הרבנית מבעלזא תליט"א
49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12286
הרבנית מבעלזא תליט"א
עס פארט ארום קליפס ווי יונגלעך ווי אויך יונגערלייט זינגען פאר הרבנית מבעלז, וואס איז די היתר און אויב איינער קען געבן א באריכט איבער איהר גרויסקייט (די בעלזא חסידים פארקויפען איהר אלס א זעלטענע הייליגע פרוי)
Bloomingburgוואס איז די היתר
אדרבה, לאמיר הערן די צד לאיסור.
איך קוק עס נישט אן אלס א איסור, נאר סתם קוריאז און קאמיש...
אינגעלייט זאלן האבן אמונה און דביקות אין א רביצין? און זי הייבט נאך אן די ניגונים (קול באשה ערוה #איסור) און דער עולם זינגט מיט?...
לבי ובשריאיך קוק עס נישט אן אלס א איסור, נאר סתם קוריאז און קאמיש...
אינגעלייט זאלן האבן אמונה און דביקות אין א רביצין? און זי הייבט נאך אן די ניגונים (קול באשה ערוה #איסור) און דער עולם זינגט מיט?...
ס'האט מיר אויך אויסגעקוקט מאדנע ביז סמבטיון האט מסביר געווען וואס דא גייט פאר
סמבטיוןניין ר' יעקב, איך בין נישט געווען, און קיין טיש איז עס אויך נישט געווען, זי איז געקומען מכיר טובה זיין משפחת גרינוואלד ווואס זיי האבן אהערגעשטעלט די לאגיסטישע חלק פינעם שבת, די אלע וואס זיצן ביים טיש זענען ברידערס פון משפחת גרינוואלד פון די מאנטריאלע מצה בעקעריי.
אט דאס מאכט שוין מער סענס.
ביי די גרינוואלד'ס גייט נישט אן קיין קול באשה?
ווען דאס ווערט געטון מיט אזא אפיציעלקייט און גלייכגילטיגקייט, מאכט עס אויסקוקן ווי עס איז נישט קיין חד פעמי. זי פראוועט שוין כזקנה ורגילה.
Bloomingburgעס פארט ארום קליפס ווי יונגלעך ווי אויך יונגערלייט זינגען פאר הרבנית מבעלז, וואס איז די היתר און אויב איינער קען געבן א באריכט איבער איהר גרויסקייט (די בעלזא חסידים פארקויפען איהר אלס א זעלטענע הייליגע פרוי)
כ'האב נאכנישט געזען די קליפס, און כ'האב נישט קיין קלארע מהלך בנוגע קול באשה. אבער אויב די עצם געדאנקן פון זינגען פאר איר, טיש פראווען פון איר, און איר רביסטעווע בכלל, זעט דיר אויס קוריאז און קאמיש, דאן האסטו גאר ווייניג ידיעות אין היסטאריע פון חסידות.
זינט דעם גרינדונג פון חסידות זענען מערערע פרויען געווען אינוואלווד, לפעמים עד כדי פירן טיש און נעמען קוויטלעך. א קורצע בליק, וועט ווייזן אז עס האט זיך אנגעהויבן ממש מיטן אנטשטייאונג פון חסידות. אדל דער טאכטער פונעם בעל שם, איז שוין געווען א רביצין מיט באק ציינער, א קוויטל נעמער און ישועות פועלער, אזש דער בעל שם האט איר מרמז געווען אין פסוק א'ש ד'ת ל'מו ר"ת אדל.
אנדערע בארימטע פרויען זענען געווען דער טאכטער פון ר' מאיר'ל פרעמישלאנער, א ישועות מאכער מיטן שטעקן פונ'ם טאטן. טאקע אין בעלז איז געווען דער טאכטער פון שר שלום, הרבנית אשת ר' יצחק'ל בראדער (אאל"ט), וואס האט גענומען קוויטלעך און געפירט געהעריג רביסטעווע, און ר' שלום האט געזאגט אויף איר גרויסע הפלגות, ווי למשל אז ס'פעלט איר גארנישט קיין השגות חוץ דער קאלפיק.
