועט זיין די גרעסטע וויזניץ בית המדרש אין אמעריקע.

סמבטיון » מיטוואך יוני 6, 2018 10:15 am

· #405126
איך קען די געגנט פון די נאנט, און עס איז מעגליך, די שטח הייסט די פלי מארקעט עס איז ריזיג גרויס, איין זאך וויל איך נאר אנזאגן די וויזניטצע יונגעלייט, אז חוץ פון די אינטער 500 טויזענט וואס מען זאגט זיי צו אז עס גייט קאסטן זאלן זיי זיך אוועקלייגן נאך א מאה פאר אפגרעידס,
וויזניץ גייט זיין ממש נעבן די בעלזע קריה, און א 5 מעניט צו גיין פון סאטמער.
יהא בואכם לברכה!

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 7, 2018 5:18 am

· #405288
איסר האטלקי
די הייזער קוקן אויס צו זיין צום זאך, כה לחי!!

אבער בויען א בית המדרש פון 10,000 ס''פ פאר 166 דירות?

ס'וועט זיין די גרעסטע וויזניץ בית המדרש אין אמעריקע.


וואס דארפן זיי טאקע אזא גרויסע שול?

בד״וו די גרעסטע וויזניצער ביהמ״ד אין אמעריקע איז ביהמ״ד הגדול ׳לבוש מרדכי׳ אין מאנסי די נייע חלק אליינס (ר׳ פנחס קליין׳ס שול) איז 100x100. מיט די אלטע חלק דארף עס צוזיין 12,500 סק, פוט.

Bpjew » דאנערשטאג יוני 7, 2018 6:02 am

· #405290
its not only 166 around all Lakewood there is alot of viznitz people what thay will come from time to time and also by any major yomtov will come more people from other city's
I'm sure let's say for rosh hasonah will be all of guest in the development alone and also people will come to Lakewood other places and will walk in so shul will be iyh full
שבת אחים
איסר האטלקי
די הייזער קוקן אויס צו זיין צום זאך, כה לחי!!

אבער בויען א בית המדרש פון 10,000 ס''פ פאר 166 דירות?

ס'וועט זיין די גרעסטע וויזניץ בית המדרש אין אמעריקע.


וואס דארפן זיי טאקע אזא גרויסע שול?

בד״וו די גרעסטע וויזניצער ביהמ״ד אין אמעריקע איז ביהמ״ד הגדול ׳לבוש מרדכי׳ אין מאנסי די נייע חלק אליינס (ר׳ פנחס קליין׳ס שול) איז 100x100. מיט די אלטע חלק דארף עס צוזיין 12,500 סק, פוט.

איסר האטלקי » דאנערשטאג יוני 7, 2018 9:06 am

· #405296
שבת אחים
איסר האטלקי
די הייזער קוקן אויס צו זיין צום זאך, כה לחי!!

אבער בויען א בית המדרש פון 10,000 ס''פ פאר 166 דירות?

ס'וועט זיין די גרעסטע וויזניץ בית המדרש אין אמעריקע.


וואס דארפן זיי טאקע אזא גרויסע שול?

בד״וו די גרעסטע וויזניצער ביהמ״ד אין אמעריקע איז ביהמ״ד הגדול ׳לבוש מרדכי׳ אין מאנסי די נייע חלק אליינס (ר׳ פנחס קליין׳ס שול) איז 100x100. מיט די אלטע חלק דארף עס צוזיין 12,500 סק, פוט.

די אלטע היכל הטישן איז נאר 2,500? מאכט נישט קיין סענס. 100 ביי 100 איז שוין צען טויזנט.

