☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #12336

אשכול אן א טיטל #12336

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12336
בלאט: 1 2

— » דינסטאג מאי 29, 2018 4:37 pm

· #403831

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קאך_לעפל » דינסטאג מאי 29, 2018 5:08 pm

· #403840
[ציטאט אראפגענומען]


כ'קען אפשר פראבירן צו דערהערן אז דער כינוס שוואכט אפ די מערכה קעגן גזירות גיוס (אויב ס'איז ווירקליך גאר פארהאן אזא גזירה) אבער דאס וואס די שרייבסט אז דער כינוס איז ''נישט איינשטימונג מיט די דרך פון כ''ק מרן זי''ע'' פארשטיי איך אין גאנצן נישט. וואלסט אפשר געקענט ביטע אריינקומען עטוואס קלארער?

יישר כח למפרע.

גראף » דינסטאג מאי 29, 2018 7:57 pm

· #403856
''דער איד'' וועט אנהייבן מיט, ''דער גייסטישער פירער פון קרית יואל'' וכו'.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 29, 2018 8:00 pm

· #403857
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: ביטע זיי מסביר וויאזוי דער כינוס פון די צד אהרונים פון כ' סיון תשע"ח לפ"ק שוואכט אפ די מערכה אקעיגן די גזירת גיוס און די אנדערע גזירות (לשיטתם). מ'גייט דאך דארט נישט געבן קיין שבחים פאר די ציונים און דעם רעיון הציוני. נאר אדרבה. מ'גייט ארויסברענגען אז די אלע גזירות נגד הדת זענען א תוצאה פון נאכגיין די שיטה הציונית. אריינגערעכנט די אגודה. און מסתמא אויך חינוך עצמאי...!

קיין שום נייטראלער מענטש זעהט דא נישט קיין סתירה צו די מחאות פון די פלג הירושלמי. אויך נישט צום כינוס אין בארקלעי'ס פון פאריאר...!

אלא מאי. דער פערזענליכער יצר פון אומפארגינערישקייט שפיעלט דא. גארנישט עפעס אנדערש. יא. די בהמות זענען ארויסגעקומען מיט א נייעם פאטענט מבזה צו זיין דעם ראב"ד שליט"א. שוין. זיי האבן שוין געטראפן א מום אויף איהם. אז ער האט מתיר געווען די חפירות פון קברים. וואס דאס איז דאך איין שטיק גראבער שקר. אנגעפיהרט פון דעם שווינדלערישן איד'ל, הרב שמידל. וועלכער האט געלייגט א שיינע פאר דאללער אין טאש מיט זיינע מערכות...!

גדליה » דינסטאג מאי 29, 2018 8:19 pm

· #403868
אנאנים,
איר כאפט אז מען רעדט דא פון מענטשן וואס גייען נישט צו אייגענע געשוויסטער'ס משפחה שמחות צוליב פאליטיק?

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 29, 2018 8:39 pm

· #403870
גדליה
אנאנים,
איר כאפט אז מען רעדט דא פון מענטשן וואס גייען נישט צו אייגענע געשוויסטער'ס משפחה שמחות צוליב פאליטיק?

נישט ריכטיג. די איינציגסטע וואס גייען נישט זענען געציילטע פארנאטישע ארונים וועלכע ווילן נישט גיין צו א חתונה אין עטרת מאיר צבי, און אזוי אויך די צוויי רבי'ס אבער חוץ מזה האב איך נישט געהערט ארונים אדער זלונים זאלן נישט גיין אויף משפחה שמחות

יהודי פשוט » דינסטאג מאי 29, 2018 8:47 pm

· #403872
אפשר מעג איך פרעגן, האט דאס באמת געפאדערט א באזונדערע אשכול? ס'האט נישט געקענט גיין אינעם אשכול פונעם כינוס? וואס איז די געשמאק פון סתם קנאקן אשכולות אבי ס'זאל זיין???