און ווי קען מען פארגעסן פונ'ם לודמירער מויד, א פרוי וואס האט טאקע געפירט רביסטעווע מיטן גאנצן קנאק, געזאגט תורה פאר חסידים, האט פארמאגט לודמירער שטיבלעך אין אוקריינא רוסלאנד, מיט חסידים וואס זענען געקומען אין די מאסן. זי, אנדערש פון די אנדערע אדמורות, איז נישטאמאל געווען א טאכטער פון אן אדמור, נאר האט אנגעהויבן פון אונטן פונ'ם בארג און זיך דערדראפעט אדאנק איר צדקות און מדריגות (זי איז געווען אזוי פרוש ומובדל, אז זי האט נישט חתונה געהאט)
קוריאז? יא. חסידות האט אלעמאל פארמאגט קוריאזע שטריכן. מיט בעלזא דירעקט האט עס נישט קיין שייכות.
Re: הרבנית מבעלזא תליט"א
דער לודמירער מויד האט, דוכט זיך, געפיהרט פון אונטער א מחיצה.
דער קול באשה יעצט זעי איך נישט. זי ברומט די ערשטע תנועה פון א ניגון, ווייל די יונגעלייט האבען זיך געמוטשעט דערמיט. איך זעי נישט די פראבלעם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ביטע אריבער פירן דער אשכול צו
אנשי שם 😂 😈 🙄
אדער גאר אפשר צו צימעסדי רעביצין פון ר' ישראל אברהם פון טשערני אוסטראה א טאכטער פון ר' וועלוועלי פון טשערני אוסטראה א שנור פון ר"ר זושא האט געהעריג געפירט טיש
עד כדי כך אז ווען ר' מאטאלע טשערנאבילער איז געווען אין שטאט איז ער צוגעגאנגען אויף של"ש צו איהר
טייל ווילן זאגן ער איז צוגעגאנגן נאך של"ש
קיין קול באשה האב איך נישט באמערקט קיין פראבלעם זי זינגט נישט
און ס'איז נישט קיין געהעריגע טיש ס'זעהט אויס מער ווי א פעמעלי געדערינג און אזוי ווי סמבטיון האט שוין מסביר געווען
פאר אלע קריטיקירער טרעפטס עפעס זאפטיג און לייגטס אריין די קאפ דארט
{למשל מ'האלט שוין באלד 24 נאך וואס אמעריקא האט זיך ארויסגעצויגן פון די איראן דיל און אפי' איין תגובה האט איך נישט באמערקט אויף דעם}
אדער אז די אטורני דזשענערעל האט ריזיינט נאכן רעדן עברית , דאכט זיך נאך אויך נישט דערמאנט געוורן אין שטיבל בכלל
ער האט נישט גערעדט עברית, ער האט גערעדט אראביש
פערל די טאכטער פין מגיד מקוזניץ איז גיוון א רבי
מ'קען שוין טוישן דעם קעפל צו פרויען וואס האבן געפירט ראביסטעווע
כ'מיין אז דער גוטער בוך שרייבט אז מענער און פרויען זאלן נישט זיצן און פארברענגען אינאיינעם.
און כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז ביי גראבע באקרוינטע רעבעצינס איז דאס נישט אקטועל. עמיצער ווייסט צו ס'האט זיך עפעס געטוישט? אפשר איז די פרישע נארוואס מחילה-ארויסגעצויגענע מצוה "כבוד בית בעלזא" דוחה אלע מצות אין די תורה? קען איינער ביטע אריינקומען עטוואס קלאר? וואס איז די דעבאטע דא?
יא. און קומט מיר נישט מיט אלטע פייגא. ווארום צוויי הכנה גייער טרייבן נישט אוועק די אומאנגענעמע גרוך....
קאך_לעפלכ'מיין אז דער גוטער בוך שרייבט אז מענער און פרויען זאלן נישט זיצן און פארברענגען אינאיינעם.
און כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז ביי גראבע באקרוינטע רעבעצינס איז דאס נישט אקטועל. עמיצער ווייסט צו ס'האט זיך עפעס געטוישט? אפשר איז די פרישע נארוואס מחילה-ארויסגעצויגענע מצוה "כבוד בית בעלזא" דוחה אלע מצות אין די תורה? קען איינער ביטע אריינקומען עטוואס קלאר? וואס איז די דעבאטע דא?
יא. און קומט מיר נישט מיט אלטע פייגא. ווארום צוויי הכנה גייער טרייבן נישט אוועק די אומאנגענעמע גרוך....
נו, אפשר קען מען הערן א פסק דין פון דער מלפנים הצדיק אב''ד סאטמאר אנטווערפן?
newkaveקאך_לעפלכ'מיין אז דער גוטער בוך שרייבט אז מענער און פרויען זאלן נישט זיצן און פארברענגען אינאיינעם.
און כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז ביי גראבע באקרוינטע רעבעצינס איז דאס נישט אקטועל. עמיצער ווייסט צו ס'האט זיך עפעס געטוישט? אפשר איז די פרישע נארוואס מחילה-ארויסגעצויגענע מצוה "כבוד בית בעלזא" דוחה אלע מצות אין די תורה? קען איינער ביטע אריינקומען עטוואס קלאר? וואס איז די דעבאטע דא?
יא. און קומט מיר נישט מיט אלטע פייגא. ווארום צוויי הכנה גייער טרייבן נישט אוועק די אומאנגענעמע גרוך....
נו, אפשר קען מען הערן א פסק דין פון דער מלפנים הצדיק אב''ד סאטמאר אנטווערפן?
יא! יא! זאג...
איך זוך אן אמסטערדאמען.
האסט אפשר א שארט קאט?
אקעי כ'וועל נאכאיינמאל פראבירן.
פארוואס זאל א גראבע רעבעצין מעגן זיצן צווישן מענער?
שיק מיר נישט קיין אמעסטערדאם, אדער קיין האצעפלאטץ... ענטפער די פשוטע פראגע. (פארשטייט זיך אויב די קענסט)
איך הייב אהן צו טראכטן אפשר איז זי גע'גט
ק*ק לעפל,
הייליג הייליג!
געוואלדיגע קשיא !!
איי!!!
אפשר קען די בעל ההדלקה פון קרי דאס איבערלאזן אלס א קשיא דאס נעקסטע מאל וואס ער פארט אפרוען דאס גוף הטהור?
אפשר קען מען עס גאר אויסשמועסן ביים קינעס השיטע?
איי אשרינו שיש לנו צדיק כזה, מיט א חסיד ווי הרב
@קאך_לעפלאקעי נאך איין מאל.....
פארוואס זאל א גראבע רעבעצין מעגן זיצן צווישן מענער?
מיט פול ליבע און שעצע
מר קאק לעפל.
פרעגסט געוואלדיג.
לפי ידיעתי לאזט מען צו, צום רעבעצין.
טאמער ביסטו גאר נייגעריג, קענסטו קאנטאקטן און פרעגן דעם רעבעצין אליין.
שכוח פאר דיין הילף.
אגב ס'פעלט שוין נישט אויס, כ'בין שוין ענדליך דערגאנגען וואס דער היתר איז:
כבוד בית בעלזא.
דער דאזיגער נייער מחילה-ארויסגעצויגענער היתר, איז באשיינפערליך דוחה מערסטייל פון די אסורי תורה, ודרכי החסידות, און הויפטזעכליך דער היילגער דרך פון בית בעלזא המקורית...
Re: הרבנית מבעלזא תליט"א
איך גלייב אז מען קען סאך גרינגער טרעפן א היתר אויף צו זיצן מיט מענער,אויף אן איידעלן אופן, ווי אויף ניבול פה.
איך ווארט נאך צו הערען וואס איז די איסור.
קאך_לעפלשכוח פאר דיין הילף.
אגב ס'פעלט שוין נישט אויס, כ'בין שוין ענדליך דערגאנגען וואס דער היתר איז:
כבוד בית בעלזא.
