☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » חינוך ענגלאנד

חינוך ענגלאנד

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12347

Avrom » זונטאג יוני 3, 2018 2:12 am

· #404378
חינוך ענגלאנד
די געזעץ אין ענגלאנד אויף חינוך איז זייער שווער

איסר האטלקי » זונטאג יוני 3, 2018 2:13 am

· #404379
נו, וואס קען מען טון דערצו?

אונטער חכם » זונטאג יוני 3, 2018 2:14 am

· #404381
Re: חינוך ענגלאנד
עפענען אן אשכול.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג יוני 3, 2018 2:45 am

· #404383
טשאלענט ניו יארק
די טשאלענט פארדייעט זיך נישט געהעריג

Avrom » זונטאג יוני 3, 2018 2:57 am

· #404385
אסאך פלעצר מאכט מען יום תפילה בפרט כ סיון שטייט א סימן כס יה כ סיון יום הכיפורים

שמעקעדיג » זונטאג יוני 3, 2018 2:58 am

· #404386
בענדזשאמין פרענקלין
די טשאלענט פארדייעט זיך נישט געהעריג

העי! וואו איז דיין חמין במוצ"ש..... אהער דערמיט!

שמעון וואלף » זונטאג יוני 3, 2018 3:07 am

· #404388
Avrom
אסאך פלעצר מאכט מען יום תפילה בפרט כ סיון שטייט א סימן כס יה כ סיון יום הכיפורים

געווען וואס האבן געטייטשט: כס קה - כ' סיון, קרן הצלה

יין שרף » זונטאג יוני 3, 2018 12:08 pm

· #404457
שמעון וואלף
Avrom
אסאך פלעצר מאכט מען יום תפילה בפרט כ סיון שטייט א סימן כס יה כ סיון יום הכיפורים

געווען וואס האבן געטייטשט: כס קה - כ' סיון, קרן הצלה

כי יד על כס, אז מען וויל לייגן די האנט אויפן כיס, ווייל אין הכיס שלם. ק"ה שרייט מען קרן הצלה.. אדער "מלחמה לה' בעמלק"..
מדור דור ארבייט עס שוין אזוי..

berlbalaguleh » זונטאג יוני 3, 2018 12:37 pm

· #404465
יין שרף: כ'האב געמיינט אז דו גייסט טייטשן כי יד על כס...ווען מ'לייגט די הענט אויפ'ן גלעזעלע...י-ה. שרייט מען אז מ'מיינט דעם באשעפער...!

Avrom » זונטאג יוני 3, 2018 1:03 pm

· #404470
רבותי כ סיון איז א גרויסער טאג 100טאג צ'י ר"ה

רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 3, 2018 2:00 pm

· #404485
דער 'ישועות משה' האט זיך אונטערגעזינגען א העיליגער ניגון פון די ימים נוראים, האט איהם די גבאי געפרעגט, "רבי, ס'נאך דא אסאך צייט ביז ר"ה, ס'דאך נאך נאר כ' סיון?" האט איהם דער רבי אנגעקוקט מיט די העיליגע פייערדיגע אויגן און געזאגט: "קען זיין אז דו ביזט שוין גרעיט, אבער איך בין נאכנישט גרעיט".

אייער שפייז » זונטאג יוני 3, 2018 2:05 pm

· #404490
Avrom
די געזעץ אין ענגלאנד אויף חינוך איז זייער שווער

איינער קען אריין קימען מיט מער דיטעלס זיי ווילן מ'זאל לערנען (מער) ענגליש ?

בן ישי » זונטאג יוני 3, 2018 2:22 pm

· #404497
לויט ווי איך פארשטיי רעדט מען פון א אמת'ע גזירה אויף חינוך.
זיי ווילן נישט סתם מ'זאל לערנען מער ענגליש וכו' זיי ווילן מ'זאל מסביר זיין פאר די קינדער אז נישט יעדער איז מכיר בה' ובתורתו און נאך יסודי הדת

איסר האטלקי » זונטאג יוני 3, 2018 2:35 pm

· #404505
ביז יעצט מיינען די קינדער אז יעדער איז מכיר?