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 29, 2018 8:52 pm

· #403873
איך האב געטראכט ענדליך אויף התאחדות אז זיי האבן א געלעגענהייט ארויסצוקומען מיט א מחאה אויפ'ן בזיון תלמוד חכם וואס די פאשקעווילן קעגן ר' משה שטרנבוך האט אנגעמאכט. איך פארשטיי אז די זאליס וועלן דאס נישט טון אויף זייער לעדערהעד, אבער זאל התאחדות דריקן א צעטל און מר"א מיט מרז"ל וועלן ביידע אינטערשרייבן בתוך שאר חברי התאחדות.
איך בין זיכער אז די פאשקעוויל איז עפעס וואס באדערט יעדעם

איסר האטלקי » דינסטאג מאי 29, 2018 8:56 pm

· #403876
יהודי פשוט
אפשר מעג איך פרעגן, האט דאס באמת געפאדערט א באזונדערע אשכול? ס'האט נישט געקענט גיין אינעם אשכול פונעם כינוס? וואס איז די געשמאק פון סתם קנאקן אשכולות אבי ס'זאל זיין???

אפשר. מעג איך פרעגן, האט דאס באמת געפאדערט א באזונדערע תגובה? ס'האט נישט געקענט גיין אינאיינעם מיט דיינע אנדערע בויך ווייען? וואס איז די געשמאק פון סתם קנאקן תגובות אבי ס'זאל זיין???

יהודי פשוט » דינסטאג מאי 29, 2018 9:00 pm

· #403878
איסר יעצט האסט גוט גע'ענפערט איך האב שוין נישט וואס צו זאגן

יהודי פשוט » דינסטאג מאי 29, 2018 9:04 pm

· #403879
עס איז דא יעצט 7 אשכולות וואס רעדן פונעם כינוס, איך זעה נישט פארוואס ס'פעלט אויס, פארוואס קען מען זיי נישט אלע אדער לכה"פ א חלק משלב זיין? איך מיין אז ס'מאכט סתם צומישט, אויב איך בין טאקע דער איינציגסטער וועם ס'אינטערעסירט, איז נישט.

איסר האטלקי » דינסטאג מאי 29, 2018 9:08 pm

· #403882
ס'באדערט דיך אז מען רעדט דערפון? בארקלעיס האט געהאט מער אשכולות.

יהודי פשוט » דינסטאג מאי 29, 2018 9:13 pm

· #403883
אנאנים, אויב איז דאס נאר נוגע "דער איד" שטעל איך זיך פאר אז ס'איז שוין דא אין שטיבל אן אשכול איבער דער איד און מ'קען רעדן דערפון דארטן, איך בין נישט אזוי באקאנט אינעם זאכן אשכולות זאלן די וואס זענען יא באקאנט עס אויפזוכן

איסר, ס'באדערט מיר לגמרי נישט אז מ'רעדט דערפון, אדרבה דאס איז א נושא וואס איז יעצט אויפ'ן טיש ביים היימיש'ן עולם איז דא טאקע די פלאץ צו רעדן דערפון, איך האב נאר געוואלט פארשטיין פארוואס מ'דארף רעדן דערפון אין אזויפיל באזונדערע אשכולות? פארוואס קען מען נישט רעדן דערפון אין איין אשכול.

גדליה » דינסטאג מאי 29, 2018 9:24 pm

· #403884
שמעון וואלף
גדליה
אנאנים,
איר כאפט אז מען רעדט דא פון מענטשן וואס גייען נישט צו אייגענע געשוויסטער'ס משפחה שמחות צוליב פאליטיק?

נישט ריכטיג. די איינציגסטע וואס גייען נישט זענען געציילטע פארנאטישע ארונים וועלכע ווילן נישט גיין צו א חתונה אין עטרת מאיר צבי, און אזוי אויך די צוויי רבי'ס אבער חוץ מזה האב איך נישט געהערט ארונים אדער זלונים זאלן נישט גיין אויף משפחה שמחות

חוץ חוץ חוץ.
דער מציאות איז אז במשך די אלע יארן פון די פאליטיק אין סאטמאר האט מענטשליכקייט און כבוד הבריות קיינמאל נישט געשפילט קיין ראלע. פארוואס זאל זיך דאס פלוצלינג טוישן? אויב זיי ווילן אנהויבן טוישן זייער צוגאנג האבן זיי אסאך פריערע שטאפלען. וואס איז מיט דעם ביעם סענטער, א הערליכע ריזיגע בנין אין צענטער פון וויליאמסבורג וואס שטייט ליידיג בלויז צוליב דעם וואס קיינער פארגינט זיך נישט פאר'ן צווייטן.

