☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » בארא פארק הצלה

בארא פארק הצלה

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12331

בן ישי » מאנטאג מאי 28, 2018 8:39 pm

· #403721
בארא פארק הצלה
ווען איך זעה די גרויסע ארגענעזאציעס און מוסדות מאכן דיננערס און ספענדו ריזיגע געלטער פאר מארקאטינג טוהט עס מיך אסאך מאל באדערן צו זיי וואלטן טאקע גימוזט אויסגעבן אזויפיל פאר מארקאטינג, אפשר וואלט מען געשאפן די זעלבע אן אזויפיל געלט אין די גארבעטש? און אפילו אויב מ'וועט געמאכט ווייניגער אפשר וואלט מען זיך נאך אלץ געשפארט מער?

למעשה ווען איך געב געלט פאר די פלעצער טראכט איך אייביג פון די מעשה מיט הרב מאיר שפירא (איך מיין אז ס'געווען מיט עם) וואס איז ארום געגאנגען נאך געלט פאר זיין נייע הערליכע ישיבה, האט עם א גביר אמאל געזאגט, רבי אפשר דארף מען נישט אזא שיינע ישיבה? איך וויל נישט אז מיין געלט זאל קיין פאר נישט וויכטיגע זאכן, איך וויל נאר שטיצן תורה!
האט ער עם געענטפערט אז אויב א מענטש מיינט עס ערנסט העלפט שוין די באשעפער אז זיין געלט זאל אנקומען צו די ריכטיגע פלאץ, זיין געלט וועט גיין דירעקט פארן שטיצן די תורה פון די בחורים און נישט אז ס'זאל זיין א שענערע בנין אינדרויסן...

====

הצלה פון בארא פארק פלעגט אויך זיין פון די וואס האבן געספענט אסאך אויף מארקאטינג, זיי האבן געמאכט א יערליכע אקשען וואס מ'האט אויסגעשטעלט די מתנות אין א זאל פאר דריי טעג צוזאמען מיט א גרויסע דינער וואס האט צוגעשטעלט טייערע רעדנערס און הערליכע מוזיק, וואכן פארדעם האבן זיי געהאט צעטלעך איבער די גאנצע שטאט און יעדע יאר אויפגענומען מיט נייע מארקאטינג איידיעס ווי באמפער סטיקערס, אשר יצר סיינס, קאווע גלעזלעך, ראגס זיך אפצוווישן די פוס ווען מ'קומט אריין אין ביהמ"ד, ריזיגע פראדזשעקטערס אויף די גאסן וכו'

ברוך השם אז זיי האבן דאס אויפגעהערט און דאס יאר האבן זיי פראקלאמירט א eAuction
ס'ארבעט אנליין ווי ס'דא אפאר גורלות מיט מתנות און מ'קען אויך שרייבן לכבוד וועלכע מעמבער מ'וויל געבן.

ווי וויכטיג הצלה איז דארף איך נישט זאגן!
יעדער האט זיי שוין אמאל גענוצט פאר זיך אדער פאר איינעם אין די משפחה!
הצלה איז א ארגענעזאציע וואס רעטעוועט לעבנס במלוא מובן המילה!

איז לאמיר זיי העלפן זיי זאלן ווייטער ראטעווען לעבנס און איינוועגס שטוצט די קאמפיין אז זיי זאלן זעהן אז מ'קען מאכן די זעלבע און האפענטלעך נאך מער דורך די וועג און אזוי וועלן אנדערע זיך אפלערנען און האפענטלעך וועט מען קענען שפארן געלטער פאר די צדקה'ס און מ'זאל נאר דארפן געלט פאר די וויכטיגע אויסגאבען.

בארא פארק הצלה eAuction
<a class="postlink" href="https://bphatzolah.org">https://bphatzolah.org</a>

די באשעפער זאל העלפן אז און דעם זכות זאלט איר נישט דארפן צוקומען צו זיי!
תזכו למצות.

