☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דער געטרייער בן ישי

דער געטרייער בן ישי

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12309

כוכב » פרייטאג מאי 18, 2018 11:45 am

· #403108
דער געטרייער בן ישי
שבועות טוט מען אפצייכענען די לעגאסי פון דוד המלך, איינער פון די העלדישע פערזענליכקייטן אין אידישער היסטאריע.
דער בן גרים אפשטאמיגער און רויטער בן זקונים וועלכער ווערט געשיקט אין פעלד אלס שאף פאסטוכער און קומט ארויס אלס פאעטישער קאמפאזיטאר און ראמאנטישער פידלער וועלכער זינגט שורה און גלוסט צו העכערקייט אינאיינעם מיט די אונדן אויף בערג און טאל.
דוד איז א גע'רודפ'טער דורך שווער און זון אבער פול מיט ליבשאפט און פארגלויבט אין אהבה און פארגעבונג. זיין אהבת יונתן ווייסט נישט קיין גרעניץ כי אהבת נפשו אהבו, א פרעצעדענט פון אהבה לשם אהבה. כ'האב אים ליב ווייל איך האב אים ליב.
דוד גלויבט נישט אין זיין זינד נאר אין זיין אומשולד, טרויעט זיך צו פלירטן מיט רוח הקודש און מאנט השיבה לי ששון ישעך.
דוד פאראייניגט קינה און מזמור אין אן אייביגן געזאנג פון תרננה שפתי כי אזמרה לך.
באשעפער ווי בין איך דא פארקראכן...
הכלל, אונז האמיר אונזער אייגענער עבדך משיחך, דער געטרייער @בן ישי וועלכער לייגט אריין גרויסע כוחות די לעצטערע צייטן צו אפדעיטן דעם ציבור און האלטן אינפארמירט מהנעשה והנשמע, דא לינק'לע, דא א בילדל און דארט סתם א געשמאקע נייעסל, ס'איז א שווערע ארבעט וואס ווערט נישט אלעמאל גענוג אפרישיעיטעד, ובדין הוא שיטול שכרו.
לעצטנס האט ער איבערגעשפרייזט זיין צוויי הונדערטסטע לייק (ווער געדענקט נאך ווען לייקס איז געווען מער פאפולער פון ביטקוינ'ס) וואונטשן מיר אים א מזל טוב אז זיינע לייקס זאלן זיך מערן און מערן ווי דו פונטן נאך די מילכיגע סעודה און זאל אונז ווייטער קענען מהנה זיין מיט די נייעסטע מאגאזין דעקלעך און מוזיק ווידעאס און אינטערעסאנטע אפדעיטס און באריכטן פון דא און דארט און איבעראל, ביז דער גרויסער בן ישי וועט אונז קומען אויסלייזן איינמאל און א גוטס.

Gimpel » פרייטאג מאי 18, 2018 11:57 am

· #403111
אני מצטרף

כלבאשבוע » פרייטאג מאי 18, 2018 12:23 pm

· #403113
כוכב
וואונטשן מיר אים א מזל טוב אז זיינע לייקס זאלן זיך מערן און מערן ווי דו פונטן נאך די מילכיגע סעודה


שיקסט אים צוריק קיין בית לחם?

בן ישי » דינסטאג מאי 22, 2018 3:23 am

· #403148
מיין פנים פלאקערט פאר בושה...מ'רעדט באמת פון מיך??
אין נאך ווער? נישט קיין צווייטער ווי אינזער כוכב?!

יישר כח פאר די חיזוק ווערטער ס'מיינט באמת ביי מיר אסאך!
אין אז מ'רעדט שוין יא פון לייקס (ביטקוין איז שוין צוריק אין די ערד) וויל איך באדאנקען יעדע פון די בעל הלייקים פרעזענליך פארן אנערקענען מיין ארבעט אין ארויסווייזן דאנקבארקייט.
די לעצטע שטיק צייט האב איך מיך גענימען אביסל אויפצולעבן די פלאץ דא אין אסאך מאל איז עס נישט גרינג אבער יעדעס מאל וואס איינער ווייזט ארויס אז זיי זענען דאנקבאר געבט עס א שטופ צו גיין ווייטער.
ממילא יישר כח אייך אלע פארן מיך געבן די חיזוק!

אין אז איך האלט שוין יא די מייק וואלט איך געוואלט מאכן א שטיקל אפיעל צו אנדערע דא אין שטיבל אז די עולם זאל מער לעבן דא...די זעהסט א אינטערסאנטע נייעס, ווידיאו, אדער וואס ס'זאל נאר זיין וואס די מיינט אז עס קען אינטערסירן אנדערע, קום אריין אין שטיבל אין דערצייל עס פארן עולם. לאמיר אלע צוזאמען אויפלעבן די פלאץ!

דער דאס » מיטוואך יוני 13, 2018 4:57 pm

· #405923
א הארציגע מזל טוב פאר אונזער אלעמען באליבטער @בן ישי וואס איז אונז אזויפיל מהנה, לכבוד זיין אנקומען צו 400 לייקס!!

זאל דער אייבערשטער דיך מהנה זיין!!

קאצקע ציקער » מיטוואך יוני 13, 2018 11:09 pm

· #405958
בן ישי יו ראק!!

סקרן » זונטאג יולי 1, 2018 1:06 pm

· #407659
מזל טוב צו 1000 תגובות!!!!!!!!!!!
איך וויל דיר באדאנקען בשמי ובשם אלע אנדערע {פאר דער וואס וויל} פאר'ן אינטער האלטן דעם שטיבל מיט זאכליכע גוטע נייעס

סקרן » מאנטאג אקטאבער 29, 2018 11:25 am

· #415549
אוי לנו כי חטאנו יתומים היינו ואין מנחם לנו
@בן ישי נעלם מאתנו
ברחמים ובתחנונים מתחננים אנו אליך חזור בך והחייה אותנו כבתחילה

קאצקע ציקער » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 1:27 pm

· #415661
טעג עים כאטשיג

@בן ישי

איסר האטלקי » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2018 10:24 pm

· #415942
והנה!! ער איז צוריק מיט אונז!!!

בן ישי » פרייטאג נאוועמבער 2, 2018 6:11 am

· #415956
איך בין ברוך השם שטארק פארנימען אז איך האב קוים צייט צו ליינען דא, איך וועל מיך מער פרובירן אנצושטרענגען יא צו שרייבן אביסל ווען כ'האב א מעגליכקייט.
יישר כח פארן ארויסווייזן שטיצע.