☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » סאטמאר רבי זצ״ל איז געווען גערעכט

סאטמאר רבי זצ״ל איז געווען גערעכט

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1226

ידען » מיטוואך יולי 25, 2012 11:01 am

· #28374
סאטמאר רבי זצ״ל איז געווען גערעכט
אינטערעסאנט אז קיינער האט עס נישט דערמאנט פריער, אבער אין אלע 3 היימישע צייטונגען איז עס געווען אויף די העדליין אז פאנאוויטשער ראש ישיבה האט געזאגט אז הרבי מסאטמר צדק אין א אינטערוויא ווי ער האט זייער קלאר געזאגט אז מע וואלט קיינמאל נישט געמעגט נעמען געלט פון די מדינה און אזוי וואלט מען נישט געהאט די יעצטיגע פראבלעמען מיט זיי.

פאר מיר און אנדערע סאטמארע חסידים איז עס נישט אסאך נוגע ווייל איך דארף נישט אז קיינער זאל מיר זאגן אז מיין רבי איז געווען גערעכט. אפי׳ אויב זייי וואלטן נישט געארבעט אריינציריקן די ישיבה לייט אין מיליטער וואלט די רבי נאך אלץ געווען גערעכט, אבער אינטערעסאנט אלץ א נייעס איז עס יא, אבער נישט אזא אויפגעבלאזענע ווי די צייטונגען האבן עס געמאכט.

וואס זאגן די אנדערע וואס האלטן נאך ווייטער ביים נעמען געלט?

און זענען געווען נאך אנדערע וואס האבן די זעלבע געזאגט אין די פארגאנגענהייט?

שמואל הלוי » מיטוואך יולי 25, 2012 11:07 am

· #28379
ידען
פאר מיר און אנדערע סאטמארע חסידים איז עס נישט אסאך נוגע ווייל איך דארף נישט אז קיינער זאל מיר זאגן אז מיין רבי איז געווען גערעכט

אויב ביסטו יא א סאטמארער וויאזוי שטימען דיינע תגובות אינעם הרב קוק אשכול?

נפתלי » מיטוואך יולי 25, 2012 11:11 am

· #28381
איך פארשטיי בכלל נישט די פאמפע
ער האט געזאגט אז סאטמאר רבי זצ"ל איז געווען גערעכט בנוגע נעמען געלט און אריינגיין אין כנסת, אבער נישט פאר די זעלבע סיבה
סאטמאר רבי זצ"ל האט געהאלטן אז אריינגיין אין כנסת איז הרג ואל יעבור און ס'איז השתתפות לרשעים,
פאנעוויטשער ראש ישיבה האט געזאגט אז מ'וואלט נישט געדארפט אריינגיין אין כנסת ווייל מ'וואלט געקענט מער אויפטוהן פון אינדרויסן
זיי זאגן ביידע די זעלבע זאך אבער די שיטות בלייבן ווייטער ביים אלטן

real jew » מיטוואך יולי 25, 2012 11:34 am

· #28394
Satmar rebbe's opposition to kollel life
Is the Satmar rebbe also right with his opposition to kollel life and his desire that every one goes to work? My guess is that if they close the kolloim and no longer need money from the government, they might change their mind about the Satmar rebee being right.

ידען » מיטוואך יולי 25, 2012 11:41 am

· #28396
שמואל הלוי
ידען
פאר מיר און אנדערע סאטמארע חסידים איז עס נישט אסאך נוגע ווייל איך דארף נישט אז קיינער זאל מיר זאגן אז מיין רבי איז געווען גערעכט

אויב ביסטו יא א סאטמארער וויאזוי שטימען דיינע תגובות אינעם הרב קוק אשכול?

קיק גוט. איך האב נאר נאכגעברענגט א צווייטנס ווערטער.

טעפל » מיטוואך יולי 25, 2012 11:46 am

· #28399
ער האט סך הכל געזאגט אז אשאד מהאט בכלל אנגעהויבען נעמען געלט און זיך אריינגעלייגט אין דעם פעקל.
ווען ער וואלט געזאגט פארקערט וואלט גערונען דא פעך אין שוועבעל אויף דעם ציוניסטישען פאניווזע ראש הישיבה..

הירשל ציג » מיטוואך יולי 25, 2012 12:23 pm

· #28415
ר' בערל סר מן הדרך
<a class="postlink" href="http://theantitzemach.blogspot.com/2012/07/60.html">http://theantitzemach.blogspot.com/2012/07/60.html</a>

ידען » מיטוואך יולי 25, 2012 1:14 pm

· #28436
הירשל

שרייב אביסעל אין אידיש, אויב סע ניש שווער.