דער דאזיגער נייער מחילה-ארויסגעצויגענער היתר, איז באשיינפערליך דוחה מערסטייל פון די אסורי תורה, ודרכי החסידות, און הויפטזעכליך דער היילגער דרך פון בית בעלזא המקורית...
אגב, ווער ס'וויל וויסן די מצוה האט אויסטגעטראפן טירנואר פון מונטריאל.
תוך כדי וואס ער זאגט אז עס איז נישט צווישן די תרי"ג האט ער ממשיך גיווען צו רעדן אויף כבוד רביה"ק, מסתמא דאס איז יא און די תרי"ג.
מה זה כבוד רביה"ק?
צימעס אלערט
קאך_לעפלשכוח פאר דיין הילף.
אגב ס'פעלט שוין נישט אויס, כ'בין שוין ענדליך דערגאנגען וואס דער היתר איז:
כבוד בית בעלזא.
דער דאזיגער נייער מחילה-ארויסגעצויגענער היתר, איז באשיינפערליך דוחה מערסטייל פון די אסורי תורה, ודרכי החסידות, און הויפטזעכליך דער היילגער דרך פון בית בעלזא המקורית...
אין אנדערע ווערטער האסט דאס באלד געוואלט זאגן, איז זאג און שוין.
וואס דרייסטו א מעשה מיט פרעגן נארישע זאכן.
האסט נאך עפעס חכמה פאר אונז היינט?
יא נאך בלויז איין זאך. האט שוין דער רב שליט''א פארלאזט מונטריאל?
יא
איך ווארט נאר מיטצוהאלטן די נעקסטע מאל ווען א בעלזער וועט איבערדרייען דעם פליגער וועגן זיצן נעבן א פרוי, אוי וועט ער כאפן פון מיר...
איסר האטלקיאיך ווארט נאר מיטצוהאלטן די נעקסטע מאל ווען א בעלזער וועט איבערדרייען דעם פליגער וועגן זיצן נעבן א פרוי, אוי וועט ער כאפן פון מיר...
אדער א סאטמארער. @אלטא פייגא אלערט.
א חרפה און א בושה!....
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=t_-z_Pj1N0w&sns=tw">https://www.youtube.com/watch?v=t_-z_Pj1N0w&sns=tw</a>
לבי ובשריא חרפה און א בושה!....
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=t_-z_Pj1N0w&sns=tw">https://www.youtube.com/watch?v=t_-z_Pj1N0w&sns=tw</a>
א שאד ס'נאכנישט געווען קיין סמארטפאונס אין אלטא פייגא'ס צייטן. חבל על דאבדין ולא משתכחין.
לבי ובשריא חרפה און א בושה!....
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=t_-z_Pj1N0w&sns=tw">https://www.youtube.com/watch?v=t_-z_Pj1N0w&sns=tw</a>
לבי ובשרי: זי דערמאנט מיך פונ'ם ישועות משה. און דעם זיידן דער אמרי חיים. ס'קאן זיין אז דער עלטער זיידע דער אהבת ישראל האט אויך אזוי געמאכט צמיט די הענט. און געפיהרט א ניגון...!
די פאשקאנער רביצן, ציפורה, האטציך אמאל אויפגעטוהן אז זי האט געקענט פונקטליך נאכמאכן די שטיקלעך פיוטים וואס דער זיידע דער אהבת ישראל האט געזינגען. זי האט אויך דערציילט וויאזוי דער שידוך מיט איהר מאן דער העיליגער פאשקאנער, זצוק"ל איז צושטאנד געקומען...ווען א בחור (הצדיק דנן) האט געקלפאט. און מ'האט זי געשיקט אויפמאכן דעם טויער...ענד די רעסט איז היסטארי...!
רביה''ק זי''עלבי ובשריא חרפה און א בושה!....
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=t_-z_Pj1N0w&sns=tw">https://www.youtube.com/watch?v=t_-z_Pj1N0w&sns=tw</a>
א שאד ס'נאכנישט געווען קיין סמארטפאונס אין אלטא פייגא'ס צייטן. חבל על דאבדין ולא משתכחין.
