☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » יד לאחים מאכט שותפות מיט שולזאהן. אויסגעהאלטען?

יד לאחים מאכט שותפות מיט שולזאהן. אויסגעהאלטען?

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12283

אישתישבי » מאנטאג מאי 7, 2018 12:14 am

· #401696
יד לאחים מאכט שותפות מיט שולזאהן. אויסגעהאלטען?
חיים שולזאהן באריכטעט פין זיין בענקל אז א חסיד פין באבוב העלפט די נוצרישע מיסיאנערן, און יד לאחים האט זיך געוואנדען צו אים ער זאל העלפען מיט סטראשן. למעשה זאגט ער אז זיין סטראשען האט נישט געהאלפען נאר דער שוואגער דער דיין פין באבוב האט אים געהייסן אויפהערן וכו'.

כידוע איז שולזאהן נישט נאמן מער ווי א גוי וואס איז נישט מסיח לפי תומו, אבער אויף דער צד אז עס אמת, איז עס ריכטיג זיך צו באנוצן מיט א אויסגעשפיגענע מוציא שם רע וואס איז עובר אויף לא תלך רכיל טעגליך?

מה דעתכם.

איסר האטלקי » מאנטאג מאי 7, 2018 1:51 am

· #401700
וועלכע צד איז פארהאן אז עס איז דא אמת אין דעם?

די מעשה פאר זיך שטומט נישט, אפגעזען פון וועמען עס ווערט געהערט.

שולזאהן קען קיין אמת ווארט נישט ארויסזאגן, אפגעזען וואס ער זאגט.

יהודי פשוט » מאנטאג מאי 7, 2018 2:42 am

· #401701
Re: יד לאחים מאכט שותפות מיט שולזאהן. אויסגעהאלטען?
דער עצם פאקט אז שאולזאון זאגט עס איז שוין א ראי' אז ס'איז שקר והבל

א-שופר-איז-א-שופר » מאנטאג מאי 7, 2018 9:46 am

· #401707
איך ווייס שוין פון די מעשה נאך פאר ער האט גערעדט פון דעם

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 7, 2018 11:46 am

· #401723
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: ווען ער וואלט נאר געהאנדלט מיט שטותים, וואלט ער נישט געווען אזוי שעדליך. די פראבלעם איז אז ער איז א סאך מער געפערליך ווי מ'מיינט. חוץ זיינע מיאוסע פערזענליכע אטאקעס אויף קהילות און יחידים, האט ער אויך עוסק געווען אין עקסטארשן און בלעקמעיל. און ס'וואלט געווען א מצוה ווען מ'זאלל זיך נעמען צו זיינע פארפוילטע שמוציגע ביינער בשעתו. און איהם אריינטראסקען אין דזשעיל...!

איינס פון זיינע געמיינע און שמוציגע טאקטיקס איז געווען אז ער האט אפגעמאכט מיט אן איזראעלישע שיקסע אז זי זאלל סעדוסן (ארייננארן) חסיד'ישע יונגעלייט צו ניצן איהרע סערוויסעס (נישט עסן פאטעיטא קוגל). און בשעת הרגל דבר האט ער אונטערגעלייגט קעמערעס. און מ'האט די יונגעלייט אפגעכאפט. און ער איז אפיהרגעקומען און געזאגט אז ער בעט...נישט קיין גרויסע סומע. נאר 10,000 דאללער אז מ'זאלל נישט מפרסם זיין די פיקטשערס...!

דאס האביך געליינט אין אן איזראעלי צייטונג, וועלכע האבן באשריבן בשעתו דעם שמוציגן יונג חיים'קע שאולזאהן...!

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 7, 2018 1:07 pm

· #401733
😛
בערל, איך האב אויך געהערט אז עס איז נישט געווען פאטעיטע קוגל, נאר אפשר לאקשן קוגל? אדער אפשר גאר קאלטע סעלטצער מיט מזונות פרעצל... 😂

אישתישבי » מאנטאג מאי 7, 2018 2:50 pm

· #401754
דער מזונות ווערטעל פארשטיי איך נאך, אבער דער לאקשען און סעלצער איז למעלה מהשגתינו.