☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שיעורי הרב יואל אשר לאבין

שיעורי הרב יואל אשר לאבין

77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12263
בלאט: 1 2

קאצקע ציקער » דינסטאג יאנואר 7, 2020 10:53 pm

· #441158
יין שרף
קאצקע ציקער
בן ישי
שיעורי דף היומי מאת הרב יואל אשר לאבין.
שיינע קלארע שיעורים בערך 15 מינוט א טאג.
<a class="postlink" href="https://soundcloud.com/user-947292261/sets/igf1h1fl0lmw">https://soundcloud.com/user-947292261/sets/igf1h1fl0lmw</a>

Telegram link?

@DafLabin

מאטשא גראסיאס אמיגא

בן ישי » דאנערשטאג יאנואר 9, 2020 6:53 pm

· #441231
.
📎 IMG-20200106-WA0024.jpg 📎 IMG-20200109-WA0032.jpg 📎 IMG-20200109-WA0033.jpg

והאיש משה » דאנערשטאג יאנואר 9, 2020 7:47 pm

· #441232
די "שירים" זענען גאנץ שיין.

אבער די "שיעורים"?
כ'האב אנגעהויבן הערן
און נאכנישט אריבער קיין צוויי מינוט כ'בין ממש געשפרונגען:
א' גמ' זאגט אז די חכמים וואס זאגן עד חצות האלטן אז בשכבך מיינט כל זמן מ'שלאפט און נישט ווי ר' אליעזר וואס האלט ווען מ'גייט שלאפן!! סארי כ'האב געהערט די 1:57 און ס'האט געגרידזשעט די טעות און עה"א... אפשר כדי זיך צוצוגרייטען פאר'ן גיבן דעם שיעור, ס'איז היינט דא גאנץ פיינע ספרים, מ'רעדט שוין נישט פון ארטסקרול כ'בין זיכער אז דארט שטייט נישט אזא אמעראצעס.
ס'נישט געשמאק אזוי אנצוהייבן ש"ס... א נסיעה פון 7 (פעטע) יאר(ען).

ב' די טאג ענדיגט זיך ביינאכט? וועגן דעם הייבט די תנא אהן מיט ביינאכט ווייל די טאג ענדיגט זיך מיט ביינאכט?

ג' ביי נדה איז דא סיבות וועגן גזירת הבת? אוי ס'איז יו"ט אין דער וואכן...

כ'האלט ביי 7 מינוט מיט און 40 סעקונדעס, כ'קאן נישט ווייטער הערן כ'ציטער וואס קומט נעקסט... 😞

אויב האט איר א שוהל, און ס'איז נישטא קיין מגי"ש דף היומי נו במקום שאין איש אפשר קען מען מקיל זיין (במקום מצוה לימוד הדף), בצירוף אז דערעוילעם שלאפט מילא האלבוועגס ואגרא דפרקא רהיטא, אבער כ'מיין ס'איז עכט א שאד ארויף לייגן אויף סאונדקלאוד אן א געהעריגע הכנה, און דאס איז שוין ביי ברכות דף ב ווער ווייסט וואס קומט נאך...

אפשר בעסער זאך פארלייגען אויף די שירים...

והאיש משה » דאנערשטאג יאנואר 9, 2020 7:54 pm

· #441233
יויש כ'האב געהערט ווייטער ס'איז ממש פחדים נוראים ובא השמש וטהר... מ'וועט נאר מעגן גיין און מקוה טאמער ס'איז טיעף נאכט אויש... אדער וטהר ווען עס וועט ווערן נאכט וועט ער שוין האבן געווען טהור....? פליז... פארוואס נישט טייטשען די גמ' וטהר טהר יומא... פארוואס זיך סתם אזוי דינגען מיט א שטיקעלע גמ' וואס שטייט איין שורה שפעטער נישט ערגעץ אין זבחים אדער תמורה???

איסר האטלקי » דאנערשטאג יאנואר 9, 2020 10:53 pm

· #441239
טרונקן בלוט ברבים פון א איד ברבים איז נישט קיין מצוה, נאכדערצו פון איינער וואס וויל אויפטון פאר אידישקייט.

אדונינו » פרייטאג יאנואר 10, 2020 1:24 am

· #441242
איסר האטלקי
טרונקן בלוט ברבים פון א איד ברבים איז נישט קיין מצוה, נאכדערצו פון איינער וואס וויל אויפטון פאר אידישקייט.

גערעכט, אבער מיר באדערט אויך די אלע נייע מגי״ש אשר לא קראו ולא שנו, די עמהארצות שרייט פון יעדע ווינקל.

והאיש משה » פרייטאג יאנואר 10, 2020 8:08 am

· #441245
איסר האטלקי
טרונקן בלוט ברבים פון א איד ברבים איז נישט קיין מצוה, נאכדערצו פון איינער וואס וויל אויפטון פאר אידישקייט.

