☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ארונימליך איך מעג מער נישט שלאפן??

ארונימליך איך מעג מער נישט שלאפן??

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12348

מר. קלונימוס » זונטאג יוני 3, 2018 10:00 am

· #404434
ארונימליך איך מעג מער נישט שלאפן??
פארט ארום אין וויליאמסבורג א קאר מיט א גרויסן ספיקער שוין איבער א שעה וועגן א כינוס צו וואס מ'קען שוין קיין טיקעטס סיי ווי נישט קויפן ווייל ס'שוין אויספארקויפט. באט וואס איז דאס אויפוועקן מיר אזוי פרי א זונטאג צופרי? ערנסט גערעדט דאס איז משוגע און גניבה. גזל שינה! קיין שום תירוץ ארומצופארן 9 אזייגער אין א זונטאג מיט קולות וברקים
Shame

איסר האטלקי » זונטאג יוני 3, 2018 10:06 am

· #404436
אויב ס'אמת אז די ארוינים האבן געווארפן די פאשקעווילן לעצטע וואך אפשר שיקן די זאליס ארום די טראק?

איך געדענק אין ארץ ישראל ווען די גורער האבן אויפגעוועקט פינף פארטאגס ביי די ראש ערייה וואלן מיט פארוש טראקס אז מ'זאל זיך רעגן אויף די פרוש פארטיי.....

berlbalaguleh » זונטאג יוני 3, 2018 10:42 am

· #404444
מר. קלונימוס
פארט ארום אין וויליאמסבורג א קאר מיט א גרויסן ספיקער שוין איבער א שעה וועגן א כינוס צו וואס מ'קען שוין קיין טיקעטס סיי ווי נישט קויפן ווייל ס'שוין אויספארקויפט. באט וואס איז דאס אויפוועקן מיר אזוי פרי א זונטאג צופרי? ערנסט גערעדט דאס איז משוגע און גניבה. גזל שינה! קיין שום תירוץ ארומצופארן 9 אזייגער אין א זונטאג מיט קולות וברקים
Shame

מר. קלונימוס: דו ביסט גערעכט. ס'איז א שעים און גלעזל שינה ארומצופארן זונטאג (אדער מאנטאג) אום 9 אזייגער פארטאגס און וועקן דעם חשוב'ן, הייליגן עולם צו דערמאנען אז דער כינוס קומט היינט פאר. אבער ווען די זעלבע קאר (ווייל פאר'ן בעה"ב פון די קאמפאני ליגן ביידע כינוסים אויפ'ן זעלבן פלאץ אין די אנאטאמיע) איז ארומגעפארן אום 9 אזייגער פארטאגס פאר א יאר צו וועקן צום כינוס עולמי אין בארקלעי'ס, האסטו אויכעט נישט געקענט ווייטער פאפן. אדער דאמאלס איז נישט געווען קיין גלעזל שינה...!