☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווער זענען די קרימינאלן, די שווארצע אדער די ארימע???

ווער זענען די קרימינאלן, די שווארצע אדער די ארימע???

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12318
בלאט: 1 2

מי יקום » מיטוואך מאי 23, 2018 9:29 pm

· #403276
ווער זענען די קרימינאלן, די שווארצע אדער די ארימע???
אין א אנדערע אשכול דערמאנט ליפא עפעס וועגן די שווארצע און קרימינאלן.

הודעה דורך ליפא » דינסטאג מאי 22, 2018 10:00 pm

מ'דארף נאר וואטשן נישט צו שטארבן על קידוש השם ווי דער איד פון ק.ה. וואס האט באגריסט א שווארצן און שיעור געענדיגט זיין לעבן

אבער די זעלבע איז דאך געזאגט געווארן פאר די שווארצע און ספאנישע אז זיי זאלן זיך אכטונג געבן נישט אריינצופאלן אין די הענט פון די ״אידישע פאליציי״. ווי עס באוויסט פלעגן די אידן (ווי אויך גוים-די ווייסע פאליציאנטן) האקן שטיקער פון די ארימע גוים פאר יעדע קלייניקייט. און גאר אסאך מאל האבן זיי בכלל נישט געהאט די ריכטיגע פארברעכער, נאר זיך אנגעטעשפט אין אומשולדיגע שחורים און זיי צו׳מזיקט די ביינער על לא דבר. ווי עס איז ברייט באריכטעט געווארן אין די מידעא.

לעצטענס האב איך געהאט א שמועס מיט א חסידישע אינגערמאן. און ווען מהאט גערעדט פון פארברעכער (מינדערוויכטיגע קריים) האט ער זיי גערופן ״די שווארצע״ האב איך אים געפרעגט הלמאי רופסטו אן פארברעכער ״שווארצע״ סאיז דאך דא אסאך שווארצע וואס זענען איינשטענדיגע מענטשען און ווידער איז דאך דא פול מיט ווייסע וואס זענען קרימינאלן??? זאגט ער מיר, פשוט, גלייבסטוך אין סייענס און אין נומבערס, פאקטן, דאטא, איז רוב קרימינאלן זענען פאקטיש שווארצע (כ׳ווייס נישט פון ווי ער נעמט די סטאטיסטיקס אבער לאמיר אפילו איינזעצן אז יא) זאג איך אים הער אויס רוב ״גאסן קרימינאלן״ זענען לכאורה טאקע די מינארטיס- נעמליך ״די ארימע״ פשוט ווייל זיי זענען ארים און זיי קענען זיך נישט קיין עצה געבן פארדעם איז דא אזויפיל גניבות. די פאקטן ווייזן טאקע אז אין יעדער לאנד איז די ״קרימינאלע ראטע״ אסאך אסאך העכער ביי די ״ארימע״ ווי ביי די ״רייכע״ אפגעזעהן וועלכע מין קאליר הויט. די רייכע שווארצע דא אין אמעריקע זענען קיין קרימינאלן געווענטליך. און די זעלבע איז מיט די ארימע ווייסע, זיי זענען פונקט אזעלעכע גנבים ווי די שווארצע. יעצט, אויב איינער ליינט די היסטאריע פון אמעריקע וועט ער גלייך פארשטיין אז דאס אז די שווארצע זענען ארים און אזוי צוריקגעשטאנען אין די היינטיגע סאסייעטי איז פשוט ווייל די ווייסע האבן זיי אראפגענידעדט פאר די לעצטע פאר הונדערט יאר און ביז נישט לאנג צוריק האט מען זיי נישט אריינגעלאזט אין סאסייעטי, און נישט אריינגעקומען אין קיין קאלעדזש׳ס. זיי האבן כמעט נישט געקענט באקומען א נארמאלע דזשאב. מהאט זיי געהאלטן און זיך אויפגעפירט צוזיי ממש ווי ״חיות״ ביז נישט לאנג צוריק, און עס וועט מסתמא נעמען נאך א שיינע פאר דורות ביז די שווארצע וועלן ווערן גלייך מיט די ווייסע. איז לויט דעם קומט אויס אז אונז ווייסע זענען שולדיג פארן אראפדרוקן די שווארצע איז וואס רופסטו זיי קרימינאלן? זאג ״די ארימע״ ווייל דאס איז די פאקט די ארימע זענען געווענטליך די קרימינאלן און פאר זייער א פארשטענדליכע סיבה.

נאך מעהר זאג איך פאר יענעם יונגערמאן. סאיז באוויסט אז ״רוב גנבי ישראל נינהו״ יעדער איינער אין די וועלט ווייסט אז די ״נידריגע גאסן קריים״ געשעהט געוונטליך דורך ״די ארימע״ ווידער די ריכטיגע שווינדעלריי און גניבות פון ״ גרויסע געלטער״ זענען ליידער געשעהן דורך אחבנ״י. וויפל די שווארצע גנבנן שוין, א דאללער דא און א סענדוויטש דארט האט מסתמא איין איד בערני מעידאף הנודע לשמצה געגענבט מעהר ווי אלע שווארצע צוזאמען פון גאנץ ברוקלין פון די לעצטע פופציג יאהר... די אידן זענען די גרעסטע שווינדלער און אין כמעט אין יעדע גרויסע מעיזעשאר שווינדלעריי אין די לעצטע פאר הונדערט יאהר זענען אונז אידן געשטאנען בראש.

פרעג איך דעם אינגערמאן, וויאזוי וואלט דיר געפאלן ווען די זיצט צווישן שווארצע און ווען זיי רעדן פון שווינדלער וואלטן זיי געזאגט ״די נידריגע אידן״, ס׳וואלט דיר געשמעקט? דאס איז דאך אויך אמת לויט נומבערס? רוב אמתע גנבים זענען דאך אידן.

צום שלוס דארף מען דא דערמאנען א אמת ווארט פון די באוויסטע קאמידיען דזשאורזש קארלין ז״ל

״די ריפובליקאנער זענען דא אוועקצולייגן די ״גאסן קרימינאלן״ און אנשטאט דעם מאכן פלאץ פאר די ״ביזנעס קרימינאלן״ (יא יא די חברה מיט די סוט און טיי) זיי ווילן אויסראטן ״סטריט קריים״ ווילאנג די סטריט איז נישט ״וואל-סטריט״....

הקטן » מיטוואך מאי 23, 2018 10:29 pm

· #403280
מי יקום

פרעג איך דעם אינגערמאן, וויאזוי וואלט דיר געפאלן ווען די זיצט צווישן שווארצע און ווען זיי רעדן פון שווינדלער וואלטן זיי געזאגט ״די נידריגע אידן״, ס׳וואלט דיר געשמעקט? דאס איז דאך אויך אמת לויט נומבערס? רוב אמתע גנבים זענען דאך אידן.

און וואס איז דא די תירוץ? אויך ארימע?
אדער אפשר ראסע שפילט יא א ראלע

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 23, 2018 10:38 pm

· #403283
שלום עליכם: ר' מי יקום. איך פריי מיך זייער שטארק אז איך האב יעצט געפונען א חברותא. נאך א ליבעראל. ווייל ביז יעצט ביניך געווען דער איינציגסטער ליבעראל דא אין קאווע שטיבל...! ס'הייסט. אויסער אונזער טייערער ברודער דער וויזשניצער רבי/חסיד...! ס'איז געווען זייער שטארק איינזאם דא. יעצט האביך שוין פאר וועמען מיר אראפצורעדן פון מיין ליבעראלן הארץ.

איך האב נאר איין שאלה דיך צו פרעגן. ס'איז דאך באוואוסט אז אין יוראפ פאר די צווייטע וועלט מלחמה זענען די אידן געווען זייער ארים. רוב אידן. פארשטייצעך אז ס'איז געווען בעל בת'ישע מיטל קלאס אידן און אויך עשירים. אבער די גרויסע רוב איז באשטאנען פון ארימעלייט. ספעציעל אין פוילן. אין די גרויסע שטעט ווי ווארשא און לאדזש. אויך דא אין אמעריקע. אין די גרויסע שטעט ווי ניו יארק, באסטאן און פילאדעלפיע. און סאן פראנסיסקא און לאס אנדזשעלעס. זענען די מערסטע אידישע איינווואוינער אין די לעצטע הונדערט יאר געווען ארימעלייט. ס'איז אויך געווען א קרימינאלער עלעמענט צווישן די אידישע יוגנטליכע. אבער די רוב איינוואוינערס פון די געטאס זענען נישט געווען קיין מאגגערס און קליינצייטיגע גנבים . וועלכע האבן איבערגעפאללן מענטשן און מיט אכזריות און רציחה זיי בארויבט פונ'ם לעצטן דאללער...!

אויך אין ניו יארק און אנדערע אמעריקאנער שטעט הערט מען כמעט נישט (און די סטאטיסטיקס באווייזן דאס) אז מעמבערס פון אנדערע עטנישע גרופס ווי איטאליענער אדער טשייניז אדער אלבאניער זאללן ארומגיין און מיט אכזריות און רציחה באפאללן אומשולדיגע מענטשן...! נאר ביי איין גרופ. די אפרא-אמעריקאנער...!

הקטן » מיטוואך מאי 23, 2018 10:41 pm

· #403284
וואס איז שווער צי פארשטיין זיי זענען אויך געווען געפאנקיט אין פארשקלאפט א גאנצע לעבן משא"כ דער איד האט אייביק געלעקט האניג

מי יקום » מיטוואך מאי 23, 2018 11:00 pm

· #403287
הקטן
מי יקום

פרעג איך דעם אינגערמאן, וויאזוי וואלט דיר געפאלן ווען די זיצט צווישן שווארצע און ווען זיי רעדן פון שווינדלער וואלטן זיי געזאגט ״די נידריגע אידן״, ס׳וואלט דיר געשמעקט? דאס איז דאך אויך אמת לויט נומבערס? רוב אמתע גנבים זענען דאך אידן.