=====

(איך מיין נישט חס ושלום אראפצורייסן אנדערע ארגענעזאציעס, נאכדערצו וואס איך קען נישט זייער ביכער צו וויסן וויפל מער מ'ברענגט אריין אזוי אבער איך האב געשריבן מיין געפוהל)

בן ישי » מאנטאג מאי 28, 2018 8:43 pm

· #403722
ווידיאוס ווי געטרייע וואלינטירס האבן בסייעתא דשמיא געראטעוועט לעבנס ארויסגעגעבן לכבוד די היי יעריגע קאמפיין

Hatzolah of Boro Park - Back to Life: Episode 1
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=Sz1wa9FBn_c">https://m.youtube.com/watch?v=Sz1wa9FBn_c</a>

Hatzolah of Boro Park - Back to Life: Episode 2
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=-2Qp6oG50Go">https://m.youtube.com/watch?v=-2Qp6oG50Go</a>

Hatzolah of Boro Park - Back to Life: Episode 3
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=xIVmR2dg50o">https://m.youtube.com/watch?v=xIVmR2dg50o</a>

קורקלענד » מאנטאג מאי 28, 2018 8:49 pm

· #403723
זיי זאלן זיי אבער אויפהערן אטאקירן יעדן מיט ראובאו-קאלל'ס אין שטיב און אויפן סעלל.

מיין אויסברוך דא איז נישט געווידמעט דווקא קעגן ב''פּ הצלה, נאר אויך אויף אלע אנדערע הייליגע ארגאניזאציעס וואס הצלה פילט אזוי שטארק אז זיי דארפן נאך טוהן.

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 28, 2018 11:06 pm

· #403728
רבותיי: ס'איז דא גאר א חשוב'ע ארגאניזאציע וואס נאך פאר דאס צוזאמגעשנאר'טע (און גערויבטע) געלט קומט נאך אן אין תחום שבת פון דעם צוועק פארוואס מ'האט עס לכאורה צוזאמגענומען, פליסט עס אריין אין די זייטיגע קעשענעס פון א טייל ..."עסקנים"... און זייערע עקסטענדעד משפחות, אויף וואקאציעס, שיינע קארס. און אויפפיקסן די הויז. איז דען דא דארט א רואה חשבון. א טרעזשורער, וועלכער קאנטראלירט די אלע געלטער וועלכ פליסן אריין און פליסן ארויס...?!

בן ישי » זונטאג יוני 3, 2018 3:10 pm

· #404525
היינט איז די לעצטע טאג פון דעם קאמפיין.
שטיצע הצלה וואס איז דא פאר אייך יעדע מינוט פון טאג און שטיצט זייער קאמפיין וואס קאסט נישט אזויפיל מארקאטינג אז זיי זאלן טאקע בלייבן אויף דעם וועג און נישט דארפן צוריקגיין צו די געלט פארשווענדערישע קאמפיינס.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 3, 2018 10:17 pm

· #404631
berlbalaguleh
רבותיי: ס'איז דא גאר א חשוב'ע ארגאניזאציע וואס נאך פאר דאס צוזאמגעשנאר'טע (און גערויבטע) געלט קומט נאך אן אין תחום שבת פון דעם צוועק פארוואס מ'האט עס לכאורה צוזאמגענומען, פליסט עס אריין אין די זייטיגע קעשענעס פון א טייל ..."עסקנים"... און זייערע עקסטענדעד משפחות, אויף וואקאציעס, שיינע קארס. און אויפפיקסן די הויז. איז דען דא דארט א רואה חשבון. א טרעזשורער, וועלכער קאנטראלירט די אלע געלטער וועלכ פליסן אריין און פליסן ארויס...?!

להבהרה בעלמא: איך האב אינגאנצן נישט געמיינט די חשוב'ע און ערליכע און וואוילטעטיגע ארגאניזאציע הצלה...נאר א צווייטע, גאר חשוב'ע (וואס האלטן זיך ...!אזוי) ארגאניזאציע

איסר האטלקי » זונטאג יוני 3, 2018 10:18 pm

· #404632
בן ישי
היינט איז די לעצטע טאג פון דעם קאמפיין.
שטיצע הצלה וואס איז דא פאר אייך יעדע מינוט פון טאג און שטיצט זייער קאמפיין וואס קאסט נישט אזויפיל מארקאטינג אז זיי זאלן טאקע בלייבן אויף דעם וועג און נישט דארפן צוריקגיין צו די געלט פארשווענדערישע קאמפיינס.

שוין געשטיצט.