בן ישי » דינסטאג יוני 12, 2018 3:52 pm

· #405837
<a class="postlink" href="http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=136015">http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=136015</a>

קומזיץ » דינסטאג יוני 12, 2018 5:31 pm

· #405841
500 טויזענט איז גארנישט ביליג פאר א townhouse , סאטמאר דיוועלאפמענט האט מען געקענט האבן פאר 465 פונקט די זעלבע זאך , און בעלזא דיוועלאפמענט שלב ג' האט מען געקענט האבן פאר 430 ,
אויך פארשטיי איך נישט פארוואס אימפאריעל זעליג בראדט איז א חלק פון די עסקנים דארטן אויב ס'איז פאר וויזניץ וואס דארף מען עם האבן

בן ישי » דאנערשטאג יוני 14, 2018 3:38 pm

· #406042
.
📎 IMG_20180614_153739_601.jpg

תנחום » דאנערשטאג יוני 14, 2018 5:09 pm

· #406055
קומזיץ
500 טויזענט איז גארנישט ביליג פאר א townhouse , סאטמאר דיוועלאפמענט האט מען געקענט האבן פאר 465 פונקט די זעלבע זאך , און בעלזא דיוועלאפמענט שלב ג' האט מען געקענט האבן פאר 430 ,
אויך פארשטיי איך נישט פארוואס אימפאריעל זעליג בראדט איז א חלק פון די עסקנים דארטן אויב ס'איז פאר וויזניץ וואס דארף מען עם האבן

עס קומט אינקלאודעד מיט אלע אפגרעידס ווי א פסח קיך און נאך

קומזיץ » דאנערשטאג יוני 14, 2018 7:30 pm

· #406065
תנחום
קומזיץ
500 טויזענט איז גארנישט ביליג פאר א townhouse , סאטמאר דיוועלאפמענט האט מען געקענט האבן פאר 465 פונקט די זעלבע זאך , און בעלזא דיוועלאפמענט שלב ג' האט מען געקענט האבן פאר 430 ,
אויך פארשטיי איך נישט פארוואס אימפאריעל זעליג בראדט איז א חלק פון די עסקנים דארטן אויב ס'איז פאר וויזניץ וואס דארף מען עם האבן

עס קומט אינקלאודעד מיט אלע אפגרעידס ווי א פסח קיך און נאך


זיי שרייבן נאר א צומער פאר א פסח קיך ,
די פרייז וואס איז געוועהן אין סאטמאר אינקלויד אויך אלע אפגרעדס , די איינציגע חילוק איז די אפענע טרעפ און נאך א ביה"כ

בן ישי » זונטאג יוני 17, 2018 10:25 am

· #406194
ק/פ

אפדעיט בנוגע די נייע קרית וויזניץ

עס קימט אריין פרישע בריכטען אז בני כ"ק אדמו"ר שליט"א און די עסקנים האבן די לעצטע פאר וואכן באקומען א געלעגענהייט צי באקומען די גאר גרויסע שטח און טשעסטער ניו יארק און עס פארוואנדלען צי די נייע "קרית וויזניץ טשעסטער ניו יארק".

לויט ווי זיי געבען איבער רעדט מען איבער א גינגאסטישן שטח וואס מען קען בויען 431 האזער, האלב דערפין איז סינגעל האזער און די אנדערע האלב איז סעמי אטעשעט

ווי מען געט איבער האלט מען שוין אינמיטן בויען די ערשטע פאזע פון ארום 100 האזער און עס קען זיין גרייט צום נייע יאר אי"ה

די פרייזן פאר א סינגעל הויז וועט זיין 450,000$ און פאר א סעמי אטעשעט 420,000$, (די דירות זענען גרעסער און שענער ווי די דעוועלאפערס און לעיקוואד האבן געוואלט צישטעלן)

עס וועט זיין א גרויסע בית מדרש אינמיטן שטאט און נאך צוויי קלענערע בתי מדרשים און די צוויי עקען שטאט, יעדע בית מדרש וועט האבן אן עקסטערע מקווה וכו', ווי אויך וועט זיין בניינים פאר די חדר און מיידל סקול און עווענטועל פאר די ישיבה, מקוה טהרה און בניינים פאר געשעפטען און דאס גלייכן,

די געגענט איז 10 מינוט פארן פון קרית יואל און 35 מינוט פארן צי מאנסי און א שעה א האלב פארן קיין וויליאמסבורג/ב"פ [בערך אזוי לאנג ווי עס נעמט פון לעיקוואד]

עס מיז אנגעוויזן ווערן אז אלעס ווערט געטיהן בפיקוח כ"ק אדמו"ר שליט"א און מען איז שוקל ביידע צדדים צי זעהן די מעלות און חסרונות פון ביידע פלעצער.