און וואס איז דא די תירוץ? אויך ארימע?
אדער אפשר ראסע שפילט יא א ראלע

זייער פשוט. ווען סקומט צו מינדערוויכטיגע קריים איז זייער פארשטענדליך פארוואס א ארימאן וואס קומט פון א נידריגע סאציאל-סטאטוס זאל גנבנן אביסל עסען צי א בייק וכודומה ווייל ער קען עס נישט אפפאדערן, און ער מאכט א חשבון אז די איינציגסטע וועג וויאזוי דעס צובאקומען איז בגניבה. ווידער ווען סקומט צו ״ווייט קאלער קריים״ זענען די אידן וואס זענען סייענטיפיש די קלוגסטע פאלק ווי באוויסט איז א עוורידזש אשכנזישע איד מיט 10-20 פראצענט קלוגער ווי א גוי -די סייענס האט מען שטודירט שוין הונדערט יאהר צוריק- פארוואס טאקע ווייסט מען נישט אפשר ווייל אונז זענען די ״עם הנבחר״, א טייל זאגן ווייל מהאט אונז ארויסגעטריבן פון איין לאנד צום צווייטן און זיי זענען געוועהן ״נע ונד״ און פון יעדער פלאץ ווי זיי האבן געוואוינט האבן זיי אדאפטירט און אויפגעפיקט געוויסע חכמה פון יעדע פלאץ באזונדער. אבער נישט קיין חילוק וואס די סיבה איז די ״פאקט״ איז אז אידן זענען די גרעסטע סייענטיסן, דאקטוירים, אינטלעקטיולס, שרייבער, פארשער, לויערס, וויסנשאפטלער וכו׳ וכו׳ אין יעדע פיעלד פון חכמה שטיין אידן בראש. און כדאי צוזיין ״א געריבנע שווינדלער״ דארף מען זיין ״קלוג״ און ראפינירט צוקענען ״איבערקליגן די סיסטעם״
למעשה נישט דעס איז געוועהן מיין פוינט. גיי אין די ארימע ווייסע ״טרעילער בויס״ אין אמעריקע איז דא פונקט אזויפיל קריים ווי ביי די שווארצע און לכאורה נאך אסאך מעהר- ״סטריט קריים״ האט צוטוהן מיט ״ארימקייט״ נישט מיט ״ראסע״ און דאס קען מען אויפווייזן ״סייענטיפיש״ אין אלע ארימע געגענטער אין די וועלט איז די ״קרימינאל ראטע״ העכער אפגעזעהן די קאליר פון די הויט.

מי יקום » מיטוואך מאי 23, 2018 11:21 pm

· #403288
berlbalaguleh
שלום עליכם: ר' מי יקום. איך פריי מיך זייער שטארק אז איך האב יעצט געפונען א חברותא. נאך א ליבעראל. ווייל ביז יעצט ביניך געווען דער איינציגסטער ליבעראל דא אין קאווע שטיבל...! ס'הייסט. אויסער אונזער טייערער ברודער דער וויזשניצער רבי/חסיד...! ס'איז געווען זייער שטארק איינזאם דא. יעצט האביך שוין פאר וועמען מיר אראפצורעדן פון מיין ליבעראלן הארץ.

איך האב נאר איין שאלה דיך צו פרעגן. ס'איז דאך באוואוסט אז אין יוראפ פאר די צווייטע וועלט מלחמה זענען די אידן געווען זייער ארים. רוב אידן. פארשטייצעך אז ס'איז געווען בעל בת'ישע מיטל קלאס אידן און אויך עשירים. אבער די גרויסע רוב איז באשטאנען פון ארימעלייט. ספעציעל אין פוילן. אין די גרויסע שטעט ווי ווארשא און לאדזש. אויך דא אין אמעריקע. אין די גרויסע שטעט ווי ניו יארק, באסטאן און פילאדעלפיע. און סאן פראנסיסקא און לאס אנדזשעלעס. זענען די מערסטע אידישע איינווואוינער אין די לעצטע הונדערט יאר געווען ארימעלייט. ס'איז אויך געווען א קרימינאלער עלעמענט צווישן די אידישע יוגנטליכע. אבער די רוב איינוואוינערס פון די געטאס זענען נישט געווען קיין מאגגערס און קליינצייטיגע גנבים . וועלכע האבן איבערגעפאללן מענטשן און מיט אכזריות און רציחה זיי בארויבט פונ'ם לעצטן דאללער...!

אויך אין ניו יארק און אנדערע אמעריקאנער שטעט הערט מען כמעט נישט (און די סטאטיסטיקס באווייזן דאס) אז מעמבערס פון אנדערע עטנישע גרופס ווי איטאליענער אדער טשייניז אדער אלבאניער זאללן ארומגיין און מיט אכזריות און רציחה באפאללן אומשולדיגע מענטשן...! נאר ביי איין גרופ. די אפרא-אמעריקאנער...!

די אידן זענען ממש קיינמאל נישט געוועהן אזוי ארים אויף די זעלבע לעוועל ווי די היינטיגע אפריקאנער-אמעריקאנער. אונז פארשטיין אפילו נישט וואס דאס מיינט נישט צוהאבן קיין לחם לאכול ממש און נישט האבן צו וועם זיך צו ווענדן. א איד קען זיך אייביג א עצה געבן. ביי די שווארצע איז עס איין בלאוק פון מענשטען וואס קיינער האט ממש נישט קיין טאפ אריינצופישן.

קיין איין מינארטי האט מען פאר הונדרעטער יאהרן אזוי אראפגעקלאפט ווי די אמעריקאנער-שווארצע! קיין איין פאלק אויף די וועלט! די אידן האבן אייביג געהאט געוויסע עשורים וואס האבן געהאלפן אנדערע. די שווארצע האבן קיינמאל נישט געהאט ג א ר נ י ש ט... סאיז א גרויסע חילוק. זיי זענען געטריט געווארן ווי בהמות און חיות פאר מעהר ווי 500 יאהר. זיי זענען אויפגעוואקסן אינגאנצן אנדערש. און למעשה קומט זיך זיי קרעדיט פארן זיך ארויפארבעטן אזוי שנעל קוים אין פופציג-זיבעציג יאהר. די אידן האט מען נאר עכט געפייניקט פאר בערך זעקס ביז 10 יאהר פאר דעם זענען די אידן געוועהן די גרעסטע מאכער אין אייראפע, און אפילו אנגעקומען אז די ענגלישע פריים מינסטאר איז געוועהן א איד בענדזשמין דאיזרעאלי. די אלע באנקירן זענען געוועהן אידן א שטייגער ווי די ראטשילדס. די אלע מינארטיס וואס דו האסט דא אויסגערעכנט קומען נישט צו צום שפיץ גאפל צו די אפריקאנער. זיי זענען געוועהן ״אויסגעשלאסן״ פון סאסייעטי פאר צענדליגער דורות. ביז ממש לעצטענס האט א שווארצער נישט געקענט באקומען א נארמאלע דזשאב-קיין שום מינארטי וואס איר האט אויסגערעכנט האט געהאט די פראבלעם. אשע״כ איז זייער פארשטענדליך פארוואס סאיז דא אזויפיל ״ארימלייט״ ביי די שווארצע און הענס די ״קרימינאל ראטע״.

מי יקום » דאנערשטאג מאי 24, 2018 2:24 am

· #403289
berlbalaguleh

אויך אין ניו יארק און אנדערע אמעריקאנער שטעט הערט מען כמעט נישט (און די סטאטיסטיקס באווייזן דאס) אז מעמבערס פון אנדערע עטנישע גרופס ווי איטאליענער אדער טשייניז אדער אלבאניער זאללן ארומגיין און מיט אכזריות און רציחה באפאללן אומשולדיגע מענטשן...! נאר ביי איין גרופ. די אפרא-אמעריקאנער...!

אפשר צייכענט איר מיר אן א מראה מקום פון וואנעט איר נעמט די סטאטיסטיק?

כ׳ווייס נישט פון ווי דו נעמסט דיינע נומבערס. אבער דו פרעגסט ווער סגייט ארום מיט אכזריות און הארגט אומשולדיגע מענשטען? אויב האט איר געליינט די נייעס אין די לעצטע פאר יאהר. קוקט וויפל שיסערייען קומען פאר אין אלע שטעט אין אמעריקע דווקא דורך ״ווייסע״ רעדנעקס?

ס׳זעהט נישט אויס ווי איר האט געלערנט היסטאריע. די גרעסטע רוצחים וואס די וועלט האט נאר געזעהן אין די לעצטע פאר טויזנט יאהרן זענען געוועהן דוקא ״די בלאנדע אויגן״ -״די ווייסע אייראפישער״. אנגעפאנגען אז זיי האבן גערצחט צענדליגער מיליאנען נאטיוו אמעריקאנער וואס האבן דא געוואוינט פאר טויזנטער יאהרן. זיי האבן געוועלטיגט אויף אלע אפריקאנישער און ספאנישע לענדער (ווי למשל היינטיגע מעקסיקא סאוט אמעריקע-קאנאדא וכו׳), די טרויעריג בארימטע אינקיוויזציע, גזירות ת״ח ות״ט, די נאציס ימ״ש, נארטהערן אירלאנד, סטאלין, קאמיוניזם. ביזן היינטיגן טאג. גייסטו מיר פארציילן מעשיות וועגן שווארצע. וואס האבן די שווארצע שוין געטוהן די לעצטע דריי טויזנט יאהר???