רביה"ק זי"ע: אבער זיכרונות איז יא דא. בד"וו...אויב ס'וואלט געווען סמארטפאונס און יו טוב אין די צייטן פון די העיליגע צדיקים ווי דער מגיד פון טשערנאבל און דער העיליגער ריזשינער ובניו. מייניך וואלט דאס פנים פון די היסטאריע א ביסל אנדערש אויסגעזעהן...וואס מ'האט אונז אלץ געקענט איינרעדן...!
Re: הרבנית מבעלזא תליט"א
אייער נעכטען באקומען אויף וואטסעפפ, אבער נישט געמיינט אז עס אינטרעסאנט. אז מ׳וויל, דא איז עס
א מין טאג היינט!!
איך קען נישט צו מיר קומען!!
ווי איך האב א סאטמארע באקאנטע איבער די וועלט, האט ער מיר שוין אריין געשיקט דעם קליפ פון אונזער רעביצין, הרבנית מ'בעלזא תליט''א, ווי אזוי זי זיצט ביי א טיש אווי מ'זינגט אביסל ניגונים, מיט אלע מיני דברי זולזל אויף איר.
קען זיין אז די אינגווארג קענט איר טשעפענען. אבער איך בין נאך א איד פונעם פריערדיגן דור, און איך געדענק נאך אביסל היסטאריע. וויל איך אייך אויף פרישן דעם זיכרון, אפשר אזוי וועט איר אויפהערן דעם היינטיגן טעראר.
יעדע איד ווייסט ווי אזוי די ימים נוראים אין סאטמאר האט זיך אנגעהויבן. א' סליחות ווען אידן זענען געקומען פארטאגס אין ביהמ''ד, האט ענקער הרבנית הצדיקות אלטא פייגא אפגעווארט דעם ציבור. פון די רעכטע איז געשטאנען שמואל פריינד, פון די לינקע זייט איז געשטאנען אפרים ניימאן, און אונטער איר איז געשטאנען יעקל שווארץ. *ס'האט זיך א איד נישט געטארט דערוואגן צו לאכן.*
יעדע געדענקט ווי ביים פראטעסט אין מעדיסאן סקווער גארדנס, ווי אויך ביי ענקער גרויסע מעמד 'קרן הצלה' אין די ארמארי, האט זיך מיט געשלעפט ענקער הרבנית הצדיקות אלטא פייגא. זי איז אריין געקומען ווי א רב צום אויבן אן. *ס'האט זיך א איד נישט געטארט דערוואגן צו לאכן.*
יעדע איד געדענקט דעם שבת וואס סאטמאר רב ז''ל האט געהאט דעם סטראוק. ענקער רעביצין איז אריין געקומען אין ביהמ''ד בײ קל אדון, און אויף געעפנט דעם ארון הקודש. זי האט געשריגן צו די ספרי תורה. *ס'האט זיך א איד נישט געטארט דערוואגן צו לאכן.*
יעדע געדענקט וויפיל עטס סאטמארע חסידים האבן גערודפ'ט דעם סיגוט'ער רב, אלס פארן חשד אז ער דינט נישט גענוג די הויך געשעצטער רעביצין. ווער רעדט נאך ווען ער איז געווארן ממלא מקום, וויפיל איר האט אים שופך דם געווען אויף די עבירה פון נישט דינען די רעביצין. *ס'האט זיך אבער א איד נישט געטארט דערוואגן צו לאכן.*
יעדע איד געדענקט נאך ווען ענקער רעביצין איז געווען בעל בית אויף די גאנצע סאטמארע הנהגה. זי איז געווען גבאי ביי רבי'ן. זי איז געווען גבאי אין ביהמ''ד. זי איז געווען ראש הקהל. זי איז געווען דער מנהל המוסד. און נאכמער, א גרויסע פראצענט סאטמאר האט געוואלט אז ס'זאל אזוי בלייבן. זי זאל פירן די קהילה אקעגן משיח צדקינו. *אבער ס'האט זיך א איד נישט געטארט דערוואגן צו לאכן.*
