יעקב שלמה גראס
לעצטענס שטויס איך זיך אן אין א שלל פון קליפס פון דעם יעקב שלמה'ן, ער סאונד צו זיין גאר א געשמאקע פאברענגער און קומזיצער, עס זעט אויס ווי ער מאכט נאך פינקי אביסעל, ציעט גראדע פיין ארויף, און האט א הארציגע שטימע, זעט אויס זעהר א באליבע זינגער אדער גראמער, כהאב געמאכט אביסעל ריסערדזש פון אלטע קליפס, דארט זינגט ער ווי א ישראלי מבטן ולידה, היינט זינגט ער ווי א געבוירענע אמעריקאנע, מי זה ואיזה הוא? אויב איינער קען ברענגן אביסעל איבער אים וואלט איך הנאה געהאט.
דא האט איר איינע פון זיינע קטעים
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=m8mpNQJFauk">https://www.youtube.com/watch?v=m8mpNQJFauk</a>
ער האט נעכטן געזינגען ביי א גרויסע דינער אין בארא פארק פאר ת''ת דרכי חיים. ער איז געווען דער אפיציעלער היילייט פונעם נאכט.
א זון פין האלמין רב פון ירושלים, קען גאנץ פיין גראמען, זינגן נישט עפעס מוראדיג.
איך מיין אז ער האט געוואינט אין אמעריקע אויך.
ער איז גרויס געווארן אין ירושלים אין ישיבת מיר ווי ער האט אסאך געגראמט, ער האט חתונה געהאט פאריאר אין היינט וואינט ער אין מאנסי
Re: יעקב שלמה גראס
אדונינוא זון פין האלמין רב פון ירושלים, קען גאנץ פיין גראמען, זינגן נישט עפעס מוראדיג.
האט ער כאטש מער שכל פונעם טאטן, ער מאכט קומזיצן אנשטאט פירן מערכות.
איך געדענק עם פון ירושלים אלע האבן ליב געהאט צו זיך דרייען מיט איהם
אויכעט האט ער גע'עקט אויף די שפיל אין ירושלים פאר א יאהר פסח
ער איז עפעס אן אייניקל (מנכסי מלוג) פון אונזערע ר' ישעי'לע קערעסטיערער זיע"א.
יא ס'איז געווען א ווידיאו נישט לאנג צוריק פון די מופת וואס ער האט געהאט דורך ר' ישעיה'לע אז וויבאלד ער קען נישט ענגליש האט ער נישט פארשטאנען וואס עס שטייט אויף זיין טיקעט פארן פארקן אויפן ראוד ביינאכט אין ס'געווארן דיסמיסד.
אויף וועלכע שפיל האט ער גע'עקט?
ער געפעלט מיר זייער דער יונגערמאן.
סמבטיוןאויף וועלכע שפיל האט ער גע'עקט?
ער געפעלט מיר זייער דער יונגערמאן.
"א געוויין ביים פענסטער" זייער נישט פראפעסיענאלע שפיל, אבער ער האט פיין געשפילט.