ביטע זעץ זיך לערנען פשוטע היסטאריע. סאיז נישטא אזעלכע רוצחים אויף די וועלט ווי די אייראפישער ווייסע! פאר טויזנטער יאהרן האבן זיי געגענבט און געפלינדערט און בעלבאטעוועט אויף די שווארצע. די אידן האבן כאטש באקומען ״פאגיטונגס געלטער״ פון די דייטשען. די אידן האבן כאטש באקומען ״א אייגענע מדינה״ זיך צוקענען קעגן שטעלן און פארטיידיגן קעגן זייערע שונאים. וואס האבן די שווארצע באקומען פארן זיין אינטערטעניג און פארקנעכטיגט פאר די ווייסע??? אז מהאט זיי נאכאלץ פיינט ביזן טויט אין אלע ״רויטע ריפובליקאנער שטעט״ אז מ׳פייניקט זיי און אז ווייסע פאליציאנטן שיסן יעדען צווייטן טאג אומשולדיגע ארימע שווארצע?

ס׳געפעלט מיר ווי דו באזידלסט די שווארצע אזוי שטארק. ביסט אריינגעקומען ״אינמיטן א מעשה״ לאמיר אנהייבן די מעשה פון אנפאנג- פון פינף הונדערט יאהר צוריק. ווער האט אריינגעלייגט די שווארצע אין די פאזיציע??? ביטע נעם דיך ליינען אביסל חוץ שאולזאהן און ״די וועקער״...

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 24, 2018 3:19 am

· #403296
מי יקום: להוי ידוע לך. פאר יור אינפארמעישן. ווער ס'האט פאקויפט די שווארצע פאר די סלעיוו טרעידערס, זענען געווען זייערע אייגענע שווארצע טרייבאל טשיעפ'ס...! זיי האבן זיי געפאנגען און פארקויפט פאר גוט געלט צו די סלעיוו טרעידערס...!

מי יקום » דאנערשטאג מאי 24, 2018 3:37 am

· #403297
berlbalaguleh
מי יקום: להוי ידוע לך. פאר יור אינפארמעישן. ווער ס'האט פאקויפט די שווארצע פאר די סלעיוו טרעידערס, זענען געווען זייערע אייגענע שווארצע טרייבאל טשיעפ'ס...! זיי האבן זיי געפאנגען און פארקויפט פאר גוט געלט צו די סלעיוו טרעידערס...!

נישט ממש. די ווייסע-פארטגעיזער זענען געוועהן די גרעסטע ״שקלאפן הענדלער״. די אפריקאנער שקלאפן האנדלעריי איז פארגעקומען אין פארשידנע אנדערע ערטער, מדינות, קאנטינענטן און אין פארשידנע אנדערע תקופות במשך הונדערטער יאהרן. בכל אופן איז בכלל נישטא קיין הארטע באווייזן אז שווארצע זענען אייביג געוועהן פארמישט, נאר פארקערט גאר.

אבער זאג-נאר? ווער האט געוועלטיגט אויף די שווארצע? ווער זענען געוועהן זייערע הערן? פארוועם האט מען זיי פארקויפט פאר עבדים פאר ווייסע אדער פאר שווארצע??? סקען זיין אז ״געציילטע שווארצע״ זענען געוועהן פארמישט אין שקלאפעריי האנדל אבער זיי זענען זיכער נישט געוועהן די פראבלעם...
סאיז אבסורד און נעריש צוזאגן אז ״די שווארצע״ זענען גאר שולדיג אין שקלאפעריי...! נאר ענדערש, אשמים אנחנו-אונז ״ווייסע מענטשען״ (נישט די אידן-די ווייסע גוים)

און וואס איז געוועהן פון מהאט זיי באפרייט ביז יעצט-די ״סעגראגאציע״ די טרויעריג-בארימטע ״דזשים קראו געזעצן״, און די שפעטערדיגע ״וואר אן דראגס״ וואס איז געווארן שטארק אקטיוו ביי די ריפובליקאנער אדמינסטראציעס פון ניקסאן, רעיגען און בוש, וואס איז געוועהן דירעקט געצילט צוכאפן די שווארצע און זיי אריינשליידערן אין תפיסות פאר לאנגע יאהרן, פאר קליינע מינדערוויכטיגע קריימס ווי מאריוואנע (וואס איז סייענטיפיש אסאך ווייניגער שעדליך ווי אלקהאל, און איז ליגעאל אין אסאך סטעיטס) ווידער די רייכע ״וואל סטריט שווינדלער״ וואס לעבן אין זייערע פאלאצן אויף קאוקעין, זונות און ווילדע פארטיס האבן זיי צוגעמאכט דאס אויג... (קאוקעין איז פיהל ערגער ווי מאריוואנע סיי אלץ געזונט און סיי אלץ די אפעקט- קאוקעין ווערט אנגערופן - די ריט״ש מענ״ס דרא״ג...) מיליאנען שווארצע וואס האבן נישט געהאט קיין געלט זיך אויסצולייזן און זענען געבליבן ״פארשקלאפט״ אין תפיסות פאר לאנגע צייטן-פאר ממש גארנישט און פאר נישט. דערנאך אז זיי זענען שוין ארויסגעקומען פון תפיסה האבן זיי נישט געקענט באקומען קיין געהעריגע דזשאב ווייל זיי האבן געהאט ״א קרימינאלע רעקארד״ (און ווער וויל דען אויפנעמען א שווארצע ארבעטארער נאכדערצו מיט א קרימינאלע רעקארד) אזוי ארום האבן די ווייסע ריפובליקאנער וואל סטריט שווינדלער געמאכט זיכער אז די שווארצע זאלן בלייבן ״אינטערשטעליג״ און ״זיי האלטן אין די ראמען״ און אז מיליאנען שווארצע האבן פארלוירן פאר אייביג די רעכטן צו וואוטן. און פארשטייט זיך אז די ווייסע האבן [נאכאמאל] גענוצט די שווארצע פאר ״סלעיוו לעיבאר״ אין די תפיסות עד היום הזה (אין געוויסע רעכטע שטעט).

אפשר זענען די אלע זאכן לשיטתך אויך די שווארצע שולדיג? 🙄

קומסט מיר פאָר ווי אלע נאציס און אנטיסמיטן וואס שרייען ווען מ׳רעדט פון די האליקאוסט: ״ווער מיינסטו האבן געפייניקט די אידן-זייער אייגענע אידישע ברודערס, די קאפאוס״

יא, סאיז געוועהן מסתמא ״אפאר שווארצע״ וואס האבן פארקויפט זייערע ברודער. פונקט ווי סאיז געוועהן ״אפאר קאפאוס״ ביי די האליקאוסט. אבער כבעט דיר!? גלייכסט עס צו צו די הריגות און רציחות וואס די ווייסע האבן געטוהן פאר די שווארצע און אידן און אלע אנדערע מינארטיס די לעצטע צוויי טויזנט יאהר??? וואס כאפסטו זיך אן אויף ״די פאר שווארצע״ פונקט ווי די היינטיגע נאציס זאגן אויף די האליקאוסט אז (געציילטע) אידן-קאפאוס האבן אויך געהארגעט זייער אייגענע ברודער.

די תירוץ איז זייער פשוט...! זיי זענען ״אנטיסמיטן ביי דיפאולט״ און דו ביסט ליידער א ״וויסטע ראסיסט ביי דיפאולט״. אלזא קענסטו נישט זעהן דעם פשוטע מציאות און דו וועסט אייביג טרעפן עפעס א מעשהלע פון קראונהייטס פאר צוואנציג יאהר צוריק און ארויפווארפן די שולד מיט בייעסט אויף די שווארצע פונקט ווי דער אנטיסמיט וועט בלעימן אייביג די אידן מיט בייעסט.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 24, 2018 11:02 am

· #403313
איך קען נישט פארשטיין פארוואס מ'טענהט זיך דא, ענדליך רעדט איינער צום זאך, באוואשט מען איהם פון אלע זייטן. פליאה דעת ממני נשגבה לא אוכל לה.

Gimpel » דאנערשטאג מאי 24, 2018 12:11 pm

· #403324
ותהי האמת נעדרת

אויסער געווענדליך » דאנערשטאג מאי 24, 2018 12:13 pm

· #403325
Re: ווער זענען די קרימינאלן, די שווארצע אדער די ארימע???
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער........

וואס האט דער אהבת ישראל געהאלטען וועגען אהבת הגוים? צו ער איז געווען צדיק הדור, ווייסט קיינער נישט נישט, עס איז דאך נישט דא קיין מקורות אויף דעם. אבער וועגען אהבת הגוים האט ער יא עפעס געזאגט?

בן אדם » דאנערשטאג מאי 24, 2018 1:00 pm

· #403335
אויסער געווענדליך
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער........

וואס האט דער אהבת ישראל געהאלטען וועגען אהבת הגוים? צו ער איז געווען צדיק הדור, ווייסט קיינער נישט נישט, עס איז דאך נישט דא קיין מקורות אויף דעם. אבער וועגען אהבת הגוים האט ער יא עפעס געזאגט?

האדמו"ר מוויזניץ - וומסב"ג
📎 Screenshot_2018-05-24-12-54-30-1.png

מי יקום » דאנערשטאג מאי 24, 2018 1:06 pm

· #403337
אויסערגעוונטליך, בן אדם, ביטע נישט פארדרייען די אשכול. א דאנק.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 24, 2018 9:23 pm

· #403377
Re: ווער זענען די קרימינאלן, די שווארצע אדער די ארימע???
ראסיזם איז אפט א פראדוקט פון אומוויסענד. איך צייל נישט צווישען מיין חברים קיין איין פרעמדע ראסע, ממילא ווייס איך נישט מער ווי די נייעס. און דארט זעט מען אסאך טונקעל הויטיגע פארברעכערס.