גדליה » דינסטאג מאי 29, 2018 9:31 pm

· #403885
ס'געפעלט מיר שטארק דעם קעפל פון די אשכול. דער איד האט א געלעגנהייט צו זיין א נארמאלע מענטש. אלע יארן האט דער איד גע'פגר'ט צו זיין א נארמאלע מענטש נאר די אומשטענדן האט דאס נישט ערלויבט. ענדליך איז דא א שעת הכושר וואס מ'טאר נישט פארפאסן. כ'בין זיכער ר' זלמן לייב און משה גאבע וועלן זיך צוכאפן צום זעלטענעם געלעגנהייט צו זיין נארמאלע מענטשן.

יהודי פשוט » דינסטאג מאי 29, 2018 9:33 pm

· #403886
גדליה
חוץ חוץ חוץ.
דער מציאות איז אז במשך די אלע יארן פון די פאליטיק אין סאטמאר האט מענטשליכקייט און כבוד הבריות קיינמאל נישט געשפילט קיין ראלע. פארוואס זאל זיך דאס פלוצלינג טוישן? אויב זיי ווילן אנהויבן טוישן זייער צוגאנג האבן זיי אסאך פריערע שטאפלען. וואס איז מיט דעם ביעם סענטער, א הערליכע ריזיגע בנין אין צענטער פון וויליאמסבורג וואס שטייט ליידיג בלויז צוליב דעם וואס קיינער פארגינט זיך נישט פאר'ן צווייטן.

ווי כאילו די פראבלעם ליגט ביי סאטמאר.... ווייל אין באבוב אדער אין צאנז-קלויזענבורג אדער ביי די מחלוקת ישועת משה מיט'ן אור מרדכי איז עפעס בעסער די מצב.... הער אויף צו בלעימען אלעס אויף סאטמאר, און גראדע לגבי משפחה שמחות איז נאך סאטמאר די בעסטע פון אלע אזוי ווי שמעון וואלף האט שוין דערמאנט

גדליה » דינסטאג מאי 29, 2018 9:42 pm

· #403887
חס ושלום צו זאגן אז באבוב אדער קלויזנבורג אדער וויזניץ איז בעסער ווי סאטמאר. אז באבוב העט מאכן א קינות וועט מען רעדן פון זיי. יעצט איז סאטמאר'ס רייע און נעם נישט צו זייער אטענשאן.

גאנצל » דינסטאג מאי 29, 2018 11:00 pm

· #403894
[ציטאט אראפגענומען]


שוין אנגעהויבן sour .......... ווי גלייך ס'איז דא איין 'נארמאלע מענטש' וואס האלט אז דאס האט מיט בארקלעיס צו טון (נאר צו דערמאנען ר' אהרן האט צוזאםגערופען איינע פון די גרעסטע סאטמערע פראטעסטן אין סאטמאר היסטאריע א' חקת עג)

בן ישי » מיטוואך מאי 30, 2018 12:02 am

· #403898
גאנצל
[ציטאט אראפגענומען]


שוין אנגעהויבן sour .......... ווי גלייך ס'איז דא איין 'נארמאלע מענטש' וואס האלט אז דאס האט מיט בארקלעיס צו טון (נאר צו דערמאנען ר' אהרן האט צוזאםגערופען איינע פון די גרעסטע סאטמערע פראטעסטן אין סאטמאר היסטאריע א' חקת עג)

קען זיין אז די האלטסט באמת אז ס'האט נישט מיט דעם אבער די פאקט איז אז אסאך אסאך 'נארמאלע' מענטשן האלטן אז ס'האט יא צו טוהן מיט דעם

איסר האטלקי » מיטוואך מאי 30, 2018 12:27 am

· #403901
איז דא איין נארמאלע מענטש וואס האלט אז עס האט נישט קיין שייכות מיט בארקלעיס?

70 יאר שטייט די מדינה, ער זיצט שוין על כס המחילה 11 יאר, פונקט יעצט איז נויטיג דער רעיון הציוני? אזש מען קען נישט ווארטן קיין איין טאג שפעטער פון דער סימבאלישער טאג כ' סיון?...

