אמת ויציב ונכוןטאקע אזוי פשוט??? סקולענע רבי האט געגעבן א פארעווע זוהן קענסטעך דינגען ער האט יא געוואלט נאר די זוהן נישט געלאזט. והא ראי' אלע אנדע רע קינדער זענען יא געווען.... אדער שרייען ער איז געווען פארעווע. פיין. אבער א בריוו האט ער געגעבן. מהאט גארנישט געפעלטשט. מהאט געבלאזן די מצב מער ווי סאיז קען זיין.
אבער צו פלעין פעלטשען בריוון און לאגאס. דארף מען זיין אן עכטע ארוני......
טאמער די פארשטייסט עכט נישט די חילוק פון דעי 2 מעשיות איז א סימן אז דיין באקס איז מוראדיג שטארק צוגעקלעיפט......
איך וויל נישט פארדרייען די נושא האשכול אבער איך מוז מוחה זיין.
אויב איהר האט שוין פארגעסן פון פאר א יאהר וועל איך אייך דערמאנען.
דער סקולענע'ר רעבי'ן זז"ג, האט צוריק געשיקט פאר'ן גאב"ד און ראב"ד א בריוו התנצלות פארוואס ער קומט נישט צום כינוס און אז ער פאררופט נישט אן אסיפת רבנים בביתו
און בתוך הדברים האט ער דארט צו געשריבן אז אויב דער פינטל פונעם פראבלעם איז די שוואכע בחורים וואס פאלן אוועק פון די ישיבות, דארף מען זעהן אויפצושטעלן עקסטערע מסגרות-ישיבתיות פאר אט די סארט בחורים, ועל כך כתב וכל העושה ומעשה למען עניין זה תבוא עליו ברכת טוב...
האבן דיינע נישט-אהרונים אויסגעמעקט די 3 שורות ווי ער שרייבט אז מ'זאל אויפשטעלן ישיבות פאר האלב-וועיג'ס-אפ'געפאהרענע-בחורים
און געדרוקט אין ריזיגע קידוש-לבנה אותיות, צום-ערשט: "ועתה מתכוונים לעשות כינוס כללי על הגזירות" און דערנאך פיצעלע אותיות און שפעטער ריזיג: "וכל העושה ומעשה לעניין זה תבוא עליו ברכת טוב"
אויב ביי דיר הייסט דאס סתם געמאכט מעהר ווי ס'איז ווייס איך נישט וואס איז ביי דיר ליגנט...
ובדבר השתתפות בניו:
דעם סעקולענער רעבין פארמאגט 5 זוהן און 3 איידימער, לאמיר זאגן אז דער איידעם פון ארץ-ישראל איז נישט אין די אישו ווייל ער וואלט פארשטייטזיך נישט עקסטער געקומען צו פאהרן
דער איידעם פון וויליאמסבורג איז א סאטמערער (א ברודער פונ'עם פאיע'ר רב, און סאטמער'ער דומ"ץ) פארשטייטזיך זיך משתתף געוועהן.
דער איידעם פון ב"פ איז אויך אנגעקומען (איך ווייס טאקע ניט פארוואס, אבער יעך האב עם דארט געזעהן)
דער זוהן פון מאנטריאל וואס מ'האט געלייגט גרויסע פרעשור ער זאל אנקומען און ס'האט געהייסן אז ער וועט מיט-קומען מיט'ן טירנויער הידוע, - איז נישט אנגעקומען.
דער זוהן פון מאנסי וואס דאוונט אינדערוואכן אין סאטמאר און ער איז גוט צו אלע צדדים האט זיך משתתף געוועהן און אפי' געחתמ'עט מ'זאל גיין...
דער זוהן פון לעייקוואד איז יא געגיינגען (מחמת החלטת-רגע, וואס א איד מיט'ן נאמען ר' נחום אריה סאפרין פון קאמארנא ירושלים האט עם איבערגערעדט באותו יום און ער איז געגיינגען,
די 2 זוהן פון ב"פ האבן זיך נישט משתתף געוועהן, על-אף אז איינער פון זיי (ר' מאיר) האלט זיך נאנט מיט סאטמאר.
ירא הציבור וישפוט.
בדבר דעתו על הכינוס דאשתקד:
יעדער וואס ווייסט וואס טוט זיך דארטן ווייסט אז ער האט מעיקרא נישט געוואלט זיך אריינמישן אין דעם,
אבער היות יצחק שטערן איז א נעפיו פונעם רעבי'ן, און זיין שוואגער-פארטנער ר' אשר פריעדמען איז גוט מקושר דארט'ן
האט ער געקענט לייגן גרויסע פרעשור ער זאל יא קומען,
און אט די פרעשור צו עם צווינגען זיך אריינמישן, האבן אלע זיינע קינדער זיך געזעצט און מחליט געוועהן אז נישט.
דאס הייסט אז דער זוהן פון ב"פ האט עם נישט געלאזט קומען...
#נישט-אהרוינישע-פאקטן