☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א היימישע קאסאנאווע

א היימישע קאסאנאווע

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12272

כלבאשבוע » מיטוואך מאי 2, 2018 11:45 am

· #401197
א היימישע קאסאנאווע
א אינטערעסאנטע מעשה איז ארויסגעקומען וועגן א יונגערמאן אין ארץ ישראל וואס האט וואמענייזט אכט פרויען און אפילו געהאט מיט זיי קינדער

שווער צו פארשטיין די מאטיוועשאן פון א אזא זכר, סאיז אים נישט גענוג געווען די 10 קינדער אינדערהיים?

די איראניע איז אז פעיסבוק האט געהאלפן מזאל אים כאפן

<a class="postlink" href="http://103fm.maariv.co.il/programs/media.aspx?ZrqvnVq=HFKIKF&c41t4nzVQ=EL">http://103fm.maariv.co.il/programs/medi ... 1t4nzVQ=EL</a>

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 2, 2018 12:00 pm

· #401198
כלבא שבוע:איך וועל נישט קאמענטירן אויף די עצם סיפור המעשה. וואס איז גאנץ אינטרעסאנט. אבער נישט זיכער אז ס'איז נישט דא א ביסל פאנטאזיע דערין. וואס איך וויל דא ארויסברענגען איז אן אנדערע זייט. אין סטעמפארד הילל ש'בלאנדאן עיר הבירה איז דא א גאס נאך דעם אריגינאלן קסאנאווא. דארט געפונען זיך כמה מוסדות הקדושים פון די סאטמאר'ע קהילה הקדושה. יעצט, אז די הייליגע סאטמאר זאלל זיין אויף א גאס נאך אזא טמא'נעם יונג. דאס איז דאך אוממעגליך. האט מען משנה געווען דעם נאמען. און מ'רופט עס ..."קעיזענאוו"...גאס. איך האב אייביג געמיינט אז דאס האט עפעס צו טון מיט קעיז/טשיעז. צי ס'איז אמאל דארט געווען א מארקעט וואו מ'האט פארקויפט טשיעז. ביז כ'האב געזעהן דעם נאמען געשריבן אויף ענגליש...האביך שוין פארשטאנען...!

בת קול » מיטוואך מאי 2, 2018 2:06 pm

· #401214
כלבאשבוע


שווער צו פארשטיין די מאטיוועשאן פון א אזא זכר, סאיז אים נישט גענוג געווען די 10 קינדער אינדערהיים?

<a class="postlink" href="http://103fm.maariv.co.il/programs/media.aspx?ZrqvnVq=HFKIKF&c41t4nzVQ=EL">http://103fm.maariv.co.il/programs/medi ... 1t4nzVQ=EL</a>



<a class="postlink" href="https://youtu.be/s8JAbF4rqn4">https://youtu.be/s8JAbF4rqn4</a>