יעצט דארף מען פרעגען צו אונזער אפגעזונדערטע לעבען איז ווערט די ראסיזם וואס קומט ארויס דערפון. איך וואלט געזאגט אז יא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בת קול » דאנערשטאג מאי 24, 2018 11:59 pm

· #403391
ליטוואק פון בודאפעסט
ראסיזם איז אפט א פראדוקט פון אומוויסענד. איך צייל נישט צווישען מיין חברים קיין איין פרעמדע ראסע, ממילא ווייס איך נישט מער ווי די נייעס. און דארט זעט מען אסאך טונקעל הויטיגע פארברעכערס.

יעצט דארף מען פרעגען צו אונזער אפגעזונדערטע לעבען איז ווערט די ראסיזם וואס קומט ארויס דערפון. איך וואלט געזאגט אז יא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

האפענטליך אז דו זעסט טאקע די נייעס זעסטו אז עס זענען דא עדוקירטע און טויגליכע שווארצע.

דו מעסט שוין די פרייז פון זיין אפגעזונדערט כאולו מען מיז בלייבן אומוויסענד. היינטיגע צייטן איז גאר גרינג איינצוזעהן אז מיר האבן מער אין common מיט די אומזיסט געפייניגטע שווארצע, ווי די פריוולירטע ווייסע.

טאלעראנץ קען זיך יעדער לערנען. אויך אויב מיר זענען היבש אפגעזונדערט.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 25, 2018 12:16 am

· #403396
בת קול
היינטיגע צייטן איז גאר גרינג איינצוזעהן אז מיר האבן מער אין common מיט די אומזיסט געפייניגטע שווארצע, ווי די פריוולירטע ווייסע.

איך ווייס נישט וועם דו מיינסט מיט די 'אונז', אבער איך בין זיכער נישט אריינגערעכנט.

אונטער חכם » פרייטאג מאי 25, 2018 12:53 am

· #403398
Re: ווער זענען די קרימינאלן, די שווארצע אדער די ארימע???
מי יקום

און וואס איז געוועהן פון מהאט זיי באפרייט ביז יעצט-די ״סעגראגאציע״ די טרויעריג-בארימטע ״דזשים קראו געזעצן״, און די שפעטערדיגע ״וואר אן דראגס״ וואס איז געווארן שטארק אקטיוו ביי די ריפובליקאנער אדמינסטראציעס פון ניקסאן, רעיגען און בוש, וואס איז געוועהן דירעקט געצילט צוכאפן די שווארצע און זיי אריינשליידערן אין תפיסות פאר לאנגע יאהרן, פאר קליינע מינדערוויכטיגע קריימס ווי מאריוואנע (וואס איז סייענטיפיש אסאך ווייניגער שעדליך ווי אלקהאל, און איז ליגעאל אין אסאך סטעיטס) ווידער די רייכע ״וואל סטריט שווינדלער״ וואס לעבן אין זייערע פאלאצן אויף קאוקעין, זונות און ווילדע פארטיס האבן זיי צוגעמאכט דאס אויג... (קאוקעין איז פיהל ערגער ווי מאריוואנע סיי אלץ געזונט און סיי אלץ די אפעקט- קאוקעין ווערט אנגערופן - די ריט״ש מענ״ס דרא״ג...) מיליאנען שווארצע וואס האבן נישט געהאט קיין געלט זיך אויסצולייזן און זענען געבליבן ״פארשקלאפט״ אין תפיסות פאר לאנגע צייטן-פאר ממש גארנישט און פאר נישט. דערנאך אז זיי זענען שוין ארויסגעקומען פון תפיסה האבן זיי נישט געקענט באקומען קיין געהעריגע דזשאב ווייל זיי האבן געהאט ״א קרימינאלע רעקארד״ (און ווער וויל דען אויפנעמען א שווארצע ארבעטארער נאכדערצו מיט א קרימינאלע רעקארד) אזוי ארום האבן די ווייסע ריפובליקאנער וואל סטריט שווינדלער געמאכט זיכער אז די שווארצע זאלן בלייבן ״אינטערשטעליג״ און ״זיי האלטן אין די ראמען״ און אז מיליאנען שווארצע האבן פארלוירן פאר אייביג די רעכטן צו וואוטן. און פארשטייט זיך אז די ווייסע האבן [נאכאמאל] גענוצט די שווארצע פאר ״סלעיוו לעיבאר״ אין די תפיסות עד היום הזה (אין געוויסע רעכטע שטעט).

פון ווי נעמסטו אז דאס איז געווען די ציל פון די war on drugs.
דאס אז מען האט באהאנדלט רייכע אנדערש ווי ארעמע האט גארנישט צו טוהן מיט ראסיזם , עס איז פשוט אז רייכע האבן מער פאליטישע כוח.

הקטן » פרייטאג מאי 25, 2018 9:38 am

· #403414
@בת קול, פארוואס קען נישט טאלעראנץ מיט ראסיזעם גיין ציזאמען
ראסיזעם זיכט צי פארענפערען צי איז טאקע אמת אלל-מען-אר-קריעטעט-איקוואל אדער אפשר איז איין ראסע אנדערש וואו די אנדערע (אידען קליגער וכו')
טאלעראנץ איז אן הנהגה וואס איז מאראליש אויסגעהאלטן - איך דארף זיך רעכענען מיט יענעם, פארשטיין יענעם, חאטש ער איז אנדערש פין מיר.

א מאן איז אנדערש וואו א פרוי אין מעגליך איין ראסע איז אנדערש וואו א צווייטע ראסע -
יא, מעגליך אז איין ראסע האט מער מעלה איבער די אנדערע

מי יקים, איך ווייס אז די טראכט-פאליס לאזט נישט אזוי טראכטן, איז אבער מעגליך אז דאס איז דער אמת?
א דעשראף איז אנדערש וואו א טייגער

בת קול » פרייטאג מאי 25, 2018 10:44 am

· #403420
הקטן

יא, מעגליך אז איין ראסע האט מער מעלה איבער די אנדערע

דאס איז קליין קעפיג צו זאגן. יעדע ראסע האט מעלות און חסרונות. דו נעמסט איין מעלה פון אונזער ראסע און דו האלסט עס ווי א טראפי. פונקט ווי די נאציס האבן זיך געהאלטן שטאלץ איבער זייער איין מעלה פון זיין בלאנד און בלוי.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 25, 2018 11:02 am

· #403422
Re: ווער זענען די קרימינאלן, די שווארצע אדער די ארימע???
די יסוד איז צו באהאנדלען מענטשען אלס אינדיווידואלען, נישט משפט׳ן פאראויס לויט זייער אויסזעען, ראסע, האר קאליר צו אקצענט. ווייל ער האט א טינקעלע הויט, מיינט נישט אז ער קען גוט שפילען באסקעט באלל, און ווייל זי האט געלע האר מיינט נישט אז זי איז דום.

דאס קען נאר פאסירען ווען א מענטש קען נישט קיין פרעמדע פון די נאנט. דעמאלס קען ער נאר א סך הכל אויף יענער חברה. ווען ער חבר׳ט זיך מיט אנדערע, קען ער זע׳ען אז עס איז נישט אייניג, יעדער האט זיין נאטור, און אפילו טאמער די סטערעאטייפ איז געבויט אויף עפעס, עס איז נישט מחייב.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הקטן » פרייטאג מאי 25, 2018 11:40 am

· #403424
בת קול
הקטן

יא, מעגליך אז איין ראסע האט מער מעלה איבער די אנדערע

דאס איז קליין קעפיג צו זאגן. יעדע ראסע האט מעלות און חסרונות. דו נעמסט איין מעלה פון אונזער ראסע און דו האלסט עס ווי א טראפי. פונקט ווי די נאציס האבן זיך געהאלטן שטאלץ איבער זייער איין מעלה פון זיין בלאנד און בלוי.

חסרונות אויך מעגליך, ס'איז גאר מעגליך אז די חסרונות וועגן איבער די מעלות, אבער דאס נעמט נישט אוועק די מעלות
אויך איז מעגליך אז א געוויסע ראסע זאל האבן מער מעלות אסך מער מעלות וואו אנדערע.

די סיבה פארוואס איך האב געשריבן אז אידען זענען קליגער איז נישט געווען כדי דאס צי האלטן פאר א טראפי, וואו די ריפסט, דאס איז נישט די מדובר דא
איך האב דאס געשריבן ווייל איך האלט אז ס'איז גרינגער מסביר צי זיין און די פאזעטיוו
איך וואלט פינקט אזוי געקענט שרייבן אז די שווארצע, בדרך כלל, איז נערישער - אבער דאס וואלט ווען געווען צי charged פאר אסך פין דא.