אגב, איז דא איין נארמאלע מענטש וואס האלט אז זיין השתתפות א' חוקת תשע''ג איז יא געווען ריין לש''ש?

איך וויל פארשטיין נאך עפעס, גאנצל שרייבט אז ער האט פאררופן איינס פון די גרעסטע... עי' לעיל. לאמיר זאגן אז ער האט עס פאררופן, און לאמיר זאגן אז עס איז געווען גרעסער פון בארקלעיס, וואס האט עס מיט דעם אז עס איז געווען איינס פון די גרעסטע פראטעסטן? דאס מאכט עס מער לשם שמים? עס פעלט הסברה לענ''ד.

יהודי פשוט » מיטוואך מאי 30, 2018 4:52 am

· #403928
איסר, איך וועל דיר געבן די הסברה, גאנצל איז אן אהרוני....

גאנצל » מיטוואך מאי 30, 2018 11:10 am

· #403941
איסר האטלקי
איז דא איין נארמאלע מענטש וואס האלט אז עס האט נישט קיין שייכות מיט בארקלעיס?

70 יאר שטייט די מדינה, ער זיצט שוין על כס המחילה 11 יאר, פונקט יעצט איז נויטיג דער רעיון הציוני? אזש מען קען נישט ווארטן קיין איין טאג שפעטער פון דער סימבאלישער טאג כ' סיון?...

אגב, איז דא איין נארמאלע מענטש וואס האלט אז זיין השתתפות א' חוקת תשע''ג איז יא געווען ריין לש''ש?

איך וויל פארשטיין נאך עפעס, גאנצל שרייבט אז ער האט פאררופן איינס פון די גרעסטע... עי' לעיל. לאמיר זאגן אז ער האט עס פאררופן, און לאמיר זאגן אז עס איז געווען גרעסער פון בארקלעיס, וואס האט עס מיט דעם אז עס איז געווען איינס פון די גרעסטע פראטעסטן? דאס מאכט עס מער לשם שמים? עס פעלט הסברה לענ''ד.


בארואיגט אייך איין מינוט איין מינוט ווער זאגט מ'קען נישט ווארטן מער ווי איין טאג נאך כ' סיון ?? וואס דארף די דאזיגע אויסברוך זאץ ארויסצוברענגען א ראי' לכאן או לכאן ?

די השקפה פון רביה"ק הדברי יואל אין רעיון הציוני דארף א אויפשאקלונג ביים עולם, מימים ימימה האט מען צאםגענומען און גערעדט צום צבור און מעורר געווען ווי אזוי א סאטמאר איד דארף אויפצונעמען נייעס פון א"י יעצט ווען ציונים האבן הצלחה אין גרויסן, יעצט ווען ס'איז געווען דער דרך רשעים צלחה מיט'ן איינעמען א סימבאלישע זאך צום ציונות, ובנוסף צום למלאות השבעים וואס ביי די ציונים איז דאס א גרויסע זאך אז די מידנה הטמאה גייט אן, און אזוי ווי @גדלי' האט עס גוט ארויסגעברענגט א 'סאטמארע איד' זעיט נישט באמת היינט מיט וואס צו זיין א קנאי

איז דער זמן פאסיג צו מאכן א צוזאםקום מיט'ן גאנצן סאטמארע צבור און חזר'ן און זיך מחזק זיין אז די ממשלה מיט אלע זייערע מעשים זענען נאך פונקט אזוי טרייף ווי בשעתו ווען די רבי האט געשריגען אז מ'קען נישט זיין קיין מאמין אין השי"ת און אויך גלייבן אין זייערע נסים די דאזיגע שיטה הבהירה האט נישט קיין עקספרעישן דעיט און ס'איז נישט נאר ווען ס'איז דא א 6 טאגיגע מלחמה דעס איז בכל זמן ובכל עת אפי' ווען עס איז שלום ושלוה אין א"י

דעס אלעס איז קלאר און פארשטענדליך ביי 'נארמאלע מענטשן ' קען זיין ס'איז דא וואס זאגן אז עס פעילט נאך אלס נישט אויס קען מען נאך פארשטיין אבער זאגן אז דאס איז אינגאנצן נישט קיין סברא ?