לעמיל » מיטוואך יולי 25, 2012 1:54 pm

· #28449
ווען איך האב געליינט די ארטיקעל אין בקהילה האב איך גלייך געזעין אז דאס גייט זיין די העדליינס קומעדיגע וואך און די איד און אין די בלאט...... עס איז אינטערסאנט צו זעין וויאזוי מ'הערט נאר דאס וואס מ'וויל הערען, למשל די פארט פון הרבי מסאמער צודק איז געגאנגען אזוי די שרייבער פרעיגט אים וועגען די גזירה גיוס הייבט ער אן זאגען אז עס א מורדיגע פראבלעים און עס איז נאך קיינמאל געוועין אזא צרה, און די שרייבער וואס מ'זעיט אז ער פראבורט צו מאכען עפעס א וועלטס נייעס פרעיגט אים צו די חרדישע חברי כנסת טוען נישט גענוג? הייבט ער און זאגען אז מ'וואלט נישט געדארפט האבען קיין אייגענע פארטיי אזווי און אמעריקע אזוי דארף יעדער די וואטס פון די חרדים און די שרייבער האקט אים אריין איז האלסטו אז הרבי מסאטמער צודק? ענפערט יא ער איז געוועין גערעכט, און א שורה שפעטער זאגט ער קלאר איך האלט אז מ'דארף גיין צו די בחירות נאר מ'זאל נישט האבען קיין אייגענע פארטיי ווייל אז אזוי וועלען אלע פרטייען דארפען די חרדים אבער קלאר אז מ'דארף גיין צו די בחירות ווייל ער האלט אז אויב מ'וועט נישט וואטען וועט קיינער נישט קוקען אויף די חרדים, איבעריג צו זאגען אז דעיס שרייבט מען נישט נאר אז ער האט געזאגט הרבי מסאטמער צודק די איבעריגע איז שוין נישט א חילוק.....

שרייבער » מיטוואך יולי 25, 2012 4:04 pm

· #28507
נפתלי
איך פארשטיי בכלל נישט די פאמפע
ער האט געזאגט אז סאטמאר רבי זצ"ל איז געווען גערעכט בנוגע נעמען געלט און אריינגיין אין כנסת, אבער נישט פאר די זעלבע סיבה
סאטמאר רבי זצ"ל האט געהאלטן אז אריינגיין אין כנסת איז הרג ואל יעבור און ס'איז השתתפות לרשעים,
פאנעוויטשער ראש ישיבה האט געזאגט אז מ'וואלט נישט געדארפט אריינגיין אין כנסת ווייל מ'וואלט געקענט מער אויפטוהן פון אינדרויסן
זיי זאגן ביידע די זעלבע זאך אבער די שיטות בלייבן ווייטער ביים אלטן

די חלק האט די רבי אויך געזאגט אז מען קען אויפטון מער פונדרויסן

שמיטה » מיטוואך יולי 25, 2012 5:22 pm

· #28536
לעמיל

דאס זעלבע איז מיט די גרויסע העדליין וואס דער איד האט געמאכט אז וויזניצער רבי פון מאנסי לאזט נישט זיין עולם גיין צו די בחירות.
דאס שרייבן זיי נישט, אז אלע וויזניצער חסידים לערנען דף היומי, און אז ביז היינט פלעגט ער יא שיקן זיין עולם צום סיום, און אפילו דאס מאל וואלט ער געשיקט זיין עולם, ווען נישט איין נקודה געפעלט איהם נישט.
זיי באטיטלען איהם נאך "הגאון הקדוש" - נישט געוואוסט אז מען קען זיין קדוש אפילו ווען מלערנט אלע יארן דף היומי

אלבערט » מיטוואך יולי 25, 2012 5:34 pm

· #28543
שרייבער
נפתלי
איך פארשטיי בכלל נישט די פאמפע
ער האט געזאגט אז סאטמאר רבי זצ"ל איז געווען גערעכט בנוגע נעמען געלט און אריינגיין אין כנסת, אבער נישט פאר די זעלבע סיבה
סאטמאר רבי זצ"ל האט געהאלטן אז אריינגיין אין כנסת איז הרג ואל יעבור און ס'איז השתתפות לרשעים,
פאנעוויטשער ראש ישיבה האט געזאגט אז מ'וואלט נישט געדארפט אריינגיין אין כנסת ווייל מ'וואלט געקענט מער אויפטוהן פון אינדרויסן
זיי זאגן ביידע די זעלבע זאך אבער די שיטות בלייבן ווייטער ביים אלטן

די חלק האט די רבי אויך געזאגט אז מען קען אויפטון מער פונדרויסן

סאטמארער רב וואלט נישט געלאזט גיין צו די בחירות אפילו אויב די חרדים האבן נישט קיין נציג אינעם כנסת.