די רגע וואס דו ביסט גרייט צי זאגן אז איין ראסע איז אנדערש פין די אנדערע האסטו דיך געפענט די טיר צי די פאקט אז איין ראסע קען האבן מער מעלות וואו די צווייטע
דאס אז די נאציס האבן דאס אויסגעניצט אויף זייער וועג טוישט נישט די פאקט, אויב ס'איז באמת א פאקט

ליטוואק דו רעדסט פין "סטיריא-טייפען" אנמען די כלל פין כל דפריש מרובא פריש און זאגן אז א יעדער איד מיז זיין קליג.
בכלל איך ווייס נישט די פאקטן, זענען טאקע רוב אידען קליג (העכער די נארם) אדער האבן די אידען א גרעסערע פראצענט קליגע

די זעלבע איז ביי די שווארצע, איך גלייב נישט אז רוב שווארצע זענען קרימענאל אבער מי יקים קיקט אויס האלט קלאר אז ביי די שווארצע איז דא מער קרימענאלן
קען זיין ווייל זיי זענען ארים אדער אפשר עפעס מיט די ראסע
קען זיין אז זייער ארימקייט האט אויך מיט די ראסע
קען זיי מער אידן שטינקן, אויך אדאנק זייער ראסע

איז מעגליך אז א גרעסערע פראצענט פין געלע האר זענען דום
אין די אלגעמיינע באפעלקראנג איז די דום רעט למשל 2% און ביי די געלע האריגע איז דאס ממש דאפעלט א גאנצער 4%
יעצט אויב איינער וועט זיך טרעפן מיט א געלער און וועט אננעמען אז יענער איז דום געבויט אויף די סטאטיסטיק וואלט איך אים ווען באטיטילט אלס דום
אבער דאס זאגט נישט אז ס'איז נישט דא קיין קארעלעשן פין געלע האר מיט דומקייט - אויב מיינע געשאסענע נאמבערס זענען גערעכט האט דאס מן הסתם יא א שייכת

ווער האט נישט מורא פין די אמת זאל אויפהייבן די הענט

בת קול » פרייטאג מאי 25, 2018 12:10 pm

· #403426
אוודאי זענען די ראסעס אנדערש איינע פונעם צווייטן. למעשה שטאמט יעדע באזינדערע ראסע פון איין gene pool. (מעו איז אנדערש מיט למשל קליגשאפט, שיינקייט, שטארקייט.)
זאכן ווי כעס, גניבה, הריגה, איז ראסיסטיש אנצולייגן אויף א ראסע. דאס זענען זאכן וואס איז ביי יעדע אינדעווידיעל אנדערש, און האט צו טוהן מיט פערזענליכע מדות.

ראסיסטיש איז צו זאגן, מיר זענען בעסער פון אן אנדערע ראסע, צוליב אונזער קליגשאפט, שיינקייט, שטארקייט וכו'

הקטן » פרייטאג מאי 25, 2018 12:41 pm

· #403435
בת קול
אוודאי זענען די ראסעס אנדערש איינע פונעם צווייטן. מען איז אנדערש מיט למשל קליגשאפט, שיינקייט, שטארקייט.
זאכן ווי כעס, גניבה, הריגה, איז ראסיסטיש אנצולייגן אויף א ראסע. דאס זענען זאכן וואס איז ביי יעדע אינדעווידיעל אנדערש, און האט צו טוהן מיט פערזענליכע מדות.

זיכער האט א יעדער אינדעווידיעל זיין אייגענע בחירה, אבער פארוואס איז שווער צי הערן אז פינק וואו קליגשאפט, שיינקייט, שטארקייט האט מיט ראסע אזוי אויך איז איין ראסער מער פראן און מער געאייגנט און האט א שווערע ניסון מיט כעס, גניבה, הריגה.

פארשטייט זיך דו מעגסט נאר אזוי טראכטן אויב די האסט נישט מורא צי הייסן א רעסיסיט!

בת קול
ראסיסטיש איז צו זאגן, מיר זענען בעסער פון אן אנדערע ראסע, צוליב אונזער קליגשאפט, שיינקייט, שטארקייט וכו'

איז זיין שטערקער, שענער, און קליגער בעסער אדער נישט?
וואס איז די אמת?
דערנאך וועלן מיר דן זיין אויב מען מעג דאס זאגן אדער טראכטן

דעס אז איך מיין אז איך בין שטארק ווייזט נאר וואו שוואך איך בין

קרעדיט: מ.ק.

בת קול » פרייטאג מאי 25, 2018 1:07 pm

· #403437
ניין עס איז נישט אמת אז קליגערע, שטערקערע, אדער שענערע מענטשן זענען בעסער פון אנדערע.
א מענטש וואס האט גוטע מידות איז בעסער פון אנדערע.
פון וועלכע פלאנעט קומסטו???

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 25, 2018 1:54 pm

· #403441
איך מיין אז הרב בת קול איז אביסעלע צומישט, אדער וויל ער אונז צומישן.

הקטן » פרייטאג מאי 25, 2018 2:01 pm

· #403442
זאג, וולאסט געוואלט זיין קליגער אדער שטערקער אדער שענערע וואו דו ביסט איצט?
פארוואס?

יא ס'איז בעסער צי זיין קליג שטארק און שיין, דאס זענען מעלות!
מיר רעדען יעצט נישט צי א מענטש קען נעמען קרעדיט דעראויף , דאס וועסטו דארפן איבערקיקען אין דיין השקפה נאטס

די שאלה איז צי די אדער אנדערע מעלות, חסרונות אדער וואט-עווער-יא-וואנע-קאל-איט נעמט זיך פין ראסע
איז אויך מעגליך אויב איין ראסע איז מער נעריש אפשר זענען זיי אויך מער אויסגעשטעלט צי זיין מער אימפאלסיוו אדער צי געוואלדאטען אדער כעס
אפשר די קליגע ראסע האט אויך מער הנאה פין א גיטע דריידעל, לאכט זיך אויס פין די סיסטעם, און איז גענייגט צי טון אנדערע זאכן וואס סעסייעטי האלט אז דאס טויג נישט?

איך מיין איך הייב אן צי פארשטיין פארוואס יענע שוואגער קוקט שטרענג, דשאסט קידינג

בת קול » פרייטאג מאי 25, 2018 2:15 pm

· #403443
ניין, ווייל איך ווייס אז דאס מאכט מיר נישט בעסער. איך וואלט געוואלט זיין מער טאלעראנט, מער לאווינג, און מער געדילדיג.

כעס אדער סיי וועלכע מדה וואס מען קען ארבייטן אויף, איז נישט א גענע. קען זיין אויב מען איז עקספאסד צו א אויפגערעגטע מאמע, וועט מען זיך לערנען צו זיין אן אויפגערעגטע מאמע, אבער יעדער פארשטייט אז מען האט די בחירה עס צו טוישן. עס איז נישט דא א ראסע וואס האט א געוויסע מדה.
שיינקייט, שטארקייט, און קליגשאפט זענען יא גענעס, אבער נישט דאס איז וואס די וועלט דארף מער פון.

הקטן » פרייטאג מאי 25, 2018 2:23 pm

· #403444
איז מעגליך אז א געוויסע ראסע איז בייעלאגיש אין innately מער טאלעראנט, מער לאווינג, און מער געדילדיג אדער סיי וועלעכע אנדערע מידה צי מעלה?

צי זיין מער אויסגעשטעלט צי כעס קען זיכער האבן צי טון מיט די גענע, הענס ראסע!
וואס מאכט דיך מיינען אז נישט?
Biological basis of anger: associations with the gene coding for DARPP-32

בת קול » פרייטאג מאי 25, 2018 5:00 pm

· #403447
📎 20180525_165604.png

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 25, 2018 5:18 pm

· #403448
ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן.

berlbalaguleh » מוצ"ש מאי 26, 2018 10:54 pm

· #403454
רביה"ק זי"ע: פרעגט די הייליגע רש"י..."ומה ענין שמיטה אצל הר סיני"...וויאזוי געט דאס צו צום דיאלאג...?!

הקטן » זונטאג מאי 27, 2018 10:22 am

· #403506
berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: פרעגט די הייליגע רש"י..."ומה ענין שמיטה אצל הר סיני"...וויאזוי געט דאס צו צום דיאלאג...?!

א חלק פין די דילאג איז: איז איין ראסע איהערענטלי אנדערש פין א צווייטע ראסע אין אירע מדות וואס פירט צי בעהעווער
אנדערע וועלן זיך מער אפגעבען צי ס'איז שיין אזוי צי זאגן אדער טראכטן
אדער וואס קען געשען אויב מען לאזט סעסייעטי אזוי טראכטן - געוואלד די נאציס האבן דאך אזוי געטראכט און קוק וואס איז געשען!

מיר איז געפאלן וואו מי יקום שרייבט און באלד כאילו ער האט דא עפעס א האם-ראן א וויניג ארגיאמענט
מי יקום

פרעג איך דעם אינגערמאן, וויאזוי וואלט דיר געפאלן ווען די זיצט צווישן שווארצע און ווען זיי רעדן פון שווינדלער וואלטן זיי געזאגט ״די נידריגע אידן״, ס׳וואלט דיר געשמעקט?

העלא!! און אויב ס'וואלט מיר זייער זייער, זייער זייער זייער, נישט געשמעקט, איז וואס?
לאמיך ניצען דיין שפראך
פרעגט די הייליגע רש"י..."ומה ענין שמיטה אצל הר סיני"...וויאזוי געט דאס צו צום דיאלאג...?!

רביה''ק זי''ע
ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן.

איך גלייב נישט אז בת קול כאפט אז דאס איז א "יענה אמן".

מי יקום » זונטאג מאי 27, 2018 12:53 pm

· #403519
ליטוואק פון בודאפעסט
ראסיזם איז אפט א פראדוקט פון אומוויסענד. איך צייל נישט צווישען מיין חברים קיין איין פרעמדע ראסע, ממילא ווייס איך נישט מער ווי די נייעס. און דארט זעט מען אסאך טונקעל הויטיגע פארברעכערס.

יעצט דארף מען פרעגען צו אונזער אפגעזונדערטע לעבען איז ווערט די ראסיזם וואס קומט ארויס דערפון. איך וואלט געזאגט אז יא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פארוואס מוז עס זיין אזוי?

איך האב געהאט א שכן א ספרדי/בכארישע. מיינע קינדער פלעגן זיך שפילן מיט זייערע קינדער. מיין טאכטער אלץ קליינע מיידל האט מיך אמאל געפרעגט. טאטי ווער זענען די עכטע אידן? די חסידישע אדער די ספרדים? האב איך איר געזאגט (דאכצעך די חפץ חיים האט געזאגט די משל) אז אזויווי אין א מיליטער איז דא פארשידנע אנדערע דיוויזיעס און ראנגן און יעדער פון זיי גייט אנדערש געקליידעט. אזוי אויך האט די באשעפער פארשידנע ״אנדערע״ סאלדאטן. די חסידים גייען מיט שטריימלך ווייל זיי זענען אנדערע דיוויזיע אבער קיינער איז נישט בעסער. מיר זענען אנדערש, און זיי זענען אנדערש. און ביידע זענען די באשעפערס סאלדאטן.