און גיין זאגן אז ר' אהרן זיצט שוין זינט די קוים ארויסגעקוועטשטע בארקלעיס און חלומט נאר פון דעם און ער קען זיך פשוט נישט בארואיגן פון דעם עולם וואס זיין קליינע ברודער האט צאםגעשטעלט מיט פאלשע בריוון פון סקולען און נאך און געזיצען מיט סאטרטעגיסן וואס קען איך דא טון ? און ס'איז געווען אויפ'ן טיש אסאך איידיעס און אלעס אפגעווארפן ביז ער איז אליין אויפגעקומען מיט די מעכטיגע איידיע פון בלויז איבערחזר'ן אלטע (איך מיין דאס דארף דאך צאםצושלעפן א מוראדיגע עולם .......) דעס צו טראכטן איז אבסורד ער איז א פארנומענע מענטש אזוי טראכט אפשר א אנדערע סארט 'נארמאלע מענטש'

און צוגאב צו דעם פראביר דך פארשטיין צו געבן אז אפי' לשיטתך הכחמית שטימט עס אויך נישט ווייל ער האט שוין צוזאםגעשטעלט סאך גרעסערס פון בארקליעס


כאילו איך דארף דיר דעס מסביר זיין ......

איסר האטלקי » מיטוואך מאי 30, 2018 11:16 am

· #403943
וואס זאל איך טון אז מיט סיי וועמען איך רעד האלט אז ר' אהרן האט יא דאס געמיינט.

גאנצל » מיטוואך מאי 30, 2018 11:19 am

· #403944
מיט אזעלכע נערנים רעדסטו ?............

איך פארשטיי זיי גראדע ווי האט @שמעקעדיג געשריבען משוגע לאותו דבר

גדליה » מיטוואך מאי 30, 2018 12:04 pm

· #403957
לאמיר זאגן אז ר' אהרן מאכט נאך ר' זלמן לייב. איז וואס? לאמיר זאגן אז ער האט איינגעזען אז צאמרופן טויזנטער מענטשן אין א סטאדיום איז קנאקעדיגע פראפאגאנדע און ער וויל עס נאכמאכן, מה כל הרעש. ר' זלמן לייב האט עפעס דער מאנאפאל אויף פראטעסטן. ס'איז סתם אומפארגענרישקייט אז מ'לאזט נישט ר' אהרנען אויך געניסן פון א פראטעסט און באסטן אביסל זיינע רעיטינגס.

קאך_לעפל » מיטוואך מאי 30, 2018 12:23 pm

· #403961
פרעשבארגער רב: איר ווילט טאקע אנרופן דעם קינד ביים נאמען? אקעי!

יעדע איינציגער צייטונג איבער די וועלט האט א פאליטישע אגענדע. (אויסגעשלאסן אלגעמיינע נייעס נעטווארקס) איין צייטונג שטיפט די ליבלעראלע וואגן און א אנדערע צייטונג שטיפט דעם קאנסערוואטיווער וואגן און אזוי ווייטער.

דער בלאט אפגעזען פון דעם וואס זייער מאטא איז "דער שופר פונעם אלוועלטליכען ארטאדאקסישן אידענטום" האט בלויז איין אויסשליסליכער ציל: צו בויען די פארטיי פון צד מהר''א:
דער איד אפגעזען פון דעם וואס זייער מאטא איז "דער ארגאן פונעם אומאפהענגיגען ארטאדאקסישען אידענטום אין אמעריקע" האט בלויז איין אויסשליסליכער ציל: צו בויען די פארטיי פון צד הגז''ל:

דערפאר אין גענצליך אומדערווארטערט פון די פארוואלטערשאפט פון דער איד (וועלכע זענען זעלבסט פון די סאמע העכסטע פירער פון די זאליבאנישע באוועגונג,) צו דעקן סיי וועלכע געשענעניש וואס האט צוטאן מיט צד מהר''א, און זיכער נישט קיין געשענענישן וועלכע טוען גלייכצייטיג שטויסן דען הינקענדיגען זאלי-וואגן אין די אחריים.

קאפארענדא?