בן ישי » זונטאג יוני 3, 2018 2:39 pm

· #404510
איסר האטלקי
ביז יעצט מיינען די קינדער אז יעדער איז מכיר?

נישט סתם זאגן נאר מ'זאל זיי אויסלערנען אלע צדדים און זיי לאזן אפמאכן וואס זיי פארשטייען...

Avrom » זונטאג יוני 3, 2018 3:26 pm

· #404529
השם ירחם

אייער שפייז » דינסטאג יוני 19, 2018 12:51 am

· #406444
Re: חינוך ענגלאנד
מארגן איז דא אין לונדן א יום תפילה

Sent from my SM-J327P using Tapatalk

וחלופיהן » דינסטאג יוני 19, 2018 1:17 am

· #406448
מען שלאגט פאר נייע סטאנדארטן פאר פריוואטע שולעס אז מען זאל דארפן מסביר זיין פאר קינדער צו רעספעקטירן האמאסעקסואלן און טראנס וכדומה. פאר דער רעגירונג איז נישט גענוג אז מען זאל זאגן די קינדער אז מען דארף האבן דרך ארץ פאר יעדעם איינעם, אל תהי בז לכל אדם וכדומה, נאר זיי פארלאנגען אז מען זאל זאגן די קינדער איבער די סארט ענינים און אז עס זענען פארהאן אזעלכע סארט מענטשן און אז מען דארף זיי רעספעקטירן.

אויסער דעם, בנוגע בריאת העולם (קריעשיאניזם) וועט מען נישט טארן דאס אויסלערנען כאילו עס האט ראיות פון פאקטן און אז עס איז גלייך צו 'סייענטיפיק' טעאריעס.

פאר חסידישע חדרים איז א סך ערגער וויבאלד זיי שלאגן אויך פאר אז מען זאל לערנען מיט קינדער געהעריג א פולער פראגראם פון לימודי חול.

צו די נייע סטאנדארטן זענען זיי אויך מציע נייע כוחות פאר אפסטעד (דער ביורא וואס איז באשטומט פון דער רעגירונג אויף בודק צו זיין שולעס) אז זיי זאלן קענען לייכט אפשליסן א שולע, נישט ווי היינט וואס מען קען זיי דוחה זיין בלך ושוב.

בן ישי » דינסטאג יוני 19, 2018 4:20 pm

· #406567
היינט איז פארגעקומען א גרויסע עצרת תפילה
📎 IMG_20180619_161515_111.jpg

בן ישי » דינסטאג יוני 19, 2018 4:49 pm

· #406584
בן ישי
היינט איז פארגעקומען א גרויסע עצרת תפילה
📎 IMG_20180619_164840_635.jpg

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 19, 2018 8:41 pm

· #406626
רבותיי: אבער אין לאנדאן איז מען פארנומען מיט פייערן און טאנצן און טרינקען לחיים אויף די פטירה פון הרב שטיינמאן זצ"ל. אויך זענען די נטורי קרתא אידן (פון וועם ס'איז ב"ה דא בשפע) ביזי זיך אינטערוויוען פאר די געוואלדיגע אוהבי ישראל, די בי. בי. סי. זיי מסביר צו זיין דעם געדאנק פון יהודי ולא ציוני...מיט די פאלעסטינער טליתים'לעך און די גרויסע איי. די. קארטלעך מיט'ן פאלעסטינער פאן אויף דעם...! איז ווי האט מען צייט צו שתדל'ען און מתפלל זיין איבער אן עכטע גזירה...!

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 20, 2018 1:35 am

· #406675
רבי בערל...!!!