כדאי צולעבן א אפגעזונדערטע לעבן דארף מען נישט יענעם ״פיינט״ האבן מ׳דארף פשוט אויסלערנען די קינדער אז סאיז דא ״פארשידנע גרינצייגן״ אונז זענען אזוי ווייל אזוי האבן אונז מקבל געוועהן פון אונזערע עלטערן און זיי זענען ״אנדערש״ ווייל זיי האבן אזוי מקבל געוועהן פון זייערע עלטערן. און מ׳דארף האבן ׳טאלאראנץ׳ צו א צווייטע חסידות, דינאמאנציע, ראסע. אונז ווילן נישט אז די קינדער זאלן דארפן לעבן אין א וועלט ווי יעדער וואס איז אנדערש פונעם צווייטן זאל מוזן יענעם ״פיינט האבן״ אונז קומען שוין פון דארטן... פאר טויזנטער יאהרן איז דאס געוועהן די סיבה פון אלע ״בלוט פארגיסונגען״ און ״רדיפות״ פארוואס זאלן אונז און אונזערע קינדער מוזן לעבן אין א סאסייעטי פון שנאה און פיינטשאפט? איז עס נישט בעסער אז מזאגט די קינדער אז ״זיי זענען אנדערש״ און אונז זענען אנדערש. און יעדער דארף רעספעקטירן יענעם און זיך פרובירן די מערסטע וואס מ׳קען זיך צו דורכקומען איינער מיטן צווייטן?

סאיז א גרויסע שאד צולעבן אזא ״אומצוויליזרטע לעבן״ ווי אויב וויל מען זיין אנדערש מוז עס קומען מיט א פרייז.... מיט שנאה?.... פארוואס??? פארווען??? אונז קענען נאכאלץ לעבן א ״אפגעזונדערטע לעבן״ און מיט אלעמען אריינלייגן אין די קינדער ״טאלארנאץ״ צו אנדערע. פארוואס מוז עס זיין געפראוגרעמט מיט האס און שנאה???

סאיז א גרויסע שאד. און א גרויסע נערישקייט.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 27, 2018 12:58 pm

· #403520
Re: ווער זענען די קרימינאלן, די שווארצע אדער די ארימע???
דער ספרדי איז דיין שכן געווען, האסטו געזען די פילפארביגקייט פון זיין לעבען. איך קען נישט קיין שווארצע מענטשען, ווייל איך קען נישט קיין גוים בכלל פון דער נאנט. אפילו ווען מ׳קומט מיט גוים אין קאנטאקט, איז עס אויף גאר א שמאלע פארנעם. אזוי ווילען מיר אז עס זאל זיין. אויף אראבער ווייסט מען נאר אז זיי זענען בלוט דארשטיגע פאנאטען, און שווארצע זענען פרימיטיווער, און רוסישע זענען סתם קאמישע מענטשען וכו׳. ווייל מיר קענען זיי נישט אלס מענטשען, קינדער פון טאטעס, מאמעס פון קינדער, דענקערס אדער זינגערס צו סיי וואס.

אלס מוז זיך אנהייבען מיט קענען. ביי אידען איז טאקע ראטזאם צו קענען פארשידענע סארט אידען, פון חסידים ביז ספרדים, פוילישע מיט רוסישע, תלמידי חכמים און עמהארצים. עס איז גוט צו קענען די שפראכען וואס אידען רעדען; עברית און אידיש. אלס כדי צו פארברייטערען די אהבת ישראל.

אבער אהבת גוים איז גאר פראבלעמאטיש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מי יקום » זונטאג מאי 27, 2018 1:05 pm

· #403522

מ׳מוז נישט האבן קיין ׳אהבת גוים׳ אבער אויך נישט קיין ׳שנאת הגוים׳ מקען זיין נאטראל. סאיז נישט אדער ״ליעב״ האבן אדער ״פיינט״ האבן. מ׳דארף פשוט זאגן די קינדער אז זיי זענען אנדערש, קינדער פון עבדים פאר דורי דורות. און אונז זענען אידן פאר דורי דורות. ביידע זענען געפייניקט געווארן פאר טויזנטער יאהרן אלזא איז מעהר ראטזאם זיך נישט צו קריגן און פיינט האבן איינע דעם צווייטן. דאס אלעס.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 27, 2018 1:13 pm

· #403524
איך וועל דא ברענגען א משל פון די שוין היינטי אלטע טעכנאלאגיע. ס'איז דא א מין טעכנאלאגיע וואס הייסט X10. דאס איז א טעכניק דורך וואס מ'קען קאנטראלירן די לייטס און אנדערע עלעקטרישע אפלייענסעס אין א הויז. דער אופן וויאזוי דאס ארבעט איז אז א יעדע אפלייענס האט א קאנטראל וואס באשטייט פון 2 דייעלס (רעדלעך). איינס איז די ..."יוניט איי. די... און די אנדערע איז די יוניווערסל איי. די... די ביידע מוזן שטימען כדי אן אפלייענס זאלל ארבעטן ווי ס'דארף צו זיין. למשל אויב מ'נוצט (בטעות) די יוניווערסל איי. די. פון א צווייטע גרופ, קענמען דורכדעם אנמאכן חורבנות. ווייל ס'קען אנצינדן און אויסלעשן די אפלייענסעס ביי אן אנדער'ן מענטש אין הויז...! עד כאן המשל..!

דער נמשל איז א יעדער מענטש איז, דורך זיין התנהגות פאראנטווארטליך פאר זיך אלס יחיד. און אויך פאר זיין גרופ. און אויב די קאלעקטיווע אויפפהרונג פון די גרופ צו וועלכע ער באלאנגט טויג נישט. דאן קען ער פערזענליך אויך ליידן פון די קאנסעקווענצן. והדברים ידועים. אט די גרופס ביי וועלכע די סטאטיסטיקס ווייזן די מערסטע קריים און געוואלדטאטן. זיי האבן ממילא די מערסטע צוזאמענשטויסן מיט די פאליציי. משא"כ די גרופס ביי וועלכע ס'איז דא די ווייניגסטע אדער כמעט נישט עקזיסטירנדע קריים, האבן בדרך כלל גוטע באציאונגען מיט די פאליציי...!

מי יקום » זונטאג מאי 27, 2018 2:34 pm

· #403531
berlbalaguleh
איך וועל דא ברענגען א משל פון די שוין היינטי אלטע טעכנאלאגיע. ס'איז דא א מין טעכנאלאגיע וואס הייסט X10. דאס איז א טעכניק דורך וואס מ'קען קאנטראלירן די לייטס און אנדערע עלעקטרישע אפלייענסעס אין א הויז. דער אופן וויאזוי דאס ארבעט איז אז א יעדע אפלייענס האט א קאנטראל וואס באשטייט פון 2 דייעלס (רעדלעך). איינס איז די ..."יוניט איי. די... און די אנדערע איז די יוניווערסל איי. די... די ביידע מוזן שטימען כדי אן אפלייענס זאלל ארבעטן ווי ס'דארף צו זיין. למשל אויב מ'נוצט (בטעות) די יוניווערסל איי. די. פון א צווייטע גרופ, קענמען דורכדעם אנמאכן חורבנות. ווייל סקען אנצינדן און אויסלעשן די אפלייענסעס ביי אן אנדער'ן מענטש אין הויז...! עד כאן המשל..!

דער נמשל איז א יעדער מענטש איז, דורך זיין התנהגות פאראנטווארטליך פאר זיך אלס יחיד. און אויך פאר זיין גרופ. אוין אויב די קאלעקטיווע אויפפהרונג פון די גרופ צו וועלכע ער באלאנגט טויג נישט. דאן קען ער פערזענליך אויך ליידן פון די קאנסעקווענצן. והדברים ידועים. אט די גרופס ביי וועלכע די סטאטיסטיקס ווייזן די מערסטע קריים און געוואלדטאטן. זיי האבן ממילא די מערסטע צוזאמענשטויסן מיט די פאליציי. משא"כ די גרופס ביי וועלכע ס'איז דא די ווייניגסטע אדער כמעט נישט עקזיסטירנדע קריים, האבן בדרך כלל גוטע באציאונגען מיט די פאליציי...!

פון וואו ווייסטו ווער סטוט די מערסטע קריים? האסט געזאגט דו גייסט ברענגן סטאטיסטיקס? די אנטיסמיטן אויף טוויטער שרייען חי וקים אז די אידן טוהן די מערסטע קריים. אלזא איז אפשר דארף מען אונז די מערסטע פיינט האבן??? דו ביסט סתם פארזינקן אין ראסיזים, און פראבירסט צו בארעכטיגען שנאה פונקט ווי די אנטיסמיטן פראבירן צו בארעכטיגן זייער שנאה קעגן אונז. דאס איז וואס היטלער האט געטוהן פאר אפאר יאהר פאר מהאט אנגעפאנגען אריינצולייגן די אידן אין ״גאז קאמערן״. ער האט געשומפט אויף די אידן אז זיי נעמען אלעס צו פון די דייטשען און באצאלן נישט קיין טעקסעס. איך האלט אז די ווייסע האבן אין די לעצטע 2500 יאהר געטוהן די מערסטע קריים און אומרעכטן אלזא זאל איך יעצט פיינט האבן יעדע ווייסע?