ענקער משב''ק ר' עזריאל גליק האט זיך ארום געדרייט פארקויפן א שקר אז סאטמאר רב ז''ל האט אים געזאגט, אז צדיקים מדורות הקודמים האבן זיך געקענט לערנען פון אירע צידקות. *אבער ס'האט זיך א איד נישט געטארט דערוואגן צו לאכן.*
עד היום הזה האט כמעט יעדע בעקעריי אין די שטאט א *רעביצין'ס טשיז קעיק* לשמה ולזכרה פון ענקער רבנית הצדיקות, אז אידן וואס בענקן נאך איר, זאלן האבן אין וואס זיך אנצוכאפן. *אבער א איד טאר זיך דערוואגן צו לאכן.*
ווער רעדט נאך פון ענקער בני יואל קיה'ען וואס מאכן יעדע וואך א צימערינג קעיק, און פערפל ממש אווי די רעביצין האט דאס געמאכט. ווי אויך לאזן זיי חלילה נישט ארויס צו מאכן א בארשט מיט פליגלעך. אלעס נאר זיך צו קענען מתדבק זיין אין די נשמה פון די הייליגע רעביצין. *אבער א איד טאר זיך נישט דערוואגן צו לאכן.*
פלוצלינג היינט זענט איר אזוינע אויף געקלערטע מענטשן, אז איר לאכט גאר אפ פון דעם בעלזער חסיד וואס זינגט פאר זיין רעביצין.. א דבר פלא..
טייערע סאטמארע אידן, קוקט אריין אין שפיגל, און טראכט צו ביי ענק איז דאס בעסער. איר זענט אלעמאל די ערשטע צו קריטיקירן און אפלאכן פון יעדן. געדענקט אז די וועלט לאכט היינט פון ענק.
הצלחה רבה!!
C/P
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
און אז מ'רעדט שוין, איז כדאי צו דערמאנען די געוואלדיגע ידידות וואס האט שורה געווען צווישן די רעבעצין אלטא פייגא און הרב ר' יאסל אשכנזי ז"ל. וואס צוזאמען האבן זיי געפירט גאנץ סאטמאר, און גדולי עולם שוין מפליא געווען די קשר צווישן די צוויי, אזש פאר א דרויסענדיגער האט זיך געקענט דאכטן אז זיי זענען גאר געשוויסטער. הנאהבים והנעימים בחייהם ובמותם לא נפרדו, זיעועכי"א.
פון דארט ביז פירן טיש ברבים איז א שטיקל מהלך, נישט קיין פארגלייך.
נישט אז איך נעם א שטעלונג כלפי די בעלזע רביצין, איך בין נאר מחולק אויף דעם משל שאינו דומה לנמשל.
אגב, מר קאך לעפל, פון וואו האסטו אויפגעפיקט די נידריגע שפראך? ממש א עקל. איך גלייך אויך נישט אלעס וואס איך הער און איך בין נישט איינשטימיג מיט יעדן איינעם, אלא מאי? ליוו ענד לעט ליוו. היט דיר דאס לשון!
אויב זוכסטו באמת א תירוץ, קענסטו פרעגן ענקער רביצין, זי איז עפעס א קרוב משפחתית מיט די בעלזע רביצין.
Re: הרבנית מבעלזא תליט"א
איך פארשטיי נישט וואס די תירוץ אז אנדערע האבן אויך איז! בעלז איז דאך אנדערש!
די פריערדיגע בעלזא רב האט אפילו זיין בני בית נישט אנגעקוקט!
בחורים זאלן גיין צו חתונות איז אפגערעדט!
קוקן אויף פרויען איז אסור בבל יראה!
און טאקע דעי בעלזא ווילן זיך פארענטפערן? וואס וואלטן זיי געזאגט ווען ביי זיי איז עס נישט געשעין ביי ביי אבער עס קומט ארויס אזא קליפ פון הרבנית אלטע פייגע? זיי וואלטן דאך געשפרינגען פאר שמחה!
זיי ואלטן געשריגן והיבדלנו מן התועים!
זיי וואלטן געוועין שטאלץ מיט זייער בעלזא פרומקייט!
