דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #12276
10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12276
בעיביס!!!
געהערט אמאל פון א ירושלימע'ר עלטערער איד אז אין מירון אליין פלעגן חסידים שונאים פון ברעסלעוו גיין אראפברעכן די טאוולען אין די מערת ר' שמעון וואס האבן געהאט די ווערטער פון ר' נחמן.
שמערלגעהערט אמאל פון א ירושלימע'ר עלטערער איד אז אין מירון אליין פלעגן חסידים שונאים פון ברעסלעוו גיין אראפברעכן די טאוולען אין די מערת ר' שמעון וואס האבן געהאט די ווערטער פון ר' נחמן.
איך האב געקענט אסאך ירושלימער עלטערע אידן וואס האבן גערעדט שטותים והבלים.
וואס איז בכלל די פשט אז ער מאכט א הדלקה, נאך וואס די טאטע האט נישט געמאכט.
וועלעכן ייאהר האט זיך דאס אנגעפאנגען?
וועלעכן ייאהר האט זיך דאס אנגעפאנגען?
ס'האט זיך אנגעהויבן ביי די פרידוואלד פרשה.
עס איז געמאכט געווארן די ערשטע מאל לעצטע יאר אלס חיזוק צוליב די גזירת הסמארטפאוןס , און מען האט באטאנט אז בעצם איז עס א שינוי אבער לאור דעם שרעקליכן מצב פון טעכנעלאגיע איז דער רבי גרייט אפילו משנה צו זיין די מנהגים, אבער בשעת די הדלקה ווען דער רבי האט געזען די געוואלדיגע אורות וואס קומען אראפ האט ער פארשטאנען אז מען דארף עס שוין מאכן יעדעס יאר, בבחינת לשנה אחרת קבעום.
מיינסט אודאי צו זאגען "ווען די רבי האט געזען די געוואלדיגע אורות פונ'ם צדיק ביי הדלקה, ווען זיי ווערען פארשרייט דורך טעכנעלאגיע, האט ער מסכים געווען אויף יעדעס יאר"...
איסר האטלקישמערלגעהערט אמאל פון א ירושלימע'ר עלטערער איד אז אין מירון אליין פלעגן חסידים שונאים פון ברעסלעוו גיין אראפברעכן די טאוולען אין די מערת ר' שמעון וואס האבן געהאט די ווערטער פון ר' נחמן.
איך האב געקענט אסאך ירושלימער עלטערע אידן וואס האבן גערעדט שטותים והבלים.
איסר האיטלקי: אויך האביך געזעהן א סאך (לאו דוקא) עלטערע אידן מיט ווייסע בערד אין לאנדאן און אין וויליאמסבורג מאכן א רקידה'לע און טרינקען לחיים ווען א בארימטער ראש ישיבה א גדול בתורה איז נפטר געווארן. דאס איז א ראיה אז עסן א סאך אפיקומנ'ס ברענגט נישט אייביג מיט שכל. מ'קען זיין וואס ס'ווערט אנגערופן אן אלטער נאר...!
סקווירא מעג, האט נישט דער רעבא געגעבן רשות אז מען זאל דארט באגראבען רב שמעון?