קומזיץ » מיטוואך מאי 30, 2018 1:39 pm

· #403969
ס'קומט מיר צו לאכן ווי ערוואקסענע מענטשען פירן וויכוחים , עפענען אשכולות , פילען אן גאנצע בלעטער מיט טענהרייע'ן און אויף וואס?
אויף א כינוס וואס מ'גייט פארגעסן פון דעם און א פאר טעג פון יעצט , עס איז נישט עפעס וואס מאכט א חילוק אויף דיין פרנסה , חינוך, שמחת החיים וכד' , איין זאך כאפט דא א נפק"מ "ego"
איך בון בעסער אדער די..

signout » מיטוואך מאי 30, 2018 2:43 pm

· #403984
[ציטאט אראפגענומען]

קודם לאמיר געבן א טשאנס פאר מהרז''ל צו ווייזן אז ער איז א נארמאלע מענטשן אין אויפנעמן דעם ראב''ד (בשעת מהר''א נעמט אויף דעם גאב''ד יעדע מאל אין באזוכט אפילו ביי אים ווען ער געפינט אין ירושלים) נאכדעם פארלאנג פין זיין צייטונג צו זיין נארמאל

קאך_לעפל » מיטוואך מאי 30, 2018 3:36 pm

· #404001
נישט קיין בעביס...טיפיקעל זאליס...משיח דארף נאך נישט קומען צוליב דעם...
מרגלא דפימא של רבינו הגז''ל שליט''א, בשם חיים נחמן ביאליק מוואלאשין: די הונט בילן, און די באן פארט ווייטער: ודפחי''ח.

איסר האטלקי » מיטוואך מאי 30, 2018 4:03 pm

· #404010
אנאנים, ביסט גערעכט אז ר' משה דארף עס נישט ערווארטן אויף כבוד מלכים, אבער ר' זלמן לייב במחילתו קומט נישט צו צו זיין לינקער קנעכל, און אויב מאכט ער אזעלכע חשבונות מעג איך מהרהר זיין אויף אים אויך.

קאך_לעפל » מיטוואך מאי 30, 2018 4:39 pm

· #404011
[ציטאט אראפגענומען]


אוי גיוואלד... ס'איז נאך דא דארט וואס חרוב צו מאכן?

פיינע קאווע » מיטוואך מאי 30, 2018 5:10 pm

· #404014
איסר האטלקי
וואס זאל איך טון אז מיט סיי וועמען איך רעד האלט אז ר' אהרן האט יא דאס געמיינט.


מיט וועם איך רעד האלט פארקערט

פיינע קאווע » מיטוואך מאי 30, 2018 5:13 pm

· #404015
[ציטאט אראפגענומען]



וואסארא שטותים. אפשר איז די כינוס פאר קרן הצלה 20 יאר צוריק געווען א השתקה אויף די מערכה קעגן ע"ז שייטל? אדער ווייסעך וואס

קאך_לעפל » מיטוואך מאי 30, 2018 5:57 pm

· #404020
[ציטאט אראפגענומען]


"און די רבנים הייסן עם דאס טון"

זאג די ביזט אונטער די איינדרוק אז מיר אלע פארמאגן ברייטע הערנער אויפן קאפ, און האריגע שוואנצן כ'נישט וואו?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 30, 2018 6:23 pm

· #404021
איינער פון די שטיצערס פון די ישיבה פון הרב משה שטרנבוך הייסט ראלף הרצקה. הרב שטרנבוך האט איהם געוואלט באזוכען יעצט, אבער די אהרוינעם האבען געזאגט ׳ניין!׳ אזוי ווי דער שיניעווער רב האט געהייסען. פארוואס? ווייל ער איז געפארען צו די פתיחה פון די עמבאסי אין ירושלים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איסר האטלקי » מיטוואך מאי 30, 2018 7:28 pm

· #404026
[ציטאט אראפגענומען]

יעצט פארשטיי איך שוין וואו יעדער לויפט הקפות און שבועות, דער עולם מאכט שיעבודא דרבי נתן און מ'גייט גראד צו זיינע רבי'ס.....

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 30, 2018 9:19 pm

· #404032
עמעזאן...משא"כ...!

בן ישי » מיטוואך מאי 30, 2018 10:58 pm

· #404048
מהרז"ל'ס נישט אויפנעמען די ראב"ד באדערט מיך שטארק ווייל עס מאכט עס אויסזעהן כאילו ער שטיצט די עקלהאפטיגע פאשקעווילן וואס איך בין זיכער אז ער און רובם ככולם פון זיינע מענטשן שטיצען דאס נישט.

