☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אהרלע סאמעט - ערשטע סידי

אהרלע סאמעט - ערשטע סידי

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12265

בן ישי » זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

· #400932
אהרלע סאמעט - ערשטע סידי
דער באקאנטער זינגער אהרלע סאמעט פון ארץ ישראל קימט ארויס מיט זיין ערשטן סידי דעם חודש סיון.
אהרלע זאגט אז ס'רעדט זיך פון א חאסידישע אלבום מיט אלע טעמים.
ער האט ניגונים פון די בארימטע קאמפוזערס פינקי, מאטי אילאוויטש, ליפא, זיין שותף מאיר אדלער, יענקי דאסקאל, הלל פלאי אין נאך, אזוי אויך האט ער א ניגון פון סקולענער רבי שליט"א.
מוזיק אויף די סידי האט געמאכט משה לאופער, נפתלי משה שניצלער, מאיר אדלער אין יואלי דיקמאן.
אויף ל"ג בעומר קומט ארויס א סינגל פון די ניגון סיני קאמפאוזט דורך מאטי איללאוויטש.

בן ישי » מיטוואך מאי 16, 2018 2:34 am

· #402823
Cover
📎 photo_2018-05-15_11-25-48.jpg

בן ישי » מיטוואך מאי 16, 2018 10:39 pm

· #402902
Preview
<a class="postlink" href="https://youtu.be/1kTBcPBColA">https://youtu.be/1kTBcPBColA</a>
Pre order
<a class="postlink" href="https://www.nigunmusic.com/ahrele.html">https://www.nigunmusic.com/ahrele.html</a>

בן ישי » דינסטאג מאי 22, 2018 3:35 am

· #403151
די סידי איז שוין דא צובאקומען אין אלע געשעפטן.

בן ישי » דאנערשטאג יוני 14, 2018 4:00 pm

· #406046
Ami this week
📎 DfklpdjWsAAgPsf.jpg

בן תורה » מיטוואך יוני 20, 2018 5:13 pm

· #406772
איך גלייך זייער שטארק די סידי אבער נאר פון די צווייטע האלב און ווייטער... די ערשטע האלב איז מיר אביסל בארינג, איך מיש גלייך צו "תלמידי חכמים"

בן ישי » מיטוואך יוני 20, 2018 8:25 pm

· #406785
איך האלט אז דאס איז א מורא'דיגע געלונגענע סידי.
א שטארק חסידישע סידי מיט א געשמאקע לעבעדיגע טעם.
די מיקס איז מורא'דיג גיט געמאכט און ער הערט זיך הערליך שיין.
איך האב אויך הנאה געהאט פון זיין נעמען פון צעהן באזונדערע וועלט בארימטע קאמפאזערס וואס דאס געבט אלע מיני פלעיווארס.