אז דו ברענגסט מיר א ראי׳ פון ״אמעריקאנער יוסטיץ״ און פון אמעריקאנער פאליס וואס האט פאר די לעצטע פאר דורות זיך ארויסגעשטעלט אז זיי האבן גענוצט די ״פאליציי׳ישע מאכט״ צו דערנידערן און פייניגן די שווארצע און מינארטיס, און זיי שיסן פאר ״דזשעי וואלקינג״ איז א ראי׳ אז אדער ליינסטו נישט די נייעס. אדער דריי איבער דיין צייטונג ווייל דו ליינסט עס פארקערט. יעדער נארמאלע מענטש אויף די וועלט ווייסט אז א אמעריקענע יוסטיץ שטינקט פון קאפ ביז פוס..קיין איין מדינה אויף די וועלט ארעסטירט אזויפיל מענטשען ווי דא אין אמעריקע. קיין איין נארמאלע מדינה שיסט נישט די פאליציי אזויפיל מענטשען. קיינער נישט! פארוואס???

ס׳פונקט ווי זאגן אז רובאשקין וואלט געדארפט זיצן והא ראי׳ זעהסט דאך אז ער האט באקומען א ״יושר׳דיגע טרייעל״ און דאס איז זיין פארדינטע שטראף... הייב אן דורכצוקוקן קעיס ביי קעיס פון מיליאנען שווארצע וואס זיצן דא אין אמעריקע וועסטו זעהן אז רוב פון דעם איז בול. ווען זיי זענען רייך און זיצן ביים שיסל אזויווי די ״ביזנעס קרימינאלן״ וואלטן זיי נישט געזיצן פאר מינדערוויכטיגע קריים. ברענגסט מיר א ראי׳ פון אמעריקענע יוסטיץ סיסטעם??? ביטע זעץ זיך ליינען... סקוקט נישט אויס ווי דו ווייסט וואס טוט זיך אין די אמעריקענע יוסטיץ-סיסטעם. כאילו ס׳איז עפעס א מוראדיגע סיסטעם?!

חוץ מזה דארפסטו פארשטיין פון וואס די קריים קומט. פארוואס זענען די שווארצע טאקע פערצענטאל (אויב סאיז אמת) מעהר קרימינאלן ווי אנדערע ווער איז שולדיג דערינען? די ווייסע זענען אסאך שולדיג דערינען...

בכל אופן וואס העלפט ״פיינטשאפט״??? לאמיר זאגן ביסט גערעכט. די שווארצע זענען קרימינאלן! אלזא דארף מען זיי פיינט האבן? האסט פיינט א איטליאנער ווייל זיי זענען (געוועהן) די גרעסטע ״מאפינערן״? א נייע מעשה. מ׳טאהר קיינעם נישט פיינט האבן אינדיווידיולי ווייל געוויסע פון זייער פאלק טוט עפעס ראונג. דאס איז די גרעסטע טיפשות שבעולם. מ׳דארף אויב עפעס קוקן פון וואס און וואו ס׳שטאמט די פראבלעם (אויב סאיז דא א פראבלעם)און זעהן וויאזוי מקען דאס פארבעסערן אויף א נארמאלע אופן אבער פיינטשאפט וואס העלפט דאס? וועמען העלפט דאס???

סאיז א גרויסע שאד אז איר וואס האלט זיך פאר ״קלוגער מאן״ זאל אנקומען צו אזעלכע ״נערישע אומציוויליזרטע מסקנות״ איר זענט אסאך קלוגער פונעם. איר לעבט אין א ״ראסיסטישע באבל״ פאר גארנישט און פאר נישט. די ווייסע זענען די זעלבע שווינדלער די זעלבע רוצחים אויב נישט מעהר...

הקטן » זונטאג מאי 27, 2018 3:12 pm

· #403532
מי יקום

דו ביסט סתם פארזינקן אין ראסיזים, און פראבירסט צו בארעכטיגען שנאה פונקט ווי די אנטיסמיטן פראבירן צו בארעכטיגן זייער שנאה קעגן אונז.

בערל זאג, איז אמת דאס וואס מי יקום זאגט אויף דיר? דו בארעכטיגטס שנאה?!?
זייער נישט שיין, אויב ס'איז אמת!

berlbalaguleh » זונטאג מאי 27, 2018 9:48 pm

· #403565
איך בארעכטיג נישט שנאה. און איך האב קיינעם נישט פיינט. איך רעד נאר פון מציאות. די ריאליטי. ווען א פאליס זעהט א חסידיש געקליידעטן איד מיט דעם לאנגן רעקל און בארד און פיאות. און דעם פלאטשיגן ביבער הוט גייען אום 2 אזייגער ביינאכט, גייט ער איהם אדורך רואיג. משא"כ ווען ער זעהט אן אפרא-אמעריקאנער יוגנטליכן אום 2 אזייגער ביינאכט ציטערט ער א ביסל...! אזוי האט רעוורענד דזשעססי דזשעקסאן בכבודו ובעצמו געזאגט. אז ווען ער זעהט א גרופע שווארצע יוגנטליכע גייט ער אריבער די גאס. אויס מורא אז זיי זאללן איהם ח"ו נישט טשעפען אדער בארויבן...!

איסר האטלקי » זונטאג מאי 27, 2018 11:21 pm

· #403572
מי יקום, איך ברעך מיך קאפ וואו דיין אלטע ניק איז פארשווינדן געווארן זיך אנצונעמען פאר דיין מיינונג...

הקטן » מאנטאג מאי 28, 2018 9:42 am

· #403629
berlbalaguleh
איך בארעכטיג נישט שנאה. און איך האב קיינעם נישט פיינט. איך רעד נאר פון מציאות. די ריאליטי. ווען א פאליס זעהט א חסידיש געקליידעטן איד מיט דעם לאנגן רעקל און בארד און פיאות. און דעם פלאטשיגן ביבער הוט גייען אום 2 אזייגער ביינאכט, גייט ער איהם אדורך רואיג. משא"כ ווען ער זעהט אן אפרא-אמעריקאנער יוגנטליכן אום 2 אזייגער ביינאכט ציטערט ער א ביסל...! אזוי האט רעוורענד דזשעססי דזשעקסאן בכבודו ובעצמו געזאגט. אז ווען ער זעהט א גרופע שווארצע יוגנטליכע גייט ער אריבער די גאס. אויס מורא אז זיי זאללן איהם ח"ו נישט טשעפען אדער בארויבן...!

וואס פארשטייסטו נישט, דאס איז ווייל זיי זענען ארים
וואו ער זעט אן ארימע יוגנטליכע גייט ער אריבער די גאס, שווארטץ אדער ווייס איז נישט משנה.

מי יקום » מאנטאג מאי 28, 2018 11:33 am

· #403636
berlbalaguleh
איך בארעכטיג נישט שנאה. און איך האב קיינעם נישט פיינט. איך רעד נאר פון מציאות. די ריאליטי. ווען א פאליס זעהט א חסידיש געקליידעטן איד מיט דעם לאנגן רעקל און בארד און פיאות. און דעם פלאטשיגן ביבער הוט גייען אום 2 אזייגער ביינאכט, גייט ער איהם אדורך רואיג. משא"כ ווען ער זעהט אן אפרא-אמעריקאנער יוגנטליכן אום 2 אזייגער ביינאכט ציטערט ער א ביסל...! אזוי האט רעוורענד דזשעססי דזשעקסאן בכבודו ובעצמו געזאגט. אז ווען ער זעהט א גרופע שווארצע יוגנטליכע גייט ער אריבער די גאס. אויס מורא אז זיי זאללן איהם ח"ו נישט טשעפען אדער בארויבן...!

דו ביסט שטעקן געבליבן מיט צוואנציג יאר צוריק. היינטיגע צייטן איז שוין אביסל אנדערש. די חסידים זענען נישט אזוי גאלד און די שווארצע זענען נישט אזוי שווארץ.

מי יקום » מאנטאג מאי 28, 2018 11:36 am

· #403637
איסר האטלקי
מי יקום, איך ברעך מיך קאפ וואו דיין אלטע ניק איז פארשווינדן געווארן זיך אנצונעמען פאר דיין מיינונג...

איך וואונטש דיר אן זאלסט קיינמאל נישט האבן קיין שווערערע דאגות. זאלסט ברעכן קאפ נאר פאר אזעלכע נישטיקייטן. אמן.

הקטן » מאנטאג מאי 28, 2018 11:46 am

· #403638
מי יקום
berlbalaguleh
איך בארעכטיג נישט שנאה. און איך האב קיינעם נישט פיינט. איך רעד נאר פון מציאות. די ריאליטי. ווען א פאליס זעהט א חסידיש געקליידעטן איד מיט דעם לאנגן רעקל און בארד און פיאות. און דעם פלאטשיגן ביבער הוט גייען אום 2 אזייגער ביינאכט, גייט ער איהם אדורך רואיג. משא"כ ווען ער זעהט אן אפרא-אמעריקאנער יוגנטליכן אום 2 אזייגער ביינאכט ציטערט ער א ביסל...! אזוי האט רעוורענד דזשעססי דזשעקסאן בכבודו ובעצמו געזאגט. אז ווען ער זעהט א גרופע שווארצע יוגנטליכע גייט ער אריבער די גאס. אויס מורא אז זיי זאללן איהם ח"ו נישט טשעפען אדער בארויבן...!

דו ביסט שטעקן געבליבן מיט צוואנציג יאר צוריק. היינטיגע צייטן איז שוין אביסל אנדערש. די חסידים זענען נישט אזוי גאלד און די שווארצע זענען נישט אזוי שווארץ.

שווער צי גלייבן אז מי יקום קען שרייבן אויף א געוויסע group אז זיי זענען נישט אזוי גאלד.
איך האב פארשטאנען אז א יעדער איינער איז אן אינדיווידיעל
שנאה איז שנאה איז שנאה!