קליינע רעבעלע » מיטוואך יולי 25, 2012 8:20 pm

· #28616
נאך אזאך האב איך געזעין אין זיין ארטיקעל ער זאגט דארט "אז ער רעדט נאר פין דעי וואס לערנען תורה דע אנדרע וואס לערנען נישט זאלן געזינטערהייט גיין אין מיליטער" דעי ווערטער זענען אין גאנצען קעגען דע שיטה פינעם סאטמאר רב
אבער פארשטייט זיך דעיס וועט מען נישט שרייבען ווייל עס ברענגט נישט קיין כבוד פאר דע פארטיי

הירשל ציג » מיטוואך יולי 25, 2012 10:20 pm

· #28686
כ'שרייב אידיש ווען נאר מעגליך

זר זהב » מיטוואך יולי 25, 2012 10:26 pm

· #28691
ווער איז "הירשל ציג" מעג איך פרעגן? איז עס א ריעל נאמען, אדער א פען נאמען ?

הירשל ציג » מיטוואך יולי 25, 2012 10:56 pm

· #28700
א פען נאמען, בדוגמת "אליעזר עפשטיין" און "י.מ. סופר"

מיין בליץ-פאסט אדרעססע איז <!-- e --><a href="mailto:neveler@gmail.com">neveler@gmail.com</a><!-- e -->

ידען » מיטוואך יולי 25, 2012 11:03 pm

· #28704
דיינע בעסטע נעמען? 😉

randy_couture » דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:02 am

· #28723
טעפל
ער האט סך הכל געזאגט אז אשאד מהאט בכלל אנגעהויבען נעמען געלט און זיך אריינגעלייגט אין דעם פעקל.
ווען ער וואלט געזאגט פארקערט וואלט גערונען דא פעך אין שוועבעל אויף דעם ציוניסטישען פאניווזע ראש הישיבה..

ווען ער וואלט געזאגט פארקערט!!!! ביי יעדע זאך וואס ס׳דא צוויי צדדים קענסטו עס זאגן.

טעפל » דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:23 am

· #28754
randy_couture
טעפל
ער האט סך הכל געזאגט אז אשאד מהאט בכלל אנגעהויבען נעמען געלט און זיך אריינגעלייגט אין דעם פעקל.
ווען ער וואלט געזאגט פארקערט וואלט גערונען דא פעך אין שוועבעל אויף דעם ציוניסטישען פאניווזע ראש הישיבה..

ווען ער וואלט געזאגט פארקערט!!!! ביי יעדע זאך וואס ס׳דא צוויי צדדים קענסטו עס זאגן.

גערעכט, אבער אויף איהם האט מען געזאגט ביז יעצט "פאנביזער שייגעץ" וגומר..

נאך א פשט » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 6:32 pm

· #42774
טעפל
randy_couture
טעפל
ער האט סך הכל געזאגט אז אשאד מהאט בכלל אנגעהויבען נעמען געלט און זיך אריינגעלייגט אין דעם פעקל.
ווען ער וואלט געזאגט פארקערט וואלט גערונען דא פעך אין שוועבעל אויף דעם ציוניסטישען פאניווזע ראש הישיבה..

ווען ער וואלט געזאגט פארקערט!!!! ביי יעדע זאך וואס ס׳דא צוויי צדדים קענסטו עס זאגן.

גערעכט, אבער אויף איהם האט מען געזאגט ביז יעצט "פאנביזער שייגעץ" וגומר..

על כגון דא נאמר "ווען מען דארף דעם גנס נעמט מען אים אראפ פון די תליה".

איחוד פעלד » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 6:42 pm

· #42782
ווען זיי נעמען נישט געלט פין די מדינה וואלט נישט געווען אזוי פיל לומדי תורה.
די מציאות איז, אז סאטמאר תולדות אהרון גייט מען מער ארבעטען אין א"י, ווייל מען נעמט נישט געלט פין די מדינה.
ממילא, איז אביסל שווער צו פארשטיין זיין הודאה, חוץ טאמער ער גייט מיט'ן קאפ אין וואנט, און האלט אז לומדי תורה וואלט אייביג געווען.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 11:28 pm

· #42903
סאטמערע רב איז דאך געווען קעגן כוללים.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג פעברואר 11, 2014 7:10 pm

· #183065
דער בילד אויבן איז א בילד פון היינט?

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:46 pm

· #186476
אליבא דאמת טייערער:
הלוואי זאלען די אלע טויזענטער נשמות ישראל האבען אזעלכע מנהלים, מנהיגים, מוסדות, ווי דער הרב שווארצמאן.

ליידער איז דער אמת זייער ביטער אז פילע מוסדות זאגען פאר'ן מדינה הנפש קח לך והרכוש תן לי, אבער אליבא דאמת ברויך מען נישט נעמען פון די מוסדות וואס קומען יעצט קלאפען אויפען טיר די ראי' איבער'ן חוב פון טהרת הקודש, קענסט רואיג גיין צום בג''ץ קוקען ווי ער שפילט יעצט ארום מיט דיחרדים איבער יא געלט נעמען נישט געלט נעמען, מען ברויך זיין א שטור מיט צען אויגען צו זיין טויב און נישט דערהערן דעם מעסעדזש.