גערעכט! גערעכט! כשר גערעכט! ס'איז שארף געשריבן זיי מיר דן לכף זכות ס'איז געווען א בחי' פון אורייתא דקא מרתחא בי, כ'האב געמיינט בעיקר ווי אדונינו האט געשריבן:
אדונינו
אבער מיר באדערט אויך די אלע נייע מגי״ש אשר לא קראו ולא שנו, די עמהארצות שרייט פון יעדע ווינקל.

ואף אני בחלומי כסדר זעט מען עם הארצים זאגן שיעורים, ולאו דוקא עם הארצים נאר אמעראצית'דיגע שיעורים, ועל זה יצא הקצף.

אבער כבוד הרב דקהל נועם ורצון (הערשט יעצט באמערקט אז מ'רופט אים פריער רב דקהל נועם ורצון...) כ'מיין חלילה נישט פערזענליך, אדרבא קאן גאר זיין אז איר לאזט עס נישט ארויפלייגן אויף סאונדקלאוד נאר איינער לייגט עס אויף די אייגענע האנט, אויב ס'איז אזוי דארפט איר פשוט וויסען וואס מ'טוט מיט די שיעורים.

איך וויל באמת זיך אנטשולדיגען טאמער איינער איז פערזענליך געטראפן געווארען, ס'איז חלילה נישט קיין פערזענליכע אטאקע ס'איז א כלליות'דיגע ענין ווי אזוי צו צוגיין צו א שיעור ברבים בכלל (ובפרט אז עס ווערט מפורסם...).

כ'ווייס נישט פארוואס מענטשן האלטן אז ס'איז א בושה זאך צו צוגרייטען צו א שיעור? (בדידי הוה עובדא, איך האב פאר איאר געזאגט א שיעור יו"ט און א ביהמ"ד בפלפולא דאו' בערך א שעה, שיין מסכם געווען אלסדינג, יעדער 10 מינוט בעסער געזאגט יעדער נושא\חידוש\חשבון\ צוזאם גענומען וואס מ'האט גערעדט, אזש דערעוילעם האט מיטגעלעבט און פשוט הנאה געהאט, זינט דאן רופן זיי מיר יעדן יו"ט, די רב פון שוהל האט מיר געפרעגט וואס האסטו געטוהן אז ס'איז אזוי געלונגען? האב איך אים געזאגט פשוט און פראסט זיך צוגעגרייט א קנאפע 4 שעה... און כ'האב די שיעור שוין געזאגט אמאל אעפ"כ... מ'דארף זיך געהעריג צוגרייטען צי א שיעור, זיין אליין זייער זייער קלאר, מיט גוטע דוגמאות אא"וו, א שיעור ברבים איז נישט א דזאוק בדחנות אד"ג, וועלכע וועג מ'קוקט עס נאר אהן איז נישט אויסגעהאלטן סתם צו צוגיין צום ברעטל און זאגן א שיעור און קטנ'ן אויפען עולם [סארי פאר די אויסשפראך], אנהע 100% קלארקייט האט נישט קיין שום פשט צו זאגן א שיעור, אלס תורה איז עס אן עכטע בזיון התורה דאס צו טוהן, אבער אפי' מ'קוקט עס אהן סתם אינפו האט נישט קיין שום פשט און תי' שבעולם צו זאגן איפורמעישען פאר מענטשן נאר אז ס'איז קליפ און קלאר)

ווי האט נאר אבטליון געזאגט: חכמים, הזהרו בדבריכם, שמא תחובו חובת גלות ותגלו למקום מים הרעים, וישתו התלמידים הבאים אחריכם וימותו, ונמצא שם שמים מתחלל.

chosen people » זונטאג יאנואר 12, 2020 1:35 am

· #441309
והאיש משה


א' גמ' זאגט אז די חכמים וואס זאגן עד חצות האלטן אז בשכבך מיינט כל זמן מ'שלאפט און נישט ווי ר' אליעזר וואס האלט ווען מ'גייט שלאפן!! סארי כ'האב געהערט די 1:57 און ס'האט געגרידזשעט די טעות און עה"א...


גראדע זאגסטו נישט גוט נאך ער זאגט אז חכמים האלטן אז ובשכבך מיינט ווילאנג מענטשן פאנגען אָן צו גיין שלאפן, און גראדע איז דאס נישט אזוי שלעכט דאס איז כאטש איין צד אין די גמרא שפעטער דף ט ע''א. עיין רש''י ד''ה רבנן פליגי עילווך.
כלומר מי פליגי רבנן עליך דהא דאמרי עד חצות דוקא קאמרי דלא משמע להו ובשכבך כל זמן שכיבה אלא כל זמן שדרך בני אדם להתעסק לילך ולשכב ומיהו בהא פליגי אדר' אליעזר דאלו רבי אליעזר סבירא ליה זמן עסק שכיבה אינו אלא עד האשמורה הראשונה ולרבנן עד חצות.