.
📎 no-left-turn.jpg

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 20, 2018 1:42 am

· #406679
שמעקעדיג: ווען איך האב געזעהן דעם גרויסן סיין מיט א נאו לעפט טוירן. האביך מיך דערשראקן. כ'האב געמיינט אז איך גיי (ח"ו) באקומען א טיקעט מיט פאוינטס...!

אבער. איז אמת וואס איך זאג...? ביי מיר איז נישט קיין ספק. נאר פאר די וועלט...!

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 20, 2018 2:20 am

· #406684
ווייסיך שוין. אז ממאכט אן עצרת תפלה איז זיי לייכטער געווארן שוין פריער מחמת די אינסטאנצן האבן זיי נאכגעלאזט נאר די עולם וייסט נאכנישט. די עצרת תפלה איז נאר מען זאל קענען זאגן אז דא איז ממש א נס געשעהן און די כח הרבים האט געזיגט.

בן ישי » מיטוואך יוני 20, 2018 11:28 am

· #406718
.
📎 IMG_20180620_112440_105.jpg

בן ישי » מיטוואך יוני 20, 2018 11:49 am

· #406723
<a class="postlink" href="https://yiddishevinkel.com/archives/13789">https://yiddishevinkel.com/archives/13789</a>

עס שוועבט שוין די לעצטע יארן שווערע גזירות איבער די חינוך פון די לאנדאנער מוסדות, און די מוסדות התורה אין שטאט פלאגן זיך גאר שווער צו באהאנדלען די אנגייענדע פראבלעמען, וועלכע ווערן כסדר שווערער און מער קאמפליצירט. די עקזיסטענץ פון די מוסדות החינוך און יהדות החרדית בכלל שטייט יעצט פאר זייער אן ערנסטער געפאר.

די זארג האט זיך פארגרעסערט ווען אין די טעג, איז די ענגלישע “ערציאונג דעפארטמענט” ארויס געקומען מיט א ‘דראפט-געזעץ’ וועגן נייע גזירות החינוך, מיט גזירות נוראות אויף גאר האקעלע און יסודות’דיגע ענינים פון אונזער אמונה.

לויט די נייע געזעץ וועט די רעגירונג איינטיילן וואס מען מעג יא לערנען, וואס מען מעג נישט לערנען, און וואס מען מוז לערנען, וואס איז ווי פארשטענדליך זייער א שווערע גזירה פאר ערליכע אידישע קינדער.


אויב וועלן אט די גזירות חלילה אריינגיין אין קראפט, וועט נישט מעגליך זיין צו האלטן א אידישע מוסד אין גאנץ ענגלאנד, סיי יונגלעך סיי מיידלעך, פשוטו כמשמעו. די דעפארטמענט שרייבט זעלבסט אין זייער אפשאצונג פון די נייע געזעץ, אז די געזעץ וועט פאראורזאכן ”אויסטערלישע שווערע רעזולטאטן אויף די אלטרא-ארטאדאקסישע מוסדות”.

זיי שאצן אויך אז זיי ”ערווארטן שוועריגקייטן פאר קינדער צוליב דעם וואס די מוסדות פארמאכן זיך” אבער ”עס וועט נאר זיין א צייטווייליגע פראבלעם, ביז די קינדער טוען זיך איינגלידערן אין פובליק סקולס”. רח”ל.

מען פרובירט צו מאכן שתדלנות, צווישן די פילע פעולות האט מען אויך געמאכט א גרויסע פעטיציע דרייוו, וואו טויזענטער עלטערן האבן אונטערגעשריבן זייער פארלאנג אז זיי ווילן ערציען זייערע קינדער לויט די תורה הקדושה, און אז די רעגירונג זאל זיך נישט אריינמישן.