אבער למעשה איז די מעשה פארקערט און מען לאכט פון זיי!
איז שלינגטס אראפ די בישות און פארענטפערט עס נישט ווייל לפי דרך בעלזא איז דאס נישט פארענטפערט אפילו אלטע פיגא.........
וואס פארענטפערט עס אז סאטמאר האט אויך געפראוועט רעביסטעווע?
ביידע זענען פאני, קען מען 2 מאל לאכן.
נאר וואס יא, סאטמערע האבן אפשר ווייניגער מורא צו לאכן פון זייער אייגענע שטותים.
איך פארשטיי נישט פארוואס עס איז מער פאני ווען דער רעביצען פירט טיש, ווי ווען דער רבי פירט טיש. באמת, וואס איז דער חילוק?
איך ווארט אויף א הסברה.
איך ווארט אויף א צווייטע הסבר, פארוואס ווען א פרוי זיצט און עסט נאכטמאל, הייסט עס "פירן טיש", איך עס אויך יעדן טאג נאכטמאל, און איך זיץ אויך אויבן אהן, און לפעמים זינג איך אויך א ניגון מיט די בני משפחה, און ס'איז מיר קיינמאל נישט איינגעפיילן אז איך פיהר א "טיש".
קען מיר איינער מסביר זיין?
בן פרציאיך ווארט אויף א צווייטע הסבר, פארוואס ווען א פרוי זיצט און עסט נאכטמאל, הייסט עס "פירן טיש", איך עס אויך יעדן טאג נאכטמאל, און איך זיץ אויך אויבן אהן, און לפעמים זינג איך אויך א ניגון מיט די בני משפחה, און ס'איז מיר קיינמאל נישט איינגעפיילן אז איך פיהר א "טיש".
קען מיר איינער מסביר זיין?
איין זאך איז זיכער אז ווען זי וועט אנפאנגען טאקע צו פירן טיש, וועט דיעולם נישט קענען אריינגיין אין אזא קליינע צימער, מ'וועט ברויכן אויפשטעלן א גרויסע שאטער.
אישתישביאיך פארשטיי נישט פארוואס עס איז מער פאני ווען דער רעביצען פירט טיש, ווי ווען דער רבי פירט טיש. באמת, וואס איז דער חילוק?
איך ווארט אויף א הסברה.
אישתישבי: ווען די רבי זאלל פיהרן טיש פאר פרויען. אפילו זיי זענען פון די זעלבע משפחה (נישט דעם רבי'ן'ס משפחה) וועט די וועלט אויך אויפהייבן די אויגן ברעמען...!
בן פרציאיך ווארט אויף א צווייטע הסבר, פארוואס ווען א פרוי זיצט און עסט נאכטמאל, הייסט עס "פירן טיש", איך עס אויך יעדן טאג נאכטמאל, און איך זיץ אויך אויבן אהן, און לפעמים זינג איך אויך א ניגון מיט די בני משפחה, און ס'איז מיר קיינמאל נישט איינגעפיילן אז איך פיהר א "טיש".
קען מיר איינער מסביר זיין?
בן פרצי: ווען א פרוי זיצט און עסט סאפפער אין איהר פרייוועט היים, הייסט עס טאקע נישט געפיהרט קיין טיש. אבער ווען זי זיצט אין א פרעמד הויז און פרעמדע מענער זיצן ארום טיש. און די קעמערעס ארבעטן אווערטיים, הייסט עס יא פיהרן טיש...!
Re: הרבנית מבעלזא תליט"א
@בן פרצי די מינוט וואס דו זעסט אז עס פאר ארום בילדער און וידיאו'ס פון דיין סאפער אינדערהיים, זאלסטו וויסן אז דו האסט געדשזוינט די קלאב.
(טאמער באקומסט נאך אן אשכול דערצו, ביסטו פון די גאר עליטע).
רביה''ק זי''ע
א שאד ס'נאכנישט געווען קיין סמארטפאונס אין אלטא פייגא'ס צייטן. חבל על דאבדין ולא משתכחין.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/169244">viewtopic.php?p=169244#p169244</a><!-- l -->