מער פרטים וועלן נאכפאלגן

שבת אחים » זונטאג יוני 17, 2018 3:22 pm

· #406211
ער דארף אפמאכן ווי ער וויל זיין רבי. דערווייל רופט מען אים וויזניצער רבי פון ירושלים/לעיקוואד/טשעסטער/מאונט-סיני. און ער איז ניטאמאל רב אין קיין איינע פון די פלעצער. יעדען מאנטיג און דינסטיג טוישט ער זיין מיינונג. עני וועי. ער באדערט מיך נישט. ער איז א וויואלער מענטש. זאל ער זיין געזונט און שטארק כ״ק אדמור מוויזניץ טשעסטער.

קומזיץ » זונטאג יוני 17, 2018 3:23 pm

· #406212
ברוך השם געקומען צום שכל און מ'לאזט זיך נישט באראבעווען פון די מאפיא ,
זייט די חסידים זענען געקומען און די געגענט זענען די פרייז פון הייזער ארויף אויף אן אויסטערלישע פארנעם און אסאך איז צו פארדאנקען "אימפעריעל" וואס האבן געשטערט
און אינטערגעלייגט פיסלעך ווען יונגעלייט האבן פרובירט זיך צוזאמענעמען און פארהאנדלען פאר א ביליגע פרייז,
יעצט אז די געלט איז דא ,קען מען אליינס מאכן שבת פאר זיך און פראבירן צו באקומען די בעסטע דיעל מעגליך.

שלומה » מוצ"ש יוני 23, 2018 6:46 pm

· #406983
די מעלה פון בלייבען אין ניו יורק איז אז עס זעט
נישט איס פאר די וואס פלאנען צו מאפען ארויס פון די באקס
כידע איז אפילו ניו דשערזי אנדערש פון ניו יורק

אישתישבי » זונטאג יוני 24, 2018 8:57 am

· #407017
אויב איז זיין פלאן צו מאכען אייגענע מוסדות איז טאקע א שאד ער זאל גיין אזוי ווייט ווי לעיקוואד.

לאידך וועט אין גרינגער זיין צו פארקויפן די הייזער דארט.

אויף דער וועג ביז לעיקוואד, בערך א שעה פין בארא פארק איז דא פילע שטחים צו קויפן פאר ביליג.

איסר האטלקי » זונטאג יוני 24, 2018 11:03 am

· #407021
אישתישבי
אויב איז זיין פלאן צו מאכען אייגענע מוסדות איז טאקע א שאד ער זאל גיין אזוי ווייט ווי לעיקוואד.

לאידך וועט אין גרינגער זיין צו פארקויפן די הייזער דארט.

אויף דער וועג ביז לעיקוואד, בערך א שעה פין בארא פארק איז דא פילע שטחים צו קויפן פאר ביליג.

ער וויל זיין וואס ווייטער פון דוב הייקינד, זינט די ספייקי סומאטוכע.

קומזיץ » זונטאג יוני 24, 2018 12:35 pm

· #407024
אישתישבי
אויב איז זיין פלאן צו מאכען אייגענע מוסדות איז טאקע א שאד ער זאל גיין אזוי ווייט ווי לעיקוואד.

לאידך וועט אין גרינגער זיין צו פארקויפן די הייזער דארט.

אויף דער וועג ביז לעיקוואד, בערך א שעה פין בארא פארק איז דא פילע שטחים צו קויפן פאר ביליג.


חוץ פון מוסדות דארף מען גראסעריס , דאקטורים , קליידער געשעפטן, מנינים ,און נאך אסאך מער...
און פארדעם איז לעיקוואד זייער גיט ספעציעל פאר ווייבער וואס וועלן נישט דארפען זיין איינגעשפארט אינדערהיים אגאנצען טאג זיי וועלן האבן ווי ארויסצוגיין ,
אבער אז מ'האנדעלט מיט בליט זויגערס וואס זיכען צו מאכן זייער געלט אויף יונגעלייט וואס האבן נישט קיין געלט און זיכען גארנישט מער ווי א דאך איבערן קאפ אויף א ביליגע פארנעם
מיז מען זיך ארויסצוען פון דארט און זיכען עפעס בעסער