☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » טראגיש אין ארץ ישראל באס מיט איגענטליכע פארשוועמט

טראגיש אין ארץ ישראל באס מיט איגענטליכע פארשוועמט

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12260

ליפא » דאנערשטאג אפריל 26, 2018 9:45 am

· #400722
טראגיש אין ארץ ישראל באס מיט איגענטליכע פארשוועמט
מ'באריכט ניין טויט, נאך פעלן. ר''ל

A group of 25 youths traveling on a bus in Nachal Tzafit in the Aravah found themselves trapped, during flash flooding on Wednesday. Police and volunteers from the Aravah Search & Rescue Unit, working in cooperation with military helicopters began the search for the missing youths.

אנדערע באריכט 3 טויטע.

נקודת-אמת » דאנערשטאג אפריל 26, 2018 9:52 am

· #400723
א ווידאו פונעם זוך אקציע
קרעדיט: 'לדעת'

אין טשענעל 7 אבאוט די טראגעדיע
זיי באריכטן דערווייל אויף 7 מצב קשה (לכאורה טויט נעבעך)
מיט נאך 6 פארשוואונדענע

איסר האטלקי » דאנערשטאג אפריל 26, 2018 9:57 am

· #400726
מכינה קדם צבאית

נקודת-אמת » דאנערשטאג אפריל 26, 2018 10:21 am

· #400731
25 תלמידים (דתיים לאומיים) פון ישיבה-מכינה-קדם-צבאית "בני ציון" פון שטאט תל-אביב זענען געפארן אויף א טריפ אין געגנט פון "נחל צפית" אין דרום געגנט פון ארצנו הקדושה.

די וועטער אין ארץ-ישראל די טעג איז אביסל ווינטער-דיג, (שלא כרגיל שקיץ וחורף לא ישבותו)
און אין דרום ארץ ישראל אין די מדבר'ישע געגענטער מאכט זיך אז ווען ס'קומט אן ערנסטע רעגן ווערט דאס אויבערשטער חלק פונעם מדבר-זאמד זייער הארט און אלע וואסערן וואס קומען נאכדעם
זאפן זיך נישט איין אין דער ערד נאר ס'ווערט א פארפלייצונג און ס'מאכט זיך פרישע טאכן ממש כזוטו של ים ושלילותו של נהר, און ווען א מענטש באטרעפטזיך אינמיטן אזא מעשה איז דער מצב ביטער.
און די 25 בחורים האבן זיך געטראפן אינעם פארפלייצונג נעבעך.

מ'באריכט אויף 8-9 טויטע ל"ע, 3 ערנסט פארוואונדערט, איינער איז נאך פארשוואונדן, און נאך עטליכע פארוואנדערטע אין געוויסע שאדן-לעוועל'ס.
השי"ת ישמרנו ויצילנו מכל צרה וצוקה.

נקודת-אמת » דאנערשטאג אפריל 26, 2018 10:25 am

· #400732
גראדע נעכטן האט מען געטראפן צוויי אראבישע טויטע אויכעט פון די סארט זאכן,

איינער א בדואי פון געגנט פון ערד - באר שבע
און די צווייטע א פאלאסטינישע פרוי א פאסטעך וואס האט געפאשט דער שאף און געשטארבן אויפן וועג.

היינט ל"ע זענען דא אידן אין די טראגעדיע.

לך לך » דאנערשטאג אפריל 26, 2018 12:15 pm

· #400748
8 מיידלך און 1 בחור רח"ל טויט

לך לך » דאנערשטאג אפריל 26, 2018 10:03 pm

· #400792
10 אומגעקומען רח"ל

נקודת-אמת » זונטאג אפריל 29, 2018 10:33 am

· #400919
מכינה קדם צבאית מעורבת
תיקון טעות:
דאס איז נישט געוועהן קיין פרומע מכינה-קדם-צבאית
נאר פון די פרייע,
די טעות איז געקומען, וויבאלד דער עיקר געדאנק פון מכינה-קדם-צבאית קומט פון די מזרחי,
(מכינה קדם צבאית אויף וויקיפעדיע עברית, ענגליש, מכינת בני ציון אויף וויקיפעדיע עברית)
אז מ'שטופט אפ מיט א יאהר אדער מעהר דאס זיך שטעלן צו דינען אינעם מיליטער, און מ'לערנט-זיך-צו אנדערע זאכן וואס די מיליטער פארשטייט אז ס'וועט צו-נוץ-קומען צו זיינע באדינער
און ס'לוינט-זיך פאר'ן מיליטער צו זיי געבן די יאהר-צוויי אפשטופן זייער סערוויס פאר'ן לאנד.

זיך אנגעהויבן האט דאס ביי די מזרחי קרייזן און שפעטער האבן דאס געמאכט אויך פרייע און כלליים וואס איז געמאכט געווארן פאר אלעמען, יונגען און מויד, פרום אדער ווייניגער.
(אויך ווערט געברענגט דא אז ס'איז פארהאן איין מכינה-קד"צ פאר חרדים אונטערן נאמען 'הררי ציון', אבער דא שטייט אז ס'האט זיך פארמאכט סוף ה'תשע"ה
{אבער אינעם וועבזייטל פון די מכינות שטייט אז ס'איז אין בקעת הירדן אונטערן הר הסרטבא, און ביים דערציילן אז ס'פארמאכטזיך שטייט אז ס'איז געוועהן אין מבשרת-ציון און קען זיין אז ס'איז 2 אנדערע})