בן ישי » זונטאג יאנואר 12, 2020 9:30 pm

· #441348
א איזיביצע תורה אויפן היינטיגן דף.
📎 IMG-20200112-WA0060.jpg

והאיש משה » מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:39 pm

· #441412
[ציטאט אראפגענומען]


הרב חת"ס: כ'האב געמיינט אז אין די פאר טעג וועסטו האבען צייט צו מברר זיין פשט אין די גמ', וועסטו האבן א תשובה אהנע פשעטלאך 😃 כ'מאך א ווערטעל...(כ'האב גראדע נישט געכאפט ווי אזוי דו ציהסט א מסק' פון פשעטליך ווען די אמת'ע תשובה ליגט א פאר פוס אוועק, אדער אפאר אינטשעס אוועק אויפען קאמפיוטער.. ווי מ'זאגט ניתי ספר ונחזי).

לעצם הענין כבוד החת''ס שליט"א דו מאכסט כאילו ס'איז פארהאן דא א ויכוח ווער איז א גרעסערע ת"ח, הרב יואל אשר לבין שליט"א אדער והאיש מש"ה? און והאיש מש"ה קלעימט צו זיין א גרעסערע ת"ח ווי רב דקהל נועם ורצון, און דער חת"ס האט א ספק, און איז פושט די שאלה מיט א חשבון היות הרב לבין שטעלט זיך ארויס מיט זיין נאמען און והאיש משה איז נאר א ניק מוז זיין וכו' וכו' (?דאס אליינס קאן מען אויך דן זיין אבער אין כאן מקומו).

לענ"ד איז דא דא א טעות מעיקרא, כ'האב קיינמאל נישט געזאגט אז והאיש משה איז א גרעסערע ת"ח פון רב דקהל נועם ורצון, און אודאי און אוודאי קיימאל נישט געזאגט אז הרב לבין איז אן "עם הארץ" חלילה וחס, א' איך קען אים נישט פערזענליך, קיימאל מיט אים נישט גערעדט און אוודאי נישט אין לערנען, ב' כ'בין קיימאל נישט דן א מענטש וואס זאגט א שיעור צו ער איז א "תלמיד חכם" אדער "עם הארץ" לויט איין שיעור, [בפרט א דף היומי], און זיכער נישט מיט קיין פשטעליך אז אויב מ'שטעלט זיך ארויס האט מען מער חזקת ת"ח וד"ל.

וואס כ'האב יא דן געווען איז די עצם שיעור, דהיינו ווי אזוי ס'איז פארגעלערנט געווארען די שטיקאלע גמ' (און ב.ד.וו. כבוד חת"ס! דאס קען נאר דן זיין איינער וואס נעמט די מיה און לערנט עס דורך), און דאס האט מיר זייער וויי געטוהן אז זאכען ווערן פארגעלערנט קרום נישט ריכטיג מיט טעותים און נישט סימפעל גראד גלאט און אמת'דיג, (אודאי האט כבוד chosen people געטרייעט צו פארענטפערן אז ס'דא א רש"י דף ט. וואס לויט דעם האבן די קינדער פון ר"ג געהאט אזא הו"א, אמת דאס ווייס איך אויך, אבער סארי אזוי לערנט מען פאר א משנה? דו וואלטס אולי אזוי פארענטפערט א שווערע רש"י או צוגעענדיגט מיט א ודו"ק, און ב.ד.וו. זאגסט אז איך זאג נישט גוט איבער געזאגט, קוק גוט מיין הערה כ'האב נישט דערמאנט קיין ווארט וואס ער האט געזאגט, כ'האב סך הכל געשריבן די אמת'ע פשט).
כ'האב שוין אויבן מבהיר געווען אז די נושא מיינע איז פשוט בנוגע זאגן שיעורים וואס איז נישט אויסגערעכנט און פוהל מיט אפענע טעותים... כ'האב קלאר גערעדט וועגן צו גרייטען א שיעור אפגעזעהן ווי גרויס ת"ח מ'איז.