הלוואי ווען ער קומט ארויס קלאר (אדער כאטשיג התאחדות) אקעגן די געמיינע שריט פון די פאר משוגעים און דאס זאל אראפ נעמען די חרון אף וואס זיי קענען חלילה אנברענגען.

די בד"ץ העידה החרידית אין א"י וואס טייל דיינים דארטן דינגען זיך מיט עם האט אבער נאכאלץ פארדאמט די בזיון כבוד התורה אקעגן עם דורך די פאר סיקריקים.

איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:23 am

· #404068
איך האב געהאלטן פון מהרז''ל אסאך מער, אין מיינע אויגן איז ער אראפ עטליכע דרגות נענטער צו זיין ברודער מיט דעם שריט.

signout » דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:18 pm

· #404129
בן ישי
מהרז"ל'ס נישט אויפנעמען די ראב"ד באדערט מיך שטארק ווייל עס מאכט עס אויסזעהן כאילו ער שטיצט די עקלהאפטיגע פאשקעווילן וואס איך בין זיכער אז ער און רובם ככולם פון זיינע מענטשן שטיצען דאס נישט.

הלוואי ווען ער קומט ארויס קלאר (אדער כאטשיג התאחדות) אקעגן די געמיינע שריט פון די פאר משוגעים און דאס זאל אראפנעמען די חרון אף וואס זיי קענען חלילה אנברענגען.

די בד"ץ העדה החרדית אין א"י וואס טייל דיינים דארטן דינגען זיך מיט עם האט אבער נאכאלץ פארדאמט די בזיון כבוד התורה אקעגן עם דורך די פאר סיקריקים.

ער האט געמאכט פין דיר ליצנות ביז יעצט אז די געגלייבט די נועם המידות געים, די מעסעזשעס וואס ער האט פערזענליך געשיקט מיטן אויסרייד אז ''די כינוס שטעכט אים אריין א מעסער אין רוקן'', ועל כולם ווי ער האט נעכטן אריבערגערופן/געלאזט רופן ר' שמעי' גרינבוים אין 'ער/מהרז''ל אליין' האט פארלאנגט אז ער טאר נישט גיין צום כינוס, רעדט גענוג

signout » דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:20 pm

· #404131
כו''ע מודה אז מהר''א האט נאך אזעלכע גיטע תירוצים נישט צו אויפנעמן אין אוודאי נישט באזוכן די גאב''ד ווי מהרז''ל האט אויפן ראב''ד, מיט דעם אלעם איז עס נאכנישט געשעהן

signout » דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:38 pm

· #404136
[ציטאט אראפגענומען]
ווענד זיך וועם די רופסט די עדה החרדית, ס'דא למשל די קהילות ווי דשנסקיא אין תולדות אהרן נאכדעם איז דא סוקרוקים ווי אוהל שרה וכו'

signout » דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:40 pm

· #404138
[ציטאט אראפגענומען]
כ'זעה האסט צוגעלייגט נאך א שורה צו דיין תגובה, ס'האט מיר געקאסט א שמייכעל, מהרז'''ל איז דער לוחם מלחמת השם ס'בכלל נישט לכבוד עצמו הוא דורש.. לאל כ'דענק טאקע ביז ער האט באקומען א רבנות פאסטן אין הויכע נו''ן יארען איז ער געווען א פייערדיע קנאי...

גאנצל » דאנערשטאג מאי 31, 2018 5:59 pm

· #404154
צום ביישפיל שטיצן אגודיסטן איז וואס א סאטמאר רבי דארף טון..........

אריין שטעלן קינדער אין חנוך עצמאי דאס איז דאך געווען פון די דברים העומדים בראש וואס דער סאטמאר רבי האט געטון............

זיך שטעלן צו א פיקטשער דאס האט די סאטמאר רבי געטון איינמאל א חודש מסתמא..............