דא ביי די טראגעדיע געשיכטע איז געוועהן אריינגעמישט א געמישטע מקד"צ פון תל-אביב פרייע און פרומע יונגען און מויד.
אבער ביי די ערשטע פאר שעה וואס מ'האט נאכנישט געוואוסט וואס וואו ווען, און מענטשן האבן געהערט דאס ווארט 'מכינה-קדם-צבאית' מיינענדיג אז ס'רעד'ט-זיך פון פרומע,
האבן מיר זוכה געוועהן צו נהנה זיין פון גילויי האמת והאהבה פון די פרייע שונאי דת כלפי בחורים וואס זענען מקריב 4 אדער 5 פון זייערע יאהרן לטובת המדינה
ללמדך אז וויפהל מ'גייט נישט געבן פאר די מדינה און וויפהל שיוויון ס'זאל נאר זיין וועלן זיי אייביג פיינט האבן כשנאת עם-הארץ לתלמיד-חכם ושנאת עשו ליעקב
דא האט איהר צום-ביי-שפיל א שמועס צווישן אזעלכע אוהבי ישראל:
📎 תגובות אנטישמיות.jpg
איך ווייס נישט אויב דא איז דער מקום פאר דעם, אפשר פאדערט'זיך אן עקסטערן אשכול פאר דעם
אבער ביז דערווייל לייג איך דאס דא.

נקודת-אמת » זונטאג אפריל 29, 2018 11:01 am

· #400921
ברוך מרזל פון חברון
האט געשריבן א פאסט כדלהלן:
📎 ברוך מרזל על נשים בצבא 1.JPG
גלייך שפעטער האט ער דאס אויסגעמעקט
און דא פארענטפערט ער זיך אין ראדיא 'גלי-ישראל' ביי שרון-גל'ס פראגראם
גראדע די מיידלעך זענען בעצופאליג געוועהן אין א פלאץ וואס אפילו געלערנטע וואלטן לכאורה זיך נישט געקענט ראטעווען
אבער קען זיין אז זיין פוינט איז א ריכטיגע...
בהצלחה

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

· #400931
נקודת אמת: ייש"כ. ברוך מרזל (און אויך א סאך אנדערע נארמאלע מענטשן) האט דא א שטארקע נקודה. נאר די מענטשן וועלכע שטופן די אגענדא פון לייגן מיידלעך אין די יחידות קרביות, האבן אין זיך אן עלעמענט פון פעמיניזם און אנטי דתיות. כאטש ס'גייט אקעיגן שכל...! נאר ליידער די גרופעס האבן היינט די אויבערהאנט...! הויפטזעכליך ווייל דער (צרעת ממארת) דער בג"ץ איז שטארק. און ביז ווילאנג מ'וועט איהם בעז"ה באגראבן וועט מען ליידן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות...! נאר, ס'זענען דא גוטע אויסזוכטן אז מיט נפתלי בנט און איילת שקד וועט מען בעז"ה קענען אדורכפיהרן דעם חוק עוקף בג"ץ אין כנסת...ולה' הישועה...!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 29, 2018 2:04 pm

· #400934
לכאורה שטימט עס נישט.

פרויען האבען מעלות און מענער האבען מעלות. טאמער פונקט אין איין פאל דארף מען מענערישע מעלות, מיינט עס נישט אז מ'זאל נישט לייגען פרויען אין מיליטער. מלחמה היינטיגע צייטן איז נישט באגרעניצט צו צוויי מענטשן אויף פערד מיט שווערד, וואס זוכן צו שטעכן וואס פלינקער אריין אין די לעכער פון יענעמ'ס שוץ העמעד, וואס עס איז נאר אינטרעסאנט די כח אין די ארעם. עס פארנעמט היינט פארצווייגטע חכמות, כוחות און פארשטאנד, און פרויען האבען וואס צו ברענגען צום טיש אין די זאכן.

בן אדם » זונטאג אפריל 29, 2018 2:10 pm

· #400935
אבער הלכה'דיג איז עס יא א פראבלעם. בעיקר ביי יחודיות קרביות.

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 29, 2018 5:18 pm

· #400945
בן אדם: אויך נישט אין פראקטישן זין: אמאל דארף מען דרייוון דעם טאנק ווי א חיה. אדער שיסן מיט גאטס אן דערשרעקן זיך פונ'ם שונא'ס פייער. און פרויען , בדרך כלל, נעמען זיך שרייען און פאניקן...!

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 3, 2018 5:37 am

· #401332
קיינער גייט נישט צווינגען קיין פרויען צו טון וואס זיי ווילן נישט, די גאנצע סומאטוכע איז נאר נוגע פאר פרויען וואס ווילן טאקע דרייוון א טאנק, און אויב זי שטארבט איז עס איר אייגענע פראבלעם.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 3, 2018 11:53 am

· #401376
רביה"ק זי"ע: נישט אינגאנצן. ווייל די ישיבה בחורים בוגרי ישיבות ההסדר און זייערע ראשי ישיבה זענען אויך אקעיגן לייגן מיידלעך אין יחידות קרביות...! און אויך א סאך מיליטערישע עקספערטן. לאוו דוקא פון א הלכה'דיגן שטאנדפונקט. אבער די פעמיניסטן למיניהם זענען שטארק פארעקשנ'ט. און דער חשוב'ער רמטכ"ל גדי אייזנקויט, וועלכער האט נישט קיין געפיהל פאר רעליגיע. (ער טאלערירט עס) נישט אזוי ווי זיין פארגייער וועלכער קומט פון א היימישע, חסיד'ישע משפחה פון די מארמאראש. ער שטעלט זיך אויטאמאטיש אויף די זייט פון די פעמיניסטן. און זעלבסט פארשטענדליך, דער בג"ץ...!

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 3, 2018 12:42 pm

· #401393
וועלכע פרוי האט מען געצווינגען צו גיין אין יחידות קרביות?