מעסטען וואו גאלד אדער וואו שווארץ סיי וואספארא group איז נישט פאליטיקעל קארעקט, אדער איז עס?

סתם פאר נייגעריקייט וועט היינט דזשעססי דזשעקסאן אריבער גיין די אנדער זייט גאס ווען נישט אזא גאלדערנע חסיד קימט אים אקעגען.

מי יקום » מאנטאג מאי 28, 2018 4:01 pm

· #403686
הקטן. לאמיר דיר פרעגן א שאלה. איז זיין א פרומער, חסידישע איד געבינדן מיט ראסיזים? כ׳פרעג נישט אויף דיר און בעלעגאלה זעלבסט, ווייל דאס זעהט מען דאך קלאר פון ענקער שרייבן. איך פרעג באופן כללי? וואס מעהר פרום אלץ מעהר ראסיזים??? און אויב יא וואס איז די סיבה דערפאר? כדאי צוזיין א חסידישע איד דארף מען אויך זיין א וויסטע ראסיסט? סקוקט מיר אויס ווי א פעקעדזש-דיעל? וואס איז די שייכות? ראסיזים צו פרומקייטן???
ס׳שטייט אין די תורה מזאל פיינט האבן שווארצע? ס׳שטייט אין מאור ושמש? תולדות יעקב יוסף? ישא ברכה? עלים לתרופה? פון וואו נעמען די אולטרא-אראטדאקסן די בלינדע שנאה צו מינארטיס און שווארצע? אונז האבן דאך געליטן פון דעם פאר טויזנטער יאהרן, וואלטן אונז געדארפט זיין די ערשטע זיי צופארשטיין??? קענסט מיר מסביר זיין אין א נוטשעל די שייכות פון דיין רעליגע ביז דיינע מיינונגען אין ראסע???

הקטן » מאנטאג מאי 28, 2018 6:15 pm

· #403697
מי יקום וואס איז די נעם-קאלינג?
פארוואס אזוי ווייניג טאלערעץ פאר איינער וואס האלט אז די פאקטן זענען אנדערש וואו דו הלאסט?
ווארוואס אזוי סעלף רייטשעס?
פארוואס פראדשעקסטו דיין אייגענע שנאה אויף א יעדער וואס דו האלסט איז פרום?

איך האב נישט פיינט קיין שווארצע אדער סיי וועלכע אנדערע מיינארעטי און איך גלייב אז בערל אויך נישט
און דו האסט נישט געזען ערגעץ אין מיינע ווערטער איך זאל רעדן פין שנאה

פארוואס איז תולה זיין איינעמס הנהגה אויף זיין עלטערענס פארשקלאפקייט אדער אויף זייער ארעמקייט מער פארשטעדעניש וואו תולה זיין זיין הנהגה אויף זיין ראסע?
קענסט ענפערען?

אויב עפעס רינט פין דיין סענקטעמאניעס תגיבה ביגעטרע און סטיריא-טייפן
נישט שיין!

הקטן. לאמיר דיר פרעגן א שאלה. איז זיין א פרומער, חסידישע איד געבינדן מיט ראסיזים? כ׳פרעג נישט אויף דיר און בעלעגאלה זעלבסט, ווייל דאס זעהט מען דאך קלאר פון ענקער שרייבן. איך פרעג באופן כללי? וואס מעהר פרום אלץ מעהר ראסיזים??? און אויב יא וואס איז די סיבה דערפאר? כדאי צוזיין א חסידישע איד דארף מען אויך זיין א וויסטע ראסיסט? סקוקט מיר אויס ווי א פעקעדזש-דיעל? וואס איז די שייכות? ראסיזים צו פרומקייטן???
ס׳שטייט אין די תורה מזאל פיינט האבן שווארצע? ס׳שטייט אין מאור ושמש? תולדות יעקב יוסף? ישא ברכה? עלים לתרופה? פון וואו נעמען די אולטרא-אראטדאקסן די בלינדע שנאה צו מינארטיס און שווארצע? אונז האבן דאך געליטן פון דעם פאר טויזנטער יאהרן, וואלטן אונז געדארפט זיין די ערשטע זיי צופארשטיין??? קענסט מיר מסביר זיין אין א נוטשעל די שייכות פון דיין רעליגע ביז דיינע מיינונגען אין ראסע???

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 29, 2018 12:22 am

· #403734
מי יקום
berlbalaguleh
איך בארעכטיג נישט שנאה. און איך האב קיינעם נישט פיינט. איך רעד נאר פון מציאות. די ריאליטי. ווען א פאליס זעהט א חסידיש געקליידעטן איד מיט דעם לאנגן רעקל און בארד און פיאות. און דעם פלאטשיגן ביבער הוט גייען אום 2 אזייגער ביינאכט, גייט ער איהם אדורך רואיג. משא"כ ווען ער זעהט אן אפרא-אמעריקאנער יוגנטליכן אום 2 אזייגער ביינאכט ציטערט ער א ביסל...! אזוי האט רעוורענד דזשעססי דזשעקסאן בכבודו ובעצמו געזאגט. אז ווען ער זעהט א גרופע שווארצע יוגנטליכע גייט ער אריבער די גאס. אויס מורא אז זיי זאללן איהם ח"ו נישט טשעפען אדער בארויבן...!

דו ביסט שטעקן געבליבן מיט צוואנציג יאר צוריק. היינטיגע צייטן איז שוין אביסל אנדערש. די חסידים זענען נישט אזוי גאלד און די שווארצע זענען נישט אזוי שווארץ.

מי יקום: אם כן. אויב ס'איז אזוי. געב איך דיר 2 טשאויסעס. שפאציר אריבער אין הארלעם אדער בעדפארד סטייווסענט אום 2 אזייגער ביינאכט. אדער אפילו אום 2 אזייגער נאכמיטאג. אויך שפאציר אריבער אום 2 אזייגער ביינאכט אויף לי עוו... אויף דיין שפאציר אין וויליאמסבורג וויל איך מיטגיין...!

אונטער חכם » דינסטאג מאי 29, 2018 2:36 am

· #403739
Re: ווער זענען די קרימינאלן, די שווארצע אדער די ארימע???
מי יקום
הקטן. לאמיר דיר פרעגן א שאלה. איז זיין א פרומער, חסידישע איד געבינדן מיט ראסיזים? כ׳פרעג נישט אויף דיר און בעלעגאלה זעלבסט, ווייל דאס זעהט מען דאך קלאר פון ענקער שרייבן. איך פרעג באופן כללי? וואס מעהר פרום אלץ מעהר ראסיזים??? און אויב יא וואס איז די סיבה דערפאר? כדאי צוזיין א חסידישע איד דארף מען אויך זיין א וויסטע ראסיסט? סקוקט מיר אויס ווי א פעקעדזש-דיעל? וואס איז די שייכות? ראסיזים צו פרומקייטן???
ס׳שטייט אין די תורה מזאל פיינט האבן שווארצע? ס׳שטייט אין מאור ושמש? תולדות יעקב יוסף? ישא ברכה? עלים לתרופה? פון וואו נעמען די אולטרא-אראטדאקסן די בלינדע שנאה צו מינארטיס און שווארצע? אונז האבן דאך געליטן פון דעם פאר טויזנטער יאהרן, וואלטן אונז געדארפט זיין די ערשטע זיי צופארשטיין??? קענסט מיר מסביר זיין אין א נוטשעל די שייכות פון דיין רעליגע ביז דיינע מיינונגען אין ראסע???

איך מיין אז די שנאה צו שווארצע פאנגט זיך דווקא אהן אין די מער אפענע פרומע וועלט , און קומט בעיקר פון הערן קאנסערוואטיווע טאק שאוס, צוזאמען מיט דעם וואס עס איז נישט דא קיין שום שטופ אויף פארקערט.

בת קול » דינסטאג מאי 29, 2018 10:53 am

· #403790
berlbalaguleh
מי יקום
berlbalaguleh
איך בארעכטיג נישט שנאה. און איך האב קיינעם נישט פיינט. איך רעד נאר פון מציאות. די ריאליטי. ווען א פאליס זעהט א חסידיש געקליידעטן איד מיט דעם לאנגן רעקל און בארד און פיאות. און דעם פלאטשיגן ביבער הוט גייען אום 2 אזייגער ביינאכט, גייט ער איהם אדורך רואיג. משא"כ ווען ער זעהט אן אפרא-אמעריקאנער יוגנטליכן אום 2 אזייגער ביינאכט ציטערט ער א ביסל...! אזוי האט רעוורענד דזשעססי דזשעקסאן בכבודו ובעצמו געזאגט. אז ווען ער זעהט א גרופע שווארצע יוגנטליכע גייט ער אריבער די גאס. אויס מורא אז זיי זאללן איהם ח"ו נישט טשעפען אדער בארויבן...!

דו ביסט שטעקן געבליבן מיט צוואנציג יאר צוריק. היינטיגע צייטן איז שוין אביסל אנדערש. די חסידים זענען נישט אזוי גאלד און די שווארצע זענען נישט אזוי שווארץ.

מי יקום: אם כן. אויב ס'איז אזוי. געב איך דיר 2 טשאויסעס. שפאציר אריבער אין הארלעם אדער בעדפארד סטייווסענט אום 2 אזייגער ביינאכט. אדער אפילו אום 2 אזייגער נאכמיטאג. אויך שפאציר אריבער אום 2 אזייגער ביינאכט אויף לי עוו... אויף דיין שפאציר אין וויליאמסבורג וויל איך מיטגיין...!

די געגענטער זענען נישט שרעקעדיג ווייל זיי זענען שווארץ, נאר ווייל זיי זענען ארעם.
בלאט: 1 2