כ'וויל נאך אמאל איבערבעטן ברבים הרב לבין, חלילה חלילה כ'האב נישט געמיינט פערזענליך אזוי ווי אויבן דערמאנט... ביטע זיי מיר מוחל אז ס'איז געווען שארף געשריבן, ס'איז אין דרכי ארויסצוקומען קעגן איינעם בפרט א רב בישראל, ובפרט ווי דער עולם שרייבט זייט איר איינער וואס פראבירט אויפצוטהון פאר כלל ישראל, און נאכדעם וואס מ'האט מפרסם געווען בשמך אז די טעותים זיינען געקומען מחמת שנעלקייט וואס האט צוגענומען די יישב הדעת, איז אדרבא זאלען די שיעורים גיין ביתר שאת ויתר עז, ויתרבה גבולך בתלמידים, ויפוצו מעינותיך חוצה!!!

בן ישי » דינסטאג פעברואר 11, 2020 4:36 am

· #442841
חמשה עשר בשבט
📎 Screenshot_20200211-043457_Twitter.jpg

בן ישי » זונטאג פעברואר 23, 2020 2:04 am

· #443271
מיטצוהאלטן די דף היומי שיעור טעגליך אויף וואטסעפפ

<a class="postlink" href="https://twitter.com/LabinJoel/status/1228039057269305345">https://twitter.com/LabinJoel/status/12 ... 7269305345</a>

בן ישי » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 1:18 pm

· #460200
היינט ביומא דהילולא של סניגורון של ישראל רבי לוי יצחק מ'בארדיטשוב זי"ע הייבט הרב לאבין אן א נייע שיעור אין ספר הקדוש קדושת לוי "א מינוט מיט ר' לוי יצחק" שרייבט אייך איין אויף די וואטס עפפ גרופע און דערקוויקט אייך טעגליך.

<a class="postlink" href="https://chat.whatsapp.com/Ks3af6arcyH6JKtK6mDUke">https://chat.whatsapp.com/Ks3af6arcyH6JKtK6mDUke</a>
📎 IMG-20201013-WA0048.jpg

בן ישי » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 4:50 pm

· #462938
<a class="postlink" href="https://chat.whatsapp.com/FzYZ79Ry2DU9hjwnyw3WZp">https://chat.whatsapp.com/FzYZ79Ry2DU9hjwnyw3WZp</a>
📎 Screenshot_20201122-164857_WhatsApp.jpg

בן ישי » מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 2:03 am

· #463095
.
📎 Screenshot_20201124-220749_WhatsApp.jpg

בן ישי » מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 9:06 pm

· #463436
.
📎 Screenshot_20201130-171047_WhatsApp.jpg

בן ישי » מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 2:03 pm

· #464549
נייע הכשר סימבאל
📎 Screenshot_20201222-124119_WhatsApp.jpg

בן ישי » מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 2:04 pm

· #464550
.
📎 IMG-20201222-WA0034.jpg

בן ישי » דינסטאג יאנואר 5, 2021 3:36 pm

· #465179
.
📎 Screenshot_20210105-122219_WhatsApp.jpg 📎 Screenshot_20210105-122203_WhatsApp.jpg

בן ישי » דאנערשטאג יאנואר 28, 2021 9:00 am

· #466178
חמשה עשר בשבט
📎 Screenshot_20210127-174017_WhatsApp.jpg

בן ישי » פרייטאג פעברואר 12, 2021 4:28 pm

· #466930
.
📎 Screenshot_20210212-140427_WhatsApp.jpg

מפיל קינד » פרייטאג פעברואר 12, 2021 5:01 pm

· #466933
איך וואלט געשריבן אביסל איידעלער:

טאטע זיסער, מיר האבן געהאנגען אונזער באליבטן משנכנס, אבער ווי קען עס ליגן אויף איין וואנט מיט אזויפיל בקשו רחמים און ניחום אבילים צעטליך?

טאטע זיסער, מיר האבן אנגעהויבן, מיר בעטן דיר, ענדיג צו ביטע.

מפיל קינד » זונטאג פעברואר 14, 2021 12:46 am

· #466957
ליידער קען ער שוין צולייגן נאך א נאמען צום לע"נ, אשתו.

בן ישי » פרייטאג מאי 7, 2021 7:20 pm

· #472736
מחשבות על אסון מירון - מאמענט ארטיקל
📎 מחשבות על אסון מירון.pdf

אינגערמאנטשיקל » מוצ"ש מאי 8, 2021 10:56 pm

· #472743
מורא'דיג שטארקע דיבורים. מיך זייער באנומען.

בן ישי » דינסטאג יוני 29, 2021 2:34 am

· #476812
אסון פלארידע
📎 Screenshot_20210629-022925_WhatsApp.jpg

בן ישי » מוצ"ש יולי 3, 2021 11:12 pm

· #477085
נייע סעריע שיעורים על התפילה פון הרב יואל אשר.

<a class="postlink" href="https://chat.whatsapp.com/EWMt1LbKeXq0lMB5A0PuG4">https://chat.whatsapp.com/EWMt1LbKeXq0lMB5A0PuG4</a>
בלאט: 1 2