סארי פאר'ן אויפוועקן פון דיין חלום

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 31, 2018 8:52 pm

· #404179
גאנצל: ועוד. מ'דארף נאך מער שעצן מהר"א שליט"א מיט דעים וואס ער האטציך נישט צוגעשטעלט צו די מערכה פון די חבורת זאלונים פאריאר אין בארקלעי'ס. ער האט מקיים געווען דעם לא תגורו. ער האט נישט געטון וואס ס'איז פאליטקלי קארעקט. און ער האטציך נישט באטייליגט אין די (אומנוצליכע) אסיפה. ווייל ער האט איינגעזעהן אז די אזוי גערופענע גזירת הגיוס וואס הרב שמואל אויערבאך ז"ל האט אנגעפיהרט איז א פאלשע אישו. אבער פון די צד מהר"א (די אזויגערופענע ארונים) האט קיינער נישט געריסן קיין צעטלעך אדער ארויסגעגעבן פאשקעוויללן אויף אנערקענטע גדולי ישראל...!

נאר דער תירוץ איז אז די זעלבע חבורה וועלכע האבן מבזה געווען הרב שטיינמאן זצ"ל. זענען יעצט מבזה להבחל"ח דעם ראב"ד שליט"א. אויף זיי זאגט דער נביא..."ויהיו בוזים במלאכי אלוקים"...ווען מ'זאלל משפט'ן לויט דעם אליין, זעהט מען שוין איין ווי דער אמת איז. ממש אזוי ווי דער משפט פון שלמה המלך ע"ה. אין די הפטורה פון פ' מקץ...ווי די אמת'ע מאמע האט געזאגט אז מ'זאלל אוועקגעבן דאס קינד פאר איהר. און די פאלשע מאמע האט געזאגט..."גם לי, גם לך לא יהיה, גזורו"...!

איש את רעהו » דאנערשטאג מאי 31, 2018 9:54 pm

· #404191
@גאנצל ווען דער בעלעגאלע איז צופרידן טויג עפעס נישט

signout » פרייטאג יוני 1, 2018 1:04 am

· #404224
נאך אין די סעריע פין ניצן די געלגענהייט צו זיין נארמאל.... קווינס בחורים דרייען זיך ארום אין די גאסען מיט ספרעי, קאמענטארען זענען איבריג, איינער געדענקט אזוינס ביי בארקלעי?
📎 DelDMhHU0AEf4l8 (1).jpg 📎 DelDMg-U8AA7K1s.jpg

signout » פרייטאג יוני 1, 2018 1:09 am

· #404226
בן ישי
מהרז"ל'ס נישט אויפנעמען די ראב"ד באדערט מיך שטארק ווייל עס מאכט עס אויסזעהן כאילו ער שטיצט די עקלהאפטיגע פאשקעווילן וואס איך בין זיכער אז ער און רובם ככולם פון זיינע מענטשן שטיצען דאס נישט.

הלוואי ווען ער קומט ארויס קלאר (אדער כאטשיג התאחדות) אקעגן די געמיינע שריט פון די פאר משוגעים און דאס זאל אראפ נעמען די חרון אף וואס זיי קענען חלילה אנברענגען.

די בד"ץ העידה החרידית אין א"י וואס טייל דיינים דארטן דינגען זיך מיט עם האט אבער נאכאלץ פארדאמט די בזיון כבוד התורה אקעגן עם דורך די פאר סיקריקים.

מהרז''ל האט אנפאנג וואך אריבערגערופן איינס פין די וואס האבען געדארפט רעדן ביים כינוס, מיטוואך איז ער געקומען אין מהרז''ל האט פארלאנגט ער זאל עס קענסלען, ער האט נישט געוויסט וואס צו טוהן, היינט דאנערשטוג צופריה האט אים מהר''א גערופן אין געזאגט אז ער וויל נישט אז וועגן אים זאל ער ליידן אין פארלירן זיין פרנסה אין פארשטייט אים אין ער מעג זיך אפזאגען, (רוב עולם אין סאטמאר ווייסט די נאמען פין וועם מ'רעדט)

איסר האטלקי » דאנערשטאג יוני 7, 2018 9:46 am

· #405301
זיי האבן יא עפעס אן ארטיקל איבער די א' שלח כינוס!!

אה, פון די תשע''ז כינוס...

בן ישי » דאנערשטאג יוני 7, 2018 2:17 pm

· #405342
.
📎 DfGY3erXUAA6V9i.jpg
בלאט: 1 2