אבער ווי עס זעט אויס זענען די ערציאונג מיניסטארן אויסן צו רודפ'ן די היימישע מוסדות התורה. כלל ישראל ווייסט דעם אלטן כלל אז “אין כוחינו אלא בפה”, און דערפאר האבן די רבנים פאררופן אויף נעכטן א גרויסער מעמד עצרת ובקשת רחמים, צו איינרייסן וועלטן אז די גזירות זאלן בטל ווערן.

ווי די פאליציי שאצט האבן זיך באטייליגט ארום זיבן טויזענט חרד'ישע אידן ביים גרויסן עצרת אין סטעמפארד הילל, לאנדאן, און אינאיינעם האט מען בוקע רקיעים געווען ביים גרויסן באשעפער להעביר את רוע הגזירה.

דער עצרת האט זיך אנגעהויבן מיט א געשריי צו די קינדער “ווען איר זענט מתפלל, שרייט הויעך: טאטע, טאטע, העלף אונז”. און איז געשלאסן געווארן מיט א וויי געשריי פון טויזענטער צובראכענע הערצער “שמע ישראל”, ווען מען האט זיך מקבל געווען עול מלכות שמים.

בן ישי » זונטאג יולי 22, 2018 12:58 pm

· #409501
איך הער אז איינע פון די עלטסטע תלמוד תורה'ס אין לונדון איז פארמאכט געווארן לעצטע וואך דורך די גאווערמענט

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 22, 2018 1:20 pm

· #409505
יא, געטער'ס חדר איז פארמאכט געווארן.

אונטער חכם » זונטאג יולי 22, 2018 5:12 pm

· #409519
Re: חינוך ענגלאנד
וויפיל קינדער לערנען אין דעם מוסד? און וואס טוען זיי?

קומזיץ » זונטאג יולי 22, 2018 5:58 pm

· #409523
Wow זעהט אויס ווי ס'איז נישט קיין פשוטע מצב דארטן
האבן זיי עס צוגעמאכט לחלוטין אדער נאר צייטווייליג ביז מען וועט זיך דורכקומען מיט די רעגירונג?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 22, 2018 7:00 pm

· #409529
Re: חינוך ענגלאנד
ניין, לחלוטין.
דא קען מען זען די המודיע פון פרייטיג

<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1720317#p1720317">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p1720317</a>

נעגעל וואסער » זונטאג יולי 22, 2018 7:11 pm

· #409531
Re: חינוך ענגלאנד
כפי מה ששמעתי, האט די רעגירונג דאס נישט פארמאכט, זיי האבן דאס אליינס צוגעמאכט כדי נישט צו זיין געבינדן צו די געזעץ וואס פארלאנגט פון זיי געוויסע ענינים וואס איז נישט כפי רוח התורה.
יעצט איז דאס נאר אפען בתורת פלעיגרופ, און עס איז אומלעגאל פאר זיי צו לערנען סיי וועלכע ענגלישע לימודים, ווייל אויב לערנט מען עטליכע לימודים איז דאס נאר לעגאל אין א געהעריגע סקול. ובכן, נעקסטע מאל זיי וועלן לערנען ענגליש מיט די קינדער, און אן יווני אפיציר שפאצירט אריין, וועט מען מוזן ארויס נעמען די דריידלעך און גלייך לערנען די הייליגע תורה! ווייל אויב פאקט מען זיי ביי ענגליש, זענען זיי אויך געהאקטע צרות.

מור וקציעה » זונטאג יולי 22, 2018 7:32 pm

· #409534
ליטוואק פון בודאפעסט
ניין, לחלוטין.
דא קען מען זען די המודיע פון פרייטיג

<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1720317#p1720317">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p1720317</a>



דא קען מען זעהן די זעלבע המודיע ארטיקל אנליין
<a class="postlink" href="https://hamodia.com/2018/03/21/chareidi-community-shocked-ofsted-inspection/">https://hamodia.com/2018/03/21/chareidi ... nspection/</a>


לויט די אפסטעד שטאטישע באריטען האט די ת"